בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:02 pm
דורך בעל דעת
שנאפס האט געשריבן:דער רענטל אונטן דארף האבן חסדי שמים עס זאל זיך גלייך אנפולן.. מען קען עס נישט רעכענען פאר אנפאנג
אין ליעקוואד גייט אזעלכע דירות פאר 950 און מען זיכט עס מיט לעכט נאר דא ווייל סאיז א ביסעל א נייער געגנט וועט מען עס דארפן געבען פאר 750
אבער דעיס זאגען אלע פאר 750 וועט מען קענען טרעפו גלייך טענעטס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:07 pm
דורך שנאפס
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:דער רענטל אונטן דארף האבן חסדי שמים עס זאל זיך גלייך אנפולן.. מען קען עס נישט רעכענען פאר אנפאנג
מ'קען מאכן דארט אפיסעס, וואס וועט לכאורה יא זיין א גרעסערע פארלאנג אפילו פון אנהויב.
וואס? יעדער וואס מופט אהין וועט דאך האבן די אייגענע בעיסמענט, פלאס א ריזיגע הויז
נו וואס פארשטייסטו נישט? אז די בעיסמענט איז דיינס קענסטו עס פארדינגען פאר אפיסעס אנשטאט א דירה.
ווער גייט זוכן צו דינגען א אפיס דארט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:08 pm
דורך בעל דעת
משמש האט געשריבן:כ'האב מורא אז בעל דעת האט אויך א אגענדע
לאמיר דיר איינמאל קלאר מאכן איך מאך נישט קיין איין טאלער פין דע גאנצע זאך
איך בין סתם איינער וואס עמו אנכי בצרה און ווען איך טראכט איז עס נישט פאר מיר ווייל פאר מיר קען איך אזוי דורך שטיפען, איך טראכט שוין פאר מיינע קינדער קע"י
איך האב זייער שטארק שטאדירט דע מצב און איך זעי און דעים א גאלדענע גלעגעהייט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:09 pm
דורך היטל
שנאפס האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:דער רענטל אונטן דארף האבן חסדי שמים עס זאל זיך גלייך אנפולן.. מען קען עס נישט רעכענען פאר אנפאנג
מ'קען מאכן דארט אפיסעס, וואס וועט לכאורה יא זיין א גרעסערע פארלאנג אפילו פון אנהויב.
וואס? יעדער וואס מופט אהין וועט דאך האבן די אייגענע בעיסמענט, פלאס א ריזיגע הויז
נו וואס פארשטייסטו נישט? אז די בעיסמענט איז דיינס קענסטו עס פארדינגען פאר אפיסעס אנשטאט א דירה.
ווער גייט זוכן צו דינגען א אפיס דארט?
מענטשען וואס וואוינען שוין אין לעקוואד.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:11 pm
דורך היטל
נאכאמאל, וויבאלד פאראנד איז אנטקעגן ציונות גיבט ער דירות פאר ביליגער? אדער דאס איז די פרייז וואס קאסט, און אין בלומינבערג קאסט טייערער צו בויען?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:11 pm
דורך שנאפס
עס איז דא א מאנגל פון אפיסעס אין לעיקוואד?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:13 pm
דורך היטל
עס דארף זיין א מאנגעל אז איינער וואס האט א קאר און זיכט א אפיס זאל זיין גרייט צו פארן א מינוט צוויי פאר אביסל ביליגער רענט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:15 pm
דורך שנאפס
סא עס דארף געלונגען אז איינער וואס וואוינט שוין אין לעיקוואד זאל קומען צו די חסידים זוכן א אפיס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:18 pm
דורך היטל
נארמאלערהייט אויב איז עס אביסל ביליגער דארף עס נישט זיין צו שווער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:21 pm
דורך בעל דעת
איך האב געשיקט דעים לינק צי דע בראקער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט מיט עטליכע טעותים
דע נאמען איז ר' "מרדכי" פארהאנד
סאיז 3900 סקווער פיס נישט 3400 סקווער פיס, דאס הייסט 92 דאלער א סקווער פיס
ער זאגט אז דע פרייז פאר דע רענטעל איז לכה"פ 850 איק ליעקוואד גיפא גייט עס שוין פאר איבער 1000 אזא דירה
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 4:25 pm
דורך בעל דעת
היטל האט געשריבן:נאכאמאל, וויבאלד פאראנד איז אנטקעגן ציונות גיבט ער דירות פאר ביליגער? אדער דאס איז די פרייז וואס קאסט, און אין בלומינבערג קאסט טייערער צו בויען?
איך בין נישט און קאנסטראקשען איך ווייס נישט צי ער געבט עס פאר ביליגער
איין זאך ווייס איך ער וויל פאר יעדע פרייז עס זאל מצליח זיין און האט ב"ה דע יכולת פאר דיעם
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 7:00 pm
דורך ולא מיין
בנוגע בלומינבורג, לויט ווי דער שמילאוויטש זאגט, גייט די נעקסטע פאזע זיין פון 1400 און 1800 ס''פ דירות, וואס דאס וועט אויסקומען היפש ביליגער. די חסרון איז נאר, אז די דירות גייען נישט האבן די זעלבע פרייוועסי, נאר ס'וועט געבויעט ווערן אויפ'ן זעלבן אופן ווי קר''י מאנסי (כאטש נישט אזוי ווי די לעצטערע מאנראו געטאו'ס.
לעיקוואד: די דאון פעימנט איז 80 אלפים, נאר פארהאנד בארגט פאר די ערשטע פאר אינגעלייט 40 אלפים, אזוי וועט עס אויסקומען ביליגער.
צו פארדינגען די בעיסמענט, דארף מען וויסן די פארלאנג דערויף אין לעיקוואד, און די פרייזן, און זיך נישט פארלאזן מיט בלינדע אויגן אויף וואס די בראוקער זאגט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 8:00 pm
דורך פיצי קעפעלע
בעל דעת האט געשריבן:דע חברה וואס שטייען אינטער דע גאנצע פראיעקט זאגען אז זיי האבן שוין פינקלעכע פלאן וועגן מוסדות
זיי האפען ארויס צי קימען און דע עפענטליכקייט און דע נאנטע ציקופנט
לויט וואס זיי זאגען מיר אז זיי זענען שוין 2 מאל געזיצען מיט כ"ק אדמור מסאטמאר מהרי"י שליט"א אין ער בעקט עס אינגאנצען
לעצטע פאר וואכן האבן זיי שוין געזציען עטליכע מיטיגען מיט ר' חיים יצחק מאנדל
אזוי האט שוין ר' משה פארהאנד וואס ער שטייט אינטער דע גענצע פראיעקט געמאלדען אזער איז מנדב א בנין פאר א תלמוד תורה מיט חתונה זאל פאר א אינקאם
ווי איך האב שוין געשריבען אין די לעיקוואד אשכול, האב איך אנגעפרעגט דעם רבי'ן שליט"א, און ער האט מיר געזאגט אז אויב וועט זיך פארמירען א קבוצה סאטמערע אינגעלייט דארט, נעמט ער אויף זיך די מוסדות.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 8:34 pm
דורך ים רויבער
לפי ידועתי האט די פלאן גארנישט מיט מאטל פארהאנד נאר מיט זיין זון און איז א לויטער ריעל עסטעיט אינוועסמענט און גארנישט מיט ציונות,
איינער ווייסט 'קראנט' צו ער האלט ערגעץ? ער בויט שוין? עפראוועל? פאנדעישען? עניטינג?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 8:35 pm
דורך פיצי קעפעלע
ווייסט איינער וויפיל די טעקס איז א יאהר אויף די דירות אין לעיקוואד?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 8:36 pm
דורך פריי זיך
שמעתי אז ס'איז דא היינט צוטאגס טויזנט שטריימלעך איינוואוינער אין לעקוואד. מ'דארף נישט אזוי מורא האבן פון די 'ליטווישע'' שטאט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 10:11 pm
דורך מחותן
פארוואס רעדט קיינער נישט וויפיל מען צאלט פראפעטי טעקס אין לעיקוואד?
שמעתי אז אין ניו דשערזי איז טעקס זייער זייער הויך. איז לעיקוואד אין נ״ז? אויב יא, וואס גייט זיין די פראפעטי טעקס אויף די דירות!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 10:13 pm
דורך הערליך
בערך 5 אלפים א יאר, בלומינג איז אויך בערך סעים
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 11:53 pm
דורך לעיקוואד
איך וועל פרובירן אויסצוקלארן דעם ענין מיט עטליכע דיטעילס.
