היט אפ מיינע.. - א מעשה נורא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

היט אפ מיינע.. - א מעשה נורא

תגובהדורך פריילאך » זונטאג נובעמבער 10, 2013 11:52 am

הערטס און שטוינטס..

געווען א יונג וואויל מיידל, וואס איז נעבעך געווען בלינד אויף ביידע אויגן רח"ל, פארשטייט זיך א שידוך איז נישט געגאנגען, אפילו זי איז איז געווען שלימות'דיג אין אלעם אנדערש.

אינעם אנדערען עק שטאט האט געוואוינט א בחור'ל, א בא בשנים, פערצופאל א וואויל קינד, אבער משום סיבות שאינם סיבות איז איהם נישט געגאנגן א שידוך, און אזוי עלטערט ער זיך נעבעך..

ויהי היום, איז געקומען א געלונגענע שדכן, און צוזאמענגעשטעלט די צוויי. און בעליוו איט אר נאט די שידוך האט ב"ה פיין אויסגעמאכט, און די פארפאלק האט געלעבט בשלום ושלוה, די טייערע איבערגעגעבענע יונגערמאן האט זיך אפגעגעבען מיט זיין בלינדע פרוי, מיט א בלינדע געטריישאפט. און אזוי איז אלעס געגאנגען על מי מנוחות, טראץ איהר שווערע בלינדקייט מחלה.

איין שיינעם טאג האט די יונגערמאן געהערט אז עס קומט א גאר גרויסע אויגן ספעציאליסט, וואס מאכט אויגן טרענספלענטס, און מען זעהט ביי איהם ווינדער... די יונגערמאן האט געמאכט די נויטיגע ריסעירטש, און האט ערלעדיגט אז זיין טייערע ווייב חנה'לע זאל ארויפצוגיין אויפן וועיטינג ליסט פאר אן אויגן טרענספלענט. אבל דא עקא, די וועיטינג ליסט זאגט פאר, אז עס קען נעמען ביז 20! יאר צו שאפן א נדבן, והבית ההוא נבוכה.. מען האט ווייטער געטרויערט אויף די מצב.

א חודש שפעטער... די מאן קומט אהיים מיט א בשורה טובה: חנה'לע, עס איז א נס! די ביסט נעקסט אויפן ליין, פאר א אויג. חנה האט נישט געפרעגט ווי אזוי ער האט עס ערלעדיגט, זי איז געווען מלא שמחה זי גייט באקומען נייע אויגן!!!

א טאג בעפאר די סורגערי, די פארפאלק זיצט אין שפיטאל, די יונגערמאן דרייט זיך אויס צום ווייב און זאגט: חנה, איך מוז דיך עפעס זאגן... נישט נאר די ביסט בלינד, איך בין אויך, איך האב די קיינמאל נישט געוואלט זאלסט וויסן, איך האב נישט געוואלט זאלסט רחמנות האבן אויף מיר. אבער איצטער וואס די גייסט שוין קענען זעהן האב איך געטראכט עס איז וויכטיג זאלסט וויסן, זאל נישט זיין דערשראקן. חנה האט אנגעהויבן צו וויינען..

דעם נעקסטן טאג האט חנה באקומן איר נייע אויגן, און די טרענספלענט איז ב"ה דורך פיין, עס האט געארבעט, די אויגן האבן צוביסלעך אנהגעהויבן זעהן און זי האט געקענט זעהן מער און מעהר. צום ערשטן מאל אין לעבן וואס זי הטא געזעהן ליכטיגקייט, קאלירן, און מענטשען.

איינמאל זי האט געזעהן אז איר מאן איז טאקע בלינד, האט זי אין אנפאנג געטראכט, נאך אלע יארן וואס ער האט אזוי שיין מיך באהאנדעלט, איז געקומען די צייט איך זאל פון איהם יעצט קעיר נעמען.. אדער אזוי האט זי געמיינט עס וועט גיין... למעשה מיט איר גאנצע חשק און גליסט צו זעהן די וועלט, און מיטהאלטן מטוב העולם וואס זי האב בעפאר קיינמאל געקענט, האט זיך אריינגעכאפט געדאנקן אין איר מח קעגן איר בלינדן מאן, וואס קען נישט טוהן אלעס וואס זי וויל יעצט טוהן...

צוביסלעך האט די שידוך אנגעהויבן צו גיין כאדאראם, איר אומצופרידנקייט איז געווארן מעהר און מעהר, ביז איין נישט אזא שיינעם טאג, האט זי אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און איהם געזאגט: חיים, עס ארבייט זיך פשוט נישט אויס, איך קען מער נישט זיין מיט דיר... איך וויל א גט. חיים איז געווען שאקירט! איימסארי חיים, איך וויל זעהן די וועלט און איך קען נישט מיט דיר...

חיים האט טרויעריגערהייט געזעהן אז עולם חשוך בעדו.. תרתי משמע... און געזאגט מיט א טיעפן קרעכץ: איך וועל בעזר השם זיך צוזאמפאקן און זיין אינדרויסן היינט נאכט...

חנה קומט אהיים ביינאכט צו א ליידיגן שטוב, און זעהט א בריוועלע וואס איהר טייערע מאן האט איהר איבערגעלאזט, זי האט פארזיכטיג גע'עפנעט די בריוועלע און שטיל שעפשענדיג געליינט: "טייערע חנה לעבן, איך האב דיך אייביג געגליכן און געשעצט, און איך טוה ווייטער שעצן דיין החלטה מיך צו איבעלאזן, אבער איין גרויסע בקשה האב איך צו דיך.. די אויגעלעך וואס די האסט באקומן, גיב גאר שטארק אכט אויף זיי, ווייל ביז נישט לאנג צוריק זענען זיי געווען מיינע...!!!

--

וייצר ה' אלוקים את האדם עפר מן האדמה ויפח באפיו נשמת רוח חיים.. די רבונו של עולם האט טרענספלענטעד אין אונז און אריינגעבלאזן א נשמה.. זייער אפט פארגעסן מיר דערפון, מיר זאגן פארן רבוש"ע די אויגן איז טאקע א גוטע זאך, אבער מיר ווילן זעהן די וועלט... אכטונג! קיינמאל פארגעסן השי"ת האט אונז געגעבן די אויגן צו נוצן פאר גוטע זאכן, והאר עינינו בתורתיך, צו זעהן ווי מען קען העלפן א צווייטן יוד, צו זעהן מעלת חברינו ולא חסרונם, און נישט ח"ו אויף ולא תתורו אחרי עיניכם..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 12:15 pm

באמת א משל נורא, גוט אראפגעלייגט...

גיב קרעדיט פאר וועם עס קומט זיך, איז עס פון קובי לוי?
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג נובעמבער 10, 2013 12:39 pm

א מורה׳דיגע משל, ווען מען זאל נאר אביסעלע מחשבה צולייגן, וואלט אן אנדער וועלט געוועהן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 10, 2013 12:53 pm

שרעקעדיג אמת.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 1:12 pm

לכאורה האט געשריבן:שרעקעדיג אמת.

ישר כח ! סגעט אזא קוציל וואס מיר אלע קענען ניצען איבערהויפט אז אינזער גורל איז צי זיצען ביי די כלי און זיך טאקע היטן די אויגן!
לעצט פאראכטן דורך האלץ האקער אום זונטאג נובעמבער 10, 2013 1:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » זונטאג נובעמבער 10, 2013 1:14 pm

אוי איז דאס א משל! עס שניידט אריין. א גרויסן יישר כח.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13936
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 1:16 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:אוי איז דאס א משל! עס שניידט אריין. א גרויסן יישר כח.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג נובעמבער 10, 2013 1:44 pm

זייער ווארעמע ווערטער, זייער צום זאך, זייער הארציג, אוי ווי שטארק מיר דארפ'ן אפהיטן די מתנה טובה וואס הקב"ה האט אונז געגעבן!

ישר כח פריילאך!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » זונטאג נובעמבער 10, 2013 1:52 pm

לכאורה האט געשריבן:שרעקעדיג אמת.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » זונטאג נובעמבער 10, 2013 1:58 pm

ישר כח. זייער זייער הנאה. גוגעל וואלט דאס געמעגט לינקען אונטער די סיערטש קנעפל.

#האלב סארקאסטיש האלב ערענסט
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג נובעמבער 10, 2013 2:05 pm

לכאורה האט געשריבן:שרעקעדיג אמת.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » זונטאג נובעמבער 10, 2013 2:06 pm

א מעשה נורא.

געהערט אמאל א גוי׳אישע ווערסיע דערפון אויף א מאמע מיט א זון.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 2:44 pm

שרעקליך אוי וויי וויי אוי וויי וויי, עס שניידט שטיקער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאפעגיי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:07 pm

תגובהדורך פאפעגיי » זונטאג נובעמבער 10, 2013 2:47 pm

געוואלדיגע ווערטער, מוראדיג מוסר השכל, ווען מ'טראכט נאר ווען..
ס'איז גוט אמאל צו הערן ווויאזוי דו אליינס קוקסט אויס...

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג נובעמבער 10, 2013 4:19 pm

בררר, עס כאפט א ציטער פון די משל (און פונעם נמשל).
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 4:28 pm

אוטשש איז דאס א ציפעדיגע שטיקל

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג נובעמבער 10, 2013 5:35 pm

א גרויסן דאנק פאר די ווארימע רייד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג נובעמבער 10, 2013 5:42 pm

נורא נוראות! א דאנק פאר דאס אפשרייבן.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:02 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:נורא נוראות! א דאנק פאר דאס אפשרייבן.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » זונטאג נובעמבער 10, 2013 8:46 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:נורא נוראות! א דאנק פאר דאס אפשרייבן.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג נובעמבער 10, 2013 9:16 pm

איך האב קיינמאל געהערט די משל, און עס האט מיר געשאקט [און שטייצעך אז ווען כ'האבעס איבערפארציילט פארן בני בית איז עס געווען גאר עמאצעניאל], דער נמשל איז נישט אזוי גוט אויסגעארבעט, אבער חומר למחשבה איזעס זיכער אויף די טייערקייט פון די צוויי דיאמאנטען וואס הקב"ה האט אונז באשאנקען.
א גרויסן ש'כח "פריילאך". קיפיראפ!
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 9:26 pm

א שטארקע לימוד אויף די מידה פון כפוי טובה!

בין אדם למקום, ובין אדם לחבירו! בין איש לאשתו, און צווישען חברים און ידידים.

א הארציגען יישר כח
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג נובעמבער 10, 2013 11:19 pm

שנאפס האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:נורא נוראות! א דאנק פאר דאס אפשרייבן.

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 2:57 am

איך האב עס היינט באקומען אויף 3 וואטסעפפ גרופעס
איז דא די ערשטע מקור ?
אויב יא ברויך מען געבן קרעדיט
Impossible is just an opinion

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 6:06 am

דער משל איז געגאנגען וויירעל!
יעדער איינער פארציילט עס וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט.
פריילאך: ס'איז ארגינעל? [כ'רעד יעצט, נישט בכלל וועגן דעם משל].
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], טיפיקעל און 24 געסט