מאנהעטן!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

מאנהעטן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וואו הייב איך אן און וואו ענדיג איך? און דער אמת איז, אז אפשר אנפאנגען קען מען, אבער ענדיגן? קיינמאל, וויפיל מ'וועט נאר שרייבן פון איר (א פרוי'אישע נאמען, ניין?) וועט מען קיינמאל נישט פארטיג ווערן.

למשל אויב קען זאלץ וואסער אלץ האבן וואס צו שרייבן פארנדיג אויפן באס (צווישן איין שארט סטאפ אינעם צווייטן) קען מען פון מאנהעטן אוודאי און אוודאי האבן וואס צו שרייבן. (צווישן איין טרעפיק פאליציאנט אונעם צווייטן וואס קומטעך טרייבן פון דיין נאו סטענדינג זאון).

(מיר שרייבן דאס נאך אונטערן איינדרוק פון אן אומפארזיכטיגן יונגאטש וואס האט זיך געדרייט נעבן די קאר און פאר א סקונדע געמיינט אז א פרישער רשע איז דא צו די האנט)

איינער ווייסט ווי לאנג ס'נעמט צו פארן ביז מאנהעטן? (סייסט פון וואו? פונעם רבי'ןס שטעטל, פון וואו דען?) לאמער זאגן שנעלערהייט איזעס 3/4 שעה ביז פופציג מינוט, שטייטערהייט איזעס א שעה, מיט טרעפיק לאמער זאגן א שעה און פופצן מינוט.

ווי לאנג נעמט פון מאנהעטן ביזן שטאט? (סייסט וועכע שטאט? דארט ווי דער רבי ז"ל האט געוואוינט אלע יארן!)
לאמער זאגן 15-20 מינוט. (שטייצעך פון די נענטערע זייט מאנהעטן צו די סיטי.)

יעצט ווי לאנג נעמט פון איין זייט מאנהעטן צו די צווייטע? צו איזעס די ברייט, (מייל ווייז, דאס הייסט אז ווען דעי גאסן זענען ניש מאנהעטן, ווי לאנג וואלטעס ווען געדארפט נעמען) און ווער רעדט נאך פון די לענג, דעיס קען נעמען פארעווער. מ'קען פארן און פארן (שטייצעך א לאט אוו שארט סטאפס איז אינוואלווד) און מ'פארט נאך אלץ.

די נאמבער פון מענטשן וואס גיסן זיך אריין פון איין גאס צום אנדערן איז עפעס נישט נארמאל, איך וואלט ווען צוגעלייגט עפעס א משל, באט כ'קעניש טרעפן עפעס גוטס וואס ס'זאל דיסקרייבן די מענטשן מאסע וואס דארט גיסט
זיך.

שטייעך איינמאל אויף איינע פון די פארשאלטענע מאנהעטענע גאסן, און מ'שטייט, מ'פארט נישט, ניטאמאל שארט סטאפ'ס, וואס גייט פאר? און דער אמת איז, אז גארניש דארף פארגיין אין מאנהעטן אז מ'זאל סטאפן צו פארן, ס'קען זיין פון א פשוט'ער יעלאו (אדער גרין) קעב, ביז א פשוט'ער שחור מיט א ווייסע היט, (יוזשעלי גראב) און די גאס שטייט, באט דאנסמאל איזעס געווען א טראק וואס האט געגאסן פעך (מא"פ) צו פארדעקן לעכער, עטס הערטס??? נישטא קיין אנדערע צייט ווען דאס צו מאכן, נאר ווען ס'שלענגעלט זיך א רייע קאר'ס און פלאצן. ווי לענגער די רייע איז, אלץ מיט מער געשמאק וועט מען דרוקן און גלעטן די קוילן צו מאכן זיכער אז עפעס שטיינדלעך זאל נאך בלייבן צו קענען צולעכערען דעם גאנצן אחוריים פונעם קאר.

פארקן??? פארגעט אבאוט איט! האסט א קרעדיט קארד? גיי אריין אין עני פארקינג, קעש? פלעין א שאד וויפיל דו וועסט האבן @ לכאורה נישט זיין גענוג.

זיך איינדרייען? לאדעך אפ, צו וואס פעלטעס אויס, אפילו ס'האצעך דיר געמאכט א גאס ווי מ'מעג זיך יא איינדרייען, ביסטו נישט ביכולת דאס צו טון, אנלעס דו האקסט אראפ אפאר מענטשן. (שטייצעך אז גוזמא ק-טונא, באט יו געט דע פוינט).

רעכטע לעין?? נאו וועי, איטס עי באס לעין! ס'קען בליצן, און דערנאך פטור צו ווערן פונעם טיקעט עסטו דארפן שוויצן!

האלב גאסן איז פאר קאמערשל, איין פערטל פאר דיפלאמאטן, דאס איבריגע פאר ניו יארק סיטי פאליס, און די איבריגע זאלן גיין אין דערערד.

פארקלאץ דיך איין סקונדע אויף א פלאץ ווי ס'איז ספעשל דיזיינד פאר טרעפיק פאליס, (יא יא, איך ווייס אז סיז איבעראל) באלד איז דיין סטיקער געסקענד און ס'איבריגע איז היסטאריע, די סיטי ווערט רייכער מיט אריבער אן
הונדערטער, (פאר ווער ס'ווייסט נישט, האבעך לעצטענס באמערקט [קוקנדיג פאר אן אנדערן] אז מ'באקומט מער נישט די סערוויס וואס מ'פלעגט אמאל האבן אנליין, אז מ'האט געקענט פליען נאט גילטי און די סייט האט געגעבן אן
אפשען, פון זיך דורכקומען פאר ביליגער, דעי צייטן זענען אווער, יו פעי וואט יו גאט.)

כאשוין געשריבן אז ס'גיסן זיך מענטשן??? כ'מיין איך זאלעס שרייבן נאכאמאל, ווייל ס'גיסן זיך פיל מער מענטשן ווי איר האט זיך דאס פארגעשטעלט ביים ערשטן מאל ליינען, אפשר יעצט וועט איר כאפן דאס ערענסקייט פון די זאך.

סידא דארט אפשר א מיליאן געשעפטן, קען מיר איינער מסביר זיין, וויזוי דאס ארבעט? מ'האט א געשעפט און מ'שטעלט נישט צו קיין פארקינג, אבער עולם גולם
קומט נאך אלץ? איי זשאסט קענט געט איט.

אה, וואס טיצעך אויב מ'כאפט מאנהעטן אין וועטערענס דעי??? (דאס האט מיך געמאכט שרייבן ס'גאנצע ארטיקל) סייסט וואס, דו זאלסט בעסער נישט וועלן אריבער פארן מאנהעטן אין די ברייט, אמער פיפט עוועניו איז אפן נאר למחצה לשליש ולרביע, און ווי אויך פארטעס ראנג וועי, (אניש אידעך די גאנצע צערעמאניע נישט אינטערעסאנט, גיי ווייס פארוואס.) און טאקע נאר פאר די אלטע קאר'ס, פערד און וואגן (נישט געזען, באט לויט די אלטקייט פון די
קאר'ס, בינעך זיכער אז מ'האט נישט אויס געלאזט די פערד [די פערד זיכער נישט] און וואגן.

שטייעך אזוי ביי פיפט עוועניו, און סי פארמאכט (גראדע א ווייסער נישט קיין שחור) סי געווען גאנץ אינטערעסאנט, באט קען מיר איינער געבן צו פארשטיין, וועלן די וועטערענס טאקע נישט ווערן גענוג באעהרט אויב מ'וועט זיי געבן די כבוד אויף עני פארשטופטע געסל אין עני פארשטופטע סיטי אדער סטעיט? מוזעס זיין אין די גענוג אזוי אויך פארסרוכעטע מאנהעטן??

לאמער נעמען אביסל די הארלעם ריווער קארנער טרייבארא קארנער עף די אר, קארנער משוגענער וואס שטייט דארט זייט איך געדענק מיך אין אמעריקא.
(לעצטענס זע איך נאר זיינע פינגער אפדרוקן באט אים נישט) (סידעך נעבן מאנהעטן סאו בהדי כרבי לקי גוצא [אזוי שטייטעס? אניש זאל מענעס פאררעכטן]) קעמער איינער מסביר זיין פארוואס איז אייביג אייביג (אקעי האסמעך געכאפט אז פון צען מאל וואס דו ביסט געפארן איזעס די ניינצענטע מאל געפארן גאנץ שנעל) אנגע'חזר'ט? וואס גייט דארט פאר? מ'קען אסאך מאל פארן שנעל פארדעם שנעל נאכדעם אבער דארט איז אנגעזעצט, ממש א מדרש פליאה.

אקעי פונקט ווי זאלצי קעניש אליינס מאכן אלע באס מעשיות, און ווי אויך נישט אין איינמאל, אט אזוי קענעך נישט פארטיגן מיט מאנהעטן, סאו עמער דא בלייבן שטיין.

איך האף צו האבן די זכי' אז ווען משיח וועט קומען און אלע שונאי ישראל וועלן איינעמען מיתות משונות וועט מאנעטן אנקומען קיין ארץ ישראל (סידעך פול מיט דאווענינג פלעיסעס, דאס אלעס גייט פליען קיין ארץ ישראל, אזוי
מיינעך) וועט מען קענען אריבער פליען אלעס גאסן מיט איינמאל ווערן גרין.......

סינאר א משל, ווען משיח וועט קומען עטעך זיין פיל בעסערע זאכן, סאו זאל מאנעטן זיין א כפרה און שוין.

(שטייצעך אז איכאניש דערמאנט קיין איין ווארט די פראבלעמען ברוחניות, דאס קעמעניטאמאל באשרייבן.)

הצלחה וברכה.

(יא, ס'גיסן זיך נאך אלץ מענטשן, נישט אז איך בין יעצט דארט, באט איך שטעלעס אויף די חזקה.)
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

איז דער גיט
ישר כח
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

גוט, פיין אראפ געליינט די זייט פון די דרייווערס, אזא סמאאד שריפט וואס לאזט זיך ליינען, שכח.

( פאר די זייט פון די פיסגייער געשריבן דורך אלטעבחורל דרוקט דא אויף אייער אייגענע אחריות.)

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=8200
לעצט פארראכטן דורך אוודאי אום דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 10:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

זייער שיין און זייער פיין, א דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

וויאזוי האט נאר ר׳ מיכאל בער ווייסמאנדל זי״ע געזאגט, א היכי תמצא וואס איז שנעלער ווי א רגע? ווען עס ווערט גרין לייט אין מאנהעטען און א קאר הייבט אן פייפן... איך האלט אז מען דארף שטעלן א ריזן שילד פארן אריין פארן אין מאנהעטען: נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער... און איך וואלט נישט געוואלט האבן מאנהעטען אין ארץ ישראל, מיר וועלן עס איבער לאזן פאר די שחורים און לבנים זאלן בלייבן פארבן די שטראסע..
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ישר כח, איך_הער!

עכט האבאיכעס נישט געוואלט ליינען, די ווארט "מאנהעטן" ווארפט א פחד. וויאזוי ווייסיך? כ'געדענק ווען כ'האב געוואלט אריינברענגן א סעלפאן אין שטוב זענען די קינדער אנטלאפן און די טוי-קלאזעט זיך באהאלטן שרייענדיג מיט פחד: ער ברענגט אריין גאנץ מאנהעטן אינדערהיים... סאוי קודם זעה איך מאנהעטן איז נישט אזוי גרויס ווייל מיין סעל פאן לינקט אויף די רעכטע זייט לעבן מיין שליסלעך און מיינע קנעפלעך פון די רעקל מאכט זיך געהעריג צו..

ער שרייבט - דו ווייסט ווער, איך_הער, אז ס'גיסט זיך דארט מענטשן. איך ווייס נישט דערפון. אפשר ווען מ'שפילט יענע געים, יא, ביי יענע געים פליען אגאנצן צייט אסאך מענטשלעך און מ'דארף זיי שיסן, און תרתי משמע... צוויי מאל שיסן..

הצלחה
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

דער סעקרעטערי איז גוט, לא נס ליחו...

יגר, ייש"כ פארן הוספה.
ווען די לעצטע מגיב איז יגר גלוסט זיך מיר צו עפענען דעם אשכול (נאך איינער?)
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

פריילאך האט געשריבן:דער סעקרעטערי איז גוט, לא נס ליחו...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

טענק יו איכער, שיינע אפהאנדלונג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יאפ, ס'האט זיך דעפענעטלי געלוינט די 24 טאלער וואס די חברה האבן באצאלט פארן מאנהעטן אינזל אז מיר זאלן יארן שפעטער קענען ליינען אזא אפהאנדלונג פונעם סעקרעטאר...

יישר כח E כער!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איכער כ'האב א עקסטערע הנאה צו לעזן דיין שריפט, אלעמאל זיס אלעמאל גיבט עס אריין א פרישקייט, און א עקסטערע יישר כח פארן ארויסשלעפן יגר'ל פון קלאזעט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מיינע 2 צענט דארט אין אמ"ג:

איכער, דו ביסט בעססער ווי גוט, איעדעס ווארט דיינער איז ציקער ביטער,
דערמאנסט מיר פון די תקופה וואס כ'פלעג זיין דארט איעדן טאג פאר פרנסה
געברויכן, יוש איז דאס א מאכעניש...

איינע פון די קראנקשאפטן פון די "סיטי וויטש נעווער סליפס" איז אז ס'דא פון די קליינע רינדעכיגע מיט די פרינטערס אויפן זיצער וואס ווייסן נאר פון זייער פאזיציע ווען ס'ווערט רויט דאן שפרינגען זיי ווי די פרעש צי די פענסטערס פון די וואס זענען ציגעקלעבט געווארן אינמיטן די אינטערסעקשאן ביימיסטעיק ווען ס'געווארן רויט, אנשטאט זיך א שאקל ציטאהן און מאכן זיכער אז טרעפיק רוקט זיך וועלן זיי ענדערש עס נאך מער פארקניפען מיטן אפשטעלן וועמענס באמפער גארד האט געהאט כחוט השערה אויפן קראסוואלק.

די בייקערס וועמענס וועלט אונז נוץ מיר איז אן עקסטערע עסק פאר זיך, די רויט לייט איז נאר פשוט א גוטע געדאנק פאר ווער ס'וויל אדורך לאזן די קארס פארוועם ס'גרין, אבער אז נישט און מ'טרעפט זיך אין אמבולאנס געווענליך האבן די מאטאריסטן אינשורענס מילא באקומט מען פרי סאפער פאר אפאר נעכט אינעם דערנעבעדיגן שפיטאל.

די געלע טעקסיס און די סיטי באסעס מיט די לעמאן-זינס סארא מלחמה זאנע דאס איז, לוינט זיך ציציקוקן, איינער פלעגט געווענליך פארלירן, אמאל אמאל ביידע אבער אבי יענער האט'ס נישט געמאכט.

לאנג לעבן זאל וואשינגטאן (ער'ז שוין לאאאאנג טויט, גייט מיך אן צי זאגן לאנג לעבן? ס'עט שויניש העלפן עניוועיס) וואס האט ערפינדן דעם ווועטערנס דעי (נישט ער האט'ס ערפינדן? ס'חילוק) אזוי האט איכער געהאקט אן אשכול און איך א פלאטפארמע ווי זיך אנצילאנען.

איכער, קיפעראפ.


רעדסט פון טראקערס VS די סיטי? אויך א מין פארשקלאפטע עסק דאס, קומט א טראקער פון ווייאמינג אדער וויסקאנסין מיט אפגעהארעווטע יארן פון דרייוון א טראק, ברויך'ר איינמאל ביימיסטעיק באקומען א דעליווערי אין די שלאפלאזע סיטי און ער איז אויסגעשטעלט צי פארלירן זיין לייסענס, צי ווייל ס'יז אףף טראק ראוט ווי פאר א שווארץ קאפל ברויך'ר וויסן וועלכע גאס ער מעג יא פארן און ווי נישט, יא ס'יז דא מעפס, זאג נאר; דו ווייסט אלע געזעצן פון איעדע טאון און סיטי דו פארסט אדורך? א פייג! וואס פארלאנגסטו פון א טראקער אין איידעהאו זאל מיטהאלטן אלע שיקארניגען פון די שלאפלאזע סיטי? וואאףףף! נאדיר א בילעט צי ערשיינען אין געריכט אין 3 חדשים און 7 טעג מיט 4 חלקים פארן זיין א שלימזל און אריינפארן אויף א גאס וואס'ז נישט אינעם טראק רוט.

איי געס זיי ווילן זען וויזוי די סיטי גייט אויסזען אן טראס.. מ'עט אויפפיקן גארביטש מיט בייקס און דערליווערן מילך מיט שיפן און ספרינג וואסער מיט א מאטארציקקל.

בנוגע די פארקינג טיקעטס; לויט ווי כ'אב געהערט פון איינעם אז די גרויסע פירמעס מיט אסאך טראקס האבן א געוויסע סארט אפמאך מיט די סיטי בנוגע טיקעטס.

בד"וו; די טראקס פאר זיי פארן ארויס פון יארד צום טעגליכן רוט ווערן זיי אפגעווארט דורך דעם שומר הפתח און ווערן באקרוינט מיט א אראנדזשע סעלף-אדרעסס ענוועלאופ פון די ברייטע הוטשו מאמאס אזוי ארום ווען די "עלעמענטן" מיינען אז איינער האט שוין מזכה געווען דעם טראקער מיט איינס...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח איכער, געוואלדיגער ארטיקל.


פליגל, דו קענסט נישט אליין? ברויכסט צו ווארטן אויף איכער?

שרייב אפטער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

געוואלדיג אראפגעלייגט דעם עיר הנידחת...
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

שאינו יודע האט געשריבן:יישר כח איכער, געוואלדיגער ארטיקל.


פליגל, דו קענסט נישט אליין? ברויכסט צו ווארטן אויף איכער?

שרייב אפטער

איכער האט מיר דערמאנט אז כ'אב'ס נאכניש געשריבן.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

האלא, איך דערמאן דיר שוין יעצט אויף די ארטיקל וואס דו האסט נאכנישט געשריבן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”