ישיבה של מטה מכיוון כנגד ישיבה של מעלה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

ישיבה של מטה מכיוון כנגד ישיבה של מעלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

(געטוישט קעפל לויט די עצה פון אנעים זמירות אויפן אמ"ג)

א גוט יאר טייערע חבירים! אנטשולדיגט אבער איכאב יעצט (דאן ווען איך האבעס געשריבן, שטייצעך.) ליידיגע צייט, און איך בין אין די מוד פון אנפירקלען עפעס צו די הנאה פון די ליינער.

האבעך אנגעפאנגען קודם עפעס מער צו די ערענסטע זייט, האבעך אבער צוריק געצויגן פאר א וויילע. ס'איז דא וואס מיינען, אז אויב איז מען אביסל וואויל, אדער מ'איז מעורר אויף עטליכע זאכן, מיינטעס אז דער וואס באהאלט זיך אונטער די ווערטער איז עפעס פארמירט פון א מאסע פון מרה שחורה געמישט מיט אנטיסעמיטיזם (כלשון מאנכע [גראדע ניש וואס כאב באמערקט אויף די גרופ] אויף די וואס זענען מעורר פון צייט צו צייט אויף אידישקייט).

דערפאר נאכן ארויס טייפן עטליכע ערענסטע ארטיקלען, ווילעך אלץ ווייזן אז מ'קען זיין א געשמאקער נארמאלער מענטש, און נאך אלץ מעגן מעורר זיין א צווייטן, און סיי דער וועם מ'איז מעורר און סיי דער וואס זעטעס אדער הערטעס צו, מיזניש טראכטן, אוי נעבעך, ערישוין ווידער דא, כאדעך נישט קיין געדולד צו אים.

וואס איז די סיבה אז מ'זאל אזוי טראכטן? דער יצר הרע ארבעט אויף אלע פראנטן צו מאכן פונעם מענטש אש און פארעך, אז ווען ער וועט ארויף קומען אויבן, זאלער זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון פאר בושה, איינע פון די סוקסעספול'סטע וועגן וויזוי ער נעמט איין א מענטש, איז דורך ליצנות.

אויב וועט א מענטש חלילה פילן אז ער ווערט אפשר איבערגערעדט לטובה דורך א מעורר, וועטער באלד טרעפן עפעס מאדנע אינעם אויסזען פונעם מעורר, אדער דערהערן א מאדנע אויסדרוק אין זיינע ווערטער, און עריז מסודר, ער דרייצעך אויס צו די ארומיגע און מורמעלט אריין זיינע באמערקונגען אין יענעם'ס אויער, און ער איז אקעי, א פארטיגע רעסעפי אראפ צו נעמען קלעב, אז עס זאל זיך גארניש צוקלעבן פון די ווערטער צו אים. (א שאד מ'קענעס נישט נוצן ביי די כלים מקוה.)

אויב קיינער שטייט נישט דערנעבן, וועטער ארויס נעמען זיין קלוגע טעלעפאון, און דער קלוגער פאון וועט אים שוין ארויס העלפן גאנץ געטריי, מ'וועט מאכן א בילד און ארום שיקן, אדער פלעין א גוט ווארט אויף יענעם'ס חשבון, און באלד איזעס צושפרייט נאך פיל ווייטער ווי ער וואלט ווען אליינס געוואלט.

ווען ער זאל ווען אבער וויסן, אז דער מעורר איז נאך עניטיים אזא געריבענער לץ ווי אים, והא ראי' אז ווען מ'וועט זיצן ביי א דינער, אדער ביי א וואכנאכט, קעמען פארברענגען א מחי' מיט אים, אדער מ'ליינט אן ארטיקל פון אים און ער איז גאנץ א געשמאקער אידל. איי דא זאגטער עפעס זאכן וואס שמעקט מיר נישט, נו, לכל זמן ועת לכל חפץ, יעצט באלאנגט צו זיין ערענסט, עריז דאך פאקטיש גערעכט.

(וואפפ האב איך ענק צוגעפיקסט, עטס האטס נעבעך געמיינט אז מ'גייט ליינען א נארמאלע ארטיקל, דערווייל האט מען אריין געכאפט אין באבן'ס באבן אריין, פארפאלן, ווי לאנג איך בין באלעבאס (מיטן אייבירשטן'ס הילף) אויף מיינע באטן'ס, עלעך שרייבן וואס מיר געפעלט, איר האט א ברירה, מארק עס ריעד.)

הכלל יעצט ווילעך דאך שרייבן עפעס מער צו די פרייליכע זייט, איך קעמער נארניש כאפן, ווען עס איז מיר פייגעבאלן דעם קעפל, (אריזשענעל קעפל נעים, מערצעשעם שפעטער) ביי וועכע אקעיזשן, באט עטליכע טעג צוריק, קען זיין ביים ליינען עפעס דא אויפן גרופ, איך דענק נישט פונקטליך, האבעך געטראכט אז ס'איז גאנץ א גוטער קעפל, מ'דארף נאר טראכטן וואס מ'קען שרייבן אונטערן קעפל, אז ס'זאל וואס צו ליינען אויך.

ווער ס'געדענקט, טענה איך דאך אלץ אז מ'זאל שרייבן עפעס איידער עס פאסירט, און נישט חלילה ווארטן עס זאל פאסירן און הערשט נאכדעם דאס באשרייבן, און איכאשוין אפילו אן ארטיקל אין דעם סעט, (גראדע רעדט יענץ אויך פון א ישיבה של מטה) האבעך אפגעמאכט אז איך גיי דאס אריין לייגן אין די סעט פון 'ביי מיר האטעס נישט פאסירט ב"ה".

אזוי ווי איך פראביר זייער אכטונג צו געבן, אז איך זאל נישט שרייבן קיין ליגנט, ווילעך מאכן א דיסקלעימער, אז וואס איך גיי שרייבן איז נאר א משל, ווי איינער וואלט געזאגט, וואס וואלט געווען אויב???

(ווארא לאנגע הקדמה, און איך טראכט אז איך האב אפילו נישט עפעס עקסטער פון וואס צו שרייבן, אז ס'זאל פיטן צום קעפל, אפשר זאלעך פלעין מאכן דיסקארד? לאמעך טראכטן, אויב עלעך טאקע נישט האבן וואס, וועט די דיסקארד באטן זיין די רעסעפי פאר דעם אימעיל.)

עפעס האב איך. לאמער גיין שפינען ווייטער.

וואו איז בעסער צו וואוינען? אונטן אדער אויבן? אדער גאר אינמיטן?

יעדע פאר זיך האט אוודאי מעלות און חסרונות. לאמער גיין שטייטעלעך. (איך וועל איבער לאזן גענוג פלאץ צו רעדן דערפון ביי אן ערענסטע שמועס אויך)

אונטן מעלות: מ'דארף נישט קריכן קיין סטעפ'ס, ווען עפעס גיסט זיך אויס, דארף מען נישט ערווארטן א פאון קאל פונעם שכן, אנטשולדיגט אבער עפעס רינט אראפ פון אייך, מ'קען ארום לויפן און אין די זעלבע צייט זיין רואיג אז דער אונטערשטער שכן גייט נישט צוריק האקן מיט א בעזעם אז מ'שטערטעם פון עפעס, נאנט צו די גראז (ווער ס'האט), ביליגער צו צובויען צום פארטש, גרינג צו שלעפן און פארפאקן סוכה ברעטער ועוד.

אונטן חסרונות: יעדער וואס וואקט דורך קען אריין קוקן, מ'קען גאנץ אפט ווערן אפגעוואשן פון אויבן אפילו אומגעבעטן, אמאל אמאל איז די אונטן אן אדורך גאנג צו יעדן'ס בוילער, שימל מאכצעך ענדערש אונטן ווי אויבן, סוכה ברעטער וועלן זיך ווייקן אין וואסער נאך א רעגן, שווער צו זען עפעס ווען מ'קוקט ארויס פון פענסטער, ועוד.

אינמיטן מעלות: ס'האלצעך ווארעמער אין ווינטער, קאסטעס ווייניגער סטים, גייט סטעפס אבער נישט געפערליך, נאר איין שטאק, מ'קען שוין עפעס מער זען ביים ארויסקוקן, ועוד.

אינמיטן חסרונות: מ'קען באקומען וואסער פון אויבן, בעזעם קלאפעס פון דעם פון אונטן, אלץ מורא האבן ווען עפעס רינט אז דער שכן זאל דיר נישט ארויף שיקן כוס של ברכה, ועוד.

אויבן מעלות: גיסט נישט גארניש פון אויבן, (אויסער ביי אלטע ווען ס'קען שוין אנפאנגען אריין רעגענען) א הערליכע ארויס קוק צו די גאס (נארמאלערהייט, יעדע כלל האט א יוצא מן הקלאץ), פילצעך באלעבאס אויף די וועלט, ועוד.

אויבן חסרונות: מכובד צו זיצן מיט א קארדלעס אין די הענט צו זיין רעדי אויפצוהייבן יעדע פאון קאל וואס קומט פון די אונטערשטע שכינים, צו וועגן וואסער, צו וועגן גרידער, דארף ארויף קריכן אסאך סטעפס, סטאריזש אן אפקומעניש, ס'קאסט געווענליך טייערער, ועוד.

מיין מיינונג. ס'איז זייער געשמאק אויבן, אבער ס'לוינצעך אלץ צו זיין פון די געליטענע און נישט פון די וואס מאכן ליידן אנדערע.

יעצט שטעלט זיך פאר, א איד'ל רייסט זיך שוין ענדליך ארויס פון בעט, און אלץ אן הכנה צום דאווענען גייטער אין הכנות קעסטל. אדער,

נאך א טאג שווערע ארבעט, טראסקעט ארויף זיין זעקעלע ביינער אויף א באס, (קען אפילו זיין אז זאלצי אדער רייזנדער זענען גאר אויף יענע באס) און אויפן הארלעם ריווער ברויכער הכנות, און דעי באס פארצופאל האט נישט אזא געברויכן קעסטל, ענדליך קומטער אן אהיים, און א פארסאפעטער רייסטער אריין צו איין קעסטל, נאר געוואר צו ווערן אז די טיר איז פארשפארט ווייל א קינד האט געוואלט אויסטרייען וויזוי ס'זעט אויס די טיר פון אינדרויסן ווען מ'דרייט אליינס צו די שלאס, לויפטער שנעל קוים מיטן אטעם צו די אנדערע, (ב"ה ער האט מער ווי איינס) און ענדליך וישב, ער אטעם'ט אפ, וישב, רצה בישיבת שלוה, און אט,

שפירט א טראפ פון דער הייעך, הייבט אויף דעם קאפ, (סידעך אן ענין, איינס אויף די שטערן, איינס אין מויל, אויף די אויגן, כ'ווייס וואו נאך.) הכלל ער האט בכלל נישט קיין ברירה יעצט ארויס צו גיין, און דאס גיסט וואסער פון אויבן, ער מאכט יאמערליכע קולות, ס'ווייב קומט צו לויפן, ער איז איר מסביר, א שאוער איז פיין און וואויל אבער יעצט איז פשוט נישט די צייט געאייגענט דערפאר, זי שרייט צוריק, נעקסטיים זאלסטו נעמען ווען איך הייס, עסטו נישט דארפן באקומען ווען איך הייס נישט.

זי פראבירט צו קאלן, (זי וואוינטעך פאר א סיבה אונטן, זיך צו שפארן סטעפס.) אבער מ'הייבט נישט אויף, זי האט נישט קיין צוויי ברירות, זי מוז אליינס ארויף לויפן.

הכלל זי לויפט ארויף צום שכן, און דארט ווערט זי געוואר אז די שכינה איז נישט אינדערהיים, און איינע פון די קליינע האט געוואלט מאכן א סורפרייז און באדן ס'פיצל'ס, די וואנע איז מלא על כל גדותיו, און דער קליינער איז שוין גארניש זיכער אז ער וויל אוועק געבן ס'הנאה פארן פיצל'ס, ער האלט ס'קומצעך אים פונקט אזוי, און ער פראבירט טאקע צו זען צו ער קען מאכן די צוועלעוו וועגן פאר אלע שבטים זאלן קענען דורכגיין.

זי שפארט אפ ס'וואסער, לייגט אראפ שמאטעס אויפן פלאהר, און ס'איבריגע איז זי מקיים דעם מאמר פון תבא אמו ותקנח וכו'.

דאס איז די מעלה ווען ס'איז (אריזשענל קעפל: ס'קיסע של מטה מכיוון נגד ס'קיסע של מעלה) ישיבה של מטה מכיוון כנגד ישיבה של מעלה), און ב"ה אז מ'קענעס פארציילן אין פריידן, ווייל ביי מיר האטעס ב"ה דערווייל נישט פאסירט. (גערינען וואסער אבער נאך ווי, אבער נישט אינעם הכנות קעסטל, און אוודאי ניש ווען איך בין דארט געווען)

סאו באשרייב איך דאס, אזוי אז אויב איזעס חלילה באשערט זאלעכעס האבן אפגעקומען אין די בחינה פון ווער ס'לערענט איז כאילו הקריב.

נ.ב. ב"ה אז די דיסקלעימער לגבי שרייבן ליגענט איז געווען איבריג, ס'האצעך אויסגעשטעלט אז מ'האמער ב"ה נישט געדארפט שרייבן קיין ליגענט, אבער צוריק גיין דאס אויסמעקן האט נישט קיין פשט, אמער, איך קען דאך צום סוף לייגן נאך עטליכע ווערטער דערוועגן.

הצלחה רבה, און א פרייליכן חנוכה.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

;l;p- :roll: :roll:
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נעם מיין דאנק פון אמ"ג.
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

פונעם סעקרעטארס טיש (די גערינגעלטע{און די געקעסטעלטע]) שעקויעך.
לעצט פארראכטן דורך הרבטייטעלבוים אום מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

זאפטיג און געשמאק ווי שטענדיג.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווינקל האט געשריבן:נעם מיין דאנק פון אמ"ג.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חחח, איי איז דאס גוט.
--
סארי פארן פארשפעטיגונג, איך בין ערשט יעצט אנגעקומען עס צו ליינען...
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

למעלה משבעים האט געשריבן:חחח, איי איז דאס גוט.
--
סארי פארן פארשפעטיגונג, איך בין ערשט יעצט אנגעקומען עס צו ליינען...


שכח פארן עס ארויף ברענגן.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”