רמב"ן פרשת בא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

רמב"ן פרשת בא

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 6:18 pm

יעדע חדר אינגל ווייסט צו זאגן פון די הייליגע ווערטער וואס באגלייט אונז שוין אזויפיל יארן אינעם לאנגען גלות און דאס איז די יסוד וואס די רמב"ן שטעלט אונז אראפ די וואך סוף סדרה.

ער איז מסביר מיט זיין זיסע שפראך אז די וואכעדיגע סדרה איז די יסוד פון אונזער עקזיסטענץ. דאס לייגן א מזוזה אויפן טיר, דאס אנטון יעדן טאג תפלין, דאס ליינען קריאת שמע צוויי מאל א טאג. דאס אלעס איז פאר אונז אייזענע שטאנגען אויף וואס מיר האלטן זיך אין דעם לאנגען גלות.

ווי נישט ווי, מ'קען אמאל אריין פאלן אין א צובראכענקייט. דא זעהט מען אז מ'דינט נישט דעם באשעפער וויאזוי מיר וואלטן געוואלט. דא זעהט מען אז רשע וטוב לו, עס גייט גוט פאר אונזערע שונאים און עס דאכט זיך אונז אז מיר זענען שוין פארפאלען אינעם אורך הגלות.

פונקט די וואך אויסגעקומען צו רעדן מיט אן אויפגעקלערטן בויאק. ער האט מיך פראבירט צו צימבלען אז איך זאל קוקן די חילוק צווישן מיר און אים. ער פרעגט מיך: "דו ביסט געבליבן פארמאכט אין דיין מהלך וואס מ'האט דיך אויפגעצויגען און מיט דעם ביסטו סטאק! איך האב איינגעזען מיין אייגן מהלך! יעצט ווער איז קלוגער? איך וואס האב גענומען מיין אייגן לעבן אין מיינע הענט אדער דו וואס דו לויפסט נאך וואס מ'האט דיך געלערענט?"

איך האב אים אנגעקוקט און זיך גענומען שמייכלען. סארקאסטיש האב איך אים געגעבן א זאג: "מורא'דיגע קלוגשאפט! צו נעמען דיין מהלך דארף מען זיין קלוג? דיין מהלך איז די איזי וועי אוט.. יעדע שוטה וואלט געקליבן דיין מהלך. ס'איז עפעס חכמה, ס'איז עפעס טאלאנט צו נעמען די גרינגע וועג ארויס? מ'האט אונז ביידע געגעבן א טעסק ווען מ'איז אראפגעקומען אויף דעם עולם. איך גיי די שווערע וועג וואס האט אסאך שטיינער און דערנער און יעדן טאג דארף איך טרעפן וועגן וויאזוי אדורך צו גיין די אלע שווערע שטרויכלונגען. ווען איך ענדיג מיין טאג און איך גיי אריין אים בעט ווייס איך אז מיין טאג איז געווען א סוקסעס! איך האב מיט שכל און חכמה אדורך געמאכט נאך א טאג און געבליבן ערליך! דו, פון די אנדערע זייט, ענדיגסט אויך דיין טאג אין בעט. אבער האסט היינט געניצט דיין מוח? האסט היינט עפעס אויפגעטון? ניין! נארוואס, האסט גענומען די גרינגע וועג ארויס. אנשטאט זיך צו מוטשענען האסטו אויפגעגעבן. יעצט זאג דו, ווער איז דא די חכם און ווער די שוטה? א קונץ צו גיין דיין וועג? לאמיר זען קום מיין וועג איין טאג."

פונקט אויסגעקומען צו הערן א הערליך ווארט פון ר' אלחנן וואסערמאן. די גמרא זאגט אז ולא תתרו אחרי לבבכם זו מינות. שטעלט זיך ר"א אז לכאורה קומט מינות פונעם מוח, מ'שטיינס געזאגט, דער איז דאך א דורכגעטראכטער חוקר און ער האט אפגעמאכט אז ס'איז נישטא קיין באשעפער. קומט דאך די מחשבה פונעם מוח און נישט פונעם הארץ?

ענטפערט ר"א אז ס'איז נישט אזוי. ווייל די שכל זאגט אז ס'איז יא דא א באשעפער וואס פירט אלעס! דאס איז פשוט שכל! נארוואס, דער מין האט א הארץ וואס וויל טון שלעכטס און דאס צו טון מוז ער קודם אפמאכן אז ער קען טאן וואס ער וויל שטופט ער זיין מוח צו זיין א כופר.

