געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 11:11 pm
איך בין באמת נתפעל! אייוועלט האט מיר באקומען א פרישן בליק, עס דרייען זיך דא אידן אשר שכמם למעלה מכל עם, אנגעפילטע כלים מלאים וגדושים בתויר"ש, עס גיסט זיך דא עמער'ס מיט חיזוק, הדרכה, יראת שמים, השקפה, געוואלדיגע נקודות, מורא'דיגע דיבורים, ואילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו! איך גלייב אז נאך אידן אויסער מיר האבן הנאה און וועלן אויך קענען ארויסנעמען א שטארקע תועלת דערפון. ועל כגון דא נאמר אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע ויכתב בספר לפניו.
באמת איז די אשכול פארפארן, עס קען זיין איך בין שולדיג ווייל איך האב געשריבן כסדר 'איך לייד', און אויסגעקוקט ווי איך בין געקומען בעטן חיזוק, - נישט אז עס האט זיך נישט געלוינט - נאר מיין ציהל איז בלויז געווען ארויסבאקומען א בעסערע בליק אויף וואס עס טוט זיך באמת אויפן וועלט, און כ'האב נאכנישט קיין קלארע ענטפער דערויף.
אבער אז דער עולם האט דא זיך אנגערופן מיט אזעלכע שיינע מאמרים, וויל איך בלויז צוגעבן א שטארקע ווארט וואס קען ארויסהעלפן אין סיי וועלכע מצב מען געפונט זיך.
----
די גמרא אין נדרים דערציילט אז ווען רחל די טאכטער פונעם גרויסן עושר כלבא שבוע האט געוואלט חתונה האבן מיטן פאסטוך עקיבא - דער שפעטערדיגע הייליגע תנא ר' עקיבא פון וועמענ'ס אור התורה מיר געניסן עד היום הזה - איז איר פאטער שטארק בייז געווארן און געמאכט א נדר אז זיין טאכטער זאל נישט נהנה זיין פון איהם אפילו א שוה פרוטה.
די טאכטער די צדיקת האט אבער נישט געקוקט אויף גארנישט, און נאכן באקומען א צוזאג פון ר' עקיבא אז ער וועט גיין לערנען תורה נאך די חתונה, האט זי חתונה געהאט מיט איהם און געלעבט און גרויס דחקות.
איין טאג האבן זיי געפילט אז דאס איז דאס, די דחקות איז געווארן אומדערטרעגליך, מען קען עס מער נישט אויסהאלטן. פון הימל האט מען זיי געוואלט מחזק זיין, האט מען געשיקט אליהו הנביא פארשטעלט ווי ארעמאן, און ער איז געקומען קלאפן אויף זייער טיר, זאגענדיג אז זיין ווייב האט איצט געבוירן א קינד און ער בעהט אביסל שטרוי פאר א בעטל פארן קינד. ר' עקיבא האט גערן געשאנקן דאס ביסל שטרוי און זיך דאן אנגערופן צו זיין אשת חיל, "זעהסט רחל, מען דארף זיך טרייסטן, עס איז דא מענטשן וואס זענען נאך אין א ערגערע מצב ווי אונז".
פרעגט רבי חיים שמואלעוויץ ז"ל, דער ר"י פון מיר, א געוואלדיגע קשיא. "וואס הייסט דאס?? אז מען וויל מען פון הימל מחזק זיין ר' עקיבא שיקט מען איהם אליהו פארשטעלט ווי ארימאן?! זאל מען איהם פארשטעלן ווי אן עושר און זאל ער מיטברענגן א פולן בייטל גאלדענע רענדלעך און דאס איבערלאזן ביי זיי אין שטוב! דאס הייסט חיזוק! דאס וואלט בעסער אויפגעטוהן!"
זאגט ר' חיים א מורא'דיגע דערהער, ובלשונו "
די שליסל פון שמחה איז דורך קוקן אויף איינעם וואס איז אין א נידעריגע מצב ווי דיר!", ווען גיבט אליהו פאר ר' עקיבא ורחל א בייטל געלט וואלטן זיי נאך געקענט האבן הונדערטער אנדערע סיבות פארוואס נישט צו זיין צופרידן, אבער מיטן קוקן אויף איינעם וואס איז ווייניגער ווי זיי, און אנערקענען וואס עס וואלט געקענט אלץ זיין, דאן ווערן די אלע סיבות פארשוואונדן, אלע פראבלעמען ווערן קלענער, און מען פרייט זיך מיט וואס מען האט יא.
א מורא'דיג ווארט!
די עצה נוצט טאקע אין אלע אומשטענדן, סיי וועלכע מצב מען געפינט זיך קען מען אלץ טרעפן איינער וואס איז ערגער, און זיך מחזק זיין מיט וואס מען האט יא.
בדרך אגב, אז מען רעדט שוין פון אידישע צרות, כ'האב געהערט נאכזאגן פון אדמו"ר מתו"א זי"ע, אז די צווייטע וועלט מלחמה איז דאס לעצטע מאל וואס כלל ישראל וועט ליידן בכלליות, פון דאן און ווייטער וועט דאס זיין בפרטיות, זייער אסאך אידן וועלן ביי זיך אינדערהיים מיטמאכן שווערע צרות. זאל דער באשעפער האלטן די רעכטע האנט און משפיע זיין פאר אלע אידן כל טוב וטב. בלויז חסדים גלוים.
----
אצינד צוריק צום ענין
ווי געשריבן איז די נושא פארפארן, לאמיר פרובירן צו איר ברענגן צו די ריכטיגע רעלסן, איך וועל אביסל צו משנה צורה זיין די פראגע.
נניח איך בין מלא חיזוק, איך בין מקבל אלעס באהבה ובחיבה, (ובפרט נאך די אלע אמת'ע דיבורים און די פריערדיגע תגובות), אבער למעשה האט איך כסדר טאג טעגליך 'פראבלעמען' נאר איך שטארק מיר אויפן העכסטן פארנעם, על כל גל וגל נענתי לו ראש, וממילא 'חיזוק' איז נישט די אישא דא, איך וויל בלויז וויסן די '
סטאטיסטיקס'.
- האט יעדער איינער 'פראבלעמען' אויף וואס מען דארף זיך כסדר שטארקן, אדער עס איז דא א חלק הניכר וואס האבן א גאנץ געמיטליך לעבן?עס איז זיכער אז עס איז דא א בארדער-ליין צוווישן א געמיטליך לעבן און א שווערערע לעבן.
איך זעה, עטליכע שרייבן אז נישט, און עטליכע אז יא, אויב איז דאס טאקע אזוי דאן אשרי להם ואשרי חלקם, זאל דער באשעפער העלפן ביי יעדעם אזוי, און דאן ווייס איך די תירוץ אויף מיין שאלה, אז איך בין פון די
'גרופע באשערט (זיך כסדר)
צו (שטארקן אויף מיינע)
ליידן'.
לעצט פאראכטן דורך
כווייס נישט אום זונטאג נובמבר 17, 2013 10:14 am, פאראכטן געווארן 4 מאל בסך הכל.
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 11:18 pm
א הערליכע אשכול! נישט געוואוסט אז אלע וועלט בארימטע משפיעים זענען מעמבערס דא ביי אונז..
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 11:25 pm
derech eretz האט געשריבן:א הערליכע אשכול! נישט געוואוסט אז אלע וועלט בארימטע משפיעים זענען מעמבערס דא ביי אונז..
נישט אלע
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 11:40 pm
באקומען אין אישי מהרוצה ב"ש, איך וועל לאזן א צווייטן מאכן א סך הכל דערפון..
[מחמת פרייווענסי סיבות וויל איך נישט ענפערן דיינע שאלות ברבים מיט מיין ניק, שיק איך דיר עס דא פריוואט און אויב דו ווילסט קענסטו עס ארויסלייגן אן מיין ניק שרייבענדיג אז איינער האט דיר עס געשיקט אין אישי!]
א- וועלכע פון די פיר דערמאנטע קאטאגאריעס וואלט איר זיך אריינגעלייגט. (1) (2) (3) (4).
כ'מיין אז אוועראלל בין איך א פיר.
-- אויב זענט איר 2-3-4 דאן ביטע גייט ווייטער--
ב - אייער קינדער יארן ביילייפיג, - געווען געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
לויט וואס איך געדענק יעצט (1), אבער איך בין בטבע אזוי -און אסאך מענטשן זענען אזוי - אז די שלעכטע חלקים פארגעסט מען און די גוטע געדענקט מען.
ג - אייער בחורישע יארן ביילייפיג - געווען געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
בדרך כלל איז עס געווען (1), אבער ס'האבן זיך געמאכט פראבלעמען דא און דארט און אפילו היבש גרויסע, כ'מיין אז כ'בין אבער קיינמאל צוגעקומען צו א צעבראכענקייט און אנגעזעצטקייט.
ד - אייער יארן נאך די חתונה ביילייפיג - געשמאק(1), נארמאל (2), געהאט פראבלעמען(3) געהאט ערענסטע פראבלעמען(4).
.(1)
ה- די קשר מיט אייער עלטערן - אלץ געווען אין ארדענוג(1), געהאט פראבלעמען און פאראכטן (2), נישט ווי עס דארף זיין (3), זייער נישט אין ארדענונג (4)
דער נישט-קשר וואס כ'האב געהאט מיט די עלטערן איז געווען אלעס און ארדענונג א (1), אבער איך זאג נישט-קשר ווייל איך בין בטבע א שטארק אינדעפענדענט און פארמאכטער במילא איז עס נישט געווען קיין געהעריגע קשר.
ו - די שלום בית איז - געשמאק(1), נארמאל (2), כסדר פראבלעמען(3) ערענסטע פראבלעמען(4).
געהאט אפאר עכט מעידזשאר פראבלעמען אבער ס'האט זיך פון הימל - אן קיין דרויסענדיגע הילף - אזוי שיין מסדר געווען ביז גאר, און איך וואלט אים געגעבן א (1+).
ז - די מצב הפרנסה - ברייט(1) - די מחסורו(2), ענג(3), גאר ענג(4).
א (2), פון טאש צום מויל.
ח - אייער זשאב - צופרידן דערמיט(1), ווי א טאג(2), נישט צופרידן(3), זייער נישט צופרידן(4).
(1) על אף וואס כ'וואלט גענומען א בעסערע ווען כ'טרעף.
ט - די קינדער - מען שעפט נחת(1) כסדר פראבלעמען(2) ערענסטע פראבלעמען(3).
(1).
י - פיזישע געזונט צושטאנד - בריאות השלימות(1) שוואכע געזונטהייט פראבלעם(2) ערנסטע פראבלעמען(3).
(2).
יא - גייסטישע געזונט צושטאנד - בריאות השלימות(1) שוואכע כסדר'דיגע פראבלעם(2) ערנסטע פראבלעמען(3).
(1).
יב - אייער כשרון - שטארק קלוג(1), קלוג(2), בינוני(3), שוואך(4)
(2), געוויסע וואלטן געזאגט (1).
יג - די הויז - וואוינט ברייט(1) באקוועם(2) ענג(3) גאר ענג(4)
(2).
יד - דיין טאג איז - רואיג(1), נארמאל(2), פאריאגט(3)
(3).
טו - דיין חברים - האסט נאנטע חברים(1), נישט ספעציעל(2), בכלל נישט(3)
(2).
טז - בין הבריות שפירסטו דיך - מען שעצט דיר(1), א מענטש צווישן מענטשן(2), אראפגעקוקט(3).
איך שטיי אביסל ארויס, אבער לאו דוקא אראפגעקוקט.
יז - אייער דאווענען - איר שפירט א סיפוק הנפש (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
(3).
יח - אייער לערנען - איר שפירט איר זענט יוצא (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
(1) אין כמות, (2) אין איכות.
יט - אייער התנהגות/מידות/יר"ש - מער וויינגער אקעי (1) קען זיין בעסער(2) דארף א ערנסטע תיקון(3)
צווישן (2) און (3).
פרייטאג נובמבר 15, 2013 6:25 am
ר׳ כװייס, איך װייס נישט צו דער עולם האט גענטפערט לויט װי איר האט געהאפט (דערװייל עכ״פ), אבער דאס איז א מאל זיכער אז אויסער די געװאלדיגע טובת הנאה װאס מיר אלע האבען דא געהאט -אייך אריינגערעכנט- פון די געװאלדיגע חיזוק רייד װאס מען האט דא אויפגעברענגט, װייזט דאס קלאר אז איר זענט א געװאלדיגער בעל זכיה װייל מגלגלין זכות על ידי זכאי!! װען מען זעט װיא דער עולם באלעקט זיך דא די פינגער מיט דעם אשכול קענסט די פארשטיין א ביסעלע װאספארע חיות די האסט דא פאר אן א שיעור אידן געברענגט. ואשרי חלקך!!! אין אזעליכע אשכולות װיא עס קימט פריש ארויס די פנימיות פין די טייערע לעכטיגע אידישע נשמות דא אזש עס שרייט זיך ארויס מי כעמך ישראל! אשרינו מה טוב חלקינו להיות בתוך עם קדוש זה!
אין מיט דעם װיל איך טאקע דאנקען אלע טייערע חבירים דא כל אחד בשמו הטוב יבורך װאס האבען זיך גענימען די מי מחזק צו זיין אונז אלע, חזק חזק ונתחזק! בברכת ישר כח!!
פרייטאג נובמבר 15, 2013 9:41 am
געהערט אמאל פון א קליגן איד:
א פראבלעם דריקט נאר אויפן געוויסן ווילאנג די האסט נישט געטון די נעקסטע שריט וואס איז בידך צו טון צו פארעכטן די פראבלעם
היוצא מזה אז נישט די פראבלעם איז וואס דריקט נאר די מעשה וואס איז נישט געטן געווארן.
להערה בעלמא
פרייטאג נובמבר 15, 2013 10:20 am
גאר ציפעדיגע פוינט פון המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א (גליון הליכות החיים, די היינטיגע וואך, פ' וישלח תשע"ד)
פרייטאג נובמבר 15, 2013 10:25 am
גרויזאמער: מוראדיגע מעשה, ישר כח!
דער רבי זאגט: טראכט גוט ווען זיין גוט, און איך לייג צו: ווייל ס'איז באמת גוט!
פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:10 pm
כווייס נישט האט געשריבן:אצינד צוריק צום ענין
ווי געשריבן איז די נושא פארפארן, לאמיר פרובירן צו איר ברענגן צו די ריכטיגע רעלסן, איך וועל אביסל צו משנה צורה זיין די פראגע.
איך בין מלא חיזוק, איך בין מקבל אלעס באהבה ובחיבה, (ובפרט נאך די אלע אמת'ע דיבורים און די פריערדיגע תגובות), אבער למעשה האט איך כסדר טאג טעגליך 'פראבלעמען' נאר איך שטארק מיר אויפן העכסטן פארנעם, על כל גל וגל נענתי לו ראש, וממילא 'חיזוק' איז נישט די אישא דא, איך וויל בלויז וויסן די 'סטאטיסטיקס'.
- האט יעדער איינער 'פראבלעמען' אויף וואס מען דארף זיך כסדר שטארקן, אדער עס איז דא א חלק הניכר וואס האבן א גאנץ געמיטליך לעבן?
