Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פעטישענ'ס פאר קנ"א

דינסטאג אוגוסט 01, 2006 11:48 pm

רבותי
ס'הערשט א גרויס געפאר אז אונזער ענקער פאר קרעמער נייעס אגענטור זאל ריטייערן פון זיין אמט און פארשליסען ס'גאנצע אגענטור מיט אים אינאיינעם אלעס צוליב די איינע סיבה אז ער האט נישטקיין סופארט (קרעמער צו דיר וויל איך זאגען אז צוויי זאכן קודם כל מ'האט יא קאמענטירט אויף דיינע נייעס און דערנאך איז אזוי נייעס קען מען נישט דעבאטירען, אז מ'האט אמאל צוצולייגען לייגט מען צו וואו דו קענסט אליין זעהן) אשר על כן פאדער איך אויף דעם גאנצען עולם ביטע זיך נישט ארויס דרייען אין יעדער און טאקע יעדער זאל זיך דא אינטער שרייבען אז מיר וויל מיר אז עס זאל ווייטער לויפען געהעריג דו נייעס ווי ביז איצט,
כ'גלייב אז איך דארף נישט ארויס ברענגען דו גוטע נקודות וואס ס'ליגט אין דעם וואס אונז האב מיר די נייעס ביי אונז אין קרעטשמע,
דריבער טוה איך בעטן אין פארלאנגען (קרעמער געדענקסט פון וואו דאס אויסדריק קומט?) אז יעדער זאל זיך ביטע מטריח זיין און אינטער שרייבען זיין נאמען.




קרמער
זיי ממשיך דיין חשוב'ע און געשעצטע ארבעט פון אריין לייגען די נייעס, און אפי' נישט אלץ האב מיר וואס מוסיף צו זיין, אבער מיט דעם אלעם גלייכען מיר עס זייער,
מיט דאנק פון פאראויס
ווי עס שרייבען:

Advertisement

דינסטאג אוגוסט 01, 2006 11:50 pm

הק' מעסטער מיינד

דינסטאג אוגוסט 01, 2006 11:57 pm

גם אני מצטרף

הק' בעני

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 1:30 am

גמני מצטרף, ממני באהבה. שוועמל

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 7:15 am

I'M TOO

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:04 am

פארוואס נישט.

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:22 am

הק' יאנאש, הבארטענדאר.

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:54 am

קרעמער, העי, דער עולם קומט צו אונזער קאר וואש, ווייל דא קען מען מיטהאלטן די נייעס, חדשים לבקרים פריש.

איך בעט דיר זיי ממשיך.

פארשטייט זיך נאר מיטן גוטן דאטום, נישט ווי איינמאל זונטאג מטו"מ...

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:07 am

קהל'ס נאר.
בלי נדר וועל איך אונטערשרייבן מיט אן אנדערע ניק אויך

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:07 am

גם אני מצטרף לדברי חברי
הק' סאכדעס.

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:23 am

סאכדעס, בעט פונעם דיין שליט"א ער זאל זיך אויך צושטעלן.

זאל עס זיין אפילו מיטן אראמישן שפראך, אדער זוהר... נישט קיין חילוק.

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 12:44 pm

הק' (דוש ) איך הער ,

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 1:24 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:סאכדעס, בעט פונעם דיין שליט"א ער זאל זיך אויך צושטעלן.

זאל עס זיין אפילו מיטן אראמישן שפראך, אדער זוהר... נישט קיין חילוק.


נישט פאר ת"ב, ער איז זייער ערענסט.

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:31 pm

קהל'ס נאר האט געשריבן:קהל'ס נאר.
בלי נדר וועל איך אונטערשרייבן מיט אן אנדערע ניק אויך


נו?

(זאג מיר נישט אז דו ביסט דער סאכדעס וואס האט אונטערגעשריבן א רגע נאך דיר...)

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:32 pm

איך_הער האט געשריבן:הק' (דוש ) איך הער ,


וואס מיינט "דוש"?
ד'וד ו'ואלף ש'ווארץ?

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:33 pm

קרעמער האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:הק' (דוש ) איך הער ,


וואס מיינט "דוש"?
ד'וד ו'ואלף ש'ווארץ?

קרעמער,

ווייסט טאקע נישט?

ה ק ד ו ש .

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:38 pm

כאכאכא

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:40 pm

סאכדעס האט געשריבן:כאכאכא
וואס איז דאס געלעכטער א טאג פאר ט' באב.

אז דו לאכסט שוין יא, זאג נעקסט טיים אויף וועלכן דזשאוק, אויף קרעמער'ס אדער טריאו.

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:45 pm

קרעמער האט געשריבן:
קהל'ס נאר האט געשריבן:קהל'ס נאר.
בלי נדר וועל איך אונטערשרייבן מיט אן אנדערע ניק אויך


נו?

(זאג מיר נישט אז דו ביסט דער סאכדעס וואס האט אונטערגעשריבן א רגע נאך דיר...)


אפס סארי
סיהאט מיר גענומען צו לאנג, די תגובה, סאו איז עס ארויפגעקומען שפעט.
כאב טאקען דוקא נישט געלאכט, כרגיל, חחחחחחחחח, נאר כאכאכא

מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:47 pm

טענק יו.

דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 11:24 pm

קודם הרב קרעמער א גרויסען שכויח פארען אזוי הערליך צושטעלען די דעילי ניוס מיט אזא גענוטשאפט עס איז ממש וואונדערבאר.
אבער איך האב אפאר בקשות וואס איך וויל פארלייגען וואס מען זאל אדורך שמוסען ביי די נעקסטע מיטונג פון די באהערדע פון ק.נ.א., קודם מעג מען מאכען כאטש וועכענטליכע אשכולות מ'זאל נישט דארפען יעדע מאל זיכען די נייעס פארען טאג, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס מען זאל קארגען צו עפענען א פרישע אשכול וועם גייט עס אן, צווייטענס אויב עס איז מעגליך צו שרייבען די וועטער, עניוועי קיפ אפ וויט יאר גאד ווארק איטס עקסעלענט ווי אר אלל עפרישיעטינג איט.

דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 11:43 pm

צו זעהן די לעצטע תגובה פון א אשכול דריק אויפן קיילנעם בילד אינדערזייט דערפון

דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 11:53 pm

שכויח מעסטער איך האב דאס נישט באמערקט ביז יעצט,

פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:07 am

אז איך רעד שוין, ויל איך בעטן דעם קרעמער'ן זזגא"ש, אזויווי יעצט קומען פאר די וואלן די צייט איז הייס מיט פאליטיק, און עס איז דא אסך ואס צו שריייבן .
קעררי שווארצענעגער בוש קלינטאן ראוו אלעזש... איך קען ניטאמאל זיין נאמען, דעריבער וואלט זיך דער עולם מחיה געווען מיט א פרישן קנא אפדעיט וואס טוט זיך אפ ארום און ארינגס דעם כדור העולם.

מיר לעכצן

פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:56 am

שטילערהייט;

וועטער איז א זאך וואס טוישט זיך יעדע שעה, און איז נישט שייך צו מעלדן אויף א טעגליכע באזיס.

שוועמל;

אי"ה קומענדיגע וואך וועט זיין לענגערע אפשאצונגען אויף די סענאט און קאנגרעס וואלן.
שרייב א תגובה

Advertisement