געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:48 pm
קודם כל א הארציגן ישר כח פאר די אלע מגיבים. ספעציעל די וואס האבן ארויסגעברענגט נוצליכע עצות, חיזוק ואמונה, כאטש וואס נישט דאס איז געווען מיין ציהל דא, ווי שפעטער געשריבן.
כ'האב צוגעלייגט נאך עטליכע פראגן צום ליסטע וואס קען אויסמאכן אויף א מענטש'נס טאג.
אצינד על ראשון ראשון ואל אחרון אחרון.
למעלה - טאקע דעם סיפור מיטן ניגון קומט מיר אפט ארויף אין געדאנק, א יש"כ פארן ברענגען דעם לינק צום פולן טעקסט.
לטב - עס איז נישט ווי די לייגסט עס אראפ ואמכ"ל.
גבריאל - למעשה זענען זיי פון די גרופע וועמען עס איז באשערט געווען צו ליידן.
עליען - ווארימע און זיסע פאזעטיווע ווערטער פון הארץ צום הארץ, א הארציגן ישר כח.
פאמיליע - איך שטים צו מיט יעדן ווארט.
וויכטיג - מים קרים על נפש עייפה. חיזוק ותבונה צוזאם געפלאכטן, איבער אלעס דערקענט זיך אז די האסט דיר ממש אריינגעלייגט ארויסצוהאבן דעם מצב און זעהן וואזוי צו העלפן, טענק יו ווערי מאטש. איך וויל טאקע איבערגיין שפעטער איבער די נקודה צו יעדער פילט די פראבלעם לויט זיין מצב.
מילכיגער- האסט עס זייער זייער גוט ארויסגעברענגט. איך וועל באלד דיסקוסירן דעם נקודה. ישר כח פאר דיין דברי חיזוק עס קען צוניץ קומען.
שמעלקא - זייער גערעכט אבער נישט דאס איז מיין ציהל דא. זעה שפעטער.
גרויזאמער - די ספוילסט דא די גאנצע ערענסטקייט.... עניוועי כ'האב דאוןלאודעד דעם פייל, העמיר עס באלד אויסהערן אי"ה.
לעינינו. מיין ציהל איז נישט געווען צו באקומען חיזוק וכדומה, אוודאי אז מען האט פראבלעמען דארף מען זיך מחזק זיין באמונה ובטחון, מען קען באמת זיך מחזק זיין אין יעדן מצב. די אלע עצות קענען גוט צוניץ קומען, און דאס העלפט צו קענען אנגיין מיט א פרישקייט, אבער למעשה זענען מיר נישט און א מדריגה ווי ר' זושא וואס האט ניטאמאל פארשטאנען וואס עס איז איהם שלעכט, מיר פילן יא ווען עפעס גייט נישט גוט, קען זיין מען איז זיך מחזק, מען ווייסט אלעס איז גוט אבער ליידן ליידט מען און אמונה ובטחון זענען נישט קיין מעדעצינען, עס מאכט נישט די פראבלעם אויס פראבלעם, זיי זענען בלויז פעין קיללער'ס, באנדאזשן אויף די וואונדן. ב"ה אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו, מיט יעדעס פעקל קומט מיט א גראבע פארציע חיזוק, און מען איז זיך טאקע כסדר מחזק, מען קען אפשר נוצן נאך אפאר דאזעס, אבער נישט דאס איז די ציהל דא.
וואס כ'האב בעיקר געוואלט איז געווען צו וויסן צו מיין פאנטאזיע אז עס איז דא א חלק וואס ליידן און א חלק וואס ליידן נישט, איז ריכטיג צו נישט. זהו. יעצט קומען וויכטיג און מילכיג און זענען מוסיף נאך א נקודה, אז אפילו איינער האט נישט די פראבלעמען וואס איך האב, נאכאלץ זענען ביי יענעם אסאך קלענערע פראבלעמען, גרעסערע פראבלעמען, און מיט רעכט, ווייל אלעס ווענד זיך צו וואס מען איז צוגעוואוינט, ווי שמעלקא ברענגט עס ארויס מיטן קאר משל. אבער אז מען קוקט איבער די ליסטע פראגן, קען מען זיך איבערצייגן אליין ווי ערענסטע פראבלעמען מען ליידט באמת.
למעשה אבער גלייב איך אז עס יא דא א בארדער-ליין, וואס העכער דעם איז מען א מענטש וואס ליידט אפשר דא און דארט. און אונטער דעם איז מען אין די 'גרופע באשערט צו ליידן'. יהיה איך שיהיה, וואלט איך דאך געוואלט וויסן אז אזוי ווי איך קוק מיר אהן, איך לייד מעודי ועד היום הזה, עס איז טאקע נישט אויפן ארגסטן שטאפל, דער באשעפער זאל מיר אפהיטן אויף ווייטער, אבער סוכ"ס איז דאס לעבן מיר שווער. וויל איך וויסן למעשה, איז דאס ביי יעדעם אזוי צו עס איז נאר א גרופע.
דהיינו, ווי איז ביי אייך טייערע חברים וידידים אייער לעבן.
- שפירט איר אז איר ליידט כסדר טאג טעגליך מיט שטארקע פראבלעמען,
- צו איז דאס בלויז א תקופה אזוי און א תקופה אזוי,
- אדער בדרך כלל לעבט איר א רואיגע לעבן נאר אמאל אמאל מאכט זיך עפעס פאנטשער'ס.דעם חלק וואלט איך זייער געוואלט וויסן.
לעצט פאראכטן דורך
כווייס נישט אום דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:18 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל בסך הכל.
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:50 pm
והעיקר. אז אין יעדע מעמד ומצב עס זאל נאר זיין ווען מען לייגט אריין דאס קעפעלע אין תוה"ק קריגט מען חיות צו איבערהיפן די שווערסטע פראבלעמען.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:57 pm
..
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:02 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:געהערט די זעלבע נקודה פון ר' עזריאל טויבער שליט"א, אז ווען די נארם וואלט געווען צו האבן נישט געזונטע קינדער וואלט די ווייטאג נישט געוען אזוי גרויס ממילא ווענד זיך עס וויאזוי מען קוקט עס אן.
אבער באמת מיין איך אז ס'איז נישט גערעכט, ווייל טאקע דאס וויבאלד ס'איז נישט די נארם און איך בין אנדערש פון יעדעם דאס איז א גרויס חלק פון די ווייטאג.
דעריבער דארף א מענטש ארבעטן אויף זיך נישט זיך נישט צו פארגלייכן צו אנדערע, מאך דיך צו די אויגן פון דאס וואס טוט זיך ביי יענעם, ס'האט נישט מיט דיר קיין שייכות, יעדער מענטש איז אן עולם מלא און אין זיין וועלטל איז דאס דער נארם.
אודאי איז גרינגער צו זאגן ווי צו טון, ס'איז גאר א שווערע ארבעט זיך צו טוישן דעם מהלך המחשבה, און אפי' ווען מ'טראכט שוין יא אויף דעם אופן ווערט נישט דער פראבלעם פארשוואונדן, אבער ס'ווערט אסאך אסאך גרינגער צו לעבן דערמיט.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:23 pm
כווייס נישט האט געשריבן: מיר פילן יא ווען עפעס גייט נישט גוט, קען זיין מען איז זיך מחזק, מען ווייסט אלעס איז גוט אבער ליידן ליידט מען און אמונה ובטחון זענען נישט קיין מעדעצינען, עס מאכט נישט די פראבלעם אויס פראבלעם, זיי זענען בלויז פעין קיללער'ס, באנדאזשן אויף די וואונדן.
נישט אמת!!! אמונה און בטחון איז יא א מעדעצין.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:41 pm
דא איז מיין ענטפער!
באמת איז עס זייער ווייניג, כ'קען ווען שרייבן אגאנצן טאג, כ'האב נאר באמת נישט די צייט דערצו.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:49 pm
דער עולם שרייבט דא זייער פיין.
און ווי אסאך אנדערע האבן שוין ערווענט, "יעדער" ליידט! די סיבה פארוואס עס קוקט דיר אויס ווי יענעם גייט נישט אזוי שווער איז זייער פשוט. ווי בעסער א מענטש קען אפטיילן זיינע פראבלעמען פון זיין יעדען טאגיגע ווירטשאפט, קוקט אויס ווי ער ליידט ווייניגער, און דאן ליידט מען "באמת" ווייניגער.
ס'רוב פראבלעמען זענען נאר ווייל "עס איז א פראבלעם". אויב זענען די פראבלעמען אפגעטיילט פון הנהגה אויף למעשה, איז עס באמת א קלענערע פראבלעם. נאר עס איז זייער ביטער שווער צו "אפטיילן" די צוויי. אבער אביסעל קען מען, און צוביסלאך געוויינט מען זיך איין, אז די צוויי זאכען האבן נישט קיין שייכות, ווערט עס באמת גרינגער.
א שטיקעל עצה איז זיך אינטערהאלטען מיט די זאכען וואס גייט יא גוט. טראכטען פון דעם טאג אין נאכט אן אויפהער. נישט נאר עס מאכט צופרידען - און ווי געזאגט, דאס מאכט די פראבלעם באמת קלענער - נאר עס מאכט אויך אז מען זאל ווייניגער טראכטען פון די פראבלעמען.
אויב האסטו א גוטע קאפ ווי דו שרייבסט, און עס איז נישט צו שווער צו לערנען, איז עס א ריזען עצה - און טאקע אפי' בגשמיות -. קודן עס מאכט פארנימען א שטיק צייט, און עס איז אזא זאך וואס מאכט צופרידן, עס איז א נחת, און ווי געשמיסט, עס וועט ברענגען א אלגעמיינע צופרידענהייט, מיט די פריערדערמאנטע רעזאלטאטן.
אויב איז דאס נישט קיין עצה, דאן קען מען עס מאכען מיטן דאווענען. עס איז שווערער פון איין זייט, אבער גרינגער פון די צווייטע זייט. און אויב דאווענט מען פיין, מאכט עס א זייער זייער שטארקע "צופרידענהייט". נאך א "גוטע דאווענען" שפירט מען זייער גוט. אז מען קען צוקומען צו גאווה, וועט מען זיך שוין זארגען א צווייטע מאל.
(עס איז לכאורה דא אויסנאמן ווי די ווארט גייט "יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל", אבער אין אלגעמיין איז עס אזוי.)
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:01 pm
איך זעה אז גרויזאמער האט אראפגענומען די דרשה פון הר"ר בערל טויבער, אינטערסאנט אז מיר איז יא באשערט געווען דאס אראפצונעמען בשעת עס איז געליגן ברבים, און היות איז שפיר מיך נישט היינט בקו און קען נישט טוהן די געווענליכע פליכטן, האב איך מיך צוגעזעצט און דאס אויסגעהערט מיט גרויס אינטערעסע, און איך מוז מיך באדאנקן פאר הר"ר בערל שליט"א און פאר מר. גרויזאמער, איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פון די טייערע רייד.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:07 pm
איך בין נתעורר געווארן אז קרן שמואל ישעי' פארקויפט דאס
דא איז די לינק
http://www.koltorahonline.com/index.php ... -2915.htmlדי איבריגע פון מיין תגובה האב איך אראפגענומען ווייל איך האב איינגעזעהן אז מיין הומאר האט געקענט שטערן פאר די המשך דא.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:12 pm
מה נאמר ומה נדבר, א הערליכע אשכול פול מיט חיזוק אמונה ובטחון, א דאנק "כווייס נישט" פארן גיין פתיחה,
יעצט צום ענין, יא! לויט ווי דו לייגסט אראפ וואס ס'מיינט ליידן, זענען מיר אלע פון די באשערט צו ליידן גרופע, אדם לעמל יולד, אויף די וועלט לעקט קיינער נישט קיין האניג, איינער מער איינער ווייניגער, אבער איינעם וואס זאל אלעס גיין גוט? דאס וועט מען בעז"ה האבן אויף יענע וועלט.