ווען מ'לערענט דעם רמב"ן שטייטערהייט צוגיסט זיך עס אין מויל. ער ברענגט ארויס מיט זיין זיסע שפראך ממש דאס. וזלש"ק: ובעבור כי הקב"ה לא יעשה אות ומופת בכל דור ודור לעיני כל רשע וכופר, יצוה אותנו שנעשה תמיד זכרון ואות לאשר ראו עינינו. די ווערטער שניידן שטיקער. די באשעפער האט געוואוסט אז עס וועט קומען א דור וואס אפאר שוטים וכופרים וועלן זיך אויפשטעלן און שרייען אז חלילה ס'איז נישטא קיין מנהיג, ס'איז נישטא ווער עס קוקט זיך אים אויף אונז. והא ראי' אז מ'קען זינדיגען און גארנישט געשעט נישט. קומט דער רמב"ן און זאגט אונז. שרעקט אייך נישט די וועלט האט זיך נישט אנגעפאנגען די טאג וואס שוטים האבן געאטעמט זייער ערשטע אטעם און די וועלט וועט זיך נישט ענדיגען ווען זיי וועלן שטארבן. אזאנע טיפשום גייען און קומען יעדע דור. אבער מיר אידן ווייסן און גלייבן אז יציאת מצרים איז געווען א לעסאן פאר אלע דורות אז דער אייבערשטער קען און טוט וואס ער וויל מיט אונזער וועלטל. די ווערטער דארף מען חזר'ן און חזר'ן אז עס זאל אריין גיין אין די ביינער.

איך האב גערעדט צו אים מיט א ברייט מויל, אבער טיף ביי מיר האב איך געקלערט: איז עס דען אזוי גלאנציג? וויפיל מאל טו איך נישט וואס מ'ברויך..? וויפיל מאל א טאג נעם איך יא די 'איזי וועי אוט?'


איז מיר פונקט אויסגעקומען צו ליינען די באקאנטע סיפור פון דעם הייליגען רבי ר' זושא זי"ע אז ער איז אמאל איינגעשטאנען אלס גאסט ביי איינעם און ער האט געברויכט ארויסגיין אבער ס'איז נישט געגאנגען ביז מ'האט אויסגעפונען אז די בעל הבית מאכט דארט זיין סוכה. וואס כאטש די סוכה איז געווען פסול אבער אויב א איד מאכט עס לשם מצוות סוכה האט עס א קדושה.

אזא מעשה טראגט מיט זיך טאנען מיט חיזוק. נישט קיין חילוק וויאזוי מיר קוקן אויס אויב ליינען מיר יעדן טאג קריאת שמע, מ'טוט אן תפלין, מ'קישט די מזוזה. אויב טוט מען די זאכן זאגט די רמב"ן אז דאס צייגט אז מיר געהערן צו די עליטע גרופע פונעם רבונו של עולם. מיר זענען זיינע געשולטע דינערס. מיר ווייזן אז מיר גלייבן און האפן צו אים. און יא, סוף טאג ווען מיר לייגן זיך אין בעט קענען מיר גיין מיט א שמייכל אז מיר זענען פון די קלוגע וואס האבן גענומען די שווערע וועג נישט ווי די שוטים וואס האבן נישט די גאטס און שטארקייט צו נעמען דעם וועג.

טייערע אידן לאמיר זיך מחזק זיין. אט אט הערט מען די קנאקעס פון די פיסטריט פונעם אייזל וואס שלעפט זיך מיטן מלך המשיח. ער וועט אונז קלאפן און רוקן און מיט ווינדער פרעגן "וויאזוי איז עס אייך געלונגען אדורך צו גיין דעם לאנגען וועג ווען עס איז געווען סך א גרינגערע וועג צו גיין?"
לאמיר זיך אנשטרענגען נאך אביסל ווייל די גאולה איז ממש דא.. דעמאלטס וועלן מיר לאכן ווייל דעמאלטס גייט מען טוישן וועגן. די וואס האבן זיך געמוטשעט גייען באקומען א שיינע אויסגעטרעטענע שביל. די אנדערע וועלן דארפן קריכן א לאנגע שווערע וועג.

לאמיר אנציען נאך אביסל. מ'האלט שוין ביים ענדע.


אמן
--

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 6:20 pm

מתוק מדבש!

יישר כח פאר די דאזע חיזוק אזוי הערליך און געשמאק אראפגעשריבן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 6:21 pm

א הארציגן דאנק פאר די פלאם פייערדיגע דיבורים.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 6:24 pm

א הייליג שטיקעל רמב"ן, מיט א הערליכע מעשה רב פון געלעגער אליינס!

אט דאס איז די שיינקייט פונעם עם "חכם ונבון"! נאך אזויפיל יאר פונעם רמב"ןס ווערטער קלאמערען זיך יודישע קינדער אויפ'ן עהרליכען וועג, לאור פון די הייליגע ווערטער.

געלעגער, ישר כח פאר דיינע אויפריכטיגע רייד. זאלן אזעלכע, און ענליכע רייד אריינגיין אין די הארץ פון די יודן, וילמדו תועים בינה, זאלן זיי אויך שפירען א טעם אין די הייליגע תורה'דיגע וועג וואס איז אויסגעטרעטען פאר אונז פון אבות אבותינו.

און ס'זאל שוין זיין "ובאו האובדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים" זאלען עס אלע יודן דערלעבן מיט א פריילעך הארץ!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

פערד און וואגן
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2013 5:16 am
לאקאציע: פונקט אינדערמיט

תגובהדורך פערד און וואגן » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 6:29 pm

וואוו שכוח שכוח מיר א אמת'ע חיזוק אין א עקסטרעם שווערע צייט. שכוח נאכאמאל זאל דיר די זכות ביישטיין.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 6:35 pm

ר' אלחנן שרייב דאס ווארט אין זיין קונטרס איבער אמונה. פארגעסן דעם נאמען

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 6:58 pm

ישר כח פאר יעדן ווארט וואס דו האסט זיך אנגעשטרענגט אראפצושרייבן. עס געט כח ווייטער אנצוגיין.

כה לחי!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:07 pm

יישר כח געלעגער פאר די הערליכע דברי חיזוק!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:16 pm

געוואלדיג!!! א דאנק פארן עס אפשרייבן.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 8:02 pm

עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק י מאמר על האמונה

http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%A2%D7 ... 7%A0%D7%94

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 9:05 pm

שרייטס אלע הויעך

א שקויעח!

באמת א שכח פארן נעמען די פאר מינוט אונז ארייצוגיסן אביסעלע חיזוק אין די עצמות..... (כאב געוואלט שרייבן יבשות אבער ב"ה מיר זענען נאכנישט פארטרוקנט, ס'נאך דא עפעס לחלוחית) זאל דיר דער אויבערשטער גיבן כח ווייטער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 9:10 pm

יא יא, ווי אלע שרייבן! כמים קרים על נפש עיפה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 9:23 pm

והנה און נון האט געשריבן:עיקבתא דמשיחא:רבי אלחנן וואסערמאן פרק י מאמר על האמונה

http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%A2%D7 ... 7%A0%D7%94

שכוח אוי זאגט ער גיט!!

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 9:25 pm

הרמב"ם מסודר ומבואר
יסודות האמונה בהשי''ת.pdf
(181.98 KiB) דאונלאודעד 229 מאל

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 10:29 pm

יישר כוח געלעגער פאר אזעלכע שיינע רייד
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 10:56 pm

זייער שיין און גוט געשריבן

איך האב געהערט פון ר' יצחק תילים פון מאנסי, ער פלעגט זיך דרייען ביים ריבניצער רבי'ן זצ"ל, האט ער אמאל דערציילט, אז איין טאג איז ער עפעס געווען פארקאפעט און ער האט נישט געדאוונט קיין שחרית ביז שפעט נאכמיטאג, פיר אזייגער נאכמיטאג איז ער אריינגעקומען צום ריבניצער רבי'ן אין שטוב נאך פאר שחרית, און דער רבי פרעגט אים "דו האסט שוין געדאוונט שחרית היינט?" ער האט געענטפערט אז ניין, און דער רבי האט אים שנעל געשיקט דאווענען.

