בלאט 1 פון 4
בין איך טאקע פון די 'באשערט צו ליידן גרופע'?...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 12:21 am
דורך כווייס נישט
מה' מצעדי גבר כוננו ודרכו יחפץ, כי מאתו לא תצא הרעות והטוב.
איך וויל זיך חס וחלילה נישט אפרעדן אויף מיין מצב, און ח"ו זיך נישט מתרעם זיין אויף קוב"ה, אדרבה איך דאנק און לויב דעם באשעפער על כל החסד אשר עשה עמדי ועם כל בני ביתי מעודי ועד היום הזה. אבער למעשה לייד איך אסאך און ס'איז מיר אינטערסאנט צו וויסן צו נאר איך לייד, איך לעב אין א דמיון אז רוב עולם לעבט על מי מנוחות, אדער אין דבר כזה, יעדער ליידט זה בכה וזה בכה.
לאמיר דאס אביסל מער מסביר זיין.
לויט ווי עס איז 'מיר' אנגענומען ביז איצט, זענען פארהאן פיר סארט קאטאגאריעס צווישן כלל ישראל.
1) די וואס זייער ליידן איז ליידער פארמענאנט רח"ל, לדוגמא, א פעלער ברמ"ח איבריהם, א ערנסטע מענטל אישא, קיין קינדער, מען האט ל"ע א נישט געזונט קינד, וכו'.
2) די וואס עס איז רח"ל געשען ביי זיי א איינמאליגע ערענסטע טראגעדיע, ווי פארלוירן עלטערן אינגערהייט, פארלוירן א קינד, א צייטווייליגע קראנקהייט, יושב בסתר, גירושין, עלטערע בחור, געווארט לאנג אויף קינדער וכו'.
3) א נארמאלע מענטש, אהן קיין אויסנאמען, אבער דאך ליידט ער כסדר מסיבה מסיבות שונות, כאטש אז אויף א מילדערע פארנעם, צב"ש א ארעמאן, א עצלן, א שוואכע בעל כשרון, וכו'.
4) א מענטש וואס אויסער די טאג טעגליכע דאגות, האט ער בדרך כלל א רואיגע געשמאקע לעבן.
חסדי ה', איך קען מיר אריינלייגן אין קאטאגאריע 3, כן יעזור ה' להלאה. איך בין א נארמאלע אינגערמאן, א נארמאלע משפחה, אבער דאך כל ימי מלא כעס ומכאובים, איך קען נישט אנצייגן אויף א תקופה אין לעבן וואס איז מיר באמת גוט געגאנגען, איך האב אסאך געליטן, און איך לייד ליידער ווייטער, מיט ליידן מיין איך ענינים וואס שטערן דעם טאג טעגליכן לעבן, ענינים וואס נעמען איבער דעם מענטשן און לויפן איהם נאך טאג איין טאג אויס. איך וויל נישט מפרט זיין פונקטליך, כאטש אז בערך א חלק קען מען פון די קומענדיגע שורות.
על כל פנים, מיין ציהל איז דא נישט זיך אויסגעבן און שאפן רחמנות געפילן, נאר איך וויל פשוט וויסן צו איך לעב אין א דמיון אז רוב, צו עכ"פ א חלק הניכר, פון כלל ישראל לעבן זיך א רואיגע געשמאקע לעבן, אדער איך בין מיך פשוט טועה און איך בין בלויז א איד ווי אלע אידן, יעדער טראגט כסדר א שווער פעקל מיט זיך, מימי נעוריו עד זיבולא בתרייתא.
איך וואלט געוואלט בעטן ווער עס וויליג, צו נעמען אפאר רואיגע מינוט און אויספילן די פאלגענדע פראגן, איך וועל זיי אויך אויספילן, און אזוי ארום קען מען זיך איבערצייגן וואס עס איז דער אמת'ע מצב ביי אידישע קינדער.
א- וועלכע פון די פיר דערמאנטע קאטאגאריעס וואלט איר זיך אריינגעלייגט. (1) (2) (3) (4).
-- אויב זענט איר 2-3-4 דאן ביטע גייט ווייטער--
ב - אייער קינדער יארן ביילייפיג, - געווען געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
ג - אייער בחורישע יארן ביילייפיג - געווען געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
ד - אייער יארן נאך די חתונה ביילייפיג - געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
ה- די קשר מיט אייער עלטערן - אלץ געווען אין ארדענוג(1), געהאט פראבלעמען און פאראכטן (2), נישט ווי עס דארף זיין (3), זייער נישט אין ארדענונג (4)
ו - די שלום בית איז - געשמאק(1), נארמאל (2), כסדר פראבלעמען(3) ערענסטע פראבלעמען(4).
ז - די מצב הפרנסה - ברייט(1) - די מחסורו(2), ענג(3), גאר ענג(4).
ח - אייער זשאב - צופרידן דערמיט(1), ווי א טאג(2), נישט צופרידן(3), זייער נישט צופרידן(4).
ט - די קינדער - מען שעפט נחת(1) כסדר פראבלעמען(2) ערענסטע פראבלעמען(3).
י - פיזישע געזונט צושטאנד - בריאות השלימות(1) שוואכע געזונטהייט פראבלעם(2) ערנסטע פראבלעמען(3).
יא - גייסטישע געזונט צושטאנד - בריאות השלימות(1) שוואכע כסדר'דיגע פראבלעם(2) ערנסטע פראבלעמען(3).
יב - אייער כשרון - שטארק קלוג(1), קלוג(2), בינוני(3), שוואך(4)
יג - די הויז - וואוינט ברייט(1) באקוועם(2) ענג(3) גאר ענג(4)
יד - דיין טאג איז - רואיג(1), נארמאל(2), פאריאגט(3)
טו - דיין חברים - האסט נאנטע חברים(1), נישט ספעציעל(2), בכלל נישט(3)
טז - בין הבריות שפירסטו דיך - מען שעצט דיר(1), א מענטש צווישן מענטשן(2), אראפגעקוקט(3).
יז - אייער דאווענען - איר שפירט א סיפוק הנפש (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
יח - אייער לערנען - איר שפירט איר זענט יוצא (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
יט - אייער התנהגות/מידות/יר"ש - מער וויינגער אקעי (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
זאל דער באשעפער בענטשן יעדעם און באגליקן בכל מילי דמיטב און אויפרעכטן יעדעס אידיש קינד עס זאל קיינעם גארנישט פעלן ברוחניות ובגשמיות עדי נזכה לביאת גו"צ אמן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 12:32 am
דורך כווייס נישט
כווייס נישט האט געשריבן:
א- וועלכע פון די פיר דערמאנטע קאטאגאריעס וואלט איר זיך אריינגעלייגט. (1) (2) (3) (4).
3
ב - אייער קינדער יארן ביילייפיג, - געווען געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
3-4
ג - אייער בחורישע יארן ביילייפיג - געווען געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
4
ד - אייער יארן נאך די חתונה ביילייפיג - געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
3-4
ה- די קשר מיט אייער עלטערן - אלץ געווען אין ארדענוג(1), געהאט פראבלעמען און פאראכטן (2), נישט ווי עס דארף זיין (3), עקסטרעם נישט אין ארדענונג (4)
3
ו - די שלום בית איז - געשמאק(1), נארמאל (2), כסדר פראבלעמען(3) ערענסטע פראבלעמען(4).
3
ז - די מצב הפרנסה - ברייט(1) - די מחסורו(2), ענג(3), גאר ענג(4).
2-3
ח - אייער זשאב - צופרידן דערמיט(1), ווי א טאג(2), נישט צופרידן(3), זייער נישט צופרידן(4).
2
ט - די קינדער - מען שעפט נחת(1) כסדר פראבלעמען(2) ערענסטע פראבלעמען(3).
1
י - פיזישע געזונט צושטאנד - בריאות השלימות(1) כסדר'דיגע געזונטהייט פראבלעם(2) ערנסטע פראבלעמען(3).
1
יא - גייסטישע געזונט צושטאנד - בריאות השלימות(1) שוואכע כסדר'דיגע פראבלעם(2) ערנסטע פראבלעמען(3).
2
יב - אייער כשרון - שטארק קלוג(1), קלוג(2), בינוני(3), שוואך(4)
2
יג - די הויז - וואוינט ברייט(1) באקוועם(2) ענג(3) גאר ענג(4)
2
יד - דיין טאג איז - רואיג(1), נארמאל(2), פאריאגט(3)
2-3
יד - אייער דאווענען - איר שפירט א סיפוק הנפש (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
2-3
טו- אייער לערנען - איר שפירט איר זענט יוצא (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
2
טז - אייער התנהגות/מידות/יר"ש - מער וויינגער אקעי (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
2-3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 12:41 am
דורך למעלה משבעים
זעענדיג די קעפל, און נאכמער ליינענדיג דעם ארטיקל זינגט זיך אטאמאטיש דעם ניגון...
viewtopic.php?p=761878#p761878
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 12:42 am
דורך דער תהילים איד
WOW
א אינגגערמאן זאל זיך אזוי גוט ארויסהאבן על כל פרט ופרט?!
דאס אידעך א חצי ישועה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 1:03 am
דורך לטב עביד
ר' איד איר קודם לכל זאלט וויזען אז דיין מצב קוקט אויס גאנץ בסדר ב''ה, נאר וואס דען לויט וויאזוי עס קוקט מיר אויס צווישען די שורות האט איר געהאט גאנץ א שווערע יוגנט בנוסף די אי קשר מיט דיינע עלטרען דאס קען זיין א שטארקע גורם פארוואס איר קענט זיך נישט מסדר זיין, לכאורה ווען דאס וועט זיין מסודער וועלן די אנדערע פראבלעמן פארשווינדן ווערן, ודוק ותשכח כי קצרתי מאוד,
אויף שאלה י''א רוב מענטשען גייען אריין צווישען 2 3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 1:10 am
דורך ידיד
אוי ווי גוט דו זאגסט! דער ניגון איז דאך ממש דעזיינט פאר הרב "כווייס נישט".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 1:12 am
דורך דער תהילים איד
לטב עביד האט געשריבן:אויף שאלה י''א רוב מענטשען גייען אריין צווישען 2 3
געדענק איך אלס בחור אין קרית יואל פלעג מען נאכזאגן פון "דאקטאר זאלענקא" אז ער וויל אז די ווילידש זאל אים גיבן צוטריט צו די וואסער קאנאלען, ער וויל דארט אריינלייגן געוויסע מעדיצינען וואס די גאנצע שטאט וואלט געמעגט נעמען...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:06 am
דורך גבריאל
צדיק'ל האסט פארפאס א וויכטיגע קאטעגאריע
5) על אף זייענדיג אין די ערשטע, צווייטע, אדער דריטע קאטעגאריעס גייען זיי אן מיט א שטארקע עפעקטיווע לעבן אמאל נאך שענער און געשמאקער ווי דער אין די פערדע קאטעגאריע.
----
איך ווייס נישט דיינע מצבים אבער אנשטאט זיך אריינציטוען מיט סטאטיסטיק וואס ברענגט קיין תועלת, ענדערש לייג אריין דיין קאפ צו טראכטען
"וויאזוי קען איך מאכען בעסער מיין לעבן?"
"וויאזוי קען איך מאכען בעסער מיין שלום בית?"
"וואזוי קען איך מאכען בעסער מיין פרנסה?"
"וויאזוי קען איך מאכען בעסער מיין קשר מיט מיינע עלטערן?"
און אזוי ווייטער...
"וואס זאל איך טוהן אנדערש וואס וועט מיך מאכען מער צופרידן?" וכו' וכ'
אז די וועסט זיין אויף אזא גאנג וועסטו זעהן א נייע און שענערע וועלט
מיט הצלחה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:09 am
דורך Alien
אלץ א איד מיט געפיל צו א צווייטען. פארשטיי איך דיר זייער גוט. אסאך מאל ווען א מענטש רעדט זיך אויס פאר א צווייטען, אויב דער וואס הערט אויס זאגט א גוט ווארט, פילט מען זיך נישט פארשטאנען. מען טראכט אז וויבאלד יענער איז נישט אין מיין שיך, פארשטייט ער מיך נישט. ער זאגט מיר א גוט ווארט וויל ער האט נישט קיין געדולד צו מיין קוועטשערייען.
וויל איך דיר זאגן, איך האב געליינט דיין ווייטאג, און איך פארשטיי דיר. צווייטענס איך האלט זייער נישט פון פארקןיפן לאקשען אבי צו ברואיגען. מיין מיינונג איז אז בארואיגען מיט נארישקייטן האט א פארקערטע ווירקונג. עס גיבט א געפיל, אז זיין מצב איז אזוי געפערליך, ער מוז אנקומען צו נארישקייטן מיך צו בארואיגן.
דעריבער וויל איך זאלסט וויסן איך מיין זייער ערנסט מיט וואס איך זאג. איך זאג נישט ווייל אזוי פירט מען זיך צו ענפערן אין א אזא פאל.נאר איך גלייב און איבערצייגט מיט וואס איך זאג.
זיי נישט אזוי צובראכען. יעדער האט א פעקל. די באשעפער איז דער וואס גיבט געזונט פרנסה נחת און וואס נישט?.. דו ביסט און א מצב וואס דער רבוש"ע האט דיר געגעבען פאר א נסיון. ער האט דיר עס געגעבן וויל ער ווייסט אז דו ביסט ביכולת זיך ארויסצוזען דערפון אן קיין דעמעדזש. ווען נישט וואלט ער דיר עס נישט געגעבען. די באשעפער האט דיר עס נישט געגעבען רענדאמלי פיקט. ער האט געזאגט איך וויל געבן דעם פעקל פאר פלוני ופלוני.
ס'שווער? טאקע דאס איז די נסיון. די חכמה איז נישט זיך צו פארלירן. מיט א שמייכל גייט עס אסאך גרינגער.
וואס איך זאל שמייכלען אויך? יא! א שמייכל בארואיגט און מאכט גריגער. בדוק ומנוסה. א שמייכל צווינגט אריין א מענטש אין א בעסערע מאָד. ווען מען איז אויפגעלייגט איז די מח מער ברייטער צו טראכטען פאזיטיוו. און ווען מען טראכט פאזיטיוו קומט מען אויף מיט גוטע איידיעס.
הצלחה בכל אשר תפנה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:00 am
דורך פאמיליעמירעלס
רב כ'ווייס נישט.
אז דו האסט נחת פון די קינדער לוינט זיך אלעס. [אודאי צריך לתקן מה ששייך].
כ'האב אמאל געהערט פון איינעם פון די גדולי ירושלים ז"ל ער האט פארציילט אז מ'האט אמאל גערעדט ביי איינע פון די פריערדיגע גדולי הדור בין הדברים איבער איינעם וואס איז אים געגאנגען עפעס אלעס גוט בגשמיות האט דער גדול געזאגט מ'קען צונעמען נחת פון די קינדער, אלעס אין איינעם איז דא ביי קיינעם.
דִּבֵּר עִמָּנוּ כַּמָּה פְּעָמִים מֵעִנְיַן יִסּוּרֵי עוֹלָם הַזֶּה
שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים
אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה
וַאֲפִילּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים וַאֲפִילּוּ הַשָּׂרִים
אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם. הַזֶּה כְּלָל
כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת
וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד
וְכָל אֶחָד יֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מְיֻחָדִים
וְאֵין גַּם אֶחָד מִכָּל הַגְּבִירִים וְהַשָּׂרִים, שֶׁיִּהְיֶה לוֹ הַכּל כְּסֵדֶר כִּרְצוֹנוֹ תָּמִיד
וְכֻלָּם כְּאֶחָד מְלֵאִים יִסּוּרִים וּדְאָגוֹת תָּמִיד
וְזֶה בָּרוּר וְיָדוּעַ לְכָל מִי שֶׁבָּקִי קְצָת בָּהֶם וּבְדַרְכֵיהֶם
וְכַמָּה פְּעָמִים דִּבַּרְנוּ מִזֶּה, וְהָיִינוּ רוֹאִים בְּעֵינֵינוּ כָּל זאת
וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁנִּדְמֶה עָלָיו
שֶׁיֵּשׁ לוֹ הָעוֹלָם הַזֶּה בִּשְׁלֵמוּת וְיֵשׁ לוֹ כָּל הַתַּעֲנוּגִים.
עשֶׁר וּנְכָסִים וְכָבוֹד וְהוֹן רַב וְאַרְמוֹנִים גְּדוֹלִים וְכֵלִים נִפְלָאִים וְתַכְשִׁיטִין וּסְגֻלַּת מְלָכִים וְכוּ'
אִם יִסְתַּכְּלוּ בּוֹ הֵיטֵב, הוּא גַּם כֵּן מָלֵא כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת הַרְבֵּה
תָּמִיד בְּכַמָּה מִינֵי אֳפָנִים וְעִנְיָנִים, כַּנִּרְאֶה בְּחוּשׁ
וְאֵין צָרִיך לְבָאֵר זאת לְמִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ מחַ בְּקָדְקֳדוֹ וּמִסְתַּכֵּל קְצָת בָּהֶם בֶּאֱמֶת
וּכְמוֹ שֶׁאָמַר שְׁלמה הַמֶּלֶך עָלָיו הַשָּׁלוֹם: "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת" וְכוּ'
וּכְתִיב: "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רגֶז"
וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטן וְעַד גָּדוֹל
כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רגֶז וְיִסּוּרִים
וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה
כִּי אִם לִבְרחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה
"אָדָם לְעָמָל יוּלָד" 'אַשְׁרֵי מִי. שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'
הַיְנוּ מֵאַחַר שֶׁכָּל אָדָם נוֹלָד לְעָמָל
וְאִי אֶפְשָׁר לְהִמָּלֵט מִזֶּה בְּשׁוּם אפֶן
אֲפִילּוּ אִם יִהְיֶה לוֹ כָּל חֲלָלֵי דְּעָלְמָא
בְּוַדַּאי יִהְיֶה לוֹ עָמָל וְיִסּוּרִים וּדְאָגוֹת הַרְבֵּה
עַל כֵּן הֶחָכָם עֵינָיו בְּראשׁוֹ
שֶׁיַּהֲפך הֶעָמָל לְעָמָל שֶׁל תּוֹרָה
אֲשֶׁר בִּשְׁבִיל זֶה נוֹלָד שֶׁיַּעֲמל בַּתּוֹרָה
וְאָז אַשְׁרֵי לוֹ, כִּי נִצּוֹל מֵעֲמַל הָעוֹלָם הַזֶּה וְזוֹכֶה לְחַיֵּי עוֹלָם הַבָּא
עָנָה וְאָמַר רַבֵּנוּ, זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה
הִנֵּה הַכּל אוֹמְרִים, שֶׁיֵּשׁ עוֹלָם הַזֶּה וְעוֹלָם הַבָּא
וְהִנֵּה עוֹלָם הַבָּא אָנוּ מַאֲמִינִים שֶׁיֵּשׁ עוֹלָם הַבָּא
אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם
כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם
כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד
ואמר שאין נמצא שום עולם הזה כלל.
(ליקו"מ ח"ב סי' קי"ט)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:22 am
דורך וויכטיג מאכער
ווי אנדערע האבן שוין צוגעצייכענט, די באקאנטע ניגון - מעשה פון ר' איציקל נעשכיזער זי"ע איז די ריכטיגע ענטפער אויף דיין פראגע... אבער איך וועלעס נעמען א סטעפ ווייטער...
איך האב אמאל געהערט פון איינעם (כ'געדענק נישט ווער) אז יעדע מענטש מאכט מיט אויף די האר די זעלבע אויף די וועלט! איינער מאכטעס מיט יונג, איינער עלטער, איינער מיט געלט, איינער מיט געזונט, איינער מיט אנדערע פראבלעמען...
איי העסטע טרעפן געוויסע מענטשן וואס פאר דיר קוקט אויס אז ס'גייט זיי אלעס גוט? איז קודם, יענעמס גראז איז גרינער... דו ווייסט נישט יענעמ'ס מצב הבריאות, יענעמ'ס שלום בית וכד'...
אבער מער פון דעם... ווען דער עושר וואס האט 50 מיליאון דאללער אין באנק פאלט אדורך מיט א דיעל פון 20 מיליאון דאללער, איז עס ביי אים פונקט אזא ווייטאג ווי ביים פשוט'ן ארבייטער וואס האט דערלייגט 500 דאללער! ווען דער נגיד פון שטאט באקומט א לא נתקבל פאר זיין בחור אין ישיבה און ער דארף זיך בעטן, אפילו נאר איין מאל אז מ'זאל אריינעמען זיין בחור אין ישיבה, איז עס אים סאך א גרעסערע עגמות נפש ווי פארן פשוט'ן יוד וואס דארף זיך בעטן 3 וואכן מ'זאל אננעמען זיין בחור...
ווען א געזונטער מענטש האט אביסל ווייטאג איזעס אים סאך שווערער ווי דער וואס זיצט אין שפיטאל טאג טעגליך און ער האט אביסל ווייטאג...
און די זעלבע פארקערט... דער ארעמאן טרעפט שמחה ווען ער האט 100 דאללער אדורכצושטיפן דעם טאג, משא"כ 1000 דאללער ברענגט נישט קיין שמחה פארן עושר...
גוטע נייעס פונעם דאקטער אז ביז 3 וואכן ענדיגט זיך די קרענק ל"ע איז א שמחה פארן קראנקן וואס דער געזונטער האט נישט און וועטעס קיינמאל נישט פארשטיין!
די פוינט איז, ווי מער סוקסעספול א מענטש איז אין זיין פיעלד, (געלט - געזונט - קינדער...) אלס שווערער איז אים יעדע קליינע פראבלעם, און אלס מער טוט אים וויי יעדע קליינעקייט! און אלס ווייניגער טשאנסן פאר שמחה - א גוטן טאג אין לעבן האט ער...
דאס איז חוץ א מעשה אז ווען מ'טראכט גוט אריין זעהט מען אז געלט איז באמת גארנישט! ס'איז נאר די שמחת הנפש וואס געלט קען ברענגען... נו, אויב קענסטו האבן שמחת החיים אן געלט, און דער עושר מיט געלט קען נישט האבן קיין שמחה... וועכע איז בעסער?
און מ'זעהטעס טאקע ביי דיר, די פאקט אז ביי דיין גרעיד ביי "נחת פון די קינדער" איז גוט - טראצדעם וואס אלע אנדערע גרעידס וואס דארפן כלאמפערשט צוברענגען דערצו זענען נישט אזוי גוט, ווייזט טאקע אז ס'איז צוויי באזונדערע זאכן... געלט מיט שמחה גייען נישט אייביג צוזאמען... א גוטע יוגענט מיט נחת האבן נישט אייביג קיין פארבונדונג...
און גלייב מיר, דער עושר וואס מוטשעצעך מיט צער גידול בנים... ער האט נישט קיין נחת... ער וואלט אלעס אוועקגעגעבן! ער וואלצעך גערן געטוישט מיט דיר בלויז צו זעהן אביסל נחת...
און לאמער נישט פארגעסן, דער באשעפער איז די בעסטע בוק-קיפער וואסי נאר דא! יעדע זאך מיט א חשבון פונקטליך אויסגערעכענט! ער ווייסט וואס יעדער קען פארנעמען און וואס מ'קען יעדעם שיקן... דער באשעפער ווייסט פונקטליך וואס דו דארפסט און וואס ס'איז גוט פאר דיר... ער גייטערעס דעליווערן אויף א גאלדענעם טאץ! דזשאסט סיט בעק, און ענדזשוי די שאו! און געדענק "די בעסט איז יעט טו קאם"...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 8:31 am
דורך private
וויכי געוואלדיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 8:46 am
דורך קנאפער ידען
Wow wow wow, וואט עי אשכול!
מ'מוז שרייבן נאר נאמבער'ס אדער מ'קען שרייבן ענפערס מיט ווערטער?
אגב: מ'קען עס צעטיילן אין אזוי סאך מער קאטעגאריעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 9:36 am
דורך ידיד
וויכי, נישט געקענט בעסער ארויסברענגן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 9:42 am
דורך מילכיגער
פון מעלות
בענקסטו דיך נאך דיינע קינדער יארן? טרעפסטו דיך זאגן "איי, ווי נעמט מען די קינדערישע דאגות?
א מוראדיגע קשיא, פארוואס טאקע? פארוואס בענקט מען זיך דערנאך? איז דען די דאגה פון מיטוואך משפטים אין כתה ח' מיט א האר ווייניגער ווי פאר'ן ערשטן ווען מ'דארף באצאלן רענט? נארוואסדען? די תירוץ איז ווייל צוריקקוקנדיג זענען די דאגות פון דעמאלס אזוי קליינליך קעגן די היינטיגע אז ס'לאכט זיך פשוט וויזוי מ'האט געקענט דעמאלס אפילו דאגה'נען...
ר' איד! איך האב פאר אייך נייעס. די אלע היינטיגע דאגות גייען זיין אט אזוי און צוואנציג יאר ארום. "יעדער" אין סיי וועלכע מצב קוקט אויף זיין מצב פון אמאל און ער לאכט ווזוי מ'האט אפילו געקענט דאגה'נען דעמאלס (צי ווייל ער האט שוין ל"ע גרעסערע דאגות, צי ווייל ער אלעס האט זיך אויסגעלאזט אזוי גוט צו עפ"י רוב ווייל די דאגות האבן זיך פלעין געטוישט...)
דאס אלעס איז פאר'ן אריינגיין אין דיין עצם אנקעטע...
אגב. אריזיגן ייש"כ פאר אלע תגובות ביז דא און פון דא און ווייטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 10:04 am
דורך מילכיגער
כלפי דיין אנקעטע איז זיכער אז ס'דא מענטשן וואס ליידן מער איינער פונ'ם צווייטן ודלא כוויכי. נאר וויכי איז גערעכט אז אלעס האט מיט די ATTITUDE פונ'ם מענטש. מרדכי איז געווען בשפל השפלות און המן ברום המעלה און המן האט נאך אלס געזאגט וכל זה אינני שוה לי. ממילא איז פשוט אוממעגליך צו מעסטן.
ועוד אז אלע צרות וואס איינער האט זענען לפי ערך פון זיינע ערווארטונגען. ווער ליידט מער איינער ביי וועם זיין פלאמבינג ארבייט נישט א שעה פאר'ן זמן צו פראנץ יאזעף וואס האט כלל נישט געהאט פלאמבינג? איינער וואס זיין עירקאנדישן גייט נישט צו קעניג נאפאלעאן וואס האט נישטאמאל געוואוסט וואס דאס איז? (ווי זאגט ער? נישט ממש באט יו געט די פוינט...)
מ'קען גיין ווייטער און ווייטער אבער איין נקודה נאך מוז איך ארויסברענגען.
טאמער חייב אדם לברך על הרעה איז געווען אמת אמאל איז דאס נאך א סאך מער היינט! אז מ'טראכט אריין זענט מען ווי א סאך היינטיגע צרות זענען אמאל געווען רוטין. זאל איך רעדן פון צער גידול בנים וואס אמאל האט עס געמיינט אז 90% משפחות האבן פארלוירן א קינד? חוסר פרנסה היינט קעגן הונגער פשוטו כמשמעו אמאל? די טראגעדיע פון א מיטל יעריגער מענטש היינט וואס שטארבט בשעת אמאל האט 60 יאר געהייסן אריכות ימים (גיי קוק נאך...) צו פארלירן א פרוי ביים געבורט וואס איז הייינט ב"ה כמעט אומדערהערט? מ'קען גיין ווייטער אבער דיינו. די נקודה איז נישט חלילה אוועקצומאכן די צרה. נאר זיך מחזק צו זיין אז אונז לעב מיר אין ימות המשיח (עיקבתא) און אפגיבן א שבח אויף וואס מ'האט און אויך איינזען אז די אלע מיטמאכענישן וואס א מענטש האט זענען נאר לויט וויזוי ער קוקט דערויף.
און יא! ווי מ'זאגט אויף ענגליש "איי (ק)נאו מיי שיער אוו טראבל טו"...
חזק ואמץ! און זיי מיר מוחל פאר מיינע ווערטער טאמער צוליב אומ'מסודר'דיגקייט איז עס שלעכט ארויסגעברענגט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 10:15 am
דורך זאלץוואסער
די תירוץ צו דיין שאלה אויפן קעפל פון דעם אשכול איז:
ניין!
פאר מער דיטעילס קענט איר מיך קאנטאקטן אין אישי, אויף
zaltzvaser@gmail.com
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 10:35 am
דורך שמעלקא טויב
וויכי ידידי,
רעדסט דברים של טעם, ס'איז אזוי אמת, יעדער ליידט זיך זיין פעקיל. דאס ווארט אז יעדער מאכט מיט די זעלבע אין לעבן האב איך געהערט פון הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א בשם האדמו"ר בעל פני מנחם מגור זצ"ל. ער האט געזאגט פאר א בחור וואס איז אים געגאנגען שווער, באמת שווער, יעדער האט זיך זיין פארציע פראבלעמן, יעדער גייט אדורך די זעלבע מאס פראבלעמן אין לעבן, אבער אין די אינגע יארן קומט עס מיט חריין ווען ס'איז גרינגער צו עסן! ודפח"ח.
בנוגע דאס האב איך נעכטן געהאט א אינטערסאנטע עפיזאד וואס הערשט יעצט בארעכטיג איך עס.
פאר א געוויסע סיבה איז מיין קאר נישט געווען אין באניץ האב איך געדארפט א היטש אהיים ביינאכט פון ביהמ"ד, פרעג איך א אינגערמאן וואס וואוינט לעבן מיר ווען גייסטו אהיים? ענטפערט ער אין א דריי פערטל שעה! וואס איז? פרעגט ער, זאג איך, עה, כ'על שוין טרעפן, כ'דארף אהיימגיין! הייבט ער זיך אויף, קום כ'קען דיר טראגן! און דער צדיק איז מיר מסביר: איינער וואס האט אלץ א קאר איז אסאך שווערער ווען ער האט עס נישט ווי איינער וואס האט קיינמאל נישט!
כ'האב געהאלטן ס'איז אביסל אומיושר, ווייל כ'בין אלץ lucky דארף איך אלץ האבן? אבער אזוי איז דער מציאות כדברי וויכי לעיל.
יעצט הרב כ'ווייס נישט, אויף דיינע פראגעס וועל איך נישט יעצט ענטפערן, כ'האב א פראגע בעפאר דעם: ווער בין איך????????
ס'גייט מיר אזוי ס'גייט מיר אהין, כ'דארף קודם וויסן ווער איך בין, וואס איז מיין תפקיד דא, פארוואס האט מיר דער בורא עולם געשיקט פאר א זיבעציג יאר אויף דעם עולם? וואס וויל ער פון מיר טאג טעגליך? ווי אהין איז מיין ציהל?
ווען א איד קען זיך, הכר את עמצך, ער ווייסט וואס ער וויל און וואס ער דארף, ווער ער איז און פארוואס ער איז דא, קען מען נאכאמאל באטראכטן די פראגעס וואס איר פרעגט, זעהן צו ס'גייט אהער צו אהין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 11:47 am
דורך גרויזאמער
וויכטיג מאכער, דברים של טעם, קען נישט בעסער געזאגט ווערן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 12:33 pm
דורך farshlufen
קאן מען דער פארלערנען גאנץ חובת הלבבות על רגל אחת?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 1:53 pm
דורך פריי זיך
מילכיגער האט געשריבן:טאמער חייב אדם לברך על הרעה איז געווען אמת אמאל איז דאס נאך א סאך מער היינט! אז מ'טראכט אריין זענט מען ווי א סאך היינטיגע צרות זענען אמאל געווען רוטין. זאל איך רעדן פון צער גידול בנים וואס אמאל האט עס געמיינט אז 90% משפחות האבן פארלוירן א קינד? חוסר פרנסה היינט קעגן הונגער פשוטו כמשמעו אמאל? די טראגעדיע פון א מיטל יעריגער מענטש היינט וואס שטארבט בשעת אמאל האט 60 יאר געהייסן אריכות ימים (גיי קוק נאך...) צו פארלירן א פרוי ביים געבורט וואס איז הייינט ב"ה כמעט אומדערהערט? מ'קען גיין ווייטער אבער דיינו. די נקודה איז נישט חלילה אוועקצומאכן די צרה. נאר זיך מחזק צו זיין אז אונז לעב מיר אין ימות המשיח (עיקבתא) און אפגיבן א שבח אויף וואס מ'האט און אויך איינזען אז די אלע מיטמאכענישן וואס א מענטש האט זענען נאר לויט וויזוי ער קוקט דערויף.
יא יא, אבער פארגעס נישט אז ווען 90% משפחות פארלירן א קינד, לא עלינו ולא עליכם, איז דער צרה אויטאמאטיש סך א קלענערע און אזוי אויך מיט די אנדערע זאכן וואס האסט אויסגערעכענט. מ'קען עס נישט קוקן מיט היינטיגע גלעזער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:03 pm
דורך Alien
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:31 pm
דורך ידיד
פריי זיך האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:טאמער חייב אדם לברך על הרעה איז געווען אמת אמאל איז דאס נאך א סאך מער היינט! אז מ'טראכט אריין זענט מען ווי א סאך היינטיגע צרות זענען אמאל געווען רוטין. זאל איך רעדן פון צער גידול בנים וואס אמאל האט עס געמיינט אז 90% משפחות האבן פארלוירן א קינד? חוסר פרנסה היינט קעגן הונגער פשוטו כמשמעו אמאל? די טראגעדיע פון א מיטל יעריגער מענטש היינט וואס שטארבט בשעת אמאל האט 60 יאר געהייסן אריכות ימים (גיי קוק נאך...) צו פארלירן א פרוי ביים געבורט וואס איז הייינט ב"ה כמעט אומדערהערט? מ'קען גיין ווייטער אבער דיינו. די נקודה איז נישט חלילה אוועקצומאכן די צרה. נאר זיך מחזק צו זיין אז אונז לעב מיר אין ימות המשיח (עיקבתא) און אפגיבן א שבח אויף וואס מ'האט און אויך איינזען אז די אלע מיטמאכענישן וואס א מענטש האט זענען נאר לויט וויזוי ער קוקט דערויף.
יא יא, אבער פארגעס נישט אז ווען 90% משפחות פארלירן א קינד, לא עלינו ולא עליכם, איז דער צרה אויטאמאטיש סך א קלענערע און אזוי אויך מיט די אנדערע זאכן וואס האסט אויסגערעכענט. מ'קען עס נישט קוקן מיט היינטיגע גלעזער
פריי זיך, דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט דא.
אין אנדערע ווערטער האסטו ארויסגעברענגט אז די וועג וויאזוי א מענטש נעמט אויף א שוועריקייט האט נישט אזוי ווייט מיט ווי גרויס די צרה איז, נאר ענדערש מיט די וועג וויאזוי ער קוקט עס אן, ווייל דער פראבלעם ווערט נישט במציאות קלענער ווען אסאך אנדערע האבן עס אויך, ס'איז נאר דעם מענטשנ'ס בליק דערויף וואס האט זיך געטוישט. און אט דאס איז דער עיקר אויף וואס מ'דארף ארבעטן, צו טוישן דעם וועג וויאזוי מען קוקט אויפן פראבלעם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:41 pm
דורך Alien
אנביליעוועבעל. די אשכול א הייליג ספר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:44 pm
דורך מאנ-יימער
געהערט די זעלבע נקודה פון ר' עזריאל טויבער שליט"א, אז ווען די נארם וואלט געווען צו האבן נישט געזונטע קינדער וואלט די ווייטאג נישט געוען אזוי גרויס ממילא ווענד זיך עס וויאזוי מען קוקט עס אן.
אבער באמת מיין איך אז ס'איז נישט גערעכט, ווייל טאקע דאס וויבאלד ס'איז נישט די נארם און איך בין אנדערש פון יעדעם דאס איז א גרויס חלק פון די ווייטאג.