בטחון איז נישט קיין מעדעצין, ווייל מ'דארף נישט קיין מעדיצין! ווען דו האסט בטחון מיינט נאכנישט אז די קינדער יארן ווערן פלוצלונג גוט, צו דו ווערסט רייך איבערנאכט, נאר צומאל פארגעסט מען וואו מ'איז, מ'מיינט אז מען איז העיר טו סטעי, און פארוואס נאר איך וכו', דערמאנט דיר בטחון אז יש מנהיג לבירה, און מ'איז ס"ה אין די וועיטינג רום וואספארא נפק"מ אויף וועלכע בענקל מ'זוצט,
בקש יעקב לישב בשלווה קפץ עליו רוגזו של יוסף צדיקים מבקשים לישב בשלוה אומר הקבה לא דיין לצדיקים מה שמתוקן להם לעולם הבא אלא שמבקשים לישב בשלווה בעולם הזה (רש"י פ' וישב)
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:13 pm
פריי זיך האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:טאמער חייב אדם לברך על הרעה איז געווען אמת אמאל איז דאס נאך א סאך מער היינט! אז מ'טראכט אריין זענט מען ווי א סאך היינטיגע צרות זענען אמאל געווען רוטין. זאל איך רעדן פון צער גידול בנים וואס אמאל האט עס געמיינט אז 90% משפחות האבן פארלוירן א קינד? חוסר פרנסה היינט קעגן הונגער פשוטו כמשמעו אמאל? די טראגעדיע פון א מיטל יעריגער מענטש היינט וואס שטארבט בשעת אמאל האט 60 יאר געהייסן אריכות ימים (גיי קוק נאך...) צו פארלירן א פרוי ביים געבורט וואס איז הייינט ב"ה כמעט אומדערהערט? מ'קען גיין ווייטער אבער דיינו. די נקודה איז נישט חלילה אוועקצומאכן די צרה. נאר זיך מחזק צו זיין אז אונז לעב מיר אין ימות המשיח (עיקבתא) און אפגיבן א שבח אויף וואס מ'האט און אויך איינזען אז די אלע מיטמאכענישן וואס א מענטש האט זענען נאר לויט וויזוי ער קוקט דערויף.
יא יא, אבער פארגעס נישט אז ווען 90% משפחות פארלירן א קינד, לא עלינו ולא עליכם, איז דער צרה אויטאמאטיש סך א קלענערע און אזוי אויך מיט די אנדערע זאכן וואס האסט אויסגערעכענט. מ'קען עס נישט קוקן מיט היינטיגע גלעזער
זאגסט דאך די זעלבע ווי מיר (כמעט).
מיין נקודה איז אז דו פארשטייסט אז ווען דו פלאגסט דיך אויף דעקן דעם רענט און איינער וועט דיר זאגן "דו ווייסט? באראן ראטשילד פלאגט זיך יעצט געפערליך ער דארף האבן נאך א מעלאנע צו ענדיגן א געשעפט". וואס וועסטו טראכטן? "הלואי אויף מיר די צרות"... ווייטער טאמער וועט ער דיר זאגן "וואס רעסטו דיך אפ? צו ווייסטו נישט אז אין בית שמש איז דא אידן וואס הונגערן פשוט און זענען נישט טועם מער ווי ברויט מיט סאלאטים משבת לשבת" אה! ער רעדט שוין ווערטער...
בעצם זענען ביידע פאלש. ווייל דיין פראבלעם ווערט מיט קיין האר נישט ווייניגער אדער מער נאכן הערן יענעם'ס פראבלעם, האסט דאך נישט באקומען קיין צענט מער אין באנק פאר דיין רענט... וואס טוישט זיך? דיין אויסקוק. ס'איז דיר גרינגער צו שערן פראבלעמען מיט באראן (האסט דאך אליין געבעטן זיינע צרות...) ווי מיט א שלעפער. ממילא יעצט האסטו נישט קיין צרה מער האסט פשוט א פראבלעם וויזוי צו דעקן דעם באנק...
(א דריי מיטן פינגער) קומט אויס אז די עצה איז קודם כל צו טראכטן אז סיי וועלכע צרה דו האסט איז נאר רעלאטיוו. ד.ה אז אונז זעמיר יעצט באראן ראטשילדס לגבי אמאל ווי אויסגערעכנט. דאס גייט נישט העלפן אז די צרה זאל אוועקגיין אבער גייט עפענען די אויגן אז דו האסט נישט קיין צרות, האסט פראבלעמען צו דילן דערמיט.
ס'איז אויסדרוקליך יא א חיזוק (עכ"פ פאר מיר) ווען מ'טראכט אביסל אריין וואס אונזערע צרות זענען
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:15 pm
פון די שטארקסטע מדברים דברים של טעם אין דעם אשכול איז ידידי ר' מילכיגער, תמיד א געשמאק צו לעזן.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:22 pm
אסאך האבן גענטפערט דברים של טעם איבערהויפט וויכי זייער גוט.
איין נקודה וואלט איך צוגעלייגט און דאס איז אז עס דא שרעקליכע מעסטער וואס געוויסע מענטשען נוצן און דאס איז זייער שעדליך און האט נישט רפואה. און דאס איז ווען מ'מעסט זיך לגבי יענעם, ער וואלט געווען צופרידן אבער ווי קום איך צו יענעם, וואלט קיינער נישט געהאט מיר פון מיר אין דעם ענין וואלט איך געווען צופרידן. דאס ווארט שלעכט עווערעדש און גוט ווערט זייער אסאך מאל געמאסטן לויט יענעם. און דאס איז זייער שעדליך, אין אסאך פרטים ווען מ'קוקט ווען אויף זיך אליין ווי מ'וואלט געווען איין מענטש אליין אויף דער וועלט וואלט מען געשפרינגען פאר שמחה.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:36 pm
נאך א נקודה (חילי האט מיר אויסגעכאפט מיטן רעיון אבער מקום הניחו לי בעז"ה)
די יסוד פון קבלת יסורים באהבה זעהן מיר ביי דוד המלך ע"ה. צוויי מעשיות:
1) ער האלט אינמיטן אנטלויפן מיט בושות פון אבשלום'ס רעוואלט ווען שמעי בן גרא באפאלט אים מיט קללות. זיין רעאקציע? השם אמר לו קלל.
2) נאך בת-שבע'ס מעשה ווערט ער געשטראפט מיט פטירת בנו. ער זיצט און פאסט ווען זיין זון איז קראנק
יג וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל-נָתָן, חָטָאתִי לַיהוָה; {ס} וַיֹּאמֶר נָתָן אֶל-דָּוִד, גַּם-יְהוָה הֶעֱבִיר חַטָּאתְךָ--לֹא תָמוּת. יד אֶפֶס, כִּי-נִאֵץ נִאַצְתָּ אֶת-אֹיְבֵי יְהוָה, בַּדָּבָר, הַזֶּה; גַּם, הַבֵּן הַיִּלּוֹד לְךָ--מוֹת יָמוּת. טו וַיֵּלֶךְ נָתָן, אֶל-בֵּיתוֹ; וַיִּגֹּף יְהוָה, אֶת-הַיֶּלֶד אֲשֶׁר יָלְדָה אֵשֶׁת-אוּרִיָּה לְדָוִד--וַיֵּאָנַשׁ. טז וַיְבַקֵּשׁ דָּוִד אֶת-הָאֱלֹהִים, בְּעַד הַנָּעַר; וַיָּצָם דָּוִד צוֹם, וּבָא וְלָן וְשָׁכַב אָרְצָה. יז וַיָּקֻמוּ זִקְנֵי בֵיתוֹ, עָלָיו, לַהֲקִימוֹ, מִן-הָאָרֶץ; וְלֹא אָבָה, וְלֹא-בָרָא אִתָּם לָחֶם. יח וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי, וַיָּמָת הַיָּלֶד; וַיִּרְאוּ עַבְדֵי דָוִד לְהַגִּיד לוֹ כִּי-מֵת הַיֶּלֶד, כִּי אָמְרוּ הִנֵּה בִהְיוֹת הַיֶּלֶד חַי דִּבַּרְנוּ אֵלָיו וְלֹא-שָׁמַע בְּקוֹלֵנוּ, וְאֵיךְ נֹאמַר אֵלָיו מֵת הַיֶּלֶד, וְעָשָׂה רָעָה. יט וַיַּרְא דָּוִד, כִּי עֲבָדָיו מִתְלַחֲשִׁים, וַיָּבֶן דָּוִד, כִּי מֵת הַיָּלֶד; וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל-עֲבָדָיו הֲמֵת הַיֶּלֶד, וַיֹּאמְרוּ מֵת. כ וַיָּקָם דָּוִד מֵהָאָרֶץ וַיִּרְחַץ וַיָּסֶךְ, וַיְחַלֵּף שִׂמְלֹתָו, וַיָּבֹא בֵית-יְהוָה, וַיִּשְׁתָּחוּ; וַיָּבֹא, אֶל-בֵּיתוֹ, וַיִּשְׁאַל, וַיָּשִׂימוּ לוֹ לֶחֶם וַיֹּאכַל. כא וַיֹּאמְרוּ עֲבָדָיו אֵלָיו, מָה-הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר עָשִׂיתָה; בַּעֲבוּר הַיֶּלֶד חַי, צַמְתָּ וַתֵּבְךְּ, וְכַאֲשֶׁר מֵת הַיֶּלֶד, קַמְתָּ וַתֹּאכַל לָחֶם. כב וַיֹּאמֶר--בְּעוֹד הַיֶּלֶד חַי, צַמְתִּי וָאֶבְכֶּה: כִּי אָמַרְתִּי מִי יוֹדֵעַ, יחנני (וְחַנַּנִי) יְהוָה וְחַי הַיָּלֶד. כג וְעַתָּה מֵת, לָמָּה זֶּה אֲנִי צָם--הַאוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ, עוֹד: אֲנִי הֹלֵךְ אֵלָיו, וְהוּא לֹא-יָשׁוּב אֵלָי. כד וַיְנַחֵם דָּוִד, אֵת בַּת-שֶׁבַע אִשְׁתּוֹ, וַיָּבֹא אֵלֶיהָ, וַיִּשְׁכַּב עִמָּהּ; וַתֵּלֶד בֵּן, ויקרא (וַתִּקְרָא) אֶת-שְׁמוֹ שְׁלֹמֹה, וַיהוָה, אֲהֵבוֹ. כה וַיִּשְׁלַח, בְּיַד נָתָן הַנָּבִיא, וַיִּקְרָא אֶת-שְׁמוֹ, יְדִידְיָהּ--בַּעֲבוּר, יְהוָה. {פ}
א מורא'דיגער לימוד!!! פון איין זייט א פשוט'ע אמונה השם אמר לו קלל. פון די אנדערע זייט ווען תפלה קען נאך העלפן פאסט מען און מ'בעט, דאס האט נישט געהאלפן? קעיס קלאזד. שבע יפול צדיק וקם און מ'גייט ווייטער און מ'געבוירט א שלמה!
(גראדע האט ער מיט דעם פראבלעם פון שמעי אויך געדילט ביי א בעסערע געלעגנהייט אבער דאס איז א שמועס פאר זיך...)
די פוינט איז ווי לכתחלה זאגט. אפטיילן די פראבלעם (וואס זאל איך יעצט טוהן? השתדלות? תפלה?) פון די צרה (וואס איז געשעהן? אזא בראך!) וויזוי? דורך צוויי אופנים. איינס דורך אמונה "אלעס איז באשערט" צווייטנס דורך מגביר זיין דעם מוח אויף די געפילן "וואס גייט מיר ברענגען דאס קלאגן און דאגה'נען?".
לבי אומר לי אז ביי רוב מענשן בדורינו וואס זענען נישט קיין בעלי מדריגה אין אמונה איז די צווייטע די עיקר COPING MECHANISM אבער באמת זענען ביידע וויכטיג. ווייל נאר מיט תפלה קען מען זיך האלטן קאפ צו געדענקען די חשבונות...
ואסתגר בזה
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:40 pm
לכאורה האט געשריבן:פון די שטארקסטע מדברים דברים של טעם אין דעם אשכול איז ידידי ר' מילכיגער, תמיד א געשמאק צו לעזן.
ייש"כ! יא! ס'ווארעמט דאס הארץ צו באקומען א קאמפלימענט...
מיט דעם בין איך זיכער גלייך צו באראן ראטשילד...
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:45 pm
ס'ז דא איין נקודה וואס איך זעה קיינער האט נאכנישט ערווענט: ווילאנג די תורה, תפלה, התנהגות און מדות זענען 3-4, וויאזוי איז בכלל שייך צו פארהאפען די גשמיות זאל זיין בעסער? ליידט מען דען צרות אבי געליטען? איז דען חלילה שייך נקמה ביים בורא עולם ית"ש? די פראבלעמען זענען דאך נאר א רוף מען זאל זיך דערנענטערען צו איהם. שפרו מעשיכם וועט זיין נאקתכם יאזין.
[איי צדיק ורע לו, אי'דאך שוין אן אלטע קשיא, אבער ביי וועם עס איז נישט שייך די קשיא קען טאקע נישט פרעגען קיין קשיות.]
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 4:53 pm
א זכי' צו זיצען מיט אזעליכע וואוילע אידען.
כווייס נישט; האסט אליין נישט געוויסט וואס פארא תוכן וועסט ארויס ברענגען פונעם עולם. עס גייט דיר היינט גוט. אייביג זאל דיר גיין גוט. ליינענדיג דיינע ווערטער האביך אפ'געאטעמט אנגעקומענדיג צו דיין אות ט' (פון קטנתי), ווי די האסט געשריבען א איינס, אז ב"ה די שעפסט נחת פון דיינע קינדער, זאלסט טאנצען פאר שמחה, די זעהסט דאך אז פאר אלע דיינע פלאגענישען אין דיין יוגענט און שפעטער, האט דער באשעפער דיר געגעבען נחת. טויש זיך נישט מיט קיינעם, ביזט א גביר; אלע אנדערע פרובלעמען זאלען דיר אויך גרינגער ווערען, אזוי ווי אונז אלע האפען דא אז עס זאל אונז אויך גרינגער ווערען אונזערע פעקלעך זה בכה וזה בכה.
ביזט אין גוד קאמפעני, סטעי היר.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 5:17 pm
איך בין דורכגעגאנגען כמעט יעדע ווארט אין דעם אשכול און די בעסיקלי פוינט וואס יעדער ברענגט ארויס איז אז יעדער האט פראבלעמען איינער מיט דאס איינער מיט יענס,
איך מיין אבער אז עס איז נישט ממש אזוי, עס איז זיכער דא מענטשן וואס מאכן מיט מער ווי א צווייטן ד.מ. יעדער מענטש האט געוויסע שוועריגקייטן אין געוויסע ענינים אבער עס מאכט זיך אויך מענטשן וואס אין אסאך זאכן האבן זיי פראבלעמען,
קענסטו נישט זאגן פאר אזא מענטש וואס מוטשעט זיך אויף אסאך פראנטען אז יעדער ליידט ווייל ער ווייסט אז עס איז נישט אזוי,
יעצט בנוגע דער פותח האשכול, זעהט אויס אז ער האט עטליכע פראנטן וואס עס גייט נישט וויאזוי ער וויל, זיינע פראבלעמען זענען מער ווי אן עוורידש מענטש,
אים בארואיגן אז יעדער ליידט די זעלבע ווי אים איז נישט ריכטיג און ער ווייסט אז דאס איז נישט אמת, די ריטיגע תשובה וואלט לכאורה.
נאר וואס דען, אויף די שאלה "בין איך טאקע פון די באשערט צו ליידן גרופע?" דא איז דא א לאך, פון דא הערט זיך ארויס א געשריי נאך הילף.
און די השקפה וויאזוי מחזק צו זיין אזא איד לאז איך איבער פאר גרעסערע פון מיר.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 5:41 pm
מען מוז נישט זיין גרויס צו העלפען א צווייטע איד. איז זיין פרובלעם געלט, העלף אים ארויס מיט געלט אויב די קענסט, איז זיין פרובלעם שלום בית, איז דא א סאך וועגען וויאזוי אים צו העלפען האבען שלום בית, אמאל איז עס גשמיות און אמאל איז עס רוחניות, אבער מיט ביידע קען מען אים העלפען. איז זיין פרובלעם נחת פון די קינדער, דא דארף מען שוין האבען א שלמה המלך צו וויסען מיט וואס מען קען אים העלפען. וכו' וכו', ווער זיין פריינט, זאג אים א גוט ווארט, לערען מיט אים א שיעור, גיב אים געלט, גיב אים א עצה, בעהט א צווייטען זאל אים העלפען, מיר זענען דאך איין גרויסע משפחה, פיל יענעם'ס צער.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 6:30 pm
מצב כללי: זייער גיט ארויס געברענגט
אזוי פיל קען איך אריין ווארפען
דע רמב"ן אין פרשת בא שרייבט
מן הניסים הגדולים המפורסמים, אדם מודה בניסים הנסתרים, שהם יסוד התורה כולה. שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו, עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו, שכולם ניסים, אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים בין ביחיד. אלא, אם יעשה המצוות יצליחנו שכרו! ואם יעבור עליהם, יכריתנו עונשו! הכל בגזירת עליון`ביי א איד איז נישטא אזאך ווי ער איז פין די ליידענע מענטשען, איי אויף דע פליישיגע אויגן זיעט יא אזוי אויס, דאס איז א חלק פין דע הסתר פנים וואס דע כביכול שטעלט אן. אבער דאס איז זיכער אז יעדע ווייטאג וואס א א מענטש האט איז מיט א פינקליכע חשבון
דע גמרא און ברכות דערציילט אויף רב הונא אז זיינע וויינע זענען געווארן עסיג, זענען חכמים געגאנגען צי אים זיען פארוואס סאיז אים געקימען אזא עונש (זיי האבן נישט געזיכט קיין תירצים ווייל מען האט נישט געהאלטען אויף א ריכטיגע פלאץ אד"ג)האט ער זיי געפרעיגט עטס זעטס מיר חושד אז איך געטיען עפעס שלעכט ח"ו, האבן אים דע רבנן געזאגט " ומי חשיד קב"ה דעביד דינא בלא דינא" דאס טראכט פין דע הייליגע חז"ל אז עפעס געשעט א ווייטאג מיז זיין סהאט עפעס א חשבון
דעיס צי זאגען אז יעדער האט זעלבע מאס צער און ווייטאגען איז קעגען דע יסודות האמונה און קעגען דע גאנצע זאך פין שכר ועונש
אפשר אז איך וועל האבן מער צייט שפעטער וועל איך מער מאריך זיין
לעצט פאראכטן דורך
בעל דעת אום דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 6:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 6:32 pm
בעל דעת האט געשריבן:מצב כללי: זייער גיט ארויס געברענגט
אזוי פיל קען איך אריין מיין צוויי סענט
דע רמב"ן אין פרשת בא שרייבט מן הניסים הגדולים המפורסמים, אדם מודה בניסים הנסתרים, שהם יסוד התורה כולה. שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו, עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו, שכולם ניסים, אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים בין ביחיד. אלא, אם יעשה המצוות יצליחנו שכרו! ואם יעבור עליהם, יכריתנו עונשו! הכל בגזירת עליון`
ביי א איד איז נישטא אזאך ווי ער איז פין די ליידענע מענטשען, איי אויף דע פליישיגע אויגן זיעט יא אזוי אויס, דאס איז א חלק פין דע הסתר פנים וואס דע כביכול שטעלט אן. אבער דאס איז זיכער אז יעדע ווייטאג וואס א א מענטש האט איז מיט א פינקליכע חשבון
דע גמרא און ברכות דערציילט אויף רב הונא אז זיינע וויינע זענען געווארן עסיג, זענען חכמים געגאנגען צי אים זיען פארוואס אים איז געקימען אזא עונש (זיי האבן נישט געזיכט קיין תירצים ווייל מען האט נישט געהאלטען אויף א ריכטיגע פלאץ אד"ג)האט זיי געפרעיגט עטס זעטס מיר חושד אז איך געטיען עפעס שלעכט ח"ו, האבן אים דע רבנן געזאגט " ומי חשיד קב"ה דעביד דינא בלא דינא" דאס טראכט פין דע הייליגע חז"ל אז עפעס געשעט א ווייטאג מיז זיין סהאט עפעס א חשבון
דעיס צי זאגען אז יעדער האט זעלבע מאס צער און ווייטאגען איז קעגען דע יסודות האמונה און קעגען דע גאנצע זאך פין שכר ועונש
אפשר אז איך וועל האבן מער צייט שפעטער וועל איך מער מאריך זיין
שטארקע פוינט.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 6:39 pm
מילכיגער האט געשריבן:נאך א נקודה (חילי האט מיר אויסגעכאפט מיטן רעיון אבער מקום הניחו לי בעז"ה)
די יסוד פון קבלת יסורים באהבה זעהן מיר ביי דוד המלך ע"ה. צוויי מעשיות:
1) ער האלט אינמיטן אנטלויפן מיט בושות פון אבשלום'ס רעוואלט ווען שמעי בן גרא באפאלט אים מיט קללות. זיין רעאקציע? השם אמר לו קלל.
2) נאך בת-שבע'ס מעשה ווערט ער געשטראפט מיט פטירת בנו. ער זיצט און פאסט ווען זיין זון איז קראנק
יג וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל-נָתָן, חָטָאתִי לַיהוָה; {ס} וַיֹּאמֶר נָתָן אֶל-דָּוִד, גַּם-יְהוָה הֶעֱבִיר חַטָּאתְךָ--לֹא תָמוּת. יד אֶפֶס, כִּי-נִאֵץ נִאַצְתָּ אֶת-אֹיְבֵי יְהוָה, בַּדָּבָר, הַזֶּה; גַּם, הַבֵּן הַיִּלּוֹד לְךָ--מוֹת יָמוּת. טו וַיֵּלֶךְ נָתָן, אֶל-בֵּיתוֹ; וַיִּגֹּף יְהוָה, אֶת-הַיֶּלֶד אֲשֶׁר יָלְדָה אֵשֶׁת-אוּרִיָּה לְדָוִד--וַיֵּאָנַשׁ. טז וַיְבַקֵּשׁ דָּוִד אֶת-הָאֱלֹהִים, בְּעַד הַנָּעַר; וַיָּצָם דָּוִד צוֹם, וּבָא וְלָן וְשָׁכַב אָרְצָה. יז וַיָּקֻמוּ זִקְנֵי בֵיתוֹ, עָלָיו, לַהֲקִימוֹ, מִן-הָאָרֶץ; וְלֹא אָבָה, וְלֹא-בָרָא אִתָּם לָחֶם. יח וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי, וַיָּמָת הַיָּלֶד; וַיִּרְאוּ עַבְדֵי דָוִד לְהַגִּיד לוֹ כִּי-מֵת הַיֶּלֶד, כִּי אָמְרוּ הִנֵּה בִהְיוֹת הַיֶּלֶד חַי דִּבַּרְנוּ אֵלָיו וְלֹא-שָׁמַע בְּקוֹלֵנוּ, וְאֵיךְ נֹאמַר אֵלָיו מֵת הַיֶּלֶד, וְעָשָׂה רָעָה. יט וַיַּרְא דָּוִד, כִּי עֲבָדָיו מִתְלַחֲשִׁים, וַיָּבֶן דָּוִד, כִּי מֵת הַיָּלֶד; וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל-עֲבָדָיו הֲמֵת הַיֶּלֶד, וַיֹּאמְרוּ מֵת. כ וַיָּקָם דָּוִד מֵהָאָרֶץ וַיִּרְחַץ וַיָּסֶךְ, וַיְחַלֵּף שִׂמְלֹתָו, וַיָּבֹא בֵית-יְהוָה, וַיִּשְׁתָּחוּ; וַיָּבֹא, אֶל-בֵּיתוֹ, וַיִּשְׁאַל, וַיָּשִׂימוּ לוֹ לֶחֶם וַיֹּאכַל. כא וַיֹּאמְרוּ עֲבָדָיו אֵלָיו, מָה-הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר עָשִׂיתָה; בַּעֲבוּר הַיֶּלֶד חַי, צַמְתָּ וַתֵּבְךְּ, וְכַאֲשֶׁר מֵת הַיֶּלֶד, קַמְתָּ וַתֹּאכַל לָחֶם. כב וַיֹּאמֶר--בְּעוֹד הַיֶּלֶד חַי, צַמְתִּי וָאֶבְכֶּה: כִּי אָמַרְתִּי מִי יוֹדֵעַ, יחנני (וְחַנַּנִי) יְהוָה וְחַי הַיָּלֶד. כג וְעַתָּה מֵת, לָמָּה זֶּה אֲנִי צָם--הַאוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ, עוֹד: אֲנִי הֹלֵךְ אֵלָיו, וְהוּא לֹא-יָשׁוּב אֵלָי. כד וַיְנַחֵם דָּוִד, אֵת בַּת-שֶׁבַע אִשְׁתּוֹ, וַיָּבֹא אֵלֶיהָ, וַיִּשְׁכַּב עִמָּהּ; וַתֵּלֶד בֵּן, ויקרא (וַתִּקְרָא) אֶת-שְׁמוֹ שְׁלֹמֹה, וַיהוָה, אֲהֵבוֹ. כה וַיִּשְׁלַח, בְּיַד נָתָן הַנָּבִיא, וַיִּקְרָא אֶת-שְׁמוֹ, יְדִידְיָהּ--בַּעֲבוּר, יְהוָה. {פ}
א מורא'דיגער לימוד!!! פון איין זייט א פשוט'ע אמונה השם אמר לו קלל. פון די אנדערע זייט ווען תפלה קען נאך העלפן פאסט מען און מ'בעט, דאס האט נישט געהאלפן? קעיס קלאזד. שבע יפול צדיק וקם און מ'גייט ווייטער און מ'געבוירט א שלמה!
(גראדע האט ער מיט דעם פראבלעם פון שמעי אויך געדילט ביי א בעסערע געלעגנהייט אבער דאס איז א שמועס פאר זיך...)
די פוינט איז ווי לכתחלה זאגט. אפטיילן די פראבלעם (וואס זאל איך יעצט טוהן? השתדלות? תפלה?) פון די צרה (וואס איז געשעהן? אזא בראך!) וויזוי? דורך צוויי אופנים. איינס דורך אמונה "אלעס איז באשערט" צווייטנס דורך מגביר זיין דעם מוח אויף די געפילן "וואס גייט מיר ברענגען דאס קלאגן און דאגה'נען?".
לבי אומר לי אז ביי רוב מענשן בדורינו וואס זענען נישט קיין בעלי מדריגה אין אמונה איז די צווייטע די עיקר COPING MECHANISM אבער באמת זענען ביידע וויכטיג. ווייל נאר מיט תפלה קען מען זיך האלטן קאפ צו געדענקען די חשבונות...
ואסתגר בזה
זייער גוט געזאגט. מיין עיקר פוינט איז געווען מער פשוט גשמיות. מען מוז נישט פארענדערען דעם רוטין, דעם שמייכעל, דעם געשמאקען שמועס וכו' וכו' וועגען א פראבלעם. און דאן וועסטו נישט זיין קיין "מיטגעמאכטער", נאר פון די גרופע "וואס גייט זיי גוט". און חוץ דעם מאכט עס באמת די פראבלעם גרינגער ווי געשריבן.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 6:58 pm
מיינע צוויי צענט.
פרנסה, מיט אומזיכערקייט, פחדים, וכו' וואס באגלייט אגאנצן טאג,
איז מער צער ווי נישט פרנסה, אין א שטארק געבויטע כאראקטער.
אין קורצן: אויב די רעדע איז פין גייסטישע צער, איז זיכער דא מענטשן וואס בראטן זיך מער ווי אנדערע.
