מילי טובינא דחכימי

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 11:27 am

בּוּר ברשות הרבים = העומד בתפלה במקום השייך לרבים
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2015 3:04 pm

זעהענדיג די קעפלעך בענין הוטען האב איך זיך דערמאנט א מייסע וואס האט זיך געדרייט אין די גאס בימי חורפי
עס איז געקומען א איד וואס איז אלס בחור געווען אנגעטון חסידיש צו זיין רבי
רבי: איך געדענק דיך אלס נעטער און ציזאמגענימנער וואס איז מיט דיר געשען? דיין הוט איז אינגאנצען ציקנייטשט
-------
א נאנטער מיט הרה"ק ר' יוהנתן זי"ע נאט אים געפרעגט
מען טראגט אן פאר מיין זון א שידוך ןןאס נערט זיך זייער גוט אבער יענער עקשנ'ט זיך אויף א שטריימעל
ר' יוהנתן זי"ע : וועגן איין הוט פאסאן לאזט מען נישט אדורך א שידוך
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:14 am

24 הרה"ג ר יעקב זאב סמיטה שליט"א מג"ש בארגוין שיעורי תורה ועוד
פאר א קינד דערציילט מען א מעשה איינשלעפען
פאר אן ערוואקסענעם אויפוועקען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:17 am

שיין שיין, מיר דערקוויקען זיך נאכאנאנד.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 3:13 pm

רבי שלמה קלוגר היה כתבא רבא, וכתב ספרים רבים מאד, ופעם אחת כתב במכתב אל החתם סופר בלשון מליצה, אני נקרא קלוגער ואתם קלוגער, ואתם נקראים שרייבער, ואני השרייבער.

מפי השמועה, א מ"מ וואלט געווען אינטערעסאנט
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 3:37 pm

ר' מנשה ישראל רייזמן שליט"א האט דאס דערמאנט און זיין דרשה בארגוין שיעורי תורה און סטולינער בית מדרש בורופארק א פאר וואכען צוריק
the SCY is the limit

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 21, 2016 3:17 pm

און דער המודיע לעצטע וואך איז געווען אזא מעשה:

הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי ר"י עטרת ישראל אין ירושלים (איידעם פונעם חברון'ער משגיח רבי מאיר חדש) האט געהאלטען א דרשה אין קעמפ אויפען פרייען פעלד ווען פליצלינג איז א פייגעל א דורך געפלויגען אין פארשמירט דער ראש ישיבה'ס פראק.

רואיגערעהייט האט ער ארויס גענונען זיין פאטשיילע און עס אפגעווישט און זאגט צו זיינע תלמידים; דער גמרא זאגט אין סוכה אז ווען דער תנא רבי יונתן בן עוזיאל האט געלערענט איז כל עוף שפורח עליו פארברענט געווארען. איך, האלט זייער ווייט פון אזא הויכע מדריגה, אבער זעהט אויס אז פארט האט זיך דער פייגעל געדרייט די קישקעס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 21, 2016 3:25 pm

געהערט אז דער באטור'ער רב האט נאכגעזאגט (געדענק נישט זיכער פון וועם, נאר) פון א פריערדיגען גדול וואס האט געזאגט: קוקטס דער חילוק צווישען אמאליגע צייטען און היינט. אמאל אויב א איד איז נישט געווען אין ארדענונג און נישט געפאלגט, איז געווען גענוג אז א רב זאל אים אריין רופען און ווארענען אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין. היינט אבער אז מען וועט אייינעם ווארענען אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין וועט ער נישט פאלגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אפריל 03, 2016 7:52 pm

דאס דערמאנט די באקאנטע ווערטל פון ר׳ יודל ראזענבערג וואס ער האט געזאגט פאר ר׳ ליפא בראך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג אפריל 17, 2016 5:43 pm

געזאגט פאר מיין עקרת הבית בצחות "מיר זענען דאך איינס, וואס דו מאכסט פסחיג איז ווי איך האב עס געמאכט, איך דארף שוין גארנישט טון..." ענפערט זי "ריכטיג אבער אזוי ווי יעצט ערב פסח איז זייער פארנומען דארף איך ניצן אלע 4 הענט..."
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אפריל 18, 2016 10:18 pm

געהערט בין מנחה למעריב
אמרו עליו על רבי עקיבא שהיה מחלק קליות ואגוזין לתינוקות בערב פסח כדי שלא ישנו וישאלו
דער רמב"ם פסקנט ביי יעדען יום טוב
כיצד הקטנים נותן להם קליות ואגוזים ומגדנות,
והנשים קונה להן בגדים ותכשיטין נאים כפי ממונו,
והאנשים אוכלין בשר ושותין יין שאין שמחה אלא בבשר ואין שמחה אלא ביין,
איז וואס דער חידוש פאר דעם סדר ?
דער תירוץ איז פשוט
ווער גיט נאש פאר נאכטמאל?

----
אבל כבר קדמוהו הרשב"צ
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » מאנטאג אפריל 18, 2016 10:25 pm

מיין יונגל הערט זיך צו צום פסח טעיפ און ער וויל וויסן וואס אחשוורוש האט מיט פרעה?
(ביידע האבן די זעלבע שטומע).

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:03 am

הרב קיקיון מייסד אשכול קדוש זה מבקש מכל המגיבים לעיין בתגובה ראשונה לפני כתיבת תגובה והרינו מבקש מחילה ברבים ממנו על מה שכתבתי דבר שלפי דעתו אינו כאן המקום.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 20, 2016 2:16 am

נגיד האט געשריבן:געזאגט פאר מיין עקרת הבית בצחות "מיר זענען דאך איינס, וואס דו מאכסט פסחיג איז ווי איך האב עס געמאכט, איך דארף שוין גארנישט טון..." ענפערט זי "ריכטיג אבער אזוי ווי יעצט ערב פסח איז זייער פארנומען דארף איך ניצן אלע 4 הענט..."


דערמאנט מיך די ווערטל געהערט פון וועלוול שמעלצער, אז ער האט געזאגט פאר זיין עקרת הבית פאר פסח, זיך באציענדיג אויפ'ן ווארט פון קדושת לוי אז די ווייבער טוען אויף די ענינים פון קשר"ק די זעלבע ווי תקיעת שופר, האט ער געזאגט פאר זיין בני בית, אויב אזוי איז פונקט ווי תקיעת שופר בלאזט איינער און יעדער איז יוצא מיט אים, די זעלבע דא, די וועסט קשר"ק'ן און איך וועל יוצא זיין,...

לכבוד דעים האט זי זיך אראפגעזעצט און גענומען בלאזן.... מאה קולות...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך אפריל 20, 2016 2:19 am

אדער ווי איין מאן האט געזאגט אז ער איז דער בעל מקריא
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 20, 2016 2:21 am

יא פארגעסן, אזוי גייט טאקע די ווערטל, אז די מאן האט געזאגט איך וועל זיין די בעל מקריא, און די וועסט זיין די בלאזער...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:06 am

בבקשה זיך מישב זיין איידער מען שרייבט דא אין דעם אכול צי עס פאסט אריין
ווער איז הרהגה"צ וועוועל שמעלצר :?:

קיקיון האט געשריבן:לכבוד מיין הכתרה עפען איך אן אשכול אפגגעטיילט פון מילתא דבדיחותא פאר
צחות וכדומה פין חכימי דיהודאי עס איז פשוט ניט קיין כבוד התורה אז עס זאל זיין
א צחות פון הגה"ק ___ זי"ע נאך א שטיקעל פון עפעס א __-_
-
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מאי 13, 2016 9:22 am

זעהנדיג דעם שמיעס איבער " יחליפו כח -קור ערטער" האב איך זיך דערמאנט
קיקיון האט געשריבן:מען האט געפרעגט מיינס א זיידען פארוואס ער פארט ניט אין די בעדער אזוי ווי אנדערע רבנים
האט ער ג'ענטפערט בי' אנא רחיץ


מען זאל נישט ח"ו מיינען אז ער האט מבטל געווען די וואס זענען יא געפארען
ער איז געווען שטארק מקושר צי עטליכע צדיקי דורו וואס זענען יא געפארען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » זונטאג מאי 15, 2016 3:12 pm

קיקיון האט געשריבן:זעהנדיג דעם שמיעס איבער " יחליפו כח -קור ערטער" האב איך זיך דערמאנט
קיקיון האט געשריבן:מען האט געפרעגט מיינס א זיידען פארוואס ער פארט ניט אין די בעדער אזוי ווי אנדערע רבנים
האט ער ג'ענטפערט בי' אנא רחיץ


מען זאל נישט ח"ו מיינען אז ער האט מבטל געווען די וואס זענען יא געפארען
ער איז געווען שטארק מקושר צי עטליכע צדיקי דורו וואס זענען יא געפארען


גווווטט!

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג מאי 15, 2016 4:16 pm

יונהלע האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:זעהנדיג דעם שמיעס איבער " יחליפו כח -קור ערטער" האב איך זיך דערמאנט
קיקיון האט געשריבן:מען האט געפרעגט מיינס א זיידען פארוואס ער פארט ניט אין די בעדער אזוי ווי אנדערע רבנים
האט ער ג'ענטפערט בי' אנא רחיץ


מען זאל נישט ח"ו מיינען אז ער האט מבטל געווען די וואס זענען יא געפארען
ער איז געווען שטארק מקושר צי עטליכע צדיקי דורו וואס זענען יא געפארען


גווווטט!

פאסט פאר דיינס א זיידע.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג מאי 16, 2016 1:25 pm

געהערט אזא ווארט: די בוכ"ע האט געזאגט אז ער וועט געבן די תורה 8:00 אזייגער אינדערפרי

די יעקישע זענען אנגעקומען 7:30 און זיי האבן מקבל געווען די דרך ארץ
די ליטאים זענען געווען 8:00 און זיי האבען באקומען די תורה
די חסידים זענען אנגעקומען 10:00 אזייגער צום קידושא רבא
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 16, 2016 3:40 pm

פון: רבי עמרם בלום זצ"ל אב"ד ב. אויפאלא בעל בית שערים

ראש הקהל האט געשריבן:
אה! היינט איז דער יארצייט פונעם הייליגען בית שערים זצ"ל, ...,,,,,,,,,,לכבוד דו הילולא וועלעך נאכברענגען א ווארט משמו, בשייכותו לימים הנוראים.
ס'איז אמאל פארגעקומען אן אסיפת רבנים, יעדער איז געקומען פונקטליך צייטליך כדרך האשניזשע רבנים, אבער דער דרכי תשובה ממונקאטש איז געקומען אביסל שפעט, אזוי ווי דער חסידים וואס האבן נישט גהאלטן זמנים אזוי פונקטליך. האט ער זיך אנגערופען אז יעצט איז אים פאר ענטפערט וואס מיר זאגן און סליחות.
קל מלך יושב על כסא רחמים מתנהג בחסידות, אויב איז ער קל מלך יושב על כסא רחמים, אויב אזוי פארוואס שיקט ער נאך נישט דער גואל צדק, אויף דעם איז דער תירוץ, מתנהג בחסידות, ער פירט זיך אויף ווי א חסיד, און ער איז כביכול אביסל פארשלעפט און פארשפעטיגט, ודפח"ח.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן.


יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אינטערעסאנט
דאכציך מיר אז דער כתב סופר האט אלס קינד געפרעגט פונעם טאטען פונקט פארקערט פסח ביינאכט זאגט מען חסיד הוא
האט ער געפרעגט אויב דער בוכ"ע איז א חסיד דעמאלס פארוואס זאגט ער נישט ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה

ראש הקהל האט געשריבן:ניין. דאס איז א ווארט פונעם בית היוצר פון חוסט. און און עולמו של אבא ברענגט עס פון רבי הערשעלע מליסקא זצ"ל.
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג מאי 17, 2016 8:37 pm

אז מ'רעדט פון מתנהג בחסידות, דערמאנט עס מיר א ווערטל, ס'קומט אפשר נישט דא אין דעם אשכול ווייל ס'נישט פון א צדיק, אבער א צדיק האט עס איבערדערציילט.

הר"ר פרץ לעפקאוויטש ז"ל פון אנטווערפן דערציילט בספרו נפלאים מעשיך: דער רבי (מסאטמאר זי"ע) האט מיר דערציילט אז אפי' זקנים וחסידים נאמנים ווי ר' בערל אמסל ע"ה (מתלמידי הקדויו"ט והי' ידוע בצחות לשונו) האבן מיר פרובירט מסביר זיין אז אין אמעריקא איז נישט במציאות אויפצושטעלן א ת"ת.

האט ער מיר געזאגט וואס מיינט דער רבי דא איז ווי אינדערהיים? אינדערהיים האט מען געזאגט 'מתנהג בחסידות ומוחל עונות', אבער דא אין אמעריקא זאגט מען 'מתנהג בעונות ומוחל חסידות'...

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דינסטאג מאי 17, 2016 11:39 pm

א איד איז א אמאל געקומען צו א גדול (געהערט אויפן רבין זיע מ׳סאטמאר ) אז ער האט א אלטן בחור און מען טראגט אים יעצט אן א שידוך אבער ער וויל נישט דעם שידוך ווייל דער צד שכנגד וויל אז דער אינגערמאן זאל גיין אן א שטריימל שבת. און ער איז נישט מסכים דערצו,
האט דער גדול צוריק געפרעגט
נו אז ער וועט בלייבן א בחור וועט ער דאך אויכעט נישט קיין מיט קיין שטריימל!?! נו וואס ארט אייך אז ער האט א ווייב אינדערזייט.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך מאי 18, 2016 6:30 pm

געהערט בשם ר' יעקב גאלינסקי ז"ל
כיון שעבר אדם עבירה ושנה בה נעשית לו כהיתר, וואס איז אבער ווען ס'איז ושילש בה, דעמאלט איז שוין נעשית לו כמצוה
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט