אכזריות!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויסדריקליך
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 21, 2013 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסדריקליך »

wow

נארוואס באדאנקט שמעלקא'ן, און יעצט דארף מען שוין פריש שלייפן דעם פעדער און אפגעבן א גרויסן דאנק פאר שמאטע נ"י.

גאר שטארקע און ריכטיגע דיבורים, חומר למחשבה, און ווערטער וואס דערטרייסלן עד עמקי הנפש.

שכוח, און דער זכות זאל ענק אלע ביישטיין.
קווענקל'סט? ס'איז אויסדריקליך אזוי ווי איך זאג דיר!
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

יש"כ שמאטע.

פון היינט און ווייטער וועל איך האבן מער רעספעקט פאר שמאטעס
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

שמאטע, לעכטיגע רייד!
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

לאדיךארויס האט געשריבן:כדאי צו ארויס פרינטען

אויב קענסטו מאכן איין פי די עף צוזאמען מיט די שטארקע און ערליכע ווערטער פון שמאטע ביטע לייג עס ארויף בוסט א מזכה את הרבים
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א שמאטע איז גוט ווייל ס׳וואשט און ס׳לאזט זיך וואשן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30699
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמעלקא שמעלקא, אין מילים!

מ'גיימיר זיך פארנעמען אן ערענסטע קבלה בס"ד, און זאל עס זיין לרפואת דיין נאנטער בתוך שאר חולי ישראל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

זייער ריכטיג ווערטער
מען דארף מרחיב זיין את הדיבור איבער דעם וואס מען זעהט ווויאלע אידן ווי אינז אלע, ערלויבען זיך דעם מקריות'דיגע שפראך מיטן אויסרייד אז יעצט רעדט מען נייעס, כאילו א ערליכע איד מעג זיין אכזרי ווען עס ווערט באטוטעלט מיטן נאמען "פאקטישע נייעס", סאיז נישט דא אזא מציאות בעולם, ווי ר' יו"ט ערליך זאגט שוין אז דאס ווארט פאליטיק האט מתיר געווען דאס ערגסטע אסורי תורה וואס טראגן אנדערע נעמען ווי לשון הרע רציחה וכדומה, די זעלבע איז אומשילדיגע נייעס מתיר אכזריות ממש.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

חברים ידידים,

ישר כח פאר אייערע הערות און טייערע ווערטער, בעיקר פאר ידידינו היקר שמאטע ועל כולם פארן העלד פון כלל ישראל ידידינו היקר הפרוש "והנה און און" וואס האט זיך פורש געווען פון הבלי עולם הזה, ער האט אוועקגעווארפן דעם עבודה זרה פון וואטסאפ, אשריך ואשרי חלקך.

שוועמל, האסט גערעדט וועגן די רבנים וועלעך דיר זאגן מיין קליינע מיינונג דערוועגן:

וויפיל האבן רבנים גערעדט אין די לעצטערע יארן וועגן דעם פראבלעם???? א געוואלד!!!

רבנים האלטן אין איין שרייען און וויינען, ליידער הערט מען זיי נישט אויס. כ'וואלט געזאגט אז דער חורבן איז אז מ'הערט נישט אויס קיין רבנים היינטיגע צייטן, אבער כ'ווייס אז דער עולם וועט עס נישט געהעריג אויפנעמען ליידער ליידער.

ס'וואלט שוין געדארפט זיין אז רבנים זאלן האלטן דרשות ווי וויכטיג ס'איז צו פאלגן די רבנים, אבער ליידער וועט יעדער זאגן אז "לכבוד עצמו הוא דורש", ווי דער הייליגער רבי ר' יונתן זאגט שוין אין יערות דבש אין א דרשה אז רבנים איז דא א גרעסערע יצה"ר נישט אויסצוהערן.

אחים לדעה, וואו זענען מיר? וואו זענען אונזערע געפילן? וואו זענען אונזערע דאגות פאר אונזערע דורות?

קיינער זאל נישט ווארטן אויף קיינעם, שטעלט אייך פאר אויב אברהם אבינו וואלט געווארט אז די רבנים זאלן אים מעורר זיין?????

