Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קענסט טוישען דיין מצב!

מאנטאג נובמבר 18, 2013 8:43 pm

איך האב פריער דערמאנט בקיצור, און אויך יעצט האב איך נישט קיין צייט מאריך צו זיין צופיהל, אבער דאך עטוואס מער אויסשמועסען.

כמעט אלע תגובות דא דרייען זיך ארום (איינער פון) צוויי נקודות: אז יעדער אויף דער וועלט האט זיין אייגענע פעקעל טא זאל מען זיך נישט אומקוקען אויף יענעם כאילו ביי איהם איז בעסער, און אז מען זאל זיך מחזק זיין דורך ישיחנו מדעתו אדער ישיחנו לאחרים וכדומה. איך קלער אבער אז עיקר חסר מן הספר, ווייל מען פארגעסט וואס איז דער עיקר ציהל פון יסורים, און וויאזוי מען קען זיך פארבעסערען דער מצב.

דאס איז אמאל זיכער אז דער אויבעשטער איז א טוב ומטיב כולו טוב כביכול, וואס וויל עס זאל גוט גיין פאר יעדען יוד בכל הפרטים. דער פראבלעם איז נאר ווי דער פסוק זאגט שמנת עבית כשית, וישמן ישורון ויבעט. ווען מען האט פון אלעם גוטען פארגעסט מען ווער עס שיקט עס און וואס ער פארלאנגט פון אונז, און מען איז חלילה בועט. דאס איז די טבע הבריאה, און כמעט יעדער ווערט נכשל דערין. ווען עס פאסירט אזא מצב האט כביכול נישט קיין ברירה נאר ער מוז געבען א שטיקעל א קיצעל, מען זאל זיך דערמאנען אין איהם, און זיך דערנענטערען צוריק.

אין ענגליש איז דא א שפריכווארט "There are no atheists in a foxhole" - ווען די סאלדאטען ליגען באהאלטען אין זייערע גרובער (פאקסהאול) בשעת'ן מלחמה, ווען דער פייף פון פליהנדע הארמאטען דרינגט ביזען נשמה אריין, ווערען אלע לייט גלויביגע, און יעדער איטליכע רופט אויס איש אל אלקיו. ווען מען שטייט פאר א פראבלעם דערמאנט מען זיך ווער איז דער 'קאנדאקטער פונעם באן', און מען איז זיך מתבונן אז בלויז ער האט דער כח צו בייטען דעם 'זיץ'.

דאס איז למעשה די ציהל און תכלית פון אירגענד וועלכע מיטמאכעניש - לכו ונשובה אל ה', כי הוא טרף וירפאנו יך וחבשנו. דער בוכ"ע ברוב רחמיו וחסדיו, ווען ער זעהט ווי מיר דערווייטערען זיך פון איהם שיקט ער אונז א דערמאנונג אין פארעם פון א פליק אדער א קיצעל, און די כונה איז מיר זאלען זיך דערוועקען און שפרונגען אויף צוריק. ווען מיר טוהן דאס פארלאנגטע קען מען אומקערען דאס שלעכטס און מבטל זיין די יסורים.

אויסער דעם כלליות'דיגען חיוב פוןן תשובה טוהן און זיך צוריק דערנענטערען צום בוכ"ע ית"ש איז דא א מער-ספעציפישע זאך וואס פארלאנגט זיך, וואס מיט דעם מיטעל קען מען נאשען פון אלעם גוטען זאגאר ווען מען איז נישט ראוי. די זאך רופט זיך תפלה, און עס האט בכח צו שפאלטען הימלען און אויפברעכען די שטערקסטע מסכים המבדילים.

ווען א מענטש רופט אויס צום אויבעשטער "אנא ה' הושיעה נא", און ער גלייבט באמונה אז דער אויבעשטער - און טאקע נאר דער אויבעשטער - קען איהם העלפען, וועט דער אויבעשטער איהם טאקע העלפען. די עצה איז נישט נאר געזאגט פאר שווערע פראבלעמען ווי למשל א האלבע מיליאן דאלער חובות צי א שווערע מחלה ה"י, נאר אויף יעדע קלייניגקייט אין לעבען דארף מען אנווענדען דעם מיטעל.

עס ווערט פארציילט אז די לחסידים פונעם הייליגען רבי פון לובלין האבען אמאל געהערט דעם רבי ווי ער בעט ביי שמו"ע אז די משרתת זאל זיך אומקערען. זיי האבען פראבירט אריינצוטייטשען פארשידענע פשטים און ענינים נשגבים, זה בכה וזה בכה, אבער דער הייליגע חוזה זי"ע האט זיי ערקלערט אז ער האט געמיינט דברים פשוטים כמשמעם. די משרתת אינדערהיים האט זיך אפגעזאגט, און די רעביצין מוטשעט זיך גאר שווער אלעס אליין מסדר צו זיין, האט ער געבעטען ביים כל יכול ער זאל העלפען.

ווען א יוד זוכט א פארקינג אדער ער וויל די קוגעל זאל געלונגען, ווען ער האפט צו באקומען א כיבוד אדער ווען ער וויל קענען אויפשטיין פרי, ווען ער וויל זעהן נחת און ווען ער האפט אויף פרנסה, איז אויף דעם אלעם דא בלויז איין אדרעס פונעם משול ושליט וואס קען העלפען און נאכגעבען די בקשות, און צו איהם דארף מען זיך ווענדען.

איז צום שלוס, טאמער איינער איז נישט צופרידען פון זיין מצב - פון אירגענד וואס - זאל ער מקיים זיין דעם ותשובה (תיקון המעשים, און נתקרב ווערען צום באשעפער), ותפלה (אויסשרייען צום כל יכול מיט א געבעט), וצדקה (טוהן מעשים טובים בקום ועשה), וועט ער האפענטליך זוכה זיין צום מעבירין את רוע הגזירה.


נ.ב. איך האב בכתובים א שמועס וואס איז נוגע מענין לענין באותו ענין, וואס איך האף בעזה"י באלד ארויפצושטעלען.

Advertisement

שרייב א תגובה

Advertisement