פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 12:19 pm
דורך שנאפס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 3:01 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו איינער קען דא אויסקלארן פונקטליך וויפיל סקווער פיס מען באקומט אין לעיקוואד? ווייל ביזדערווייל האב איך געשריבן 3400 און איינער האט מעורר געווען עס איז 3900.
ובכן צו מען באקומט טאקע אלעס אויפגעפיקסט, אזוי האב איך געהערט איינע וואס האט גערעדט מיט די פארהאנד, אבער דאך איז גוט נאכאמאל צו פארזיכערן אז עס איז אזוי.
איז אינקלודעד אין די סקווער פיס א גאראדזש, אדער איז בכלל נישטא א גאראדזש?.
מען דארף נאר אראפלייגן 10 פראצענט אין די איבריגע איז די גאנצע די מארטגעדזש, אדער דארף מען אראפלייגן מער למשל 20 פראצענט וואס דאס איז 72000 דאללער, נאר א חוץ די מארטגעדזש גיבט דיר איינער א פרייוועט לאון?
וויפיל וועט מיר אויסקומען בערך וואס איך דארף צאלן א חודש פאר מיין מארטגעדזש צוזאמען מיט מיין טעקס?
מורי ורבותי לעיקוואד וואו עס קוקט אויס אויבן אויף איז א ווילדע מציאה, ביי מיר וואו איך וואין איצט ביך איך צופרידן, און אויך וואין איך אין קרית יואל וואס די סייז פון די דירה איז זייער שיין, מיין פראבלעים איז נאר וואו פריער דערמאנט אויף שפעטער ווען איך וועל בעזר הוי"ה דארפן א גרעסערע דירה, אבער עטס שטאטישע יונגעלייט, עטס האטס נישט קיין דירה, עטס האטס נישט מנוחת הנפש, עטס קאסט ענק דאפעלט, איינס די רענט איז זייער טייער, און צווייטנס אייער ב"ב האט נישט קיין פלאץ אין די דירה, מילא טגעפינט זי פלאץ אויף ליע עוועניו.
הייבטס אן צו טראכטן גראד, און טוטס צו דער זאך, און העלפטס דעם פארהאנד מצליח זיין, און אויב עס וועט זיין מיט הצלחה, וועט די חסידישע ת"ת נישט זיין קיין פראבלעים, עס איז דא היימישע מוסדות דארט, און מיט א היימישער פרישער ווינט וועט עס נאר היימישער ווערן.
צו קלאר מאכן איך האב גארנישט מיט לעיקוואד (חוץ וואס איך וויל זייער שטארק אהינגיין וואינען) נאר זעהן די אפציע'ס וואס עס איז דא יעצט ביי אונז אויפן טיש, איז דאס א געוואלדיגער מציאה, טאקע נישט פאר יעדן, ווייל מאנכע ווילן טאקע א סאטמארע שטעטיל, אבער פאר איינער וואס שטערט נישט צו וואינען אין לעיקוואד מיט נאך אפאר היימישע אינגעלייט, און עס איז עם נישט קיין פראבלעים אז אין גראסערי וועט זיין וויב טרעפן ליטווישע פרויען איז דאס געוואלדיג געוואלדיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:51 am
דורך משה קארנפעלד
די חברה אין לעיקוואוד האבן מיר געזאגט אז נאך שטייער מיט די גאנצע קוגל וועט עס קאסטן בערך 2,300 דאלאר א חודש.
אויפן חשבון אז דו דינגסט ארויס דיין בעיסמענט, וועט עס אויסקומען בערך 1,500 דאלאר א חודש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:54 am
דורך משה קארנפעלד
בעל דעת האט געשריבן:דער בראקער פין ליעקוואד האט מיר געזאגט פאר יו"ט אז אויב די ביסט גרייט אויפציגעבען דע בעיסמענט קען עס דיר געבען פאר 40,000 דאלער ביליגער, דאס מיינט אנשטאט 369,000 פאר 329,000
אבער איך האלט עס איז א שאד ווייל דע פרייז וואס קענסט היינט באקימען פאר דעים איז 750 א דאלער א חודש אין דע מארגעזש פאר נאך 40,000 מיט 5% רעיט איז אינגאנצען 240 דאלער א חודש בלייבסט נאך און טאש 510 דאלער, און עס וועט זיכער ארויף ווי אלע אידישע געגענטער
איך ווייס נישט צו וועם דו רעדסט, אבער מיר האט ער לכתחלה געגעבן צוויי אפציעס איינס 339 און איינס 379.
ביי ביידע האט ער געזאגט באקומען מען א בעיסמענט, די דיפערענץ איז אז פאר 329 איז די בעיסמענט רוי, און פאר 379 איז אויפגעפיקסד פארטיג צו נוצן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 9:56 am
דורך משה קארנפעלד
ים רויבער האט געשריבן:לפי ידועתי האט די פלאן גארנישט מיט מאטל פארהאנד נאר מיט זיין זון און איז א לויטער ריעל עסטעיט אינוועסמענט און גארנישט מיט ציונות,
איינער ווייסט 'קראנט' צו ער האלט ערגעץ? ער בויט שוין? עפראוועל? פאנדעישען? עניטינג?
זאגן זאגט ער אז ער איז עפראווד און ווען די מענטשען זענען דא ווארפט ער דארט ארויף געביידעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 10, 2013 4:10 pm
דורך לעיקוואד
משה קארנפעלד האט געשריבן:בעל דעת האט געשריבן:דער בראקער פין ליעקוואד האט מיר געזאגט פאר יו"ט אז אויב די ביסט גרייט אויפציגעבען דע בעיסמענט קען עס דיר געבען פאר 40,000 דאלער ביליגער, דאס מיינט אנשטאט 369,000 פאר 329,000
אבער איך האלט עס איז א שאד ווייל דע פרייז וואס קענסט היינט באקימען פאר דעים איז 750 א דאלער א חודש אין דע מארגעזש פאר נאך 40,000 מיט 5% רעיט איז אינגאנצען 240 דאלער א חודש בלייבסט נאך און טאש 510 דאלער, און עס וועט זיכער ארויף ווי אלע אידישע געגענטער
איך ווייס נישט צו וועם דו רעדסט, אבער מיר האט ער לכתחלה געגעבן צוויי אפציעס איינס 339 און איינס 379.
ביי ביידע האט ער געזאגט באקומען מען א בעיסמענט, די דיפערענץ איז אז פאר 329 איז די בעיסמענט רוי, און פאר 379 איז אויפגעפיקסד פארטיג צו נוצן.
דאכט זיך מיר אז לא פליגי, ביידע רעדן אז די בעיסמענט איז $40000 מער, נאר איינער רעדט האלסעיל $329000 און איינער רעדט ריטעיל $339000