שובו אלי ואשובה אליכם

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

שובו אלי ואשובה אליכם

תגובהדורך התאחדות » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:42 pm

בס"ד
אשרי יושבי ביתך, עוד יהללוך סלה... די מעלאדי וואס זינגט זיך יעדן אונטער'ן אויער, און מ'קען דאס נישט אוועקשטופן מיט דברים של מה בכך. יעדער טיף אין הארץ ווייסט און שפירט, אז אט אט און זאגט מען שוין דעם 'הנה יום הדין' יעדערער מיט זיין אייגנארטיגן נוסח, אבער לויט אלע נוסחאות געבט מען אזא גוטע קוועטש אויף די ווערטער.... איי איי איי הנה יום הדין, דער טאג פונ'ם משפט.

אום סאמע ראש חודש אלול, נאכ'ן עסן סעודת ראש חודש, טרעף איך מיך מיט איינעם פון אונזערע קהילה מיטגלידער, און ער געט מיר אזא זאג: כ'געב דיר מיין נומער, וועק מיך אויף אסרו חג סוכות.... איי איי איי, אוי האט דאס מיר געגעבן א ציפ אין הארצן, ער איז דאך אבער נישט דער איינציגסטער.... אידן דרייען זיך ארום אין די זיסע לעכטיגע טאג, מיט פארלאשענע פנימ'ער, אזש עס קען זיך דאכטן אז עס איז בין המצרים ליטוויש גערעדט.

מיר שטייען איצט אין חודש אלול, חודש אלול ווערט אנגערופן ימי הרחמים והרצון, אין אידיש זאגט מען דאס, טעג פון רחמנות און ווילן פון השי"ת אין זיינע ליבע אידישע קינדערליך. מיר האבן שוין אמאל דא גערעדט, אז נישט אומזיסט זעען מיר אז פאר ראש חודש אלול לייענט מען אין די תורה פרשת ראה, וואו דער באשעפער זאגט אונז ובחרת בחיים' און אום סוף אלול זאגט די תורה 'העדתי בכם היום את השמים ואת הארץ החיים והמות נתתי לפניך, הברכה והקללה, ובחרת בחיים למען תחי' אתה וזרעך' ווי דער רבוש"ע לערנט אונז מיט זיין רחמנות וואס מיר זאלן בוחר זיין. דאס הייסט אז דער רבוש"ע האט נישט סתם געגעבן א בחירה פאר'ן מענטש, ער האט אויך געזאגט וואס די גוטע זייט איז, און געגעבן די ריכטיגע אנווייזונגען וואס מ'זאל בוחר זיין. אבער מיר וועלן נישט אריינגיין אין דעם, דאס איז נאר א דערמאנונג אין די זייט.

ווער קען זיך פארשטעלן די צער פון א טאטע וואס שטייט מיט אפענע ארעמעס, און וויל באגיסן זיין קינד מיט אלעס גוטס, עסן טרונקן, געלט, גאלד, און דאס קינד ציטערט פונ'ם טאטן. אמער? דער טאטע האט אליינס געזאגט אז ער גייט באשטראפן ווייל איך האב אזוי און אזוי געטון. איי דער טאטע שטייט און בענקט צום קינד, נו, דאס קינד איז דאך צוליב דעם א קינד, אז ער כאפט נישט און פארשטייט נישט אז די צוויי זאכן זענען נישט קיין סתירה.

דער רבוש"ע זאגט: 'שובה אלי ואשובה אליכם', און כלל ישראל ענפערט: 'השיבנו ה' אליך ונשובה' רבותי, עס הערשט אן ערענסטע מחלוקה צווישן דעם באשעפער מיט אונז, דער באשפער זאגט צו אונז: דו קום קודם, און כנסת ישראל זאגט צום באשעפער כביכול: דו קום קודם. איז וואס טוען מיר דא? יעדער האלט זיך ביי זיינס?

ניין רבותי ניין, דער באשעפער על אף וואס ער זאגט אונז שובה אלי, טוט ער אליינס די ארבעט פון השיבנו. די ווערטער ווארפן ממש א פחד, מיר זינדיגע קליינע מענטשעלעך, אומפארשעמטע בריונים, מענטשן וואס קענען זיך נישט איינהאלטן פון גאר קליינליכע זאכן, מיט האבן די חוצפה צו זאגן השיבנו, און דער רבוש"ע געט אונז דאס נאך.

ימי הרחמים והרצון, דער רבוש"ע שטעלט זיך אויף מכסא הדין, און זעצט זיך על כסא רחמים. וואס איז דין? שובה אלי. וואס איז רחמים? נאכגעבן דעם השיבנו. אין די מורא'דיגע גרויסע ליכטיגע טעג, זאגט דער אויבערשטער, כ'נעם ענק צוריק קינדערלעך, ס'איז אפן די טיר. א קליינע בייג, א קליינע רוק, אלעס איז א וועג צו מיר.
וואס טוט דער בעל דבר מיט אזוינע געהויבענע טעג? אהה, קודם מאכט ער עס דאס מערסטע מרה שחורה וואס מעגליך, ווייל אזוי פארמאכט ער די טיר, כי אין לבוא אל שער המלך בלבוש שק. ער ווייסט אז ווען א אינגערמאן ווערט פארביטערט, האלט ער אים צוריק פון צוריק זיך קערן צום רבוש"ע. קען ער דען אנזעצן א אינגערמאן סתם אזוי? עהה, ער ווייסט אז עס וועט נישט ארבעטן. ער נעמט א אינגערמאן און מאכט מיט אים א חשבון הנפש, קוק אהער שלומי, עס איז שוין סוף אלול, אט אט דער יום הדין, געב א קוק אויף קריק, וואס איז געווארן מיט אלע פלענער וואס דו האסט געהאט ביי תפלה לעני כי יעטוף ער"ח אלול? וואס איז געווארן מיט דיין לערנען וואס דו האסט זיך מקבל געווען כמעט מיט א נדר ווען דו האסט געהערט דאס ערשטע מאל שופר בלאזן ר"ח אלול? דו ווייסט דאך שוין אז נאך א ביסל הערט מען שוין די דרשות פון הושע"ר, דער מלך גייט שוין אוועק פון די שטאט... אמת? נו, וואס קענסטו דען טון? וואס טוט דער מענטש, ער נעמט זיך פאר, אוקעי, דאס איז עס, סליחות.... פון סליחות אנגעהויבן אלעס טוישט זיך, ער שרייבט מער נישט קיין טעקסט, ער האקט זיך אפ פון אלעס שלעכטס, און דאס דאווענען גייט זיך אנהויבן פון מה-טובו ביז נאך תהלים פון נאכ'ן דאווענען. און נאך און נאך און נאך. דער בעל דבר פרייעט זיך ווי מער, אזוי ווייסט ער אויף זיכער אז עס גייט 'גארנישט' ווערן.

נו, וואס יא? שטעלט אייך פאר אייך מיט אייערע קינדערלעך, וועלכע טאטע וואלט געוואלט אז זיין קינד זאל וואויל ווערן פון איין רגע אויפ'ן צווייטן? דער טאטע קומט אהיים, און די מאמע פארציילט: יענקי האט נישט אויפגעגעסן די סאפער.... מוישי האט געשלאגן רבקי... שלום האט צוגענעמען פונ'ם שכן זיין ביג-ווהיל... און אזוי א ליסט פון דא ביז קאנארסי אלעס אלעס דארף איצט דער טאטע קעיר נעמען. נו, וואו הויבט מען אן? עס הויבט זיך אן א מערכה מיט יענקי, פארוואס האסטו נישט אויפגעגעסן די סאפער? יענקי וויינענדיג: ווייל איך האב נישט ליב די פאטעטעס. טאטע: מ'דארף עסן אלעס וואס א מאמע געט פאר סאפער אפילו מ'האט עס נישט ליב. און דאן נעמט ער זיך צו מושי, און פון דארט צו שלום. על כל פנים, עס איז דא אן ערענסט יום הדין. וואס פאסירט אבער אז ווען דער פאטער קומט אריין, און אלע אויף א רייע פאלן אריין אין טאטנ'ס שויס, און מ'וויינט צו אים, און מ'זאגט אים, טאטע מיר גייען זיין וואויל. יא דער טאטע ווייסט ווילאנג עס וועט אנהאלטן, און אויך ווייסט ער פונקטליך וויפיל דער קינד האט אן השגה אין זיין וואויל, אבער דער יום הדין האט זיך גענדיגט, מ'מאכט מער נישט קיין דין ודברים, דער טאטע רופט אויס ואשובה אליכם. קינדערליך מיינע איך האב ענק ליעב, איך וועל ענק נישט איבערלאזן, איך וועל טראכטן ענק גוטס צו טון.

דער באשעפער גייט אונז משפט'ן, און מ'גייט אויף אלעמען קעיר נעמען, לאמיר אויסכאפן דעם שפיל, לאמיר זיך געבן א קעיר צו אים. וואס וויל דען דער באשעפער? ער וויל מיר זאלן אים אינזין האבן, ער וויל מיר זאלן טראכטן פון אים, ער וויל מיר זאלן איינערקענען אין אים. נעם זיך נישט פאר אז דו ווערסט וואויל פון היינט אויף אייביג, נעם זיך פאר אז דו וועסט פון באשעפער נישט פארגעסן אפילו ווען מיר פאלן דורך.

יעדער אינגערמאן דא איז טרוד על המחי' ועל הכלכלה, יעדער איז זיך פארנומען מיט זיין שטוב און זיינע קינדערלעך, לאמיר אריינמישן דעם באשעפער אין אונזערע געשעפטן, לאמיר נישט פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס טראכט פון אונז, לאמיר מהפך זיין מדת הדין למדת הרחמים.

עס קומט צו גיין דער סליחות, מ'הערט דעם אשרי יושבי ביתיך, דאס הארץ געט א צאפל, לאמיר לאזן די טרערן פריי פליסן, לאמיר אים זאגן: טאטע מיר קומען אהיים, מיר נעמען אן דיין איינלאדענונג. לאמיר זיך פארנעמען אז דאס קומענדיגע יאר, זאל זיין וואס עס זאל זיין, וועלן מיר נישט אפמאכן אז מיר פירן זיך אליינס אונזער קרעמל. ווען עס מאכט זיך א פראבלעם אין שטוב, לאמיר געבן א פרעג דעם באשעפער וואס ער האלט? עס מאכט זיך א פראבלעם אין די וועלט, לאמיר טראכטן וואס וויל דער באשעפער מיט די אלע זאכן. נישט ליגן אין דעם לייק דער איז נאו טאמאראו, אין איין ווארט אריינמישן דעם באשעפער אין יעדן ריר.
ניין, מיר קענען זיך נישט פארבעסערן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, אונז פארלאנג מיר אויך נישט פון אונזערע קינדער אז זיי זאלן זיין וואויל און אונז נישט קענען, מיר ווילן אז אין יעדן פראבלעם, זאלן זיי אונז נישט פארגעסן, זיי זאלן זיך נישט מאכן שבת פאר זיך, זיי זאלן נישט פארגעסן אז עס איז דא איינער וואס פירט זיי. און דאן איז אפן אלע טויערן, די ארעמעס זענען אפן צו די קינדער נישט קיין חילוק וואס פאר א עוולות זיי זענען באגאנגען. יעדער ווייסט אז ווען א קינד ווערט פארשפארט אין זיין וועלטל, איז דאס שווערסטע פון אלעס. דאן קען מען אים נישט העלפן אפילו מ'גייט אויס צו העלפן. עס וועט נישט העלפן וויינען צום קינד, און אויך נישט לאכן, אפשר א פסיכיאטער, און דאן כולי האי ואולי. פארוואס? ווייל דאס קינד קען נישט זען דאס הארץ פונ'ם טאטן, ער קען נישט פארשטיין וויאזוי עס קען זיין אז נאך די אלע עוולות זאל ער מיך נאך ווייטער ליעב האבן. לאמיר נישט מאכן די זעלבע נארישקייט. און לאמיר זיך עפענען פאר'ן רבוש"ע א פתח כחוטו של מחט, און ער וועט שוין אונז געבן די כוח און די השגה פונ'ם פתח של אולם.

מענטשן מיינען אז דער רבוש"ע פארלאנגט ווער ווייסט וואס, טעות הוא בידם, אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. עס קומט אזעלכע זיסע טעג, און מ'פארפאטשקעט עס ווייל מ'קוקט אן דעם פון אויבן ווי להבדיל א בוגימען (רח"ל) ניין דער רבוש"ע איז א זיסער באשפער, ער געבט אזויפיל געלגענהייטן, אזויפיל צייטן זיך צוריק צו קערן צו זיין שויס. א' סליחות, יעדן טאג ביי סליחות, יעדן טאג ביי שופר בלאזן וואס מ'הערט סיי-ווי, אויב נישט ביי די אייגענע מנין, הערט מען עס פון א מנין אין די זייט. (אין אמת'ן איז עס א גאנץ יאר ביי אלע תפלות, נאר אין די ימי הרחמים והרצון איז דא אן עקסטערע טיר) ער"ה ביי די לאנגע סליחות, עס זענען דאך אזעלכע זיסע און געשמאקע תחינות, מ'קען זיך אזוי גוט אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן באשעפער. צי איז דאס ביים דאווענען ר"ה, צי איז דאס ביי תקיעת שופר, צי איז דאס ביי מלכיות זכרונות שופרות. שלש עשרה מדות, תשליך, ערב יו"כ, יו"כ אליינס. אזעלכע זיסע טעג, טעג וואס די טיר איז אפן, מ'דארף נאר אריין.
און די וועג אריין איז מיט קלייניקייטן, נישט מיט ווער ווייסט וואס, אביסל תהלים, אביסל מער כוונה בתפילה, אביסל מער טראכטן אז מ'רעדט צו א באשעפער ביים דאווענען. נישט זיך מעמיק זיין אין קיין מחשבות זרות, ווי ווייניגער טראכטן שלעכטע רעיונות. רבותי עס איז דא א וועלט פון קלייניקייטן וואס זענען בערג, מיר זעען דאס נישט. רחמנא ליבא בעי, דער באשעפער וויל מיר זאלן פון אים טראכטן, זיך רוקן צו זיין זייט וואס מער.
און רבותי, זוכט נישט דורכצושלאפן די הייליגע טעג, עס איז די בעסטע צייט וואס מעגליך פאר א איד.

עוד אחת אדבר, - עס איז א שמועס פאר זיך, אבער דאך וועל איך עס אנרירן בקצהו - אז מ'קלערט אריין אינ'ם גאנצן ר"ה, זעען מיר אז קיין עבירות טאר מען אפילו נישט מזכיר זיין, איי פארוואס? ווען דען זאל מען בעטן דעם באשעפער אונז מוחל צו זיין? היינט איז דאך דער יום הדין. נאר וואס דען? ר"ה איז מען פארנומען מיט איין איינציגע זאך. 'ותמלוך אתה הוא ה' אלוקינו לבדך על כל מעשיך' 'וידע כל פעול כי אתה פעלתו' און נאך און נאך, מ'מאכט דעם באשעפער קעניג אויף זיך אויף די משפחה אויף די קינדער און אויף די גאנצע וועלט. איי עס איז דאך א יום הדין, יא אמת, אבער דער באשעפער וויל פון דעם יום הדין אז אונז זאל מיר אריינפאלן אין זיין שויס, און נישט חלילה ארויספאלן. אז מ'וועט זיך טונקן אין די עבירות, בלייבט מען דארט, מ'דארף ארויסקריכן וואס מער.

זאל דער רבוש"ע פארשרייבן אונזער גאנצע קהלה מיט גאנץ כלל ישראל מיט שנת גאולה וישועה, א יאר וואס מ'זאל אלעמאל געדענקן דעם באשעפער און כתיבה וחתימה טובה. אמן.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:20 pm

געליינט אינעם אויסגאבע און דערווארעמט געווארן.

יישר כח פארן דאיען שליט"א.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:33 pm

א גרויסער ישר כח פאר די ווארימע ווערטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:35 pm

הערליכע דיבורים. יישר כח

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:32 pm

געלעגער האט געשריבן:הערליכע דיבורים. יישר כח

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:11 pm

יפה שעה אחת קודם, דאס איז גוט צו לעזן שוין אנהויב אלול.

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:34 pm

סאכדעס האט געשריבן:יפה שעה אחת קודם, דאס איז גוט צו לעזן שוין אנהויב אלול.

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 1:58 pm

בדרך אפשר האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:יפה שעה אחת קודם, דאס איז גוט צו לעזן שוין אנהויב אלול.

pdf
צוגעלייגטע
שובו אלי ואשובה אליכם.pdf
(110.64 KiB) דאונלאודעד 50 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט