בלאט 1 פון 1

ראשון לחשבון עונות [דרשה לחג הסוכות עפ"י מכה בדופן]

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 8:03 pm
דורך מכה בדופן
דער גמרא פארציילט ווען משיח וועט קומען וועלן די אומות העולם זיך באקלאגען צום בורא עולם הלמאי ער האט זיי נישט געגעבן קיין מצוות. כאטש דער טענה איז לעכערליך ווייל ה' מסיני בא וזרח משעיר למו הופיע מהר פארן – כביכול האט געאפפערט די תוה"ק פאר אלע פעלקער און קיינער האט עס נישט געוואלט אננעמען אויסער דעם עם הנבחר, וועט דער אויבעשטער אבער געבן נאך איין טשאנס.
"מצוה קלה יש לי – איך האב א גרינגע מצוה וואס הייסט סוכה, פראבירטס יעצט מקיים צו זיין די מצוה, און אויב ענק וועלן טויגן וועל איך ענק געבן שכר."

זאגן חז"ל אז די גוים וועלן בויען סוכות בראש גגם, און זיך דארט אריינזעצן. דער אייבישטער וועט אבער מאכן דער זון זאל ברענען און באקן, אזש ביז געציילטע מינוטן וועלן די גוים נישט מער קענען אויסהאלטן. יעדער וועט ארויסגיין פונ'ם סוכה, עס דערלאנגן א פעסטע שטויס, און אריינגיין אינדערהיים ווי ס'ארבעט דעם עיר קאנדישן. אויבן אין הימל וועט כביכול זיך צוקוקן צו אלץ וואס האט פאסירט און ער וועט זיי גוט אויסלאכן.

פרעגט די גמרא ומה בכך אז זיי גייען ארויס, אמער א יוד איז דאך אויך נישט מחויב צו בלייבן טאמער איז ער א מצטער?
ענטפערט די גמרא אז אה"נ מען מברויך נישט בלייבן אינ'ם סוכה, אבער שטויסן טאר מען נישט. ווען א יוד מוז נעבעך פארלאזן זיין סוכה מפני הגשמים גייט ער ארויס בהכנעה מיט א קרעכץ, משא"כ די גוים וועלן ארויסלויפן גאר הייטער.


מ'קען אפשר זאגן א צווייטע תירוץ צו די גמרא'ס קשיא, ווי פאלגענד – אבער צום ערשט מוז מען מקדים זיין דער חילוק ווען א איד בויט א סוכה צו להבדיל א גוי:

ס'ערשטע זאך ברויך דער גוי מעסטן די סוכה. ער שטעלט זיך אוועק אינמיטען צימער און שלעפט ארויס א מעסטער (גוים האבען דאס אויף זייערע פאסיגס אזוי ווי להבדיל אידן האבן רעדיאס), און ער ציט עס אויס צום פולן לענג. דערנאך מאכט ער נענועים מזרח מערב דרום צפון מעלה מטה (גוים קענען נישט קיין אנדערע סדר), און פיניש, ער האט שוין די פונטקליכע מאס פונ'ם סוכה.

יעצט גייט ער אין הארדוועיר סטאר און בעט (בערך אזוי):
I need 20 2 by 4 by 16, plus 10 2 by 8 circumference 14, 5 L brackets, 12 T joints, a flat screwdriver, an Allen screwdriver, a Phillips wrench and 11 hinges.

[דעיס שרייבעך נאר צו געבן א שטיקל בילד אבער באמת הייבצעך נישט אן, ווייל דער גוי בעט נישט פאר די טו-ביי-פאארס נאר ער נעמט אליין, און קלאפערגעצייג האט ער באקומן אלס פרעזענטס ביי זיין 'בר עבירה' און זינט דעמאלס האט ער נאך קיין איינס נישט פארלוירן, אבער יעדנפאלס, מ'כאפט וואסי כ'מיין.]

צוואנציג מינוט שפעטער איז ער צוריק אינדערהיים מיט אלעס וואס ער דארף, און ער נעמט קלאפן און שרויפן אז ס'גייט א רויעך. דריי שעה שפעטער שטייט שוין א פעסטע סוכה מיט אלע צוגעהער וואס קען שטיין אין א קעטאגארי פיר הוריקאן!


גאנץ אנדערש זעט אויס ווען דער אידעלע (למשל ר' שמעון) בויט א סוכה. ראשית כל מוזער מעסטן ס'פלאץ, און ביי עים איזעס א גאנצע מערכה. תחילת שטעלט ער זיך אוועק אינמיטן צימער (אדער בעקיארד) און הייבט אן חשבונ'ן: לא'מיר זען, פון יענער וואנט ביז דעי נאגל איז 7 פיס, און אויפ'ן ברייט איז 10 פיס, קומט אויס לכאורה בערך 75 סקווערע פיס...חיים, וואס קלערסטו? פון דא ביז דא איז 10 פיס?

שטייצעך אז חיים ענטפערט ס'ז זיכער נישט מער ווי 8 א האלב פיס, און מ'נעמט זיך טענה'ן א'סיז א מחיה. ענדליך וויל שמעון מכריע זיין און ער נעמט זיך שפאצירן אזוי עקב בצד אגודל איין פוס נאכן אנדערע, מיט די הענט אויסגעשטרעקט ברייט צו קענען באלאנסירן...און דאן געבט'עם חיים א שטופ אוועק, "דיינע פיס זענען צו גרויס\קליין, איך וועלעס מעסטן..."

הכלל ביז מ'זעט זיך ארויס מיטן מאס פונ'ם לענג אונ'ם ברייט קעמען רואיגערהייט מעביר סדרה זיין נצבים וילך כשהם מחוברים, און דעיסיז נאר די שטח! ווארט נאר ווען מ'מוז אפמעסטן די הייעך ווייסט יעדער איד נאר צו זאגן פון טפחים, און שטייצעך נאר 'זיינע' פויסטן זענען ס'ריכטיגע שיעור (ווער רעדט נאך ווען מ'דארף איבערזעצן טפחים אויף אינטשעס הייבט זיך אן א מערכה חזוניש ווס. ר"ח נאה – לא'מיר נישט אריינגיין דערין...).
ו
וען מ'ווייסט שוין די לענג, ברייט און הויעך פונ'ם סוכה פאנגט זיך אן א פרשה פון א שלאק וואס מ'דארף עקסטער מעסטן. יעצט האט דער איד א נייע פאטענט – ער נעמט ארויס זיין גארטל און מעסט אפ פונטקליך ווי לאנג דער שלאק דארף זיין (לכאורה)...


אזוי שלעפט ער זיך צום געשעפט מיט א קליין צעטעלע פארצייכענט אין פיס (זיינע) די לענג און די ברייט, אין טפחים (חיים'ס) דער הויעך, און דער גארטל איז פארקניפט ביים לענג פון די שלאק – יעצט מוז ער זיך נאר דערמאנען פון וועלכע זייט מ'הייבט אן רעכענען...דארט אינ'ם געשעפט טרעפטער אן א שפאנישען ערל און פארלאנגט:
Hey amigo, bring me de 2 by 4s – I tink I need 17 but I’m not shoor, maybe my friend knows, just vait a minit I will call him… – yes also de plestik for de shlak till heer, you see dis gartel vere is a knot, I need till dere…

און וואס מיינט איר ווען ער האט שוין אלע שטיקלך איזער א געהאלפענע? א נעכטיגן טאג – הערשט יעמאלט פאנגן זיך אן די צרות (חיים ברענג מיך דער דרילער, מושי וואו איז דער פלאכע סקרודרייווער? מ'האט נישט? געמעך א מילכיגע מעסער...דוד האלט דער שלאק, העכער, יענער וועג, ניין דער אנדערע וועג...א.א.וו.), אזש ווען מ'זעט זיך ענדליך ארויס מיט א פארטיגע כשר'ע סוכה (מעמיד דמעמיד דמעמיד) און א שלאק וואס ארבעט געהעריג (ביזן ערשטע שלאקס), איז שוין טאקע א זמן שמחתינו...


יעצט נאך דער לאנגע הקדמה פארשטייט מען שוין גוט די גמרא פארוואס צום איד האט מען נישט קיין טענות ווען ער גייט ארויס צוליב מצטער, אבער דער גוי וועט בלייבעןם צו שאנד און צו שפאט. מילא דער איד איז הייס אין סוכה און מצטער ניחא, אמער ער האטעך געטרייד זיין בעסט, אבער דער גוי, וואספארא רעכט האטער צו זיין הייס? ער טויג דאך יא, האטער געדארפט אריינשטעלן אן עיר קאנדישן! טאקע ווייל ער האט האט זיך פארנאכלעסיגט פון צו בויען די סוכה כדבעי וועט ער פאראורטיילט ווערן לדיראון עולם!


[עד כאן די הלכה חלק, יעצט די אגדה חלק, מ'זאל פארשטיין דעם קעפל]

וואסי פשט ראשון לחשבון עונות? וואס האט סוכות צו טון מיט עונות?

כ'מיין ס'ז זייער פשוט. צווישן יו"כ און סוכות זינדיגט קיינער ווייל מ'האט נישט קיין צייט צו זינדיגן, נאר ווען ס'ווערט דער זמן ערב סוכות און מ'כאפט נאך אריין אלע מיני מלאכות שנעל ביזן צאת דר"ת דעמאלס פאנגט זיך אן ראשון לחשבון עונות...

יה"ר מלפני אבינו שבשמים נאר אזעלכע 'עבירות' פאר אלע אידן, און מיר זאלן שוין אינגיכען דערלעבן צו זען די גוים ווערט חוזק מיט זייערע הייסע סוכות און מיר אלע וועלן זיצען בסוכות עורו של לויתן!

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 8:52 pm
דורך אנעים זמירות
המבדיל בין ישראל לעמים...

אמן צום יהי רצון.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 10:06 pm
דורך פאטאקי08
דאס מיינט שמחת יום טוב ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 10:29 pm
דורך ציקוועטשטער
געכאפט א ראלאש קעיק פון לאכן, דו מיט דיין שפראך ביסטו איינס פון א קיינד.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 1:31 am
דורך קנאפער ידען
געלאכט און הנאה געהאט, און אויכעט שטארק הנאה געהאט פונעם תוכן'דיגער פוינט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 6:05 pm
דורך מכה בדופן
ייש"כ אייך אלע. דער וואס האלט זיך אפ פון מגיב זיין צוליב חוה"מ זאל נישט פארגעסן נאך יו"ט... :grin:

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 6:29 pm
דורך מאנ-יימער
כ'האב מיר נישט אפגעהאלטן צוליב חוה"מ נאר איך בין נישט מגיב פארן ליינען און הערשט יעצט אנגעקומען דערצו, טאקע א שאדן נישט געליינט פאר יו"ט,

מכה זייער זיס אראפגעלייגט און א שיינער געדאנק.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 07, 2013 9:05 am
דורך ידיד
מכה'לע, צוקער'דיג זיס! א_וואו שטענדיג.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 6:28 pm
דורך מכה בדופן
ייש"כ.