פארענדיגט ער די מעשה מיט זיין כאראקטעריסטישע תמימות און התפעלות, און ער זאגט, "וויאזוי איך דאוון שוין, אויך מיר א דאווענען, אבער דער רבי האט באמערקט אז איך האב נאכנישט געדאוונט, עס איז א סימן אז אפילו אזא דאווענען איז אויך עפעס ווערט. עפעס איז עס..."
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 30, 2013 11:19 pm

> א יישר כח ידידינו היקר מזכה את הרבים שאין חטא בא על ידו,
> הרב געלעגער שליט"א פאר די געוואלדיגע דיבורים די גראדע,
> זאל דער אייבערשטער טאקע האלפען מיר זאלן אלע די זכיה האבן צו זיין פון דיע,
> וואס וועלן טאקע אויסהאלטן ביז צום סוף און זעהן די לעכטיגע ישועה,
> בהתרוממות קרן התורה ובישועת ישראל ושמחתן תחזינה עינינו,
> בהתגלות כבוד שמים עלינו בביאת משיח צדקינו
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דינסטאג דעצמבער 31, 2013 12:22 pm

אה האסט מיך דערקוויקט ביז די טיפענישן, כ'האב שוין טאקע דורכגעלערענט דעם רמב"ן זונטאג אבער דיין זאפטיגע לשון העלפט שטארק ארויס.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 5:10 pm

ישר כח גדול ערשט יעצט געלערנט די הייליגע ווערטער פין אינאווענדיג זאל עס האבען די ריכטיגע השפעה גאר שטארק מחוזק געווארען
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 7:19 pm

יוצאי ישיבת נייטרא משנות הנו״ן וועלן געדענקען פון ר׳ שׁאע פארלערנענדיג רמב״ן יעדע וואך פלעגט נאכזאגן אז צוויי רמב״ן׳ס זענען די יסודות פון יעדן איד. פרשת בא וואס א איד דארף וויסן און פרשת קדושים וויאזוי א איד דארף זיך פירן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 11:56 pm

יישר כח געלעגער, האסט מיך געמאכט איבערלערנען דעם רמב"ן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך ינואר 08, 2014 11:07 am

איבערגעלערנט נאכאמאל דעם רמב"ן לכבוד דיין הסבר...

מען פארציילט אמאל איז א גביר געפארן אויף וואקאציע, פארן איבערלאזן זיין פאלאץ פאר א שומר, האט ער איהם געגעבן פונקטליכע אנווייזונגען וואס צו טוהן ווען ער וועט זיין אוועק.

די פאדלאגע דארף ווערן געוואשן יעדן טאג, אז די שטויב זאל זיך נישט אנלייגן... די פייגל דארף געפיטערט ווערן צוויי מאל א טאג... די בלומען באוואסערט וכו' וכו'

ליתר שאת, ער זאל געדענקען וואס מען האט גערעדט, האט ער געגעבן פארן שומר א צעטעלע מיט אלע אנווייזונגען, און איהם אנגעזאגט ער זאל יעדן טאג איבערזאגן דעם צעטל צופרי און ביינאכט, אזוי זאל ער געדענקן וואס צו טוהן.

די גביר קומט צוריק נאכן וואקאציע, און גייט אריין אין זיין ווילא, און עס ווערט איהם שלעכט, אפגעזעהן פון די שטויב און שמוץ.. קומט איהם אנטקעגן א שמעק פון טויטע פייגל, פארשימעלטע בלומען, אזש ביז עס פאלט איהם א חלשות... די שומר קומט ענדליך צו לויפן מיט א ברייטען שלום עליכם, אויפן שארפן בליק פונעם גביר ענטפערט ער: איך האב ערליך געפאלגט... איך האב צוויי מאל א טאג אפגעליינט דעם צעטל.............

-

די רבוש"ע האט אונז געגעבן צו ליינען צוויי מאל א טאג ביי קריאת שמע און דערמאנען יציאת מצרים, למען תזכור... די אלע לימודים פון יציאת מצרים, די אמונה און בטחון וואס מען דארף זיך לערנען דערפון, די אויבערדעמאנטע רמב"ן און אלע אנדערע ספה"ק, דארף אונז ערוועקן צוויי מאל א טאג ווען מיר ליינען קריאת שמע, און נישט סתם אפליינען און מישן דעם בלעטל...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך ינואר 08, 2014 12:16 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איי איז דאס א גוטן משל.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 4:54 pm

ארויפגעברענגט פון ארכיוו פארן ציבור צו ליינען לכבוד פרשת בא
...

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 5:23 pm

יישר כח


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט