בין איך טאקע פון די 'באשערט צו גיין גוט גרופע'?...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:39 pm
יעצט לאמיר פורבירן די פארקערטע צוגאנג, ס'גייט מיר נישט גוט, אקעי?
באדאם ליין: מ'קען אלעס דרייען אויף וועלכע ריכטונג "דער מענטש" וויל. ווי דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע האט געזאגט (געהערט פון הר"ר אלימלך בידערמאן שליט"א): דעם פעקיל באקומט פון הקב"ה אבער וויאזוי עס צו נעמען נעמט מען זיך אליין!
זינט מיין געבורט גייט מיר אלעס גוט. כ'בין געבוירן אין א משפחה מיט אסאך קינדער בלע"ה מילא האב איך אלץ געהאט מיט וועם צו שפילן.
זייענדיג אין א משפחה פון אסאך קינדער האט מען זיך נישט געהעריג געקענט אפגעבן מיט מיר!
שוין פון וויגל האט מיר שוועסטער נומבער 3 כסדר געצערטעלט. נאך היינט זאגט זי מיר, ווען זי איז שוין א באבע און איך א גרויסע טאטע "ווען שמעלקי האט געוויינט האב נאר איך אים געמעגט האלטן", כ'האב געהאט ווער ס'זאל מיך מאכן "באמסי קעפעלע" און "פאטשי הענטעלע" און וואס דען נישט!
מיין מאמע האט נישט געהאט קיין צייט צווישן איין באס און צווייטן מיך אויפצוהייבן, נאך א מזל מיין שוועסטער האט עס געטוען - כ'בין געווען א אביוזד קינד, ווען כ'האב געוויינט האט מיר מיין מאמע נישט קעיר גענומען נאר מיין שוועסטער!
ווען כ'בין קומען לכלל דעת, עכ"פ אויף יענע השגות, האב איך אלץ געהאט שמחות, דא א וואכנאכט און מארגן א ברית און כ'האב געקענט קומען שפעט אין חדר. קיינער, קיינער אין מיין חדר האט נישט געהאט אזויפיל שמחות ווי מיר. יעדע איין אהאלב יאר א ברודער אדער שוועסטער חתונה.
כ'האב נישט באקומען א נייע רעקל ביי יעדע חתונה, דער חתן'ס ברודער האט יא!
געלט? וואס ווייסט א קינד וועגן געלט! כ'האב געוויסט אז יענעמ'ס טאטע האט אסאך געלט, זיין טאטע איז אפי' א מיליאנער, און מיין טאטע איז א מחוסר לחם, אבער וואס האט יענער געהאט מער פון מיר? א שענערע העמעד? מ'האמיר עס ביידע שנעל שמוציג געמאכט! א שענערע הויז? המממממ.... טאקע, אבער ס'אחילוק, איך שפיל ביי זייער הויז אסאך, ער לאזט מיר אלץ דארט זיין!
איינטריט קארד'ס, געלט אין קעמפ, וואס נאך? איבעראל האט זיך אנגעמערקט אז מיין טאטע האט נישט איבריגס. כ'בין געווען אין "קאנטיען" נאר איין מאל א וואך!
כ'בין קיינמאל נישט געווען דעם מלמד'ס ציהל צו כאפן פעטש, אחוץ ווען יא, אבער נאר פאר אביסל, אנדערע קינדער האבן געכאפט מער שלעק.
מיינע מלמדים האבן נישט געקוקט אויף מיר, נישט לרע און נישט למוטב!
כ'האב געהאט א הערליכע בר מצוה. טראץ וואס מיינע עלטערן האבן שוין געהאלט ביים בר מצוה פון די איינע פון די אינגערע קינדער, און ס'איז געווען אין א שווערע צייט פון יאר, איז עס געווען אין א שיינע זאל, א הערליכע תפילין קעיק וואס די מאמע האט אליין געמאכט, און בעיקר אסאך מתנות פון אלע חתונה געהאטע שוועסטערס און ברודער...
פארוואס האב נאר איך געמוזט אזויפיל מוטשען אז מ'זאל מיר מאכן א תפילין קעיק?!
אלץ בחור, וואס? געמאכט א לעבן! טאקע איין מגיד שיעור האט מיר שלעכט באהאנדעלט, אבער מיינע עלטערן זענען געווען אויף מיין זייט. זיי האבן זיך אנגענומען פאר מיר, זיי האבן מיר ארויסגענומען פון יענע ישיבה און געלייגט ערגעץ אנדערש ווי כ'האב גראדע געהאט א שטיקל תכלית ברוב הימים!
הממממממ... מ'האט מיך אוועקגעשיקט פונדערהיים זייער אינג, כליפ כליפ כליפ!
פעסט פארווארד אפאר יאר, אלץ בחור איז אלעס געווען גאנץ פיין, קיינמאל נישט געווען אויף צרות ב"ה, געהאט פיינע חברים, געלערנט, גוט געדאוונעט, די עלטערן האבן געהאט נחת (היינט ווייסעך וואס ס'מיינט עכט...). כ'האב טאקע געטוישט ישיבות צוויי מאל במשך מיינע זיבן בחורישע יארן, אבער גארנישט איז נישט געווען געפערליך!
מיין טאטע האט מיר נישט פארשטאנען, ער האט נישט אויסגעהאלטן אז מ'ווארפט מיך ארויס, ער האט מיר געוואלט אריינלייגן אין א ישיבה וואס כ'האב בשו"א נישט געוואלט (ווער האט דיר געפרעגט, אהא?)!
מזל טוב, כ'בין א חתן געווארן, טאקע אביסל שפעטער ווי מיינע חברים, אבער אין די שטאט וואס כ'האב עכט געוואלט אנקומען, און די משפחה איז ב"ה א פיינע משפחה, ממש ענבי הגפן בענבי הגפן!
געווארן א חתן "שפעט", עכ"פ לויט יענע השגות, שוין נישט געהאט קיין חברים פארוועם צו טיילן ציגראטן!
נאך די חתונה... וועם גייט דען נישט גוט? עכט, קיינעם נישט! מ'ווייסט דאך נאכנישט אין וואספארא וועלט מ'איז הערשט אריין, אבער מיר איז גאנץ גוט געגאנען. א קינד צום יאר, א דזשאב גאנץ פיין, א קאר (לא"ל) און א טעלעפאון, און כ'האב אפי' געהאט א קאוטש אין מיין דיינונג רום!
דא העלען מיר נישט אריינגיין... נאר אזויפיל, כ'האב געארבייט ביטער שווער אויף א פלאץ וואס כ'האב געוויסט אז ס'נישט פאר מיר!
פרנסה ב"ה האט מיר קיינמאל נישט "עכט" געפעלט (חוץ ווען יא, איז אויך נאר געווען פאר א שטיק צייט, וואס באמת אנדערע האבן זיך דענמאלט, ביים גרויסן קראך, אסאך מער געמוטשעט, מילא נישט געפערליך, מ'דארף דאך עפעס דורכגיין אויך, יא?), כ'האב אלץ געהאט און כ'האב יעצט אויך א גוטע דזשאב, אמת מ'ארבייט שווער (וואאאאאססססס? ער שרייבט אויף אייוועלט און ער ארבייט שווער??!! #מ'האט_שוין_געהערט_אזאנס!) אבער אדם לעמל יולד און ס'איז און ס'וואלט געקענט זיין אסאך ארגער.
מיינע פראבלעמן אין די ארבייט קענען אויפנעמען א בוך!
געזונט? וואס רעדט איר. געלויבט זיין זיסן נאמען זעמיר נאך קיינמאל נישט געווען אין שפיטאל, נאר פאר א לאך אין קאפ, א איינגעבויגענע פינגער, ביים געבורט פון עטליכע קינדער בחסדי ה', באזוכן א זיידע פון צוויי און ניינציג יאר, און נאך אפאר מאל מבקר חולה זיין! ב"ה כ'האב נאך קיינמאל נישט גערופן די הצלה, חסדי ה' כי לא תמנו, אוי באשעפער האסט דאך מיר אזוי שטארק ליעב!
אויף דעם קען איך גארנישט קאמפלעינען, דאס אליין איז ביי מאנכע א פראבלעם![]()
באדאם ליין: מ'קען אלעס דרייען אויף וועלכע ריכטונג "דער מענטש" וויל. ווי דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע האט געזאגט (געהערט פון הר"ר אלימלך בידערמאן שליט"א): דעם פעקיל באקומט פון הקב"ה אבער וויאזוי עס צו נעמען נעמט מען זיך אליין!