דאס האב איך געהערט אויף א טעיפ פון הרב טויבער שליט"א פון מאנסי, דאכט זיך בשם המהר"ל, אז אונער דור איז דער דור יתום, א יתום מיינט דער וואס ס'האט נישט ווער ס'זאל זיך אומקוקן אויף אים, מיר קענען נישט ערווארטן אז יענער זאל אונז מעורר זיין, אויב איינער טוט נישט תשובה, אז איינער ווארפט נישט אוועק דעם עבודה זרה, און זיין אנטווארט איז ווייל די רבנים האבן אים נאכנישט געזאגט, איז ער אדער טויב, ווייל רבנים האבן שוין לאנגע גערעדט דערוועגן, נישט ווען ס'געשעהט דארף מען איבערזאגן און איבערזאגן און אויב נישט ווייסט מען נישט, אדער איז אזא איינער דער וואס זוכט תירוצים, יעצט איז עס רבנים מארגן איז עס אז די רבנים פארשטייען נישט וכו' וכו', ואין קץ לדברי רוח.
(ח"ו כ'מיין נישט ידידי ר' שוועמל, ער האט דאס נישט געמיינט, ער האט לויט ווי כ'פארשטיי געפרעגט פארוואס די רבנים רייסן נישט איין, ענטפער איך אז פאר די וואס רבנים האט נישט געהאלפן ביז יעצט וועט עס ווייטער נישט העלפן ליידער)

לכו ונשובה אל ה', אונז אלע יעדער פאר זיך זאל קומען צוריק צום רבוש"ע, דער טאטע אין הימל פרעגט נישט קיינעם: וועלעכע רב האט דיר מעוור געווען! ס'איז נישט קיין ענין פון פראצענט וואס ער דארף אראפגעבן און אויב וועסט נישט גיין דורך א רב וועט עפעס פעלן!

לאמיר אלע מקבל זיין יעצט: איך גיי אראפ פון אלע גרופעס, אלע אלע גרופעס, אחוץ אויב א דיין וואס ענטפערט מיר הלכות כריתות וועט מיר געבן א היתר לצורך פרנסה וועלעך בלייבן דערויף, אנדערש נישט!

און איך בין זיך מקבל פון היינט יום ו' עש"ק לס' משפטים קיינמאל נישט ארויפצוגיין אויף קיין שום גרופע, און זיך נישט קויפן קיין סמארטפאון בשו"א, טראץ ס'דרוקט מיר אסאך פארוואס כ'האב עס נישט, און מיינע ידידים אין ביזנעס בעטן עס וועלעך אוועקשטיין דערפון ווי פון חזיר, בעזר הבורא יתברך שמו וואס וועט מיר זיכער געבן כח עומד צו זיין אויף דעם נסיון!

א גוט שבת,
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

shmate האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:
איך האב נישט וואטסעפ. איך האב געהאט א שטיק צייט און ס'האט נישט געפילט גוט בגשמיות און געפילט ראנג ברוחניות.
עכ"פ ערגעץ קען איך זיך קלאפן אין רוקן

והנה! איר זענט בארעכטיגט זיך צי קלאפען אויף די פלייצע!! איר האט געקענט באווייזען וואס אסאך אנדערע האבן נישט געקענט! איר האט בעצייטענס אנערקענט די שעדליכקייט פון די עפפ, און איר האט געטוען דאס וואס איר האט געדארפט צי טוען!

זייט נישט קיין קארגער! קלאפט אייך אויף די פלייצע! איר זענט ווערד א באגריסונג! ממנו ילמדו וכן יעשו!

דער אייבערשטער זאל העלפען זאלסט שטייגען נאך און נאך
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

דברות קודש מלהבת אש!!
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

שמעלקא טויב האט געשריבן:חברים ידידים,


שוועמל, האסט גערעדט וועגן די רבנים וועלעך דיר זאגן מיין קליינע מיינונג דערוועגן:

וויפיל האבן רבנים גערעדט אין די לעצטערע יארן וועגן דעם פראבלעם???? א געוואלד!!!


(ח"ו כ'מיין נישט ידידי ר' שוועמל, ער האט דאס נישט געמיינט, ער האט לויט ווי כ'פארשטיי געפרעגט פארוואס די רבנים רייסן נישט איין, ענטפער איך אז פאר די וואס רבנים האט נישט געהאלפן ביז יעצט וועט עס ווייטער נישט העלפן ליידער)

לכו ונשובה אל ה', אונז אלע יעדער פאר זיך זאל קומען צוריק צום רבוש"ע, דער טאטע אין הימל פרעגט נישט קיינעם: וועלעכע רב האט דיר מעוור געווען! ס'איז נישט קיין ענין פון פראצענט וואס ער דארף אראפגעבן און אויב וועסט נישט גיין דורך א רב וועט עפעס פעלן!

לאמיר אלע מקבל זיין יעצט: איך גיי אראפ פון אלע גרופעס, אלע אלע גרופעס, אחוץ אויב א דיין וואס ענטפערט מיר הלכות כריתות וועט מיר געבן א היתר לצורך פרנסה וועלעך בלייבן דערויף, אנדערש נישט!

און איך בין זיך מקבל פון היינט יום ו' עש"ק לס' משפטים קיינמאל נישט ארויפצוגיין אויף קיין שום גרופע, און זיך נישט קויפן קיין סמארטפאון בשו"א, טראץ ס'דרוקט מיר אסאך פארוואס כ'האב עס נישט, און מיינע ידידים אין ביזנעס בעטן עס וועלעך אוועקשטיין דערפון ווי פון חזיר, בעזר הבורא יתברך שמו וואס וועט מיר זיכער געבן כח עומד צו זיין אויף דעם נסיון!

א גוט שבת,

שמעלקא צום פינטעל כמיין מ'ברויך אביסל משנה זיין מיטן צולייגן צום קעפל
אונז זעמיר זיך היינט מקבל תחת דגל הרבנות פון ר' שמעלקע טויב שליט''א
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

בלי מילים
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

א יישר כח טייערע חבירים פאר די אויפריכטיגע דיבורים
דא האט איר ר' שמעלקא, ר' שמאטע, ור' שמעלקא אין פי די עף
Document25.pdf
(52.96 KiB) געווארן דאונלאודעד 156 מאל
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אוי וויי, עס רייסט עס רייסט.......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

shmate האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:
איך האב נישט וואטסעפ. איך האב געהאט א שטיק צייט און ס'האט נישט געפילט גוט בגשמיות און געפילט ראנג ברוחניות.
עכ"פ ערגעץ קען איך זיך קלאפן אין רוקן

והנה! איר זענט בארעכטיגט זיך צי קלאפען אויף די פלייצע!! איר האט געקענט באווייזען וואס אסאך אנדערע האבן נישט געקענט! איר האט בעצייטענס אנערקענט די שעדליכקייט פון די עפפ, און איר האט געטוען דאס וואס איר האט געדארפט צי טוען!

זייט נישט קיין קארגער! קלאפט אייך אויף די פלייצע! איר זענט ווערד א באגריסונג! ממנו ילמדו וכן יעשו!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ר' שמעלקא,
אדאנק פארן ענטפערן איבער די רבנים.
כהער וואס דו זאגסט, פארט אבער האלט איך אז אין א זמן פון א צרה זענען מענטשן מער גרייט צו הערן און מקבל זיין.

משום והייתם נקיים, איך בין נישט אויף קיין שום גרופ, כאב ניטאמאל וואטסעפפ, מיין איינציגסטע גרופ איז @הייליגערשבת וואס שיקט די זמן יעדן ערב שבת ויו"ט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

ארויפגעלייגט משומר אויפען טעלעפאן למחרת פון די לוי' פון ר' מנחם משולם בן ר'ישראל

אבער איך וועל מגלה זיין ברבים אז דאס איז ווייט פון גענוג, די וואטסעפפ גרופעס איז א חורבן פאר זיך ברוחניות ובגשמיות.

מען וואלט ווען געוועהן געדארפט מאכען א כינוס כלל ישראל אויף דעם אליין.

ר' שמעלקא רייס ווייטער אריין אפשר אזוי וועט דאס צו קימען ביי מיר ליד מעשה. דערווייל בין איך נאך א מבייש מפני המלעיגים.

והנה די ביזט ווערט צו ווערן אויסגעלויבט ברבים, ממך ילמדו וכן יעשו, עס קימט צוריק אזאנע מעשים טובים, וועסט זעהן נחת דקדושה פון דיינע קינדערלעך בעזר השם.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

מעכטיגע רייד, האסט מיך צונומען אינגאנצן
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

ב"ה מיר האבן נאר א אלטע פאלם וואס די נעט איז זייער אלטמאדיש איך האב עס נישט געניצט אבער נאך אזא ביטערע וואך און מיט די הילף פון דיינע ווערטער הרב ר שמעלקא און ר שמאטע האביך עס אריין געבען פאר די וועד משמרת און מהאט מיר אלעס ג'בלאקט ב"ה די געפיל וואס א איד האט ווען ער טיט דעס איז עפעס נישט צו באשרייבן איך קען זאגן בפה מלא די אידישע פונק געט א פלאם אויף אפי' ביי אנדערע זאכן סגעט א שאקל דעם אידישע נשמה
ישר כח טייערע אידן !
לעצט פארראכטן דורך האלץ האקער אום זונטאג יאנואר 26, 2014 4:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ווייזט מיר היינט א אינגערמאן אז אויף א גרופע וואס נאך זעכציג אינגעלייט זענע אויפגעסיינט דערויף, אינגעלייט פון איין יארגאנג, איז ארויף א דזשאוק געמישט מיט נבלות אויפ'ן חשבון פונעם רבי'ן צו וועם די אינגעלייט באלאנגן אפיציעל, זייער א נארישע עקלדיגע דזשאוק וואס איז אפי' נישט גוט אויף די רבי פון די אנדערע זייט פון וועם דו האלסט נישט, זיכער נישט אויף א אייגן רבי'ן.

פרעג איך אים: האט איינער מוחה געווען, אדער כאטש ערקלערט אז ער לאזט איבער די גרופע נאך אזא עקלדיגע זאך? עה!

כ'האב שיעור געבראכן דערפון, א גרויל אין עקיל.

א אנדערע חברה-מאן האט מיר געוויזן א דזשאוק וואס איינער האט געקאפי פעיסט פון א צוווייטן, א דזשאוק אויפ'ן חשבון פון משה רבינו און קבלת התורה רח"ל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

מ'דארף זיך קריעה רייסן דערויף, להיכן הגענו? רח"ל ווי מ'זעהמיר אויס.

ס'גייט אן א גרופע פון לצים און מנובלים און א גרויסער עולם לאכט מיט זיי.

ווי שעמט זיך נישט א אינגערמאן צו שטיין אין ביהמ"ד ווי ער גייט אט אט בעטן אלע גוטע זאכן פון קוב"ה און האבן אין טאש אזא הסתה, אזא קעגנער צו קדושה? ס'איז א שרעקליכע ווייטאג.

רבותי, לאמיר נעמען די זאך אין די האנט און זיך נישט לאזן פארפירן, יא, מ'קען פארפירן און מ'דארף פארפירן, מ'טאר נישט זאגן אז מ'קען שוין נישט טוען גארנישט, דאס איז ארגער פון אלעם.

כ'האב געהערט פון א בעל דרשן אפאר יאר צוריק אז דער תירוץ וואס אידן האבן געניצט פאר הונדערט יאר צוריק אין אמעריקא אז מ'ארבייט שבת וועגן פרנסה איז אסאך מער אמת געווען ווי דער תירוץ היינט פון א אינגערמאן אז ער דארף זיין סעלפאון מיט די גרופעס דערויף וועגן פרנסה, ס'איז ליידער זייער אמת און ליידער זענען די אידן מיט די גוטע תירוצים זייער נישט גוט אנגעקומען!

לאמיר זיך כאפן באצייטנס, מיר גייען נישט אויף קיין גרופעס, נאו וועי!
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא טויב אום זונטאג יאנואר 26, 2014 4:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

האלץ האקער האט געשריבן:ב"ה מיר האבן נאר א אלטע פאלם וואס די נעט איז זייער אלטמאדיש איך האב עס נישט געניצט אבער נאך אזא ביטערע וואך און מיט די הילף פון דיינע ווערטער הרב ר שמעלקא האביך עס אריין געבען פאר די וועד משמרת און מהאט מיר אלעס ג'בלאקט ב"ה די געפיל וואס א איד האט ווען ער טיט דעס איז עפעס נישט צו באשרייבן איך קען זאגן בפה מלא די אידישע פונק געט א פלאם אויף אפי' ביי אנדערע זאכן סגעט א שאקל דעם אידישע נשמה
ישר כח טייערע אידן !


ישר כח האלץ האקער, זאלסט אויסהאקן אלע שערים און אראפברענגן פאר אידן רחמים וחסדים גדולים, שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו, מ'זאל נאר הערן קליק און פרייד בבתי כל ישראל.

בראווא, ביזט א העלד!

קיפ איט אפ!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדול מרבן »

ידידי רבי shmate, דיינע שארפע ווערטער האבן מיר אריין געשניטן אין אלע ביינער!!

האב איך ראיה אז ס'איז געווען יוצאין מן הלב, ווייל ס'איז געווען נכנסין אל הלב!


ומי יתן והיה לבבם זה ליראה אותי כל הימים
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ ר' שמעלקא פאר די דברים חל"א ס'איז דערפרייענד צו זען אז ס'דרייט זיך צווישן אונז איינער וואס שטעלט זיך ארויס פארן אמת אן קיין שום פחד
אויב ס'וועט אויפטון אז כאטשיג איינער זאל זיך געבן א שאקעל יהא זה שכרך
איך קוק אסאך מאל צו ווי ס'דרייען זיך ארום יונגעלייט, חתנים, בחורים , אזוי פארטיפט אין די כלים סכאפט מיך אן א שוידער
רבש"ע דער אינגערמאן איז דאך א מאן א טאטע צו קינדער, אבער ער איז נישט דא, ער איז פארטעמפט, ער זעט נישט און הערט נישט וואס טוט זיך ארום אים,
ער איז אריינגעטון כל כולו מראש ועד כף רגל אין הבל הבלים אין גראבע גארניש, (נאך פארן זיין איינגעזינקען אין די נידריגסטע זוהמא רח"ל,)
ווייטער דער חתן א גרויס רחמנות נעבעך, אריין געשריבן אין די תנאים ואל יבריחו ואל יעלימו, אבער ער איז שוין לאנג נישט דא, חתן טייערע טאמער מיינסטו אז איינער קוקט דיך ארויף אז די קענסט דיך שוין דרייען געהעריג אפן אין ביהמ"ד מיט א סמארטפאן?האסטע א גרויסן טעות! דער עולם שטייט און פרעגט ער דארף דאך חתונה האבן און בויען א קשר מיטן ווייב, און נאך פאר ווי וואס ווען איז שוין נישט דא מיט וועם צו בויען, א גרויס רחמנות אויף דיין קעפעלע,
איי וואס קענען מיר דען טון דערצו ? רבותי, 3 זאכן! 1. מתפלל זיין 2. דאווענען 3. תפלה
איינרייסן ביים בוכ"ע פאר זיך, פאר די קינדער, און פאר גאנץ כלל ישראל אז מ'זאל האבן דעם ריכטיגען שכל ווען ס'קומען אונטער נסיונות אויסצווועלן דעם ריטיגן וועג נישט ארייןצופאלן אין קיין פוסטענישן
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

טאקע א קלוגער איד דער ר' יאנקעלע!

רבותי: דאווענען!!!!!!!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

האלץ האקער האט געשריבן:ב"ה מיר האבן נאר א אלטע פאלם

אינז אויך
וואס די נעט איז אויסגעשאלטערט כ'ווייס אפי' נישט וואס וואטסעפ וואטסעק איז אזוי פיל מבין איך יא נאכן הערן די די רייד פון רבינו שמעלקא אז ס'איז אעקל צו האבן
אויב אפי' נאר איינער וועט באקומען פון דעם אין פון אנדערע ידידים א חיזוק זיך דיסעפן, והיה זה שכרי
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”