ראשית כל די דעוועלעפמענט האט מיט הרה"ח נפתלי משה פארהאנד און ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז א ווארעמע חסיד'ישע איד, (הר"ר זלמן לייב פילאפ שליט"א שטייט איין ביי אים 2 מאל א יאר) ער האט מיר שוין געזאגט עטליכע מאל אז ער וויל איך זאל פרובירן ברענגען חסיד'ישע אינגעלייט, און אז ער קען נישט פארשטיין פארוואס מען מוטשעט זיך אין די שטאט.
איין פאקט וואס איך קען מעיד זיין אז ער איז געווען גרייט צי העלפן אפילו ווען מען זאל גיין קיין וועסטגעיט (א דעוועלעפמענט וואס האט גארנישט מיט אים) ער איז גרייט זיך אונטערצונעמען צו עפענען א מיידל סקול אפילו סאטמאר - מהרז"ל קומט נישט אהער, ער מיינט זיך און אז זיינע קינדער זאלן קענען דא וואוינען, ער האט מיר עטליכע מאל עס געזאגט בפירוש.
יעצט לגבי זיין לאט וואס ער האט צו בויען, להוי ידוע אז ער קען היינט בויען און בעטן פון די ליטווישע די פרייז, עס איז געווען א דעוועלעפמענט ממש נעבן דעם און עס איז געגאנגען פאר כמעט די זעלבע פרייז, עס רופט זיך CHESTERFIELD. אויב עפעס טוט ער א נארישקייט פינאניציעל מיט די גאנצע עסק, ווייל וואס געשעט אויב עס ארבעט זיך נישט אויס, און ער האט שוין פארקויפט לאמיר זאגן א דריטל הייזער פאר פרומע חסיד'ישע, וועט אים זיין סאך שווערער עס צי פארקויפן פאר די אלגעמיינע עולם דאהי, פאר רוב חסיד'ישע אידן פון לעיקוואד איז די געגענט נישט קיין גוטע געגענט, דעמאלטס וועט ער זיין קרחה מכאן וקרחה מכאן.
די סיבה פארוואס סאטמאר וויל די דעוועלפמענט איז ווייל דאס איז אביסל ארויס פון געגענט און אזוי קען מען זאגן "אז ב"ה מען גייט נישט מיט קיין פרעמדע".
די וואס בעטן אז זיי דארפן א קלענערע דירה פאר ווייניגער געלט, אדרבא נעם זיך צוזאם מיט 2-3 חברים און גיי לאמיר זאגן קיין וועסטגעיט (ווי די האסט א שאפינג סענטער מיט אלע געברויכן) און די קענסט האבן דארט א דירה פאר רענט פאר זייער ביליג.
לגבי די בעיסמענט, קען מען היינט באקומען $900-$800 פון א ליטווישע קאפל פאר אזא סייז בעיסמענט אין די געגענט, אבער עס איז מעגליך אז זיי וועלן נישט וועלן קומען צוליב די פרומע חסיד'ישע אטמאספערע. עס איז דא עטליכע חסידי'שע געגענטער ווי מען בעט פאר אזא בעיסמענט $1000-$1100 אבער עס איז לכאורה שווער פאראויסצוזאגן, ווייל א נישט פרומע סאטמאר'ע וועט לכאורה נישט וועלן אהינגיין אין אנפאנג, אבער דאס קען מען נישט פאראויס זאגן יעצט.
לגבי טעקסעס די פרייז פאר א טאון הויז לויפט בע' צווישן $7000 און $8000 א יאר שוין נאכדעם וואס מען פיקסט אויף די בעיסמענט.
די וואס טענה'ן אז פערציג טויזענט דאלער אראפצולייגן איז אסאך, איך פארשטיי אז עס איז שווער פאראיינעם וואס האט א טאג נאך די שבע ברכות זיך געזען אין א לאך פון די גרויסע רענט, אבער לגבי קויפן א הויז איז עס זייער א קליינע נאמבער.
איין זאך וואס מען דארף געדענקען אז די הויז קומט גרייט אריינצומופן מיט אפלייענסעס און נישט אזוי ווי אין ניו יארק.
איך זאג קלאר נאכאמאל אז איך האב פון די דעוועלעפמענט קיין שום פינאנציעלע בענעפיט. ס"ה דברים כהווייתן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 08, 2013 11:58 pm
דורך לעיקוואד
ים רויבער האט געשריבן:לפי ידועתי האט די פלאן גארנישט מיט מאטל פארהאנד נאר מיט זיין זון און איז א לויטער ריעל עסטעיט אינוועסמענט און גארנישט מיט ציונות,
איינער ווייסט 'קראנט' צו ער האלט ערגעץ? ער בויט שוין? עפראוועל? פאנדעישען? עניטינג?
ער האט שוין עפראוועל און עס קען זיין פארטיג אויף א יאר
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 12:08 am
דורך לעיקוואד
הערליך האט געשריבן:סאיז קלאר אז די דיעל אין לעיקוואד איז אויפן מאמענט פיל מער אויסגעהאלטן פינאנציעל, די שאלה איז וועגן מוסדות? דערווייל איז נישטא קיין מוסד אין לעיקוואד ווי איך קען שיקן די קינדער, אויב איז אמת וואס די דעוועלעפער זאגט צו אז עס גייט זיין מוסדות מטעם סאטמער, ברויך דאס ווערן געמאלדן אפיציעל מטעם די קהלה.
אין בלומינגבורג איז אויך נאך נישט דא קיין מוסדות, און אפילו א בילדינג פאר א מוסד האט מען נאך נישט קיין אפראוועל, משא"כ אין לעיקוואד קען סאטמאר-מהרז"ל שוין יעצט עפענען מוסדות אן קיין נייע איינוואוינער, פונקט אזוי ווי סקווירא-און ראכמיסטריווקע האט א מוסדות און רובא דרובא האבן נישט גארנישט מיט די חסידות, ס"ה דארפן זיי א חסיד'ישע חדר.
פארשטייט זיך אז דעמאלטס וועט זיין שווערער און מען וועט מוזן אנפאנגען נאר מיט קינדערגארטן און כיתה א' אזוי ווי יעדע נייע מוסד האט זיך דא גע'עפנט.
עס איז קלאר אז אויב זאל מען זיך די גרינגסטע סאלושען צי די דירות קריזיס איז לעיקוואד די בעסטע ענטפער
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 6:19 am
דורך הערליך
יא יא, אבער אין בלומינגבורג האט די קהלה אפיציעל געמאלדן, דאס הייסט אז די קהלה האט זיך מתחייב געוועהן, מיר ווארטן צו הערן וואס די קהלה האט צו זאגן לגבי לעיקוואד
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 10:05 am
דורך Hardworker
הערליך האט געשריבן:יא יא, אבער אין בלומינגבורג האט די קהלה אפיציעל געמאלדן, דאס הייסט אז די קהלה האט זיך מתחייב געוועהן, מיר ווארטן צו הערן וואס די קהלה האט צו זאגן לגבי לעיקוואד
פיצי קעפעלע האט געשריבן:ווי איך האב שוין געשריבען אין די לעיקוואד אשכול, האב איך אנגעפרעגט דעם רבי'ן שליט"א, און ער האט מיר געזאגט אז אויב וועט זיך פארמירען א קבוצה סאטמערע אינגעלייט דארט, נעמט ער אויף זיך די מוסדות.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 10:46 am
דורך אלד וויליאמסבורג
שנאפס האט געשריבן:געשריבן דורך: וואלוועלע-קרעטשמע
בלומינבורג
מילא די בלומינבורג פראיעקט ביזדערווייל רעדט בכלל נישט צו מיר, איינס ווייל די דאון פעימענט איז צו הויך, און צווייטנס ווייל די באקומסט נישט וואס די באצאלסט. אזוי וואו איך האב שוין געזאגט נעכטן, ווען ער פארקויפט עס פאר א גוי קען ער נישט בעטן אפילו אין די געגענט פון די פרייז,
ביסט זיכער? א''כ למה נגרע? איך שטעל מיך פאר אז מען פארקויפט נישט הייזער פאר גוים לשם מצוה, מען מאכט פראפיט ביי זיי אויך, וואסי פשט אז פאר אידן דארף עס קאסטן טייערער, אין וויליאמסבורג זענען די דעוועלאפארס און לענדלארדס פארנימען מסביר זיין זייער מסירת פנש מיט געבן דירות פאר אידן די גוים צאלן גאר טייערער.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 09, 2013 11:57 am
דורך שנאפס
בערך איינס און א האלב שעה פון וויליע, אין פענסילוועניע, קענט איר באקומען פריוואטע הייזער פאר ביליגער, איך וועל ברענגען איין משל, וואו דו באקומסט 2564 סקווער פוס, פאר $248,000
http://www.classicqualityhomes.com/gallery_bentley.htmlאיר קענט סתם אזוי אויסטשעקן זיין וועבסייט, ער האט אסאך הייזער אין יענעם געגנט פאר ביליג, שיינע גרויסע פריוואטע הייזער