די נייע יישובים בלומינבורג/לעיקווואד, איז דאס א ישועה?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 1:51 pm
געשריבן דורך: וואלוועלע-קרעטשמע
----
מיר זענען דא א חבורה פון אפאר צענדליגע אינגעלייט, און איך מיין אס עס איז דא פארהאן צווישן אונז פון יעדע קאטאגאריע, שיינע פארדינער'ס, מיטעלע פארדינער'ס, און שוואכע פארדינער'ס, מילא קען מען דא אויסשמועסן די נושא פון זיך אויפהייבן און ארויסגיין וואוינען.
און דאס איז נישט נוגע נאר וויליאמסבורג, איך וואין אין קרית יואל, און איך בין אזא פארדינער אז מיין לעבן ביזדערווייל האב איך נאכנישט עכט געדארפט בארגן קיין געלט פון קיינעם, און איך לעב א נארמאלן אויסגערעכענטן לעבן, און איך האב שוין געהאט גרעסערע הוצאות אין מיין לעבן, און ב"ה מען האט עס דורכגעשטופט, און ב"ה איך קען אוועקלייגן אפאר דאללער אינדערזייט צו חתונה מאכן קינדער, איך רעד באמת קליין געלט, אבער אביסל השתדלות טוה איך.
יעצט קומט די נושא פון קויפן א דירה, איך האב ב"ה א משפחה מיט קינדער, און עס האלט אינמיטן וואקסן, און איך זיך א 7-8 רומיגע דירה, אין קר"י איז דאס אויך זייער שווער צו באקומען פאר רענט, רוב אזעלכע דירות גייט צו פארקויפן, רענט איז געווענליך נאר 5 רומיגע דירות. און איצט צו גיין קויפן גיי איך צום גאנץ ערשט מוזן אויפקומען מיט קרוב צו 120,000 דאללער מינימום, וואס דאס טוה איך נישט פארמאגן, און צו גיין בארגן איז ביי מיר אויך נישט קיין אפציע, וויל איך קוק מיר שוין אן נענטער פון ווייטער וואס די הוצאות ווערן מער און נישט ווייניגער, מען מאכט שוין באלד בר מצוה און דערנאך חתונה און אזוי ווייטער און ווייטער, און צו זיין א בע"ח איז ביי מיר די לעצטער אפציע. און נאך א סיבה פ"וו נישט צו קויפן, ווייל די וועג וויאזוי מען האט לעצטענס אנגעהויבן בויען אין קרית יואל, איז אויך זייער נישט גוט, פונקט וואו אינדערשטאט, נישטא קיין שום פרייוועסי, חוץ דיין דירה באקומסטו נישט גארנישט, קוים א פארקינג פאר דיין אויטא, נישט קיין גראז פאר דיינע קינדער צו שפילן, איינמאל די ביסט ארויס פון דיין הויז ביסטו פאבליק פאר צענדליגע משפחות (אינדערהיים אויך, נאר אויב די מאכסט צו דיין ווינדאו שעידס דאן האסטו אביסל פרייוועסי,) און דאס ווערט פון טאג צו טאג ערגער און ערגער
מילא איך אפילו אין וואוין נישט אין דער שטאט, אין וואוין טאקע אין קרית יואל, וואו די רענט איז טאקע פיל ביליגער, און די דירות זענען פיל גרעסער, איז פאר מיר וואס קויפן פאר די פרייז איז נישט קיין אפציע, מילא קוק איך אויך ארויס אויף א אידישער געגענט וואס גייט זיך בויען, און דארט וועט אפשר יא זיין פאר מיר מעגליך צו קויפן א אייגן הויז.
איצט לאמיר רעדן פון די 2 נייע געגענטער וואס זענען יעצט אויפן טיש, און אויסשמועסן צו איינע פון די איז א אפציע יא אדער ניין. אן אריינגיין צו עס איז צו ווייט פון די שטאט, אדער עס איז נישט נאנט צו די עלטערן, איך רעד פון די 2 סיבות פארוואס איך וויל נישט אדער איך קען נישט קויפן אין קרית יואל, ובכן אין מאנסי, די געלט, און דער פרייוועסי/הרחבת הדעת
בלומינבורג
מען גייט באקומען גוטע דירות, מען גייט באקומען שיינע טאון הייזער, טאטעל אן די גאראדזש גייט עס זיין בערך 2500 סקווער פיס, עס גייט קאסטן 369,000 דאללער, און מען דארף אראפלייגן 75,000 דאללער דאון פעימענט,
איצט לגבי די פראבלעים פון פרייוועסי, איז דאס ממש א מחי', עס האט ביידע מעלות, מען האט שכנים, יעדע הויז איז קאנעקטעד איינס מיט א אנדערע, אבער פון די צווייטע זייט וואוינט מען נישט אריין איינע אין דער אנדערע, יעדער האט א פריוואטע פראנט און בער יארד, שיינע גרויסע דירה, סוי לגבי די חלק איז עס געוואלדיג געוואלדיג.
אבער איצט לגבי די פרייז, מען וועט אויסרעכנען פער סקווער פיס וויפיל עס קאסט, וועט אויסקומען א סקווער פיס 30-40 דאללער ביליגער וואו מאנסי מאנרוי, מילא לגבי דאס אז איך זאל מיר עס קענען ערלויבן האט עס מיר זייער ווייניג געהאלפן, איך בין גרייט צו האבן ווייניגער סקווער פיס פאר די פרייז אין קרית יואל אדער אין מאנסי. אין מאנסי איז דא שיינע דעוועלאפמענט איך מיין עס הייסט פרעסטידזש, וואס מען וואוינט טאקע צוזאמען אבער עס האט הערליכע גראונד און א שיינע פארק פאר די פרייז, עס איז טאקע ווייניגער סקווער פיס די דירה, אבער איך מיין אז די מציאה איז פיל מער.
מילא די בלומינבורג פראיעקט ביזדערווייל רעדט בכלל נישט צו מיר, איינס ווייל די דאון פעימענט איז צו הויך, און צווייטנס ווייל די באקומסט נישט וואס די באצאלסט. אזוי וואו איך האב שוין געזאגט נעכטן, ווען ער פארקויפט עס פאר א גוי קען ער נישט בעטן אפילו אין די געגענט פון די פרייז,
פאר א שיינע פארדינער וואס זוכט צו גיין מיט זיין וויליאמסבורגע/סאטמארע אמסטאפער און ער קען זיך ערלויבן 75,000 דאללער אראפצולייגן קען דאס זיין זייער אינטערעסאנט. און איך האב אויך נעכטן געהערט פון איינעם א פארמעגליכער איד, וואס האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז דארט קען ער זיי קויפן דירות, מילא פאר די קען עס זיין זייער גוט. וואו נישט וואו אין שטאט קאסט באלד 400 דאללער א סקווער פיס, און דאס זיך צו ערלויבן מוז מען זיין זייער רייך, אבער דא רעדט מען פון בערך 140 דאללער א סקווער פיס און דאס איזא מציאה רבה, און עס איז זייער מעגליך עס זאל זיין א שיינע סאטמארע שטעטל
לעיקוואד
האט הערליך געשריבן אז די באקומסט א דירה פון א טאטעל פון 3400 סקווער פיס פאר די זעלבער פרייז פון 369,000 דאללער, (איך ווייס נישט אויב עס האט א גאראדזש צו נישט) אין דעם איז אינקלודעד א אויפגעפיקסטע בעיסמענט וואס וועסט אי"ה מיט דער צייט ניצן פאר א אינקאום, דאון פעימענט דארט איז 10 פראצענט וואס דאס קומט אויס בערך 36,000 דאללער.
יעצט לאמיר עס אויסשמועסן, לגבי פריוועסי גלייב איך אז עס איז די זעלבע וואו בלומינבורג. אחוץ אפשר די הייזער זענען נישט קאנעקטעד איך ווייס דאס נישט. אבער דאס קען איינער ניצן פאר א מעלה אויב עס ברענט עם נישט אזוי א שכן ממש נעקסט דאר, און ביי איינעם וואס ברענט יא א שכן נעקסט דאר איז עס א חסרון, די עצם דירה איז באמת גאר א גרויסע הערליכע רחבות'דיגע דירה, מילא לגבי דעם איז עס געוואלדיג געוואלדיג
און איצט לגבי די פרייז, אז מען וועט אויסרעכענען פער סקווער פיס, וועט עס אויסקומען אונטער 110 דאללער א סקווער פיס, און דאס איז שוין 70 דאללער א חילוק פון מאנסי מאנרוי. און נאך א מעלה, אז די דאון פעימענט איז אינגאנצן 36,000 דאללער וואס פאר אזא איינער פון מיר קען מען פון אזא פרייז רעדן, און אפילו די מארטגעדזש איז אביסל העכער, אבער עס איז גרינגער חודש'ליך צוצוצאלן אפאר הונדערט דאללער, וואו ווערן א בע"ח פון 50,000 דאללער, און זיך ארומדרייען אן א קאפ פון וואו צו באצאלן, (איך רעד פון א אינגערמאן וואס דינט אזויפיל צו קענען נארמאל לעבן.) און ער שטעלט נאך צו א אינקאום, וואס אויב די געגענט ארבייט זיך אויס, וועט אין אפאר יאר זיין א דעמענד פאר די בעיסמענטס עס צו פאררענטן, וואס וועט דיר מאכן אז איינער העלפט דיר ארויס אין דיין מארטגעדזש.
דאס איז שוין מער אינטערעסאנט, די פרייז איז ריזענבאל עס איז בכלל נישט טייער פאר וויפיל ער שטעלט דיר צו.
אבער עס איז דא פילע וואס האבן מורא צו גיין, אדער שיקן זיינע קינדער קיין לעיקוואד, וואס וואו נישט וואו איז עס א ליטווישע שטאט א אנדערע קרייז וואו אונז, און ביי געוויסע איז דאס א מעלה. נאך א זאך אז אין דער זומער איז דאר זייער הייס, מילא קומט צו א עקספענס פון קאנטרי. מיט דעם קען מען זיך קריגן, ווייל איך האלט אז אינדערשטאט פארט מען אין קאנטרי פאר 2 סיבות, איינס ווייל עס איז נישטא וואו צו שפילן געהעריג פאר די קינדער און אויך די מאמע'ס דארפן האבן אביסל הרחבת הדעת, און 2 ווייל יעדער פארט, אבער די היץ מיין איך איז בכלל נישט קיין אישו. מילא לעיקווואד וואס הרחבת הדעת איז דא, און די לעיקוואדער עולם פארט אוועק נאר פאר 3 וואכן פון נאך ט' באב ביז ר"ח אלול מילא וועט דאר נישט זיין אזא געפאראכץ צו די קאנטרי.
אבער איך דארף נישט אזוי גרויס
דער אמת וואס איך וויל, וואו איך האב שוין גערעדט אין א אנדערן שמועס נעכטן, פארוואס ספויעלט מען אונז און מען שלאגט אונז פאר נאר ריזיגע דירות, וואס איז מיר שלעכט צו גיין קיין לעיקוואד, וואו זיי אפפערן זייער ביליג פער סקווער פיס אין א דירה פון 2200 סקווער פיס, וואס אויב רעכענט מען די זעלבע פרייז פער סקווער פיס קומטעס אויס פאר בערך 240,000, און אויב די דאון פעימענט איז נאר 10 פראצענט מיינט עס בערך 24,000 דאללער דאון פעימענט, און די האסט נישט אזא גרויס מארטגעדזש, און צו דעם אלעם באקומסטו א שיינע סייז דירה, טאקע נישט ריזיג, אבער שיין גרויס.
ווען דאס וועט זיין וועל איך אי"ה זיך אויפהייבן מיט מיין וויב אין קינדער, און אהין לויפן