עס איז זיכער אז עס איז דא א בארדער-ליין צוווישן א געמיטליך לעבן און א שווערערע לעבן.
איך זעה, עטליכע שרייבן אז נישט, און עטליכע אז יא, אויב איז דאס טאקע אזוי דאן אשרי להם ואשרי חלקם, זאל דער באשעפער העלפן ביי יעדעם אזוי, און דאן ווייס איך די תירוץ אויף מיין שאלה, אז איך בין פון די 'גרופע באשערט (זיך כסדר) צו (שטארקן אויף מיינע) ליידן'.
דער תירוץ אויף דיין שאלה איז: "יא, דו ביסט צווישן די גרופע וואס עס איז זיי באשערט צו ליידן", און דער גרופע האט נאך א נאמען - "די מענטש", יעדער מענטש האט פראבלעמען ערענסטער און קלענער, און ווי דער עולם האט שוין דא געשריבן זענען די וואס דרייען זיך געמיטלעך וכו' פשוט אזעלכע וואס [לאו דוקא ארבעטן זיי דערויף, ס'קען זיין מטבעם] זיי נעמען אלעס אן גרינג און געגאנגען ווייטער, ווי מ'רופט עס "איזי גאוינג".
פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:25 pm
זייער שיינע חיזוק דא, אבער הלכה למעשה, וואס טוט מען ווען דער לענדלארד פארפירט אז מען איז שוין שולדיג 3 חדשים רענט און דו האסט נישט קיין דאלער אין טאש און ער סטראשעט מיטן פארשיקן? און ווען מען קלינגט פון די מוסדות אז ביז א וואך שיקט מען אהיים די קינדער ווייל מען איז שולדיג איבער 5 טויזענט דאלער? איך גלייב אז דער באשעפער ווייסט וואס איז דאס בעסטע פאר מיר, אבער ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה? ווי אזוי "נעמט מען אן זאכן גרינג און געגאנגען ווייטער"?
פרייטאג נובמבר 15, 2013 12:43 pm
גרויסען ישר כח פאר די מעשה גרויזי.
שמעק, מען קען עס נישט מאכען "גרינגער" נאר מיט ביטחון וואס איז זייער שווער ווען מען איז אין א צרה. אבער מען דארף פראבירן דאס מערסטע וואס מ'קען, עס זאל האבן די קלענסטע השפעה אויפן הנהגה וואס מעגליך.
שבת נובמבר 16, 2013 8:48 pm
איך גיי נישט אויספאקען מיין פעקל יעצט, עוד חזון. אבער די אשכול גיבט חיזוק אז די זאך וואס הייסט 'שוועריקייט' איז א צרת רבים, ס'באשערט פאר יעדעם.
יעדע מענטש האט פונעם געבוירן ביזן שטארבן, דורך אויס זיין גאנצע מהלך החיים ירידות און עליות, פראבלעמען און אלע ענינים, ס'ווענט זיך נאר ווי אזוי מען עסט עס. און צי מען איז עס גרייט צי פארגעסן,
שבת נובמבר 16, 2013 9:34 pm
שמעק_טאביק האט געשריבן:זייער שיינע חיזוק דא, אבער הלכה למעשה, וואס טוט מען ווען דער לענדלארד פארפירט אז מען איז שוין שולדיג 3 חדשים רענט און דו האסט נישט קיין דאלער אין טאש און ער סטראשעט מיטן פארשיקן? און ווען מען קלינגט פון די מוסדות אז ביז א וואך שיקט מען אהיים די קינדער ווייל מען איז שולדיג איבער 5 טויזענט דאלער? איך גלייב אז דער באשעפער ווייסט וואס איז דאס בעסטע פאר מיר, אבער ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה? ווי אזוי "נעמט מען אן זאכן גרינג און געגאנגען ווייטער"?
יעצט בעטסטו א עצה. דאס איז א אנדערע מעשה. זיכען א עצה און ליידען איז צווי זאכן.
לעצט פאראכטן דורך
Alien אום זונטאג נובמבר 17, 2013 10:34 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
זונטאג נובמבר 17, 2013 2:04 am
בנוגע נסיון העוני, מבשרי אחזה, פון א געוויסן שטאנדפונקט איז דאס פון די שווערסטע פראבלעמען א מענטשן קען האבן. עס פייניגט די געוויסן טאג און נאכט, עס איז נישט שייך מעלים עין צו זיין דערפון, עס איז נישט שייך אנצוגיין מיטן לעבן אזוי, יעדע מינוט קומט ארויף א צווייטע זאך וואס קלאפט אין קאפ צו דערמאנען אז מען דארף געלט, מען שפירט זיך ווי מען קומט אהן צו א דעד-ענד וואס איז נישט שייך צו אנטלויפן דערפון. אויסער דעם מאכט דאס פילן דערנידערט און צוקלאפט, מען שפירט זיך א לא-יצלח, מען שעמט זיך זייער דערמיט, עס נעמט אוועק די גאנצע חיות פון א מענטש. נישט אומזיסט זאגן אונז חז"ל די שרעקעדיגע אויסדרוקן 'עני חשוב כמת' 'עניות מעביר את האדם על דעתו ועל דעת קונו', ווי אויך 'ממונו של אדם מעמידו על רגליו' שמכלל הן אתה שומע לאו. מען שפירט דאס ממש בחוש.
סאו וואס איז טאקע די סעלוטשאן.
לענ"ד איז דא צוויי עצות. דאס ערשטע פשוט לאגיש, לאז עס לויפן, פרוביר ווי מער צו מסיח דעת זיין דערפון, רעדט דיר אויס צו דיר אליין, "ממ"נ וואס וועט מיר העלפן דאס דאגה'נען? וועל איך האבן געלט וועל איך באצאלן, וועל איך נישט האבן קען איך דאך סיי ווי גארנישט טוהן, און וואס ס'וועט זיין וועט סייווי זיין, נו וואס האב איך צו טראכטן דערוועגן". דאס קומט טאקע נאר נאכן זיין א מח שליט על הלב, אבער נאך אסאך מאל זיך איינחזרן צו זיך אליין וועט דאס אנהייבן שלאגן ווארצלן. פרוביר צו טרעפן חיות אין אנדערע זאכן און לאז נישט דעם פראבלעם זאל דיר איבערנעמען. זארג דיר נישט אז די וועסט לכבוד דעם פארגעסן פון דיינע חובות, זיי וועלן דיר נאך גוט דערמאנען. עס איז שווער דאס צו טוהן אבער עס איז אסאך שווערער דאס נישט צו טוהן. ועצה טובה לזה, שרייב דיר אפ אויף א ביכל אלע חובות, אלע הוצאות וואס ווארטן אויף געלט, אלעס וואס די ווילסט/דארפסט קויפן וכדו', און אלץ ווען עס קומט אונטער א פרישער חוב, שרייב עס דארט אריין, וועסטו שפירן אז די חובות זענען מסודר, און די דארפסט נישט זארגן אויף דעם טאג און נאכט, דער ביכל וועט האלטן חשבון פאר דיר.
פארשטייט זיך אז צו דעם איז אויך וויכטיג אז די ב"ב זאל משתף פעולה זיין און נישט זי זאל זיין דער וואס דערקוטשעט אז מען דארף געלט.
והעצה השניה: ביי א איד איז דאס די ערשטע זאך. שעפ דיר אהן מיט אסאך בטחון און אמונה. צו וויסן און גלייבן אז דער באשעפער ווייסט פונקטליך מיין מצב, ער האט מיר אריינגעפירט און דעם פראבלעם און ער וועט מיר ארויספירן דערפון. עס איז דא ענינים וואס מען דארף מקבל זיין באהבה וויאזוי ס'איז, אבער ביי פרנסה מיינט אמונה און בטחון אז איך גלייב אז וועט זיין באמת גוט. די גאנצע ענין פון פרנסה איז בעצם למעלה מדרך הטבע, וממילא דארף מען זיין פארזיכערט אז מאן דיהיב חיי יהיב מזוני און ער וועט דיר נישט פארלאזן. עס קען אמאל דויערן לאנג, עס זעהט אויס ווי כלו כל הקיצין אבער דער כח פון בטחון ברעכט שטיינערנע מויערן. עס איז בדוק ומנוסה, ווי מער בטחון א איד האט אלס גרעסערע ישועות איז ער ממשיך, אלס מער אפענע נסים זעהט ער, בפרט ביי עניני פרנסה. לאז דעם באשעפער זיין דיין בוק קיפער, ער איז א אייזן גוט, קיינער קען נישט בעסער. השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך. נעם דיין גאנצן פעקל און ווארף עס ארויף אויף השי"ת, אלעס אינאיינעם די חובות מיט די הכנסות, ווי מער די וועסט איהם איבערגעבן אלס מער וועט ער טוהן. לאז דיר פירן פון איהם, העלף איהם נישט דאגה'נען, עס פעהלט בכלל נישט אויס, קענסט רואיג שטיין פון די זייט און צוקוקן וויאזוי ער גייט דאס פירן.
א צווייטע נקודה, טראכט אריין א רגע, דער באשעפער ווייסט דאך שוין פון יעצט פונקטליך וואס עס גייט זיין, ער האט שוין אלעס אנגעגרייט פון פריער, עס איז נישט מער ווי די ווייסט נאכנישט, סא, בי פעשענט. האב געדולד, וועסט אלעס געוואר ווערן ווען די ביזט געווען א קליין קינד ביסטו אמאל געגאנגען מיט דיין מאמע שאפינג? האסטו דיר דען אויסגעקענט מיט די וועגן? ניין, איי ביסט געגאנען בארג ארויף בארג אראפ, געקלעטערט סטעפס, עס איז געווען קאלט און הייס, נאר, האסט דיך פארלאזט מיט צוגעמאכטע אויגן אויפן מאמען וויסענדיג אז זי איז געטריי צו דיר און זיי קען פונקטליך די וועגן און וויאזוי צוריק אהיים צוקומען. ביסט שוין אמאל געפארן מיט באן אין א לאנגע טונעל? איז געקומען אמאל א מינוט וואס די האסט געהאט א הו"א אז עס איז נישטא קיין וועג ארויס? ניין, איי די קענסט נישט דעם וועג, פארוואס? ווייל דו האסט געוואוסט אז דער באהן האט א דרייווער וואס פירט עס און אויב פארט ער דא ווייסט ער אז עס האט א וועג ארויס, ער ווייסט פונקטליך ווי די נעקסטע סטעשאן איז.
מיטן זעלבן תמימות לאז דיר פירן פונעם באשעפער, דער באשעפער איז דיין טאטע און מאמע, ער פירט דיין באן, ער ווייסט ווי די ביסט יעצט און ווי די וועסט אנקומען צום סוף, אבער, ווי מער בטחון די וועסט האבן אלס א בעסערע פלאץ וועסטו אנקומען.
לערן אדורך שטייט און בעיון שער הבטחון פונעם חובת הלבבות, עס איז שוין דא היינט צו באקומען אויך אויף אידיש, עס וועט דיר אסאך גרינגער ווערן, ווי מער בטחון מען האט, אלס מער פיהלט מען ווי מען קען זיך מער און מער פארלאזן אויפן באשעפער און איהם איבערגעבן די דאגות, אלס מער פיהלט מען ווי דער באשעפער ווייסט פונקטליך וואס עס טוט זיך מיט מיר אצינד, אלס מער פיהלט מען אז מען אז נאר ער קען און וועט העלפן. דאס איז אויסער דעם וואס מען איז זוכה צו די געוואלדיגע סגולות וואס בטחון ברענגט מיט זיך.
זונטאג נובמבר 17, 2013 3:10 pm
די גייסט אריין און די קאטאגאריע פון א משפיע, מיט אזא שיינעם מאמר!
ביי א איד איז ביידע נקודות איינס. א איד דארף אלעס לאזן אויפן אייבערשטען, דורכע'ן לערנען אמונה ובטחון ספרים,
השלך על ה' יהבך, והוא יכלכליך!
זונטאג נובמבר 17, 2013 3:46 pm
די סיבה פארוואס איך שרייב איצט איז וויל איך שפיר אז איך קען עפעס צולייגן,
איך וועל דיר שרייבן וואספארא זאכן האבן מיר געהאלפען בעת כאב געהאט שווערע צייטן.
א) מאתו לא תצא הרעות - עס קען פינעם אלמעכטיגען גאט קיין שלעכטס נישט ארויסקימען בשום אין אופן.
ב) דער ערשטער זאך זאגט מען גם זו לטובה דערנאך ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי
ג) מען בעט דעם באשעפער מיט א תפלה קצרה - הראני השם את חסדיך
ד) איך גלייב באמונה שלימה אז וואס דער רבש"ע טוהט מיט מיר איז דאס בעסטע וואס עס קען פאסירען, אינז זענען נאר די מענטשעלעך פינעם פאפעט שאו וד"ל
איך האב פונקט געליינט פין א באקאנטער ראש ישיבה פין מאנסי כקען מיך נישט דערמאנען דעם נאמען יעצט, ער פרעגט וואס איז דער תירוץ וואס דער בת קול האט געענטפערט בעת מ'האט ארויסגעטראגען ר' עקיבא צו הארגענען, די קשיא איז דאך זו תורה וזו שכרה האט דער בת קול געענטפערט שתוק ואם לאו אחזור העולם לתוהו ובוהו
פרעגט ער וואס איז דער תירץ? ענטפערט ער אז דער רבש"ע האט געענטפערט אויב ווילט עטס פארשטיין מיז איך צונעמען דער גאנצער וועלט אין אנפאנגען נאכאמאל פין דאסניי אז עטס זאלטס פארשטיין וואס איך טוה, עס איז אמת אז אינז זימער אין א שווער דור אבער א באשעפער זעמיר נאך אלס געבליבן אין ער קען אינז אין איין מינוט העלפן מיט וואס אינז דארפען.
אין לאמיר נישט פארגעסן פין די צער אין עגמת נפש וואס דער רבש"ע האט מיט דעם וואס אינז זעמיר אזוי ווייט פין איהם אין ער האט ניטאמאל ווי צי נעכטיגען.
ישועת השם כהרף עין
די זאכען האבען מיר מחזק געוועהן הלוואי זאל עס העלפן א צווייטן אויכעט
זונטאג נובמבר 17, 2013 5:42 pm
זייער פיין ר' AHA,
כ'מיין אז אפי' מיר זענען נישט אין די מדרגה אבער מיר דארפ'ן ארויסזאגן די אלע זאכן מיט'ן מויל, דער כלל איז "אתי דיבור ומבטל מחשבה", מ'זאגט און מ'זאגט ביז מ'הייבט באמת אן אזוי צו טראכטן!
זונטאג נובמבר 17, 2013 5:49 pm
שמעק_טאביק האט געשריבן:זייער שיינע חיזוק דא, אבער הלכה למעשה, וואס טוט מען ווען דער לענדלארד פארפירט אז מען איז שוין שולדיג 3 חדשים רענט און דו האסט נישט קיין דאלער אין טאש און ער סטראשעט מיטן פארשיקן? און ווען מען קלינגט פון די מוסדות אז ביז א וואך שיקט מען אהיים די קינדער ווייל מען איז שולדיג איבער 5 טויזענט דאלער? איך גלייב אז דער באשעפער ווייסט וואס איז דאס בעסטע פאר מיר, אבער ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה? ווי אזוי "נעמט מען אן זאכן גרינג און געגאנגען ווייטער"?
שטארקע פראגע
נו מילא, דער גשמיות'דיגע דאגה הע'ט מען זיך אן עצה געבן, ווי אזוי אבער איז מען זיך מחזק אויף דעם רוחניות'דיגן פראבלעם (גזל, לוה רשע ולא ישלם וכו' וכו', חיוב האב על הבן ללמדו תורה ולשלם לו שכ"ל..., חשש נדרים, חיוב צדקה מעשר ועוד ועוד)
מען זאגט עפעס נאך פון גערער רבין זצ"ל א ראיה מפורשת פון פסוק אז חיובים פון א טאטע פאר א קינד, איז געלט נישט קיין תירוץ, אזוי ווי עס שטייט ביי משה רבינו וואס האט געטענה'ט האנכי הריתי את כל העם הזה כי תאמר אלי שאהו בחיקך כאשר ישא האומן את היונק, איז דאך משמע אז דער וועלכער איז יא 'הריתי את הילד הזה' און איז ווירקליך דער 'אומן הנושא את היונק' איז קיין שום תירוץ בעולם אז ער מוז עם צישטעלען אלע הצטרכויות, ואם כן יסתער הקושיא עד לשמים 'כסף מנלן?'.......)
זונטאג נובמבר 17, 2013 6:35 pm
פין איינע פין די ראשונים ברענגט מען נאך אז פונקט ווי א חיצוניותדיגע פראבלעם אויב מען האלט עס אין איין אנריהרען ווערט עס אינפעקטעד אזוי אויך א פנומיותדיגע פראבלעם אויב האלט מען עס אין איין אנכאפן ווערט עס ערגער.
איך האב געהאט כמה זאכן וואב די האסט אויסגערעכנט איז ביי מיר געועהן נאמבער פיר, די איינציגסטע זאך וואס האט מיך געשטעלט אויף די פיס איז געוועהן איז געוועהן מער אמונה.
איך בין קווייט סארפרייזד פין הרב רבי שמעלקא אז די זאכן וואס איך האב פריהער געשריבען זענען העכער פין די יוזשיאל סטענדערד...
סיז מיר שווער צו טראכטן וויאזוי א מענטש קען לעבן אן די בעסיק יסודות.
זונטאג נובמבר 17, 2013 7:05 pm
פלעכטער האט געשריבן:די גייסט אריין און די קאטאגאריע פון א משפיע, מיט אזא שיינעם מאמר!
א משפיע ווייסט איך נישט, אבער א נשפע עכ"פ זיכער, אז מען שרייבט דערוועגן, מען טראכט דערוועגן, העלפט דאס אליין צו ווערן מחוזק.
אגב, נאך א נקודה וואס קען העלפן, איז דער סגולה המיוחדת, דאס ענין פון ברהמ"ז בכוונה, וואס דער חינוך זאגט צו אז איינער וואס בענשט בכוונה לא יחסר לא מזונותיו כל ימיו.
aha
שטארקע נקודות צו חזר'ן און געדענקן. דעס ווארט איבער ואם לאו אחזור העולם לתוהו ובוהו איז א זעלטן שיין ווארט, עס שטאמט פון ר' שבתי יודעלוויטש ז"ל , און קומט מיט א משל איבער א שניידער וואס האט אויפגענייט א בגד פארן מלך וכו' וכו'.
זונטאג נובמבר 17, 2013 7:24 pm
יהיה כן האט געשריבן:שמעק_טאביק האט געשריבן:זייער שיינע חיזוק דא, אבער הלכה למעשה, וואס טוט מען ווען דער לענדלארד פארפירט אז מען איז שוין שולדיג 3 חדשים רענט און דו האסט נישט קיין דאלער אין טאש און ער סטראשעט מיטן פארשיקן? און ווען מען קלינגט פון די מוסדות אז ביז א וואך שיקט מען אהיים די קינדער ווייל מען איז שולדיג איבער 5 טויזענט דאלער? איך גלייב אז דער באשעפער ווייסט וואס איז דאס בעסטע פאר מיר, אבער ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה? ווי אזוי "נעמט מען אן זאכן גרינג און געגאנגען ווייטער"?
שטארקע פראגע
נו מילא, דער גשמיות'דיגע דאגה הע'ט מען זיך אן עצה געבן, ווי אזוי אבער איז מען זיך מחזק אויף דעם רוחניות'דיגן פראבלעם (גזל, לוה רשע ולא ישלם וכו' וכו', חיוב האב על הבן ללמדו תורה ולשלם לו שכ"ל..., חשש נדרים, חיוב צדקה מעשר ועוד ועוד)
מען זאגט עפעס נאך פון גערער רבין זצ"ל א ראיה מפורשת פון פסוק אז חיובים פון א טאטע פאר א קינד, איז געלט נישט קיין תירוץ, אזוי ווי עס שטייט ביי משה רבינו וואס האט געטענה'ט האנכי הריתי את כל העם הזה כי תאמר אלי שאהו בחיקך כאשר ישא האומן את היונק, איז דאך משמע אז דער וועלכער איז יא 'הריתי את הילד הזה' און איז ווירקליך דער 'אומן הנושא את היונק' איז קיין שום תירוץ בעולם אז ער מוז עם צישטעלען אלע הצטרכויות, ואם כן יסתער הקושיא עד לשמים 'כסף מנלן?'.......)
דע קשיא ערגבערט מיר שוין פאר דע לעצטע 20 יאר, למעשה איין זאך קען איך זאגען במשך מיינע יארן האב איך שוין געהאט זייערע שווערע צייטען , ציייטען וואס איך ממש נישט געוויסט וואס איך טי דא ווייטער, און אלעמעל -און ווען איך זאג אלעמאל מיין איך טאקע אלעמאל בלי יוצא מן הכלל- האט מיר דע אייבישטער געהאלפען, איך גלייב יעדער איינער וועט מודה זיין צי דיעם
גייט צי צי יעדע איד וואס האלט ביים חתונה מאכן זיין 3טע, 4טע קינד וועסטי זיען וואס פארא מופתים ער ווועט דיר דערציילן,
גראדע האט מיר אמאל א איד געוויזען אינעם אשל אברהם פינעם באטשאטשער רב אויפן שו"ע אויף דע פסוק
לוה רשע ולא ישלם , איז ער מסביר פארוואס איז ער א רשע? דע וועלט זאגט אז ווייל ער האט געבארגט אן א חשבון ווי אזוי צי באצאלען, למעשה ווייסט מען נישט אלעמאל איז אויסגעהאלטן דע תירוץ,וויפיל מאל האט א מענטש א הינדרעט פראצענטיגע חשבון און למעשה ארבערט זיך עס נישט אויס, נאר זאגט ער אז א איד האט אמת'דיג בטחון אז ער גייט יענעם באצאלן וועט אים דער אייבישטער אים אינטער שיקען וויאזוי צי באצאלן, און אז ער האט נישט באצאלט איז ער א רשע פארן נישט האבן דע בטחון
איין זאך קען זיכער העלפען נישט אויף 100% אבער עס קען זייער א סאך העלפען איז דאס לעבען מיט א חשבון,איך יאג מיר יעצט אבער איך האף נאך צירוק קימען דעים,
מאנטאג נובמבר 18, 2013 9:44 am
AHA האט געשריבן:פין איינע פין די ראשונים ברענגט מען נאך אז פונקט ווי א חיצוניותדיגע פראבלעם אויב מען האלט עס אין איין אנריהרען ווערט עס אינפעקטעד אזוי אויך א פנומיותדיגע פראבלעם אויב האלט מען עס אין איין אנכאפן ווערט עס ערגער.
איך האב געהאט כמה זאכן וואב די האסט אויסגערעכנט איז ביי מיר געועהן נאמבער פיר, די איינציגסטע זאך וואס האט מיך געשטעלט אויף די פיס איז געוועהן איז געוועהן מער אמונה.
איך בין קווייט סארפרייזד פין הרב רבי שמעלקא אז די זאכן וואס איך האב פריהער געשריבען זענען העכער פין די יוזשיאל סטענדערד...
סיז מיר שווער צו טראכטן וויאזוי א מענטש קען לעבן אן די בעסיק יסודות.
אוודאי "דארף" דאס זיין דער סטאנדארט, אן דעם קען נישט, אבער ליידער איז אונזער דור געשלאגן מיט'ן יסוד, סיי מיט קדושה און סיי שמחה. און שמחה מיינט אין יעדע צייט, און דאס קען נאר געשעהן ווען מ'חזר'ט און מ'ווייסט אז אלעס אלעס איז נאר דער איין איינציגער זיסער הייליגער באשעפער.
מאנטאג נובמבר 18, 2013 10:29 am
לעצם השאלה פונעם אשכול, איז דער תירוץ "יא", מיר אלע זענען פון דער זעלבער גרופע, יעדער מענטש אויף דער וועלט איז אין די גרופע, ביי BBM אדער וואטסעפפ קען מען אריינגיין אדער ארויסגיין פון א גרופע, אבער נישט ביי דעם, ווי טייל ניקס האבן שוין מעתיק געווען כמה פסוקים ומאמרים, אדם לעמל יולד, ימי שנותינו בהם שבעים שנה וכו' ורהבם עמל ואון, און נאך אנדערע.
לאמיר דא מעתיק זיין נאך אביסל מפי ספרים וסופרים.
ערשטנס, פון אונזער ימים נוראים דאווענען, דער באקאנטער אדם יסודו, אונטער דעם א שטיקל איז אויך פון יוכ"פ ביי שחרית, וואס יעדן יאר באזונדער גיבן די ווערטער א טרייסל:
דא איז דער באקאנטע הקדמה פונעם ספה"ק מסילת ישרים:
און דא האט איר קלאר און דייטליך פונעם הייליגן באר מים חיים פר' חיי:
מאנטאג נובמבר 18, 2013 1:37 pm
יש"כ, אז דו האסט נאך ברענג ביטע.
מאנטאג נובמבר 18, 2013 3:32 pm