אויסגערוהט, אבער נאך ווי
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2007 12:24 pm
שסהי איז דאס גוט געווען, מ'האט זיך געגרייט דערויף, אבער אזוי גוט, דאס האט קיינער פון מיינע שונאים מיר נישט געקענט פאראויס זאגן.
מ'האט געפאקט און געמוזעלט און געשלאכערט, (די לשון געפינט זיך אינטער די קמיעה פונעם ישמח משה, זעהט אויס אז בימים ההם זענען מענטשן אויך געפארן אויף וויקאציע.., אפשר נאר ראשי קהלה? ווייסעך שוין נישט), מ'האט ארויפגעלייגט אויפן וועגעלע א ריזיגן פיקל, אזוי ווי א קעמל פארמאגט, און דארט איז אריינגעגאנגן וואס דו ווילסט נאר נישט הערן און געדענקן, באקסעס און רענצלעך, טויס (פון: מעסטערמיינד דאט קאם) ביכלעך, קערידזש'עס, אין קאר זעלבסט איז אריינגעגאנגן צדה לדרך, די פיקטשער מאכער, די קליינע איי-פאד אנגעפילט מיט קינדער טעפס, עפעס פלאץ איז נאך געבליבן פאר די קינדער..
ויסעו זאגט מען אויף ענגליש, זייער זייער א שיינע נסיעה געווען, ווי ערווארטעט האבן מיר גענוצט פארשידענע עצות פון "מעלות", מ'האט געציילט טרעילער'ס וכדו' וכו'.
און דא איז עס געשען, נייע פחד באקומען האט די בני בית, דו זעהסט דעם ברידזש – זאגט זי מיט איר פעותא היא דא'ידיגע שטימע – דא קען מען אריינפאלן, דו גייסט פארן נאר אינדערמיט, נו נו זאג איך, אויך מיר א חילוק, ווילאנג זי מערקט נישט אז מ'פארט אויף אכציג קען זי אלעס בעטן, רעדט זי אינמיטן אויפן טעלעפאן, שרייען די קינער: טאטי, אונז ווילן זעהן די וואסער, פאר אין די זייט, מ'כאפט א שנעלען בליק, זי איז יעצט אריינגעטון און איר "גאבליין" און זי איז פארטון אין א שמועס, נו, מ'האט דאך מיר אויסגעלערנט וויאזוי מ'טוישט לעינס, ס'איז כלל נישט אזוי שווער, איך צינד אן די בלינקער'ס, איך צוה מיך אין א זייט, און די קינדער נעמען זיך קוקן מיט אן התפעלות, WOW אזא ווייטע וואסער, טאטי די וואסער ענדיגט זיך נישט? עה חי'לע שרייעט עלקי פון די אנדערע זיץ, אויב ס'ענדיגט זיך נישט, וויאזוי קען זיך די ברידזש האלטן?? הא?
דאס האט מיר אויסגעפעלט, ויקץ משנתה, זי – די מאמע – געט א הייב אויף אירע אויגן און זי זעט ממש ווי מיר פליען אין וואסער אריין, אין איר דמיון קומען שוין די פישן אונז איינשלינגן, היסטערישע קולות, שמע ישראל איז פון די קליינע פסוקים וואס איך האב צוזאמגעהערט, די גאנצע ולמלשינים מיט ותשבר ותמגר האט זי מיר איבערגעטייטשט אויף אידיש.. איך ווייס נישט ווער ס'האט מיר געזאגט אז זי האט אלטס מיידעל נישט געלערנט קיין חומש רש"י, די גאנצע תוכחה פון פ' בחוקותי און תבא האט זי מיר געזאגט אויף אויסעווייניג.. זי האט באפוילן: שוין אראפ פון די ברידזש, יוי איך ציטער, אבער שוין! ביז 10 מינוט זענען מיר געווען אינטן!!
וחמת המלכה שככה..
ביום ההוא, איז מען ווייטער געפארן, א גוטע פאר שעה, גוט הייס געווען די פאר טעג, די עירין קדישין האט געארבעט אויף כח, די קינדער האבן מיטגעזינגן מיטן טעיפ, קען נישט בעסער זיין.
דאס זיך אפשטעלן ביי א געז סטעישאן איז א מעשה פאר זיך, מ'איז ארויסגעקומען פון די קאר, מ'האט זיך אויסגעצויגן די ביינער, געמאכט א רעיס מיט די אלע קליינע, זיך אראפגעזעצט אינטערן שאטן, ארויסגעצויגן א טישטעך, און געמאכט שבת פאר זיך, מיר האבן געגעסן נאר כשר'ס, נאר וואס מיר האבן זיך אליינס מיטגעברענגט, זי האט געכאפט א פיקטשער ווי איך עס, און דאס זעלבע פארקערט, אלע קינדער האבן געמאכט טאמבלעל-סאסעס, ענד די הוללות איז אריין אין פילן שוואונג..
מ'האט ווייטער געצויגן אויפן וועג, מ'האט געציילט די עקסיטס, און דערנאך די רויט לייטס, און דערנאך די אדרעסן, און דערנאך די בעטן..
איך בין געגאנגן דאווענען מנחה מעריב, אריינגעביסן אין א פליטש, און זיך געלייגט שלאפן.
צופרי איז געשען דאס ערווארטענטע, מ'האט אנהייב נישט געוואוסט ווי מ'געפינט זיך, אבער צוביסלעך האט די פאקט געפאטשט אין פנים אריין, יעס, מיר זענען אין די מרחקים, און קיינער קיינער אויסערן באשעפער זעהט נישט וואס מיר טוען דא.
למאי נפקא מינה, דער באשעפער זעט און איז נישט מקפיד צו איך זאג דא "ברוך שאמר" פאר "הודו", ער זעהט און ער איז נישט מקפיד צו מ'זאגט דעם "יום" נאך עלינו אזוי ווי יעדער דא, וכו' וכו'.
א שבת אין דער פרעמד, אהה, מעין עולם הבא, מ'עסט מיט פלעסטיק דישעס, מ'שפאצירט אויף די גאסן, פרישע חיות, פרישע כוחות, די קינדער מיט זייערע ביכלעך, און דער טאטע מיט זיינע ספרים, און די מאמע מיט איר "באלייכטונגן", אלעס האט זיך מחי' געווען.
בלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן, אז דאס "פלאץ" וואס דער מלאך רע האט געהאט יענעם פרייטאג צונאכט'ס, און בעל כרחך מיטגעשריגן א הילכיגן אמן אויפן ברכה פונעם יצ"ט אז: יהי רצון שלשבת אחרת כן. זאל שוין מקוים ווערן גאר אין גיכן.