ויין לקידוש ולהבדלה - יין משובח לכבוד שבת ויו"ט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:03 pm

ווען דער רמ"א שרייבט אז די מבושל איז בעסער פון אינו מבושל, מיינט ער אפגעקאכטע וויין וואס פארלירט די טעם און קאליר כלשונך הקדוש?
ביטע ענטפערן צום זאך. דאנקע שעהן.
לעצט פאראכטן דורך ישרן אום זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:10 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:05 pm

blue moon האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:איר קומט מיט א סטעיטמענט אז דאס איז 'קלאר' נישט מבושל בעת אויף די באטלעך שטייט קלאר אז יא און די נעמען פון די רבנים שטייט אויך קלאר.

איר, אלס אן אנאנימער פערזאן אויף די אינטערנעט, איז זיך מחולק מיט רבנים וואס שרייבן קלאר יא ארויס זייער נאמען און נעמען אחריות אז די סחורה איז יא מבושל.

די רבנים בעלי מכשירים זענען קיינע עמי הארצים אדער גראבע אינגען (מילד גערעדט) און זייער'ס א ווארט איז שקר?


הער פליגל,
זייט מוחל, גייט אריבער צו אייער לאקאלען וויין געשעפט, קויף א באטעל וויין און פראביר עס אויפ צו קאכען. (גיב אכטונג עס קען מאכן א פייער). נאך פאר עס ווערט מבושל וועט עס פארלירן די טעם און די קאליר. איר דארפט בכלל נישט אננעמען מיין אנינאמער מיינונג.

עס איז "קלאר" אז די אלע מבושל וויינען זענען נישט "געקאכט". פינטל.

די איינציגסטע שאלה איז נאר ווי אזוי מען עפלייעט די טעקסט "יין מבושל" צום לעיבל.

פון אייער ענטפער קוקט מיר ליבערשט אויס ווי איר זענט נישט מסכים צום גדר וואס די רבנים המכשירים האבן אנגענומען אלס מבושל און איר ווילט מיט דעם ארום טראגן א פרישע שערורי'.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
mmn
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:11 pm

blue moon האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:עי' מנחת יצחק ח"ז סי' ס"א, וואס איז אויך מקיל, כדעתו הגדולה פון פוה"ד הגר"מ פיינשטיין זצ"ל.


ייש"כ מר. אור אייניקל פארן מזכה זיין צו לערנען תשובה אין מנחת יצחק.

צוויי הערות בדבר:

1) ער ברענגט נישט דעם אגר"מ. אין זיכער שרייבט נישט פוסק הדור.
2) אז איר לערנט דורך די תשובה זעהט מען אז ער איז נוטה דאס צו אסר'ן. נאר בדעתו הגדולה, און מיט די גרויסע כח התורה, גיבט ער א לאז אויס להקל, פאר איין טעם וואס ער שרייבט. און פאר אנדערע וואס ער שרייבט נישט.
ער פירט אויס עס אז מען דארף זיך נישט רעכענען מיט זיין נטיה לאיסור, און מען קען מקיל זיין.

ואני הפעוט וואלט געזאגט, אז ער מיינט צו זאגען אז ער איז עס מתיר פאר די וועלט, ובעל נפש יחמיר.

און אנדערע ווערטער (אויב מען מעג אזוי זאגן) אז דער מנחת יצחק פאר זיך וואלט אויך מחמיר געוועהן.

און אט דאס האבן מיר פריער געשריבן.
אז מעגליך אז די רבנים המכשירים אליין טרינקען דאס נישט.

סך הכל וואס די טענהסט איז:
די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן
די רבנים זענען מקיל אויף יין סתם און חלב סתם
די אגרת משה איז נישט פוה"ד וועגן א מיעוט שבמיעוט כלל ישראל גייט אפאר זאכן מער לחומרא אפי' 99% כלל ישראל ריקט זיך נישט אוועק פון איהם
אז די מנחת יצחק איז באמת יא לאיסור אבער ער וויל אינז מכשיל זיין צילוב סיבות וואס ער שרייט נישט
איז דעיס אלעס אדער עפעס אויזגעלאזט

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:16 pm

blue moon האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:יין נסך איז אסור בהנאה! סאמטינג דאזענט עדד אפ היר...


מען רעדט נישט דא פון יין נסך.
די מדובר איז פון סתם יינם. אדער פון יין ישראל במגע עכו"ם.
דאס איז בפשטות נישט אסור בהנאה. עס איז אסור משום גזירת חז"ל.

לדעת המחבר איז מגע עכו״ם אויך אסור בהנאה.
עניוועי, כ׳האב נאר געוואלט ארויסברענגען פון וואסערע סוג איסור מ׳רעדט דא...
וועלמער מאכן מער ריסורטש.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:19 pm

בלויע לבנה ענטפער נאכאמאל, וואס מיינט דער רמ"א אז המבושל טוב מן האינו מבושל, עס פארלירט די טעם און קאליר? הא????
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:24 pm

ישרן האט געשריבן:הער בלויע לבנה, אויב קענסטו נישט געטרויען קיין רבנים אויף זייער ווארט, דאן וויאזוי קויפט איר עני פראדוקט מיט א הכשר?
אגב צעהלימער רב זצ"ל האט אויך געטרונקען חלב עכו"ם?
צו זאגן אז א רב טרונקט נישט אליין וואס ער גיבט א הכשר איז הוצאת שם רע בלשון המעטה.



ביטע לערן דורך תשובה אין מנחת יצחק וועסטו אלעס פארשטיין.

איך מיין אז יעדער איז דא מודה אז דער מנחת יצחק איז דער פוסק הדור. די שאלה איז נאר אויב אני הפעוט פארשטיי זיין נטיה לאיסור און זיין אויספיר להקל.

און יא, טאקע צוליב דעם מנחת יצחק'ס תשובה איז מעגליך אז די רבנים המכשירים זענען עס מתיר, און פאר זיך אליין וועלען זיי מחמיר זיין.

דו האלטס טאקע אז דער ראב"ד פון התאחדות הרבנים וועט שאקלען מיט יעדען אתרוג וואס ווערט פארקויפט מיט זיין הכשר?

דו האלטס טאקע אז די בעלי מכשירים פון די טשיינע אימפארטעד פרוט פליקס, עסן דאס פאר תקיעת שופר? (העל נאו בלע"ז).


איך זעה בכלל נישט קיין פגיעה בכבוד הרבנים המכשירים מיטן זאגן אז זיי זענען מחמיר פאר זיך!

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:27 pm

די טעם פארוואס מבושל איז נישט אסור, איז נישט ווייל עס איז א שוואכערע סארט וויין. יין מבושל אינו נאסר משום דאינו ראוי׳ לנסך (ואינו מצוי).

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:32 pm

ישרן האט געשריבן:בלויע לבנה ענטפער נאכאמאל, וואס מיינט דער רמ"א אז המבושל טוב מן האינו מבושל, עס פארלירט די טעם און קאליר? הא????
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:33 pm

ישרן האט געשריבן:בלויע לבנה ענטפער נאכאמאל, וואס מיינט דער רמ"א אז המבושל טוב מן האינו מבושל, עס פארלירט די טעם און קאליר? הא????


ביטע נעם נישט ארויס דעם רמ"א פון קאנטעקסט.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:35 pm

זייטזשע אזוי גוט און לערנט פאר דעם רמ"א מיט'ן ריכטיגן קאנטעקסט.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:53 pm

שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטן שאכמאט.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:55 pm

blue moon האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:הער בלויע לבנה, אויב קענסטו נישט געטרויען קיין רבנים אויף זייער ווארט, דאן וויאזוי קויפט איר עני פראדוקט מיט א הכשר?
אגב צעהלימער רב זצ"ל האט אויך געטרונקען חלב עכו"ם?
צו זאגן אז א רב טרונקט נישט אליין וואס ער גיבט א הכשר איז הוצאת שם רע בלשון המעטה.

איך מיין אז יעדער איז דא מודה אז דער מנחת יצחק איז דער פוסק הדור. די שאלה איז נאר אויב אני הפעוט פארשטיי זיין נטיה לאיסור און זיין אויספיר להקל

איר ווייסט אז א גרויסע חלק פון די אידישע וועלט האט קיינמאל פון קיין מנחת יצחק נישט געהערט איא?
דביה תחדי נפשא

התבונני
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:03 pm

ישרן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטן שאכמאט.

חמרא טבא האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:הער בלויע לבנה, אויב קענסטו נישט געטרויען קיין רבנים אויף זייער ווארט, דאן וויאזוי קויפט איר עני פראדוקט מיט א הכשר?
אגב צעהלימער רב זצ"ל האט אויך געטרונקען חלב עכו"ם?
צו זאגן אז א רב טרונקט נישט אליין וואס ער גיבט א הכשר איז הוצאת שם רע בלשון המעטה.

איך מיין אז יעדער איז דא מודה אז דער מנחת יצחק איז דער פוסק הדור. די שאלה איז נאר אויב אני הפעוט פארשטיי זיין נטיה לאיסור און זיין אויספיר להקל

איר ווייסט אז א גרויסע חלק פון די אידישע וועלט האט קיינמאל פון קיין מנחת יצחק נישט געהערט איא?

ווי צב"ש ?
בכלל וואס איז די הגדרה פון יעדער ? אידישע וועלט ? גרויסע חלק ? מיעוט שבמיעוט כלל ישראל ? 99 % כלל ישראל ?

צוריק צום נושא פון מבושל ע"י פעסטורוזעישן
איך האב שוין געהערט אפאר שיעורים איבער די נושא (חול המועד שיעורים... - ועוד) - ס'איז נישט קיין נייע שערוריא
דעריבער איז די נושא נישט קיין שאך-שפיל (אפילו אויב ביי געוויסע וויכוחים זענען גענוצט געווארן נישט ריכטיגע ווערטער/ידיעות)

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:07 pm

ישרן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטן שאכמאט.


גיימיר קרעקן א שאמפעין? איך בעט דיך, נישט מבושל.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:16 pm

blue moon האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געהאט אזא גוטן שאכמאט.


גיימיר קרעקן א שאמפעין? איך בעט דיך, נישט מבושל.
צוגעלייגטע
download.jpeg
download.jpeg (4.63 KiB) געזעהן 451 מאל
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:24 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:הער בלויע לבנה, אויב קענסטו נישט געטרויען קיין רבנים אויף זייער ווארט, דאן וויאזוי קויפט איר עני פראדוקט מיט א הכשר?
אגב צעהלימער רב זצ"ל האט אויך געטרונקען חלב עכו"ם?
צו זאגן אז א רב טרונקט נישט אליין וואס ער גיבט א הכשר איז הוצאת שם רע בלשון המעטה.

איך מיין אז יעדער איז דא מודה אז דער מנחת יצחק איז דער פוסק הדור. די שאלה איז נאר אויב אני הפעוט פארשטיי זיין נטיה לאיסור און זיין אויספיר להקל

איר ווייסט אז א גרויסע חלק פון די אידישע וועלט האט קיינמאל פון קיין מנחת יצחק נישט געהערט איא?


איך האב געשריבן "דא"
דהיינו: אייוועלט שרייבער און ליינער.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:27 pm

ענטפערט ביטע שיין.. דא זענען דא רבנים מיט זייערע נעמען וואס שרייבן קלאר אז די וויינען זענען מבושל. און דא קומט איר מיט אן הנחה געבויעט אויף עטליכע שיעורים ועוד אז די וויינען זענען נישט מבושל.. איר שרייבט נאך ס'יז "קלאר נישט מבושל" און "פינטל".

"איך" זאל גיין אנפרעגן די רבנים ווייל "דו" האסט עפעס אפגעמאכט?.. שיין קוק מיר אויס.. די רבנים זענען קיינע גראבע אינגן אדער עמי הארצים אדער קלי הדעת, זיי זענען זייער פארארווארטליך אויף וואס זיי זאגן.. און אז זיי זאגן אזוי ציוואס זאל איינער אנפרעגן? היש לך חוכא וטלולא יותר מזה?

עס איז נישט אז זיי זענען מתיר ווייל איינער האט זיי אנגעפרעגט.. זיי שטעלן זיך ארויס זאגן אז ס'יז יא מבושל, און דו זאגסט? ניין! "פינטל".
נאט אייך א גרינע...


blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:35 pm

דער סך הכל איז:
1) קיינער קאכט היינט נישט אויף די וויין.
2) פעסטערייזעישאן איז נישט קיין בישול. אויב עס באקומט דעם היתר פון בישול, איז א מחלוקת הפוסקים.
3) דער מנחת יצחק איז עס מתיר, און עס קוקט אויס ווי ער איז מרמז אז א בעל נפש יחמיר.
4) ווער עס וויל זיך מחמיר זיין נישט צו טרינקען פעשטערייזד וויין, יש לו מקום להחמיר.
5) לגבי קידוש איז עס לכאורה ווייט נישט אפשען וואן.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:39 pm

נאכאלס נישט געענטפערט...

סך הכל זע'ך דא אזוי:
די רבנים זאגן אז די וויינען זענען "מבושל", און דו זאגסט קיינער "קאכט נישט" קיין וויינען.

כ'הויב אן טראכטן אז מיר רעדן צוויי אנדערע שפראכן דא.
נאט אייך א גרינע...


יינן
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 1:24 pm

תגובהדורך יינן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:04 pm

blue moon האט געשריבן:דער סך הכל איז:
1) קיינער קאכט היינט נישט אויף די וויין.
2) פעסטערייזעישאן איז נישט קיין בישול. אויב עס באקומט דעם היתר פון בישול, איז א מחלוקת הפוסקים.
3) דער מנחת יצחק איז עס מתיר, און עס קוקט אויס ווי ער איז מרמז אז א בעל נפש יחמיר.
4) ווער עס וויל זיך מחמיר זיין נישט צו טרינקען פעשטערייזד וויין, יש לו מקום להחמיר.
5) לגבי קידוש איז עס לכאורה ווייט נישט אפשען וואן.


נאמבער פינעוו איז א סתירה מיט דיין הנחה, אויב איז די פעסטערייזד וויינען נישט מבושל, איז עס מותר אויף קידוש למהדרין מן המהדרין.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:31 pm

@blue moon האט לעצטענס אדורך געטון די נושא ברענגט ער עס דא ארויף. און ווי ער האט פריער געזאגט זאגט ער קיינעם נישט וואס צו טון ער ברענגט נאר אינפראמעישן און איך זעה גארנישט שלעכט דעראין ביז ווי לאנג ער דרייט נישט איבער די וועלט דערמיט.

און @ישרן. דעס וואס דו שרייבסט אז בעלי מכשירים עסן יא וואס זיי זענען מכשיר האבעך פאר דיר גרויס נייעס אז אסאך בעלי מכשירים עסן "נישט" פון אסאך פראדוקטן וואס זיי זענען מכשיר. און ס'זענען אויך דא אסאך בעלי בתים וואס עסן נישט פון זייער אייגענע קאמפעני אויך נישט. כידוע.

און צו דיר @blue moon. פאר דיר האב איך אויך גרויסע נייעס אז כמעט יעדע איינציגסטע פראדוקט וואס דו זעהסט אויפן שעלוו אין דיין סופערמארקעט האט אזאנע קילות אז ס'איז א שרעק. נאר וואזשע דען? פאר דעם זענען דא גרויסע רבנים און בעלי מכשירים וואס זיי זענען מחליט לפי דעם דרך וואס זיי האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע. אז דו טראסט אים נישט מוזטו עס נישט עסן.

מאנטעוועדעיע רב זצ"ל פלעגט גארנישט אריין נעמען אין שטוב קיין שום זאך וואס מ'האט נישט געמאכט ביי אים אין שטוב. אבער פאר זיינע קינדער האט ער געזאגט אז אין סקול קענען זיי יא עסן ווייל יענץ איז מיט די השגחה אויף וואס די סקול פארלאזט זיך.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:11 pm

יינן האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:דער סך הכל איז:
1) קיינער קאכט היינט נישט אויף די וויין.
2) פעסטערייזעישאן איז נישט קיין בישול. אויב עס באקומט דעם היתר פון בישול, איז א מחלוקת הפוסקים.
3) דער מנחת יצחק איז עס מתיר, און עס קוקט אויס ווי ער איז מרמז אז א בעל נפש יחמיר.
4) ווער עס וויל זיך מחמיר זיין נישט צו טרינקען פעשטערייזד וויין, יש לו מקום להחמיר.
5) לגבי קידוש איז עס לכאורה ווייט נישט אפשען וואן.


נאמבער פינעוו איז א סתירה מיט דיין הנחה, אויב איז די פעסטערייזד וויינען נישט מבושל, איז עס מותר אויף קידוש למהדרין מן המהדרין.

;l;p-

התבונני
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:20 pm

לב בשר האט געשריבן:
יינן האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:דער סך הכל איז:
1) קיינער קאכט היינט נישט אויף די וויין.
2) פעסטערייזעישאן איז נישט קיין בישול. אויב עס באקומט דעם היתר פון בישול, איז א מחלוקת הפוסקים.
3) דער מנחת יצחק איז עס מתיר, און עס קוקט אויס ווי ער איז מרמז אז א בעל נפש יחמיר.
4) ווער עס וויל זיך מחמיר זיין נישט צו טרינקען פעשטערייזד וויין, יש לו מקום להחמיר.
5) לגבי קידוש איז עס לכאורה ווייט נישט אפשען וואן.


נאמבער פינעוו איז א סתירה מיט דיין הנחה, אויב איז די פעסטערייזד וויינען נישט מבושל, איז עס מותר אויף קידוש למהדרין מן המהדרין.

;l;p-

עיין לעיל אז ער רעדט נישט פון די נושא פון יין מבושל לגבי קידוש נאר פון די נושא אויב עס קומט אן צו מגע/ראיית עכו"ם (מיט די הנחה אז ס'איז נישט מבושל) לגבי קידוש וד"ל

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:54 pm

לב בשר האט געשריבן:
יינן האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:דער סך הכל איז:
1) קיינער קאכט היינט נישט אויף די וויין.
2) פעסטערייזעישאן איז נישט קיין בישול. אויב עס באקומט דעם היתר פון בישול, איז א מחלוקת הפוסקים.
3) דער מנחת יצחק איז עס מתיר, און עס קוקט אויס ווי ער איז מרמז אז א בעל נפש יחמיר.
4) ווער עס וויל זיך מחמיר זיין נישט צו טרינקען פעשטערייזד וויין, יש לו מקום להחמיר.
5) לגבי קידוש איז עס לכאורה ווייט נישט אפשען וואן.


נאמבער פינעוו איז א סתירה מיט דיין הנחה, אויב איז די פעסטערייזד וויינען נישט מבושל, איז עס מותר אויף קידוש למהדרין מן המהדרין.

;l;p-


זאגט נאר, איר טוט אן די ציין צו טרינקען די בארשט?

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 12:37 pm

התבונני האט געשריבן:אויף זייער פיל אר"י וויינען שטייט "מבושל ע"י פיסטור"


ס'דא וואס דרייען זיך ארויס פון שרייבן די ווארט מבושל און שרייבן בלויז "מפוסטר".


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, shalsheles, גלות איד, יוסי מ'ברוקלין, פיצי קעפעלע, שמארטיקל און 34 געסט