געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:39 am
אויב מקען ענטפערן נאר צו די זאך, כ'פרעג נישט איבער נייע ישובים וואאיז א נושא בפ''ע איך בין נייגעריג וואס טוט זיך מיט עקזיסטירענדע פלעצער? איז דא א פלאץ וואו א איד קען זאגן למשל אז זיין טאטע געט אים פינף הונדערט דאללער א וואך אין מקען לעבן רואיג על התורה ועל העבודה? כהאב נאר געניצט דעם משל מזאל פארשטיין וואס כוויל צוקומען נישט בלויז צו ריעל עסטעיט וכדו' נאר צום גאנצן סטענדערד אף ליווינג, און כוויל הערן וואס דער עולם האט צוזאגן, און אינצווישן ועלעך אי''ה אריינווארפן מיינע צוויי צענט אויך
ווער סווייסט עפעס זאכליך זאל מקיים זיין אל תמנע טוב
מיר זענען כלל נישט אויסן צו רעדן נאר איבער אמעריקע, מיר ווילן הערן פון אויסטראליע ביז לאנדאן און אלעס אינצווישן אויב איינער ווייסט עפעס?
אויב מקען ביטע עטפערן מיט פאקטישע נומערן דירה שכ"ל אנדערע געברויכן
Advertisement
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:46 am
לעבעדיגער, אנטשולדיגט פארן ענטפערן אן נומערן.
מיין אנטווארט, בקיצור:
"אין די אייגענע ד' אמות, ווי ווינציגער ארויסקוקן דערפון".
דאס איז דער יסוד, אן דעם וועלן אלעמאל צוקומען אומנויטיגע אויסגאבן, סיי וואו אויפן וועלט קוגל דער איד וואוינט.
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:53 am
איר זענט אנשולדיגט, אייער פונקט איז א הוספה אבער איר קענט נישט וואוינען עפארדעבל אין ברוקלין אין די אייגענע ד אמות, דיד אמות וועלן אייך אויפעסן לעבעדיגערהייט
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:55 am
שלום עליכם לעבעדיגער
כ'האב לעצטנס מיטגעהאלטן ווי א איד וועלכער איז דורך שווינדלער אריינגעפאלן אין פינאנציעלע פראבלעמען, און ער איז געווארן א בעל חוב ל"ע, און ער איז מער נישט געווען ביכולת צו צאלן זיין דירה געלט אין ברוקלין, האט ער זיך געצויגן קיין לאנדאן ווי דארט איז דאס לעבן אסאך ביליגער.
באמערקונג: ער האט זיך נישט אוועקגעצויגן כדי צו אנטלויפן פון בעלי חובות ח"ו, ער איז קיינעם נישט געבליבן שולדיג ב"ה, ער האט פשוט נישט געקענט צאלן די הויכע קאסטן פון דאס לעבן אין ניו יארק.
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:16 am
אזוי גאר? ס'ערשטע מאל איך הער דאס.
מען פארדינט דארט מער? אדער די פרייזן זענען נידריגער?
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:34 am
נו אפשר ווייסט איינער קראנט
לאנדאן vs ניו יארק
און לאמיר נישט בלייבן ביי דעם לאז די שמועס גיין ווייטער
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:37 am
צווישן די 4 היימישע ישובים אין ניו יארק. בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, מאנראו. פארשטיי איך אז מאנראו איז די מערסטע עפארדעבעל.
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:40 am
ר' בערל, איך זעה אז דו האסט חשק דער שמועס זאל זיך ציעהן און זאל זיין א קשר של קיימא.
לאמיך דיר דעמאלס זאגן וואס איך קלער מן הענין פון פירן דעם שמועס.
אדער קענסטו פירן דעם שמועס "וואו די ווילסט"
אדער קענסטו עס פירן "וויאזוי דו ווילסט"
ביידע צוזאמען ארבעט נישט געוויינליך.
ד"ה אויב ווילסטו נישט מ'זאל ענטפערן איבער דערפלעך און נייע ישובים, וכו', און דו ווילסט שטעלן תקנות פון וואס יא אדער נישט, וועט דער שמועס זייער שנעל קומען צו א גמר. דו מוזט עס לאזן ברייט אפן אז עס זאל זיך קענען דעוועלאפן א שיינער שמועס.
אויב דו ווילסט מ'זאל האבן א ברייטע שמועס קענסטו עס נישט פארלאנגען, דו דארפסט פשוט לאזן אלע נחלים שהולכים לים פליסן אן קיין שטער.
פארשטייסט וואס איך מיין?
לענין פון וואס דו פרעגסט. איך האלט אז עס איז קלאר אין אמעריקע איז די סטענדערד אוו ליווינג טייערער ווי ערגעץ אנדערש, אבער מיט א טיעפערן בליק איז עס נאר ווייל מ'לעבט ביי יענעם אין פריידן. דאס מיינט, אז אויב מיינט איינער ערנסט צו לעבן דא אויף א שטילן אויסגעהאלטענעם שטייגער, האט עס נישט אזוי ווייט צו טוהן וואו ער איז נאר וויאזוי ער איז.
אודאי איז נישט מעגליך אויב איינער צאלט 2500 דירה געלט, צו לעבן רואיג. אבער פארדעם איז דא פלעצער ווי רענט איז ביליגער. אבער דאס איז מער ווייניגער די מעין עקספענס אויף וואס מ'דארף קוקן, ווייל די אנדערע זאכן וואס קאסטן אפאר סענט ארויף אדער אפאר סענט אראפ טוישט נישט קיין לעבנס שטייגער בכלל.
#איך_רעד_נאכאלס?
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:40 am
איון לאנדאן איז א דירה גענצליך בחינם. אבער נאר אויב איינע פון די עלטערן זענען לאנדענע געבוירענע (אדער איראפעאישע געבוירענע מעגליך)
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:43 am
זאלץ וואסער, אין די גוישע וועלט ווען מ'רעכנט אויס וואו ס'איז די טייערסטע סיטי צו וואוינען אין די וועלט קומט לאנדאן ארויס טייערער ווי ניו יארק סיטי
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:43 am
פארשטייט זיך אז איך רעד אין די אידישע וועלט
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:48 am
אין אידישע וועלט מיינעך איז די בעסטע אין ולאחיו יאמר חזק
בנוגע לאנדאן האב איך א שיינע פאר קרובים דארט און לעבן אסאך אסאך ביליגער ווי אין אנדערע געגנטער - פונקטליכע נומערן האב איך נישט
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:51 am
אין לאנדאן שפילט אויך דער פאקט אז דארט לעבט מען מער אין די ד' אמות, און דער עולם איז דארט נישט געלט גייציג און מ'דארף נישט נאכטון יעדן. אלעס צוזאמען ברענגט א בילגערען לעבן און מנוחת הנפש. אין לעיקוואוד איז דא אסאך ענליכקייטן . ווי אויך איז אין לעיקוואד די ביליגסטע מיט דירות סיי קויפן סיי רענטן. און ס'שוין דא היינט 1000 שטריימליך אין לעיקוואד
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:51 am
טעות
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:54 am
פריי זיך! דו דיסקוסירסט מיט דיר אליינס? אדער בין איך ערגעץ פארמישט דא?
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:54 am
פריי זיך! דו דיסקוסירסט מיט דיר אליינס?
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:56 am
... ניין, איך שרייב נאר וואס ספאלט מיר ביי אויפן מינוט דעריבער קומט עס אין אפגעטיילטע תגובות. און מיין לעצטע תגובה איז בטעות ארויף דאפעלט
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:57 pm
דאס איז פשוט אז ווי מער - וואס מען רופט - "אונגאריש", איז מען מער פארנומען מיט יענעם. (און לויט פארשטענדליכע מענשטען האט עס געוואלדיגע מעלות אין אידישקייט, לאמיר יעצט נישט אריין גיין אין יענעם שמעוס.)
ממילא איז פשוט אז אמאל - פאר די אמעריקאנע\אונגארישע האבן זיך אהין געצויגן - איז לאנדאן און לעיקוואוד, געווען גרינגער אין דעם נקודה. היינט איז אבער ושין דא פון אלע סארטן איבעראל, און כאטש עס איז נאך עטוואס אויף א קלענערע פארנעם, איז אבער די "יענטע" מאנטאליטעיט שוין דא איבעראל.
איין פלץ ווי איך טראכט איז אפשר נייטרא! דארט איז טאקע אויך יענטע, אבער וואס זעהט מען ביי יענעם? אויך אלטע פאנדזשעלאוס!!!
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:24 pm
נייטרא, אקעי נייטרא,
?א. קען מען דארט טרעפן א דירה
?ב. וויפיל קאסט רענט א פיר בעדרום דירה
?ג. וואס איז מיט שכר לימוד אנגלעך און מיידלעך
פארוואס איך פרעג, ווייל אפשר וועט מען אנקומען אז דא איז טאקע דאס פלאץ
בנוגע לאנדאן לויט ווי כהאב פארשטאנען ווענדט זיך צו מאיז עלידזשיבל צו א אומזינסטע דירה.
אויב קען מען דאס מאכן איז לכאורה לאנדאן סבעסטע
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:27 pm
בנוגע לאנדאנדע אומזיסטע דירות, רוב פון מיינע קרובים הנ"ל האבן נישט קיין אומזינסטע דירות
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:33 pm
lebediger berel האט געשריבן:נייטרא, אקעי נייטרא,
?א. קען מען דארט טרעפן א דירה
?ב. וויפיל קאסט רענט א פיר בעדרום דירה
?ג. וואס איז מיט שכר לימוד אנגלעך און מיידלעך
פארוואס איך פרעג, ווייל אפשר וועט מען אנקומען אז דא איז טאקע דאס פלאץ
בנוגע לאנדאן לויט ווי כהאב פארשטאנען ווענדט זיך צו מאיז עלידזשיבל צו א אומזינסטע דירה.
אויב קען מען דאס מאכן איז לכאורה לאנדאן סבעסטע
לעצטע מאל כ'האב געהערט.
מען קען טרעפען א דירה, די פרייזען זענען ביליג, און רוב האבן דארט 8 (אצינד ווייסעך נישט צו עס איז אפען), שכר לימוד האבעך נישט געהערט עס דאל זיין טייערער ווי די שטאט.
פונקטליך פרטים ווייסעך נישט.
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:08 pm
בנוגע נייטרא
אויף וויפיל איך ווייס
דירות איז אביסל שווער צו טרעפן (מען דארף אויך ווערן אפראווד דורך א וועד דאכט זיך)
רענט ווייס איך נישט
שכר לימוד איז גאנץ ביליג (דאכט זיך אז ביליגער ווי סאטמאר אין שטאט)
און אכטער באקומט מען נאך היינט... (ווער עס איז זוכה)
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:35 pm
lebediger berel האט געשריבן:איר זענט אנשולדיגט, אייער פונקט איז א הוספה אבער איר קענט נישט וואוינען עפארדעבל אין ברוקלין אין די אייגענע ד אמות, דיד אמות וועלן אייך אויפעסן לעבעדיגערהייט
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:58 pm
לכאורה קען א היימישער איד נישט אויסקומען מיט די סכום. שכר לימוד קאסט אסאך, אין די אידישע ארטיקלען ווי לולב אתרוג, מצות, אד"ג. אין אויסשטאפירן א געזונדעל אידישלעך, קומט אויס מער ווי די סכום.
איין עצה איז דא, צי גיין וואוינען אין די שטאט וויען אין עסטרייך. די קהלה שטעלט דארט צי בחנם דירות מיט א שיינע חודש'ליכע געהאלט. מען דארף זיך צישטעלן צי זייער תנאים וואס איז נישט זייער שווער.
וויען איז היינט א ריכטיג חסידישע שטאט אין די אהל משה קהלה איז א פרום מקום. ווען צ'שפאצירט אויפן גאס זעהט מען עכט היימישע פנימער א שטייגער ווי וויליאמסבורגע אידן.
איך זעה דאס פאר די איינציגסטע אפציע (פאר א נישט לאנדאