בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:10 pm
דורך קארן
וואס איז דיין עצה? ווילסט פשוט ער זאל פּאַקן פעק און אַהער מופן קיין לונדון? דו ווייסט וואס אזא מעשה קאסט אפ? שיקן וואוינען ערגעץ אַנדערש און ניו יארק ? ווער זאגט אז ער וועט זיך מסדר זיין? כוויל דיך נישט אוועקמאכן, אבער דו האסט צו גרויסע פאנטאזיעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 5:17 pm
דורך יאפין
פלעכטער האט געשריבן:פאר א נישט לאנדאן געבוירענע וואס באקומט בחנם א דירה
מען דארף נישט זיין א לונדענ'ער געבוירענער,
ס'איז געניג אן איירופעיער, און מ'קען טרעפען א זיידע פון פארען קריג פון אונגארען אדער גאליציע
ס'גענוג אז נאר איינער פון די משפחה איז א אייראפיער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 5:32 pm
דורך קארן
און מדארף האבן א פּאַספּאָרט פון א אייראפעישע לאנד.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:47 pm
דורך lebediger berel
קארן האט געשריבן:וואס איז דיין עצה? ווילסט פשוט ער זאל פּאַקן פעק און אַהער מופן קיין לונדון? דו ווייסט וואס אזא מעשה קאסט אפ? שיקן וואוינען ערגעץ אַנדערש און ניו יארק ? ווער זאגט אז ער וועט זיך מסדר זיין? כוויל דיך נישט אוועקמאכן, אבער דו האסט צו גרויסע פאנטאזיעס.
דער איד איז סייווי נישט מסודר, צופיל ערגער ווי ער איז קען ער נישט זיין, אבער דער אשכול איז לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא, נישט אז יעדער זאל לויפן, נאר צו האבן דורכגעזייעט די אינפארמאציע אין פאל ס'וועט איינעם זיין א נפק"מ למעשה
ואפילו תימא אז סוועט קיינמאל נישט קומען דערצו א איד זאל זיך אויפהייבןאון גיין ערגעץ ווייל סאיז מער עפארדעבל איז עס פארט א שיינע דיסקוסיע וואס וועט זיין א טעמע אויך אין די צוקונפטיגע היסטאריע ביכער לאמיר זיי מאכן גרינגער די ארבעט
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:14 pm
דורך פאטאקי08
farshlufen האט געשריבן:לעבעדיגער, אנטשולדיגט פארן ענטפערן אן נומערן.
מיין אנטווארט, בקיצור:
"אין די אייגענע ד' אמות, ווי ווינציגער ארויסקוקן דערפון".
דאס איז דער יסוד, אן דעם וועלן אלעמאל צוקומען אומנויטיגע אויסגאבן, סיי וואו אויפן וועלט קוגל דער איד וואוינט.
נישטא וואס מגיב צו זיין דא
דו זאגסט דאך אזוי גוט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:20 pm
דורך פאטאקי08
וויפיל איז א דירה טייערער אין בארא פארק ווי וויליאמסבורג? אדער ביליגער?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:25 pm
דורך ווער בין איך?
אין עירמאנט בויעט זיך א שיינע חסיד'ישע געגנט (ס'דא נאך חסידישע בתי מדרשים חוץ ר' ליפא'ס) און דירות איז נאך גאנץ ביליג דארט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:35 pm
דורך פריי זיך
פאטאקי08 האט געשריבן:וויפיל איז א דירה טייערער אין בארא פארק ווי וויליאמסבורג? אדער ביליגער?
ביליגער, כ'ווייס נישט מיט וויפיל
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:48 pm
דורך lebediger berel
פריי זיך האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:וויפיל איז א דירה טייערער אין בארא פארק ווי וויליאמסבורג? אדער ביליגער?
ביליגער, כ'ווייס נישט מיט וויפיל
לאו דוקא יש ויש קיין ערנסטע חילוק איז נישטא, אבער כפי השערתי איז אין בארא פארק שווערער צו טרעפן א דירה פון דריי בעדרומס און העכער מען בויעט נישט דא די וואלבאוט סטיל קאנדוס
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:01 pm
דורך lebediger berel
ווער בין איך? האט געשריבן:אין עירמאנט בויעט זיך א שיינע חסיד'ישע געגנט (ס'דא נאך חסידישע בתי מדרשים חוץ ר' ליפא'ס) און דירות איז נאך גאנץ ביליג דארט.
קענסט אפשר שרייבן א דורכשניט פרייז פאר א דירה פאר א משפחה מיט אכט קינדער קע"ה רענט\קויפן
אויך שרעקט מען אפ דעם עולם ווען מרעדט וועגן טעקסעס
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:17 pm
דורך ווער בין איך?
א הויז פאר א משפחה פון אכט קינדער קען קאסטן בערך 375-475 טויזנט מיט טעקס בערך 11 טויזנט א יאר.
אויב ביסטו גרייט אריינצולייגן אפאר אלפים אויף איבערצומאכן אביסל דעם הויז קענסטו טרעפן פאר נאך ביליגער.
__________
אין ניו סיטי (פינף מינוט פון סקווירא) באקומסטו נאך גרעסערע לאטס און בעסערע און שענערע הייזער (מיט סווימינג פולס) פאר בערך 400 טויזנט.
מ'בויעט יעצט א ישיבה אין ניו סיטי (נישט חסידיש) מיט א דעוועלעפמענט פון אכצן הייזער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:40 am
דורך lebediger berel
בקיצור פאר 375 קען מען עפעס האבן אין מאנסי והגלילות, דאס מיינט ארום אכציג אלפים דאון פעימענט נאכדעם א מארגידזש פון דריי מאות, וויפיל קומט עס אויס א חודש ווייסט איינער? אחוץ פון ניין מאות טעקס א חודש איך האב געפרעגט אין א אשכול בנוגע פרעסטידזש צו זייער ביליג טעקס הבטחה מאכט סענס, אפשר קען איינער יעצט דאס וועריפייען?
בסך הכל איז דער אנאליז נאך זייער רוי מיר קוקן ארויס אויף מער אינפארמאציע
עפארדעבל קען מען האבן: אין די שטאט וויען הבירה
אין לאנדאן אויב מקומט נאך די פארשריפטן פאר אומזינסטע דירה
מעגליך עפעס אין נייטרא
מעגליך גלילות מאנסי
צייטי אויב דו קענסט אריינווארפן עפעס פרייזן אין קרית יואל איז עפרישיעטעד
י
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:00 am
דורך פאטאקי08
פרייזן אין קרית יואל פאר א זיבן רומיגע דירה:
ברך משה אדער נייע געגענט אין עצי תמרים = 350-400 - 50-70 דאון
אין צענטער = 400-450 - 100-120 דאון
טעקס= 3600-4000 א יאר
רענט = בערך 2000 חודש
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:26 am
דורך lebediger berel
פאטאקי08 האט געשריבן:פרייזן אין קרית יואל פאר א זיבן רומיגע דירה:
ברך משה אדער נייע געגענט אין עצי תמרים = 350-400 - 50-70 דאון
אין צענטער = 400-450 - 100-120 דאון
טעקס= 3600-4000 א יאר
רענט = בערך 2000 חודש
זעלבע פרייז ווי מאנסי נאר טעקס אסאך ביליגער ווייניגער ווי העלפט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:41 am
דורך תרגום יונתן
א זיבן רומיגע דירה אין ברך משה איז נישט מער ווי 350.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:57 pm
דורך יודל מענדלזאהן
דער בנש"ק'ל איז גרייט זיך אריבערצוציען קיין אר"י?
ווייל איך הער אז איינער בויעט דארט אין בית שמש ערגעצוואו...
ערנסט גערעדט, אין בית שמש דארף קאסטן צו דינגען א דירה פון 4 בעדרום'ס נישט מער פון 750$ א חודש אין די היימישע געגענטער.
אוודאי ווענדט זיך וואו, קרית הרמ"א אדער ערגעץ אנדערש.
אויב ס'איז נוגע, קען איך זיך נאכפרעגן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:49 pm
דורך lebediger berel
נישט דאס איז דער ציל פון דעם אשכול, אז דו ווילסט טון דעם רבינס רצון צוצושטעלן ביליגע דירות הרי שלך לפניך אין די עכטע וועלט לאז אפ אייוועלט
וואס מיר ווילן טיילווייז עקאמפלישאן אז פערציג יאר ארום ווען מוועט וועלן וויסן וויפיל סהאט היינט געקאסט א דירה וועט מען נאר דארפן אויפברענגען דעם אשכול
צוריק צו בית שמש, לויט די פרייזן וואס דו זאגסט איזעס א אפשען, אדרבה וואו קען מען טרעפן פאר 750 א חודש פיר בעדרומס?
מדארף זען אנדערע הוצאות אויך אבער צוזאם שטעלן צוויי אלפים פער חדש אויב דאס איז אלעס וואס דער איד דארף צום לעבן איז צום אויסהאלטן
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:26 pm
דורך יודל מענדלזאהן
אויב דו מיינסט באמת, קען איך זיך נאכפרעגן.
דער איד דרייווט? ווייל א קאר אין אר"י איז א טייערע מעשה.
עסן איז אויך טייערער פון אמעריקע, און קיין פ.ס. איז דארט אויך נישטא.
דערצו האבן די ציונים ימ"ש געשניטן פון די קצבאות פאר די קינדער.
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 24, 2013 7:12 pm
דורך ראשית
און לאנדאן איז כהיום זייער זייער שווער צו טרעפן א דירה און מדארף אויך צוצאלן פון טאש בערך 500 פונט א חודש (שוין נאך די בענעפיטס) פאר א לייטישע דירה
פאר איינעם וואס באקומט נישט קיין בענעפיטס איז לאנדאן זייער א טייערע פלאץ
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:17 am
דורך געלט_גייציג
מדארף ארויסטראסקענען אלע .... פון די פראדשעקס און אריינלייגן דעם היימישען עולם פאר 200 א חודש
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:36 am
דורך ידיד
דאס איז א מורא'דיגער פלאן! אינטערעסאנט ס'איז נאך פאר קיינעם נישט איינגעפאלן ביז יעצט.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:01 am
דורך לעיקוואד
א גוט מארגן טייערע חברים.
אין לעיקוואד קען א אינגערמאן - וואס האט נאכנישט די שכר לימוד עקספענס - לעבן אויף ווייניגער פון $500 א וואך, פארשטייט זיך ער מוז האבן די הילף פון פעטער שמואל.
עסן קען מען זיך דורכקומען מיט די פעטער'ס נדבה, זייער אסאך ליטווישע אינגעלייט געבן נישט אויס קיין איין דאלער מער וויפיל זיי באקומען, פארשטייט זיך אז די חסיד'ישע ספענדען מער, אבער דאס איז שוין צו פארדאנקען די ברייטקייט מיט וואס א חסיד'ישע איד לעבט, אבער אויב ווילסטו דוקא קענסטו זיך באגיין אן א פערטל גראסערי ארדער.
קאר איז דא זייער ביליג אקעגן די פרייזן פון ניו יארק, (דאס וואס א אינגערמאן אין ניו יארק האט נישט קיין קאר, געבט ער אויס די זעלבע געלט פאר קאר סערוויס אדער קאר רענטעל). ווי אויך איז דאהי נישט קיין שום פראבלעם צי דרייוון א קאר פון 99', וואס אין וומסב"ג/ב"פ בדרך כלל זעט מען נישט.
קליידער דא איז נישט ביזדערווייל אזוי שטארק איינגעריסן די מחלה פון לעבן פאר יענעםן, וד"ל.
די איינציגע זאך וואס קאסט דא מער איז די פאר חסיד'ישע פראדוקטען, וואס עס איז נישט דא קיין פארלאנג פאר דעם, אבער בדרך כלל קויפט מען דאס ווען מען איז סיי וויי אין נ"י, אדער בעט מען א טובה פון די משפחה, (נישט געזארגט זיי נוצען אונז מער פאר די אנליין ארדער'ס, וואס זיי שיקן קיין ניו דזשערסי, נישט צו צאלן קיין...) אדער צאלט מען אביסל טייערער פאר פאלם שטרימפ וכדו'.
לגבי שכר לימוד איז עס טייערער בע' $1800-$2400 טייערער א יאר פער קינד, אבער דאס צאלט זיך אויס ווען די "דארפסט" נישט גיין אין קאנטרי אדער שיקן די קינדער אין קעמפ, די דעי קעמפ קאסט בע' $500 א קינד, וואס איך האב שוין געהערט פון משפחות וואס שיקן נישט די קינדער אין דעי קעמפ, נאר די טאטע פארברענגט מיט זיי די פיר - פינף וואכן, (די פרעגסט אויף א מצב וואס די עלטערן ארבעטען נישט).
פארשטייט זיך צי לעבן אזא לעבן איז שווער, איבערהויפט פאר א חסיד'ישע איד, אבער אויב די פרעגסט צי עס איז שייך צי לעבן אזא לעבן?, איז די ענטפער אז יא און אז עס איז דא משפחות וואס לעבן מיט דעם סטאנדארט, און זיי פרעדיגען די קינדער אז תורה איז די בעסטע לעבן.
זאל דער רבוש"ע העלפן אז עס זאל זיין גענוג און נאך פאר יעדעם, און די אשכול זאל ווערן אירעלעווענט,
(איי פארוואס וועט זיך לוינען צי וואוינען אין לעיקוואד? פשוט אלץ קוואליטי אוו לייף.. די גראז די רואיגקייט וכדו'.)
ועיקר שכחתי... דארפסט זיך נישט אריבערציען מעבר לים קיין לאנדאן צי לעבן א רואיגע לעבן, הגם אלץ איינער וואס האט שוין באזוכט לאנדאן עטליכע מאל, און האבנ'דיג דארט משפחה בין איך מודה אז עס זייער בע'טעמ'ט און רואיגער דארט ווי אין אמעריקא, אבער יעדער פארשטייט אז עס איז שווער צו זאגן פאר א מענטש זיך אריבערצוציען מעבר לים.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:01 pm
דורך קארן
ראשית האט געשריבן:און לאנדאן איז כהיום זייער זייער שווער צו טרעפן א דירה און מדארף אויך צוצאלן פון טאש בערך 500 פונט א חודש (שוין נאך די בענעפיטס) פאר א לייטישע דירה
פאר איינעם וואס באקומט נישט קיין בענעפיטס איז לאנדאן זייער א טייערע פלאץ
אונטערסאנט, פון ווי נעמסטו דעיס?