ויין לקידוש ולהבדלה - יין משובח לכבוד שבת ויו"ט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:27 am

ישרן האט געשריבן:סאיז מער א שאלה פון יין נסך ווי אינו מבושל?

ביי אינו מבושל איז מען נזהר אז ס׳זאל נישט זיין קיין מגע עכו״ם, משא״כ ביי מבושל איז מען נישט מקפיד אויף מגע עכו״ם. זאגן די מערערים אז די היינטיגע מבושל איז א געקונסלטע פעסטערייזד, עפ״י איז דאס אינו מבושל און ווערט יין נסך.

כ׳האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, כ׳בין נאר מסביר בלו מאאן׳ס תגובה.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:40 am

אויף אוצה"ח איז אמאל געליגן א הערליכע מאמר, די חלק ההלכה ומציאות הדברים פון די מהלכים וואס מען טוט אלס מיט וויינען.

ברויך מען עס אויפזוכן.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:11 pm

לב בשר האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:סאיז מער א שאלה פון יין נסך ווי אינו מבושל?

ביי אינו מבושל איז מען נזהר אז ס׳זאל נישט זיין קיין מגע עכו״ם, משא״כ ביי מבושל איז מען נישט מקפיד אויף מגע עכו״ם. זאגן די מערערים אז די היינטיגע מבושל איז א געקונסלטע פעסטערייזד, עפ״י איז דאס אינו מבושל און ווערט יין נסך.

כ׳האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, כ׳בין נאר מסביר בלו מאאן׳ס תגובה.

גוט ארויס געברענגט.
דהיינו, וויבאלד אסאך מבושל וויינען (אויב נישט אלע) באקומען דעם מבושל סטעמפל, אויף א סמך פון אג"מ - וואס די חסידישע דיינים נעמען נישט אן זיינע פסקים,- ספעציעל בהלכות יו"ד. ע"כ איז דא א שטארקער מקום מחמיר צו זיין נישט טרינקען די אלע מבושל וויינען, נישט פאר קידוש און נישט אויף קיין חתונות.

אז איר טרינקט נאר חלב ישראל, איז כדאי איר זאלט וויסן איבער די סמכות פון די מבושל וויינען.

נישט אומזיסט איז נישט געווען צו באקומען -ביז ממש לעצטענס- די אלע אימפאטירטע וויינען און די היימישע געגענטער.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:06 pm

blue moon האט געשריבן:

אזאנע באבקעס צאמצורעדן.
קדם פארקויפט נישט יארן לאנג קיין וויין וואס שטייט דערויף מבושל? זיי טרינקען אויך חלב עכו"ם?
און איך ענטפער נאך.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:08 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט דעם זעקבאך הכשר?

איך נעם נישט קיין אחריות, אבער ער הייסט א גוטער הכשר. ער איז די איינציגסטע פון די סארט הכשרים וואס איך טרינק.

בעיסד אויף וואס?

איך האב אויכעט אזוי געהערט פון איינער פין גרעסטע היימישע בעלי מכשירים וואס די היימישע עולם פארלאזט זיך

א נאמען ביטע

אין ווי לאנג צוריק ער האט אייך עס געזאג. ביטע
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:45 pm

ישרן האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:סאיז מער א שאלה פון יין נסך ווי אינו מבושל?

ביי אינו מבושל איז מען נזהר אז ס׳זאל נישט זיין קיין מגע עכו״ם, משא״כ ביי מבושל איז מען נישט מקפיד אויף מגע עכו״ם. זאגן די מערערים אז די היינטיגע מבושל איז א געקונסלטע פעסטערייזד, עפ״י איז דאס אינו מבושל און ווערט יין נסך.

כ׳האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, כ׳בין נאר מסביר בלו מאאן׳ס תגובה.

גוט ארויס געברענגט.
דהיינו, וויבאלד אסאך מבושל וויינען (אויב נישט אלע) באקומען דעם מבושל סטעמפל, אויף א סמך פון אג"מ - וואס די חסידישע דיינים נעמען נישט אן זיינע פסקים,- ספעציעל בהלכות יו"ד. ע"כ איז דא א שטארקער מקום מחמיר צו זיין נישט טרינקען די אלע מבושל וויינען, נישט פאר קידוש און נישט אויף קיין חתונות.

אז איר טרינקט נאר חלב ישראל, איז כדאי איר זאלט וויסן איבער די סמכות פון די מבושל וויינען.

נישט אומזיסט איז נישט געווען צו באקומען -ביז ממש לעצטענס- די אלע אימפאטירטע וויינען און די היימישע געגענטער.

אזאנע באבקעס צאמצורעדן.
קדם פארקויפט נישט יארן לאנג קיין וויין וואס שטייט דערויף מבושל? זיי טרינקען אויך חלב עכו"ם?
און איך ענטפער נאך.

פון שרייבן באבקעס ווערט נאך נישט קיין היתר אויף יין נסך.
(אנטשולדיגט, סתם יינם)

די פאקט איז אז קיין שום קאמערשעל פירמע איז נישט מבשל די וויין.

די פאקט איז אז פעסטערייזיעשאן האט נישט קיין היתר מגדולי האחרונים.

די פאקט איז אז פעסטערייזעישען טוט נישט די פעולה אויף וויין אזוי ווי בישול.

די פאקט איז אז אפי' די היינטיגע בעלי מכשירים וואס גיבן די השגחה, האבן נישט קיין גלייכע מהלך און די פעסטערייזישאן. טייל האלטען פון 85 סעלסיוס. אנדערע זענען שוין מתיר ביי 80 סעלסיוס.

די פאקט איז אז א צוועלעף פראצענטיגער וויין קאכט נישט אינטער 97 סעלסיוס.

און יא, דער היתר אויף די היינטיגע מבושל שטאמט פונעם זעלבן בעל מתיר אויף חלב סתם. כבודו במקומו מונח, אבער אינעם חסידישען חדר האט מען בדרך כלל נישט אנגענומען די התירים.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:49 pm

אסאך פון די וויינען האבן כהיום גאר היימישע הכשרים. איר ווילט מיר זאגן אז די רבנים לאזן סטעמפלען אינו מבושל אויף א שוואכע סמך?
נאט אייך א גרינע...

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:56 pm

blue moon האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:סאיז מער א שאלה פון יין נסך ווי אינו מבושל?

ביי אינו מבושל איז מען נזהר אז ס׳זאל נישט זיין קיין מגע עכו״ם, משא״כ ביי מבושל איז מען נישט מקפיד אויף מגע עכו״ם. זאגן די מערערים אז די היינטיגע מבושל איז א געקונסלטע פעסטערייזד, עפ״י איז דאס אינו מבושל און ווערט יין נסך.

כ׳האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, כ׳בין נאר מסביר בלו מאאן׳ס תגובה.

גוט ארויס געברענגט.
דהיינו, וויבאלד אסאך מבושל וויינען (אויב נישט אלע) באקומען דעם מבושל סטעמפל, אויף א סמך פון אג"מ - וואס די חסידישע דיינים נעמען נישט אן זיינע פסקים,- ספעציעל בהלכות יו"ד. ע"כ איז דא א שטארקער מקום מחמיר צו זיין נישט טרינקען די אלע מבושל וויינען, נישט פאר קידוש און נישט אויף קיין חתונות.

אז איר טרינקט נאר חלב ישראל, איז כדאי איר זאלט וויסן איבער די סמכות פון די מבושל וויינען.

נישט אומזיסט איז נישט געווען צו באקומען -ביז ממש לעצטענס- די אלע אימפאטירטע וויינען און די היימישע געגענטער.

אזאנע באבקעס צאמצורעדן.
קדם פארקויפט נישט יארן לאנג קיין וויין וואס שטייט דערויף מבושל? זיי טרינקען אויך חלב עכו"ם?
און איך ענטפער נאך.

פון שרייבן באבקעס ווערט נאך נישט קיין היתר אויף יין נסך.
(אנטשולדיגט, סתם יינם)

די פאקט איז אז קיין שום קאמערשעל פירמע איז נישט מבשל די וויין.

די פאקט איז אז פעסטערייזיעשאן האט נישט קיין היתר מגדולי האחרונים.

די פאקט איז אז פעסטערייזעישען טוט נישט די פעולה אויף וויין אזוי ווי בישול.

די פאקט איז אז אפי' די היינטיגע בעלי מכשירים וואס גיבן די השגחה, האבן נישט קיין גלייכע מהלך און די פעסטערייזישאן. טייל האלטען פון 85 סעלסיוס. אנדערע זענען שוין מתיר ביי 80 סעלסיוס.

די פאקט איז אז א צוועלעף פראצענטיגער וויין קאכט נישט אינטער 97 סעלסיוס.

און יא, דער היתר אויף די היינטיגע מבושל שטאמט פונעם זעלבן בעל מתיר אויף חלב סתם. כבודו במקומו מונח, אבער אינעם חסידישען חדר האט מען בדרך כלל נישט אנגענומען די התירים.

די עדה החרדית מבושל וויינען פארלאזן זיך אויפ׳ן אגר״מ??

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:03 pm

פליגל האט געשריבן:אסאך פון די וויינען האבן כהיום גאר היימישע הכשרים. איר ווילט מיר זאגן אז די רבנים לאזן סטעמפלען אינו מבושל אויף א שוואכע סמך?

איי פיל בעד טא באסט דע באבל. אבער ליידער דאס איז די מציאות מיט יין מבושל.

הגרש"ז אויערבאך פון די ליטא און רב לאנדא פון די חסידים האבן שטארק מחולק געוועהן מיטן אג"מ אויף דעם היתר.

די היינטיגע היימישע רבנים זאלן פסק'נן ווי אזוי זיי פארשטייען.

איך האב נאר אזוי פיל געזאגט אז די גאנצער עסק האט נישט קיין סמך און די גדולי האחרונים. אדרבה, פון די פוסקי זמנינו איז דא שטארקע אוסרים. און ווער עס טרונקט נאר חלב ישראל, זאל וויסן וואס עס טוהט זיך מיט די יין (שאינו) מבושל.
לעצט פאראכטן דורך blue moon אום זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:07 pm

וואס טוט זיך מיט
הרב הילל וויינבערגער
הרב בנימין גרובער
הרב מרדכי אונגאר
און פיל אנדערע וואס געבן אויף מבושל וויינען

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:13 pm

סא איר זאגט אז רבי הילל וויינבערגער, די עדה, צעהלימער רב, פארלאזן זיך אויפ׳ן בעל אגר״מ... עפעס שטימט נישט דא.
וועלמער מברר זיין.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:26 pm

לב בשר האט געשריבן:סא איר זאגט אז רבי הילל וויינבערגער, די עדה, צעהלימער רב, פארלאזן זיך אויפ׳ן בעל אגר״מ... עפעס שטימט נישט דא.
וועלמער מברר זיין.

לאו דוקא.

דאס איז איינמאל קלאר אז מבושל איז עס נישט.

די מורה הוראה וואס זענען נעמען אן די היתר זענען פארשידנארטיג.
1) היינט זענען נישט דא קיין עכטע עוע"ז.
2) בכהג"ג (פעשטערייזעישאן) לא גזרו.
3) אין פאבריק איז נישטא קיין גוים. איך לייג א כשר'ע פרודוקט און באקס.
4) בצירוף אלע פיר און נאך אפשר אנדערע קען מען ארויס קוועטשען א השגחה אויף די עצם וויין.

עס איז יתכן אז די אויבער דערמאנטע רבנים אליין טרינקען עס נישט, לאחר מגע עכו"ם.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:35 pm

blue moon האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:סא איר זאגט אז רבי הילל וויינבערגער, די עדה, צעהלימער רב, פארלאזן זיך אויפ׳ן בעל אגר״מ... עפעס שטימט נישט דא.
וועלמער מברר זיין.

לאו דוקא.

דאס איז איינמאל קלאר אז מבושל איז עס נישט.

די מורה הוראה וואס זענען נעמען אן די היתר זענען פארשידנארטיג.
1) היינט זענען נישט דא קיין עכטע עוע"ז.
2) בכהג"ג (פעשטערייזעישאן) לא גזרו.
3) אין פאבריק איז נישטא קיין גוים. איך לייג א כשר'ע פרודוקט און באקס.
4) מען לייגט עס אין א גרינע באטל.

בצירוף אלע פיר און נאך אפשר אנדערע קען מען ארויס קוועטשען א השגחה אויף די עצם וויין.

עס איז יתכן אז די אויבער דערמאנטע רבנים אליין טרינקען עס נישט, לאחר מגע עכו"ם.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:36 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:51 pm

לב בשר האט געשריבן:סא איר זאגט אז רבי הילל וויינבערגער, די עדה, צעהלימער רב, פארלאזן זיך אויפ׳ן בעל אגר״מ... עפעס שטימט נישט דא.
וועלמער מברר זיין.

אדרבה, פרעג......

ופרסו השמלה, ווער עס וויל וויסן זאל כאטש וויסן.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:53 pm

איר קומט מיט א סטעיטמענט אז דאס איז 'קלאר' נישט מבושל בעת אויף די באטלעך שטייט קלאר אז יא און די נעמען פון די רבנים שטייט אויך קלאר.

איר, אלס אן אנאנימער פערזאן אויף די אינטערנעט, איז זיך מחולק מיט רבנים וואס שרייבן קלאר יא ארויס זייער נאמען און נעמען אחריות אז די סחורה איז יא מבושל.

די רבנים בעלי מכשירים זענען קיינע עמי הארצים אדער גראבע אינגען (מילד גערעדט) און זייער'ס א ווארט איז שקר?
נאט אייך א גרינע...

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:58 pm

זאת ועוד.
איך קלער אז טאמער וואלט מען געשריבן אויפן באטלCookd s wine " וואלט עס געווען א וויאלעישען אין די טרוט אף לעיבלינג געזעץ.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:19 pm

פליגל האט געשריבן:איר קומט מיט א סטעיטמענט אז דאס איז 'קלאר' נישט מבושל בעת אויף די באטלעך שטייט קלאר אז יא און די נעמען פון די רבנים שטייט אויך קלאר.

איר, אלס אן אנאנימער פערזאן אויף די אינטערנעט, איז זיך מחולק מיט רבנים וואס שרייבן קלאר יא ארויס זייער נאמען און נעמען אחריות אז די סחורה איז יא מבושל.

די רבנים בעלי מכשירים זענען קיינע עמי הארצים אדער גראבע אינגען (מילד גערעדט) און זייער'ס א ווארט איז שקר?

הער פליגל,
זייט מוחל, גייט אריבער צו אייער לאקאלען וויין געשעפט, קויף א באטעל וויין און פראביר עס אויפ צו קאכען. (גיב אכטונג עס קען מאכן א פייער). נאך פאר עס ווערט מבושל וועט עס פארלירן די טעם און די קאליר. איר דארפט בכלל נישט אננעמען מיין אנינאמער מיינונג.

עס איז "קלאר" אז די אלע מבושל וויינען זענען נישט "געקאכט". פינטל.

די איינציגסטע שאלה איז נאר ווי אזוי מען עפלייעט די טעקסט "יין מבושל" צום לעיבל.
לעצט פאראכטן דורך blue moon אום זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:24 pm

יין נסך איז אסור בהנאה! סאמטינג דאזענט עדד אפ היר...

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:31 pm

לב בשר האט געשריבן:יין נסך איז אסור בהנאה! סאמטינג דאזענט עדד אפ היר...

מען רעדט נישט דא פון יין נסך.
די מדובר איז פון סתם יינם. אדער פון יין ישראל במגע עכו"ם.
דאס איז בפשטות נישט אסור בהנאה. עס איז אסור משום גזירת חז"ל.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:45 pm

עי' מנחת יצחק ח"ז סי' ס"א, וואס איז אויך מקיל, כדעתו הגדולה פון פוה"ד הגר"מ פיינשטיין זצ"ל.

התבונני
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:52 pm

אויף זייער פיל אר"י וויינען שטייט "מבושל ע"י פיסטור"

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:57 pm

אוראייניקל האט געשריבן:עי' מנחת יצחק ח"ז סי' ס"א, וואס איז אויך מקיל, כדעתו הגדולה פון פוה"ד הגר"מ פיינשטיין זצ"ל.

ייש"כ מר. אור אייניקל פארן מזכה זיין צו לערנען תשובה אין מנחת יצחק.

צוויי הערות בדבר:

1) ער ברענגט נישט דעם אגר"מ. אין זיכער שרייבט נישט פוסק הדור.
2) אז איר לערנט דורך די תשובה זעהט מען אז ער איז נוטה דאס צו אסר'ן. נאר בדעתו הגדולה, און מיט די גרויסע כח התורה, גיבט ער א לאז אויס להקל, פאר איין טעם וואס ער שרייבט. און פאר אנדערע וואס ער שרייבט נישט.
ער פירט אויס עס אז מען דארף זיך נישט רעכענען מיט זיין נטיה לאיסור, און מען קען מקיל זיין.

ואני הפעוט וואלט געזאגט, אז ער מיינט צו זאגען אז ער איז עס מתיר פאר די וועלט, ובעל נפש יחמיר.

און אנדערע ווערטער (אויב מען מעג אזוי זאגן) אז דער מנחת יצחק פאר זיך וואלט אויך מחמיר געוועהן.

און אט דאס האבן מיר פריער געשריבן.
אז מעגליך אז די רבנים המכשירים אליין טרינקען דאס נישט.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:00 pm

הער בלויע לבנה, אויב קענסטו נישט געטרויען קיין רבנים אויף זייער ווארט, דאן וויאזוי קויפט איר עני פראדוקט מיט א הכשר?
אגב צעהלימער רב זצ"ל האט אויך געטרונקען חלב עכו"ם?
צו זאגן אז א רב טרונקט נישט אליין וואס ער גיבט א הכשר איז הוצאת שם רע בלשון המעטה.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:03 pm

blue moon האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:עי' מנחת יצחק ח"ז סי' ס"א, וואס איז אויך מקיל, כדעתו הגדולה פון פוה"ד הגר"מ פיינשטיין זצ"ל.

ייש"כ מר. אור אייניקל פארן מזכה זיין צו לערנען תשובה אין מנחת יצחק.

צוויי הערות בדבר:

1) ער ברענגט נישט דעם אגר"מ. אין זיכער שרייבט נישט פוסק הדור.
2) אז איר לערנט דורך די תשובה זעהט מען אז ער איז נוטה דאס צו אסר'ן. נאר בדעתו הגדולה, און מיט די גרויסע כח התורה, גיבט ער א לאז אויס להקל, פאר איין טעם וואס ער שרייבט. און פאר אנדערע וואס ער שרייבט נישט.
ער פירט אויס עס אז מען דארף זיך נישט רעכענען מיט זיין נטיה לאיסור, און מען קען מקיל זיין.

ואני הפעוט וואלט געזאגט, אז ער מיינט צו זאגען אז ער איז עס מתיר פאר די וועלט, ובעל נפש יחמיר.

און אנדערע ווערטער (אויב מען מעג אזוי זאגן) אז דער מנחת יצחק פאר זיך וואלט אויך מחמיר געוועהן.

און אט דאס האבן מיר פריער געשריבן.
אז מעגליך אז די רבנים המכשירים אליין טרינקען דאס נישט.

דער מנח"י האט פערזענליך געזאגט אויף א וויין אז ס'יז מבושל ווען ער זעלבסט האט געהאלטן אנדערש?
נאט אייך א גרינע...

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קיטשי און 14 געסט