Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פערנהייט גראד (וועטער) וויאזוי ארבעט דאס?

מאנטאג יוני 18, 2007 4:09 pm

עס עגבערט מיר שוין לאנג, פארוואס ווען ס'איז גאר קאלט דארף די טעמפעראטור אונטער די פערנהייט מעסטער (פאר ווער ס'ווייסט נישט, ס'איז פארהאן אן אנדערן טעמפעראטור מעסטער מיט'ן נאמען סעלסיוס) באצייכנט ווערן מיט ציפערן אונטער נול (בילאו זיראו)? משא"כ ביי היץ איז אין שיעור למעלה.

ס'וואלט דאך פיל ליבערשט געווען ווען מ'הייבט אן פריער אז אפי' די נידריגסטע גראד זאל האבן א נארמאלן ציפער און העכסטענס וועט און די זימער מאנאטן זיין דריי-הונדערט די גראד, למה נגרע?

[וויאזוי האט ר' בערעלע קליין זיך אויסגעדריקט ביי די לויפן-מאראטאן אין וומ"ס, "ווי לויפן זיי, זיי האבן נישט געקענט ארויס אפאר מינוט פריער?"]

איי וועסטו זאגן אז ס'געמאכט צו באצייכענען דעם ערנסטקייט פונעם קעלט אז ס'ממש נישט דא קיין ציפער פאר עס, וואלט מען געדארפט ביי היץ זאגן ס'אזוי הייס אזש 10 העכער 100.

נא, ירא הקהל וישפוט.

---------
א קאר איז נישט קיין פוטער ברויט

Advertisement

מאנטאג יוני 18, 2007 4:17 pm

מיללער: ווארט צו אפאר יאר ס'וועט זיין גלאבל ווארמינג, 50 ד'גריז וועט זיין פריזינג

מאנטאג יוני 18, 2007 4:22 pm

אז מ'קען נישט ענטפערן 'סטרעיט', דארף מען בכלל נישט ענטפערן.
*
מיללער, איך ווייס אויך נישט. איך האף אז ס'וועט זיין איהו מותיב ואיהו מפרק.

מאנטאג יוני 18, 2007 4:31 pm

גראדע האב איך געמיינט אז ס'האט צוטאן מיט די 'פריזינג פוינט' (פרירונג פונקט) אז ווען וואסער גרייכט אונטער זעראו ווערט ער/עס געפרוירן, אבער דער אמת איז אז ביי 32 איז דער פוינט.

ליינענדיג וויקיפידיה (ענגליש) זעה איך אפאר ווערסיעס, ס'איז אינטערעסאנט אז לויט איין ווערסיע האט דער מחדש פונעם וואגשאל/סקעיל מר. דניאל גבריאל פערנהייט פון דאנציג, פוילן (גארנישט מיט'ן חיי אדם) געוואלט אויסקרויזן דעם צייכענונג פון אינטער זעראו וואס זיין פארגייער האט איינגעפלאנצט האט ער פאר א יאר צייט נאכגעפאלגט דעם טעמפעראטור פון זיין היים-שטאט ווי די נידריגסטע שטאפל האט באקומען דעם נול צייכענונג אין די העכסטע האט געגרייכט 96.

ופערנהייט שפקח היה עינו הטעתו!

עיי"ש ותמצא נחת

http://en.wikipedia.org/wiki/Fahrenheit

מאנטאג יוני 18, 2007 4:34 pm

פערענהייט בכלל איז א פאריקטע סיסטעם אבער ביי סעלסיעס איז נארמאלער ווייל ביי זירו דעגרי איז די פריזינג פוינט דאס מיינט אז ביי -1 ווערט וואסער שוין פארפרוירען עכ"פ עס האט עפעס א פשט פין זירו אין ארויף איז ווארעם אין פין זירו אין אראפ איז קאלט אבער פערענהיט איז א נארישע סיסטעם אין דא אין קאנאדע ניצט מען טאקע סעלסיוס

מאנטאג יוני 18, 2007 4:36 pm

כ'האב עס געפרינט און ס'איז געפלאנט אי"ה צו ליינען שפעטער, אבער קודם "יישר כח". ס'קוקט אויס צו זיין דברים של טעם.

מאנטאג יוני 18, 2007 4:37 pm

האט שוין איינער געהערט ר' יאנקעל מעיסאן רעדען איבער די נושא? ער לייגט דאס גאר גיט אראפ

מאנטאג יוני 18, 2007 11:56 pm

מיינסט אודאי ר' יעקב מוטצען. אבער די ענטפער איז ניין. וואו קען מען דאס הערן?

דינסטאג יוני 19, 2007 9:23 am

נאטורליך;
דו רעדסט פון דזשעקי מעיסאן?

אויב יא - קרעמער;
מאכסט א ריזיגן טעות.

דינסטאג יוני 19, 2007 9:43 am

דא האט איר עס
http://www.yousendit.com/download/WFJVT ... QnMwTVE9PQ

דינסטאג יוני 19, 2007 9:56 am

יוי לאך איך...
איך לאך נאך אלץ...
נאך אלץ...
אוי איז ער גוט. מיין פעיווארייט קאמידיען.

דינסטאג יוני 19, 2007 10:12 am

מאשקע, האסט נאך אלץ קשיות איבער פערענהייט?

דינסטאג יוני 19, 2007 10:19 am

נאטורליך, טענק יו סאו מאטש, ס'איז גיט פאני.

אגב, וואס מיינט דער פעראמיטער איז פאלינג וואס איך הער שטענדיג אויף די וועטער רעפארטס, וואס עקזעקטלי פאלט?

ווייטער וואס מיינט 'גאסטינג'?

אמאל בין איך געפארן מיט א היימישע קאר סערוויס לאנג דיסטענט, אויפ'ן וועג -נאכ'ן אפעסן זיין נארהאפטיגען סענדוויטש באגלייט מיט א לעבעדיגע ברכת המזון- האט אים די אשת חיל אריינגערופען אינעם צעל-פאון וואוסענדיג אז אין די קאר ערלויבט ער זיך אמאל צוהערן די וועטער,

-משה דוד, וואס איז היינט די וועטער?
-זיי זאגן אז עס איז פיין נאר אביסל גאסטינג
-יא, איך האב אויך אזוי געהאלטן גראדע (ברוך שכוונת)

איך זאג ענק צו אז זיי האבן קיינער נישט פארשטאנען דעם שמועס, אלא וואדען? ס'מאכט נישט אבי ס'דא פון וואס צו רעדן

ביי די גוים ווייסט מען אז די וועטער איז די מאוסט קאמאן טעמע מיט וואס אנצוהייבן א שמועס (שמועות) אזויווי "ווי ארבעט איר?" ביים חסידישען בע-שאו (אוי דערמאנט עס מיר צייטן, עוד חזון למועד)


אז מ'רעדט שוין פון וועטער פאסט זיך דאך די פאלגענדע חתימה ווי א וויידל אויף ושתי
---------
טראפיק און וועטער אינאיינעם אויף די אכטערס

דינסטאג יוני 19, 2007 10:25 am

מיללער, כ'האב זייער הנאה פון די זאכליכע טעמע,

נאר א קשיא,
איז עס א חילוק אין פלאץ ווי מען ליינט עס לויט סעלסיוס און ווי מען ליינט עס לויט פארנהייט ?
למשל, קאנאדא אויף איין וועג, און ענגלאנד, אוקריינע, פולין א צווייטע ?

דינסטאג יוני 19, 2007 10:58 am

צייטליך האט געשריבן:מיללער, כ'האב זייער הנאה פון די זאכליכע טעמע,

נאר א קשיא,
איז עס א חילוק אין פלאץ ווי מען ליינט עס לויט סעלסיוס און ווי מען ליינט עס לויט פארנהייט ?
למשל, קאנאדא אויף איין וועג, און ענגלאנד, אוקריינע, פולין א צווייטע ?


אזוי ווי אין אלע מאטסן איז אמעריקע און נאך עטליכע אנדערש ווי די גאנצע וועלט, צו איז דאס מייל/קילאמעטער צו איז דאס פיס/מעטער אזוי אויך איז די חילוק צווישן פערנהייט/סעלסיוס.

דינסטאג יוני 19, 2007 11:17 am

סאכדעס האט געשריבן:
אזוי ווי אין אלע מאטסן איז אמעריקע און נאך עטליכע אנדערש ווי די גאנצע וועלט, צו איז דאס מייל/קילאמעטער צו איז דאס פיס/מעטער אזוי אויך איז די חילוק צווישן פערנהייט/סעלסיוס.



מייל/קילאמעטער און פיס/מעטער איז די זעלביגע זאך און ס'פאסט זיך נישט אויף דעם 'צו איז דאס..... צו איז דאס.....' פונט/קילאגראם וואלט בעסער געווען, תן לחכם ויחכם עוד.

די אייראפעישע מעסטן סיסטעם ווערט אנגערופען די 'מעטריק' סיסטעם

דינסטאג יוני 19, 2007 11:21 am

נאטורליך האט געשריבן:מאשקע, האסט נאך אלץ קשיות איבער פערענהייט?

אפשר ווען איך וועל ענדיגן לאכן....
שכוח נאכאמאל.

דינסטאג יוני 19, 2007 10:42 pm

מאשקע האט געשריבן:נאטורליך;
דו רעדסט פון דזשעקי מעיסאן?

אויב יא - קרעמער;
מאכסט א ריזיגן טעות.


קיינער איז נישט שולדיג אז דו ביסט אומבאהאווענט מיט די היסטאריע פון דזשעקי מעיסאן, וועלכער איז ליידער דער זוהן פון א אידישע רב.

מיטוואך יוני 20, 2007 2:27 pm

אדרבה, רעד. זאג. ער האט געהייסן מוטצען אלס קינד? דערצייל אביסל.

מיטוואך יוני 20, 2007 2:45 pm

און אז דו ווילסט נישט רעדן, זאגן. שרייבזשע ביטע.

מיטוואך יוני 20, 2007 4:49 pm

זיימוחל דא רעדט מען נישט פון ארינגס און ארום,

מיטוואך יוני 20, 2007 10:12 pm

דאס האב איך שוין לאנג געהערט אז זיין טאטע איז געווען א ראביי, און דער זוהן האט זיך געברויכט לערנען דרש'ענען ברבים און אריינווארפן א געשמאק ווארט אין די פרשת השבוע, ביים פרובירן אויפצוטרעטן פארן עולם האט מען געזען אז ער האט טאקע דעם אראטארישן חוש צווישן די ציינער, אבער דאס האט אים טאקע אראפגעפירט פון וועג, כמאמרם ז"ל ליצנות אחת ...

לעצטנס האב איך צוגעהערט (מוז נישט זיין קראנט) אז ער האט גאר געהייסן יעקל מוטצען.

מיטוואך יוני 20, 2007 11:02 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:27 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג יוני 21, 2007 7:05 am

בן ההיכל, יישר כחך תנחה דעתך שהנחת את דעתי, פון היינט אן ווען איך הער אז די בעראמעטער פאלט זאל איך מיך נישט דערשרעקן אלעס בלייבט ביים אלטן.

ווידעראום גאסטינג דארט וועל איך מיך שוין יא אראפרוקען די ראבער פון די היט מיינע און צוקנעפלען דעם רעקל אז איך זאל חלילה נישט אוועקפליען מיטן גאסטישען ווינט.



----------
קריגט די גוטע שטאף, נעפע

דאנערשטאג יוני 21, 2007 9:29 am

בני היכלא האט געשריבן:gusting מיינט אז די ווינט בלאזט שטארק,

פון דעם נעם איך ארויס, אז די איין ווארט גאסטינג, זאגט מען אין אידיש מיט צוויי ווערטער, און דאס איז "שטארקע ווינטן".

קומט אויס אז ווען איינער שרייבט,
מיללער האט געשריבן:מיטן גאסטישען ווינט.

איז אזויווי ער וואלט געשריבן,
גיב מיר ביטע די "נאסע וואסער"

בין איך גערעכט? :smile: [/code]
שרייב א תגובה

Advertisement