ציונים סעיל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

ציונים סעיל

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 5:13 pm

אין דעם אשכול וועט צייטנווייז געמאלדן ווערן די ציונים פון גרעיטער נוא יארק וועלכע גייען ארויס אויף סעיל
~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~
~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~


די ציונים וועלכע זענען יעצט אויף סעיל זענען ווי פאלגענד

ציון הרה"ק ר' גדלי' יוסף בערינשטיין פון בראנזוויל
מנו"כ וואשינגטאן סעמיטערי-בארא פארק
Washington Cemetery
5400 Bay Pkwy
Brooklyn, NY 11230
T: 718-377-8690
Location: Society: Chevra Machzikei Hadas Anshei Sfard, Gate 3, about 100′ feet on the left side

ציון הרה"ק ר' משה פיילשוס מנוא יארק
מנו"כ במאנסי סעמיטערי
Monsey Cemetery
Brick Church Rd (off RT. 306)
Spring Valley, NY 10977


טערמינען און באדינגונגען
ווען איר לייענט אדער שרייבט א תגובה אין דעם געהענגל טוט איר דערמיט באשטעטיגען דאס איר פארשטייט און טוט איינגיין צו די באדינגונגען מיט וועלכע דער אנהייבער פונעם אשכול האט געשריבן זיין ערשטער תגובה.
דער שרייבער פון דער אשכול איז נישט אויף קיין פאל פארבונדן מיט סיי וועלכע ארגענעזאציע וועלכע טוט פראקלאמירן סיי וועלכע פון די סארט סעילס, פארמאגט נישט קיין שום אגענדע סיי פאזיטיוו און סיי נעגעטיוו נאר האלט זיך נייטראל, אויך נעמט ער נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די אוטענטישקייט פון די אינפארמאציע וועלכע ווערט אנגעגעבן ביים רעקלאמירן אזא סארט סעיל, און פלאנירט נישט צו שטעלן קול מבשר אלס א פערזענליכער ווארט טרעגער, דער שרייבער בעט בכל לשון של בקשה צו שרייבן נאר אזעלכע תגובות וועלכע טוען דירעקט נישט שענדיגן אדער באליידיגן דעם געווארענער 'צדיק נסתר' וועגן וועלכע מען טוט פראקלאמירן א סעיל, און אויך די וואס טוען איר פראקלאמירן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 5:50 pm

וואס הייסט עס איז אויף סעיל? באלאנגט עס נישט פארן ארטיגן בית החיים? פארוואס זאל מען עס פארקויפן?


איך טוה באשטעטיגן אז איך פארשטיי און טוה איינגיין אויף די באדינונגען וואס דער אנהייבער פונעם אשכול האט געשריבן אין זיין ערשטע תגובה...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 5:57 pm

וואו קען מען געבן אן איינגאבע?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 6:23 pm

וואס מקען קויפן א ציוני ?פוי פעך ......... געוואלד!!!!!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 9:14 pm

אויף סעיל? האהא! האב איך דאך געוויסט אז די ציונים וועלן פאלן!

ווארט נאר צי, כשהן יורדין יורדין עד לעפר, באלד איז עס אומזינסט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 10:25 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:וואס הייסט עס איז אויף סעיל? באלאנגט עס נישט פארן ארטיגן בית החיים? פארוואס זאל מען עס פארקויפן?

ברוקלין בריק פאר סעיל...
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג אוקטובער 18, 2013 10:27 am

פון הונטער די קוליסן ווערן מיר געוואויר וועגן נאך א ציון וואס א געוויסער מאן דהו האלט אין די פריע שטאפלען פון פארוואנדלן אין אן הייליג ארט. אבער אנדערש ווי די פריערדיגע באקאנט געווארענע 'צדיקים נסתרים' איז די רעדע יא פון א באקאנטער פיגור אינערהאלב די רבנישע קרייז אין נוא יארק, און אויך אן אקטיווער אויפטוער פאר ארטאדאקסישער אידישקייט. אט ער וועט אין די קומענדיגע מאנאטן אריינגיין אין די קאטאגאריע פון 'בעקיארד צדיקים נסתרים'.

האלט אייך געשפאנט!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » פרייטאג אוקטובער 18, 2013 11:25 am

קענסט מסביר וואס דו פארקויפסט דא? ביסט א ברויקער? דיין אייגענטום? א וויץ?
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג אוקטובער 18, 2013 12:12 pm

אלל אף דע עבעוו...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 12:09 pm

בן בוזי האט געשריבן:פון הונטער די קוליסן ווערן מיר געוואויר וועגן נאך א ציון וואס א געוויסער מאן דהו האלט אין די פריע שטאפלען פון פארוואנדלן אין אן הייליג ארט. אבער אנדערש ווי די פריערדיגע באקאנט געווארענע 'צדיקים נסתרים' איז די רעדע יא פון א באקאנטער פיגור אינערהאלב די רבנישע קרייז אין נוא יארק, און אויך אן אקטיווער אויפטוער פאר ארטאדאקסישער אידישקייט. אט ער וועט אין די קומענדיגע מאנאטן אריינגיין אין די קאטאגאריע פון 'בעקיארד צדיקים נסתרים'.

האלט אייך געשפאנט!

וואס בעט ער דערפאר? די פרייז וויפיל ס'איז יעצט ווערד, אדער וויפיל ס'גייט ווערד זיין נאכן אנקלעבן סגולות דערויף? אפשר לוינט זיך צו אינוועסטן...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 12:27 pm

ווי זענען עס די רבנים, פון שטאט? פארוואס ערלויבן זיי אזא קאנקורענץ ביים היימישען ציבור? איז עס נישט פון אלעמאל געווען די רבנים וועלכע זענען געשטאנען אויפן ציבור נישט צו דערלאזן השגת גבול? ס'מוז איינמאל פאר אלעמאל באשטעטיגט ווערן פאר וועמען עס באלאנגען די אויסשליסליכע רעכטן פון סגולות פארן היימישען ציבור? עס ברויך געשליכטעט ווערן דער ענדלאזער קאמף צווישן די פאלגענדע און אנדערע פירמעס, ווי צב"ש כולל חצות, תהלים כולל, ציונים, אור החיים הק', פטום הקטורת אא"וו
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 12:31 pm

גייסט דא אלעס פארקויפן?

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 12:56 pm

איך פארשטיי נאך אלץ נישט וואס דא גייט פאר,
מען מאכט ביזנעס פון קברים?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 2:09 pm

כ'קויף נישט קיין ציוני פאר קיין שום געלט

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 2:22 pm

איינער קען מסביר זיין וואדער וויל דא ?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 2:25 pm

איך וויל פאקויפן ציוניזם? דער עולם גולם זענען דאך א באנדע ציונים! אמאל האט מען געמיינט אז ציוניזם איז א פילאזאפיע אן אידאלאגיע, היינט איז אבער יעדער א הייסער ציוניסט, ס'איז א דבר השוה לכל נפש, א נחלת הכלל, מ'לויפט קברים קלאפן. אין ברוקלין האט איינער לעצטנס 'אנדעקט' א קבר אויף בעי פארקוויי טוט זיך ביים יאהרצייט א גאלאפ אזאנס וואס נוא יארק האט נאכנישט בייגעוואוינט, אין מאנסי איז לעצטנס (שוין חוץ די ציוה"ק פון הרה"ק מריבניץ זי"ע) געווארן אן אנלויף ביים ציון פון 'משה נוא יארקער', זעה איך דאך אז ס'איז דא דערפאר א דימענד בין איך אריין אין די ביזנעס פון מארקעטן די ציונים וועלכע זענען אוועילעבל פארן ציבור החשוב.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 2:40 pm

זאג איך נאכאמאל דארף איך נישט קיין ציוני בכל צורה שהוא...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 2:45 pm

יוראפ הייב אויך אן צו פארקויפן, האסט דאך אסאך אין סטאק...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 21, 2013 2:52 pm

חכם וואס כ'האב בלייבט שוין ביי מיר, הו קומט קנאקעדיגס (ווילסט אינוועסטן?)

אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע: איבעראל ווי ס'טיצעך

תגובהדורך וואטיצעך » מיטוואך אוקטובער 30, 2013 4:31 pm

משה ניו יארקער איז דאך שוין לאנג א ניקלשבורג'ע (מאנסי) ציוני
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 4:15 pm

בן בוזי האט געשריבן:פון הונטער די קוליסן ווערן מיר געוואויר וועגן נאך א ציון וואס א געוויסער מאן דהו האלט אין די פריע שטאפלען פון פארוואנדלן אין אן הייליג ארט. אבער אנדערש ווי די פריערדיגע באקאנט געווארענע 'צדיקים נסתרים' איז די רעדע יא פון א באקאנטער פיגור אינערהאלב די רבנישע קרייז אין נוא יארק, און אויך אן אקטיווער אויפטוער פאר ארטאדאקסישער אידישקייט. אט ער וועט אין די קומענדיגע מאנאטן אריינגיין אין די קאטאגאריע פון 'בעקיארד צדיקים נסתרים'.

האלט אייך געשפאנט!


איר מיינט כ'האב געטריבן שפאס?

לא ארכו הימים, דער נשיא בית התבשיל דבעלארוס הרח"ר שי' הייבט שוין אן מיט די עבודת התעמולה.
צוגעלייגטע
r hillel klein.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

זארג נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 5:12 pm

אין וועלכע ביה"ח דארף מען ליגן צו מעגן הייסן הרב?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:49 pm

דאס משוגעת גייט שוין אריין אין וואנזיניקייט אזש ביז אויסשיסן צום טויט א גאנצע משפחה פון אייניקלעך...

די רעדע איז וועגן א בייגעלייגטער רעקלאמע וואס איז דערשינען אינעם 'דבר יום ביומו' זשורנאל פון היינט מאנטאג וארא, וועלכע רופט צו באזוכן דעם ציון פונעם בארימטן חסיד 'משה בטלן' אין שיכון סקווירא, באטאנענדיג דאס ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיינע דורות (ר"ל)....
צוגעלייגטע
batlan.PNG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:50 pm

וויי וויי...
הנותן לשכוי בינה...

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג דעצמבער 23, 2013 3:16 pm

א ווארט פון ר׳ משה ז״ל אז כאניאק איז ראשי תיבות חכם נבון וקדוש (חנוק)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 17 געסט