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 7:58 pm
דער עיקר איז נישט מקנא זיין א צווייטען, א יוד וואס טוט פאר שלום בית האט מיר געזאגט אז א יוד האט אים געזאגט אז וואלט געוואלט האבען אזא שלום בית ווי זיינס א קרוב, ער האט נעבעך נישט געוויסט אז די זעלבע קאנסלער נעמט קעיר פון די זעלבע קאפיל, נאר אויפן גאס קוקט ער אויס גיט, די קאנסלער האט געמיינט אז ער חליש ווען ער האט דאס געהערט
איין זאך קען מען זעין אז מען טאר קיינמאל נישט קיינעם מקנא זיין
דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 9:08 pm
א גרויסן יש"כ פאר חשוב'ן ניק 'כווייס נישט', כאב שוין לאנג נישט געזען אזא טעמע וואס זאל זיך אזוי שנעל אויפבילדן מיט מגיבים, דאס אליינס צייגט אז ס'איז א געברויך דאס איבער-צושמועסן.
ווי איך פארשטיי פון מורינו כ'ווייס נישט, זיין עיקר שאלה איז "וואס דארף זיין מיין פערספעטיוו אוו לייוו" ווען מ'זעט זיך אין א קייט פון אנזעץ (עכ"פ אזוי זעעט עס אין די פליישיגע אויגן), איז דאס נאר איך? יעדער?
די גמרא זאגט אין מסכת פסחים: תנו רבנן, זיבן זאכן זענען פארהוילן פונעם מענשן, וכו, ויום הנחמה, די טאג פון טרייסט. אויף 'יום הנחמה' זענען פארהאן צוויי פשטים, לויט איין פשט גייט דאס ארויף אויף די גאולה, די ריכטיגע יום הנחמה אויף וואס מיר ווארטן אזוי לאנג. די צווייטע פשט וואס רש"י הק' זאגט, און ווי אנדערע מפורשים שמועסן דאס אויס און דאס איז יעדן מענטשן'ס פריוואטן 'יום הנחמה', ווען ער גייט 'אויפגעראכטן' ווערן.
דער רבוש"ע איז מעלים עין פון מענטשן ווען זיין פריוואטע נחמה גייט קומען ווייל ממ"נ אויב איז עס נאנט, וועט דער מענטש נישט תשובה טוהן, און די שוועריקייטן אין לעבן איז דאך אלעס פאר א חשבון הנפש, און אז ס'גייט אים בקרוב ממש ווערן גוט, וועט ער גארנישט טוהן דערצו. ווידער אויב וועט ער וויסן אז ער האט נאך א לאנגע וועג צו גיין ביזן יום הנחמה, דאן וועט דער מענטש אויפגעבן, און ער וועט ווערן מיואש. כביכול וויל נישט אז א מענטש זאל אויפגעבן, נאר זאל האפן און האפן מיט אמונה און געדולד.
וואס מיר נעמען ארויס פון די גמרא, אז יעדער וואס מוטשעט זיך במשך'ן לעבן, מוז נישט זיין אז דאס גייט אנהאלטן, פארקערט ער האט א יום הנחמה.
יעדער פון אונז ווייסט פון מענטשן וואס האבן זיך לאנגע צייטן געפלאגט און פון איין טאג אויפן צווייטן זענען זיי געווארן אויפגעראכטן.
נאר וואס דען: א איד דארף טון וואס גמרא זאגט, דהיינו און צוגאב צו וואס די חשובע ניקס - כל אחד לפי יכלתם - האבן ארויסגעברענגט, אז מען דארף לעבן א פאזיטיוו לעבן, אפטיילן דעילי לייף פון פריוואטע פראבלעמען, נישט קוקן אויף יענעם'ס גראז, וכו. איז דא צוויי יסודות'דיגע זאכן, און דאס איז תפלה און תקוה! אז די גמרא זאגט אז ס'קומט א יום הנחמה, איז טייטש אז די גמרא אגריעד אז דו האסט וואס צו ווארטן אויף א נחמה, און היצט איז דיר שווער. נו וואס דארף א איד טוהן ווילאנג די נחמה קומט אן?
רעדן צום אויבערשטן, קאנטיניועסלי רעדן, פארסט אין קאר, וכדו. שמועס דיך אויס אויף מאמע לשון, נישט בלשון התרעם נאר בלשון תפלה, אזוי ווי איינער רעדט צו א חבר. מען דארף נישט זיין קיין ברסלב'ר צו דעם, ס'איז פשוט אידישקייט.
גיב נישט אויף קיין האפענונג, אז די גמרא זאגט אז ס'איז דא א 'יום הנחמה' מיינט דאס אז ס'עט אי"ה אנקומען, מ'דארף ווארטן מיט געדולד.
לגבי די שאלה צו יעדער ליידט?, כ'ווייס נישט צו יעדער ליידט, איך ווייס אבער אז זייער א סך מענטשן פלאגן זיך, לייף איז נאט אי פיקניק.
אויב א איד האט דעם ריכטיגן פערספעטיוו אין לעבן, דהיינו, לעבן פאזיטיוו, פרובירן צו נעמען איזי שוועריקייטן, זיין בשמחה וואס דאס ברענגט השראת השכינה, ער איז כסדר מתפלל, און גיבט נישט אויך האפענונג, און אויף יעדע גוטע ישועה אויף יעדע נחת'ל זאגט ער 'יש"כ טאטי', כביכול דארף אונזער יש"כ, אזוי שטייט אין ספרים, דאן וועט ס'לעבען אנהויבן צו ווערן זיסער און זיסער, נישט קיין פעין קילער נאר ריעל גוט.
געדולד-רעדן צום בורא- תפלה-און האפענונג.
ווען די יום הנחמה וועט אנקומען, דאן ווערט פארגעסן דאס פריערדיגע שוועריקייטן, ושלמו ימי אבלך.
געדענק נישט וויי צו טוהן א צווייטן, נישט צו האבן קיין קפידא אויף זיך.
דאגה בלב איש, מען מעג נעמען חיזוק פון חברים.
זאל דער רבוש"ע העלפן, יעדער זאל האבן זיין נחמה פרטיות וכלליות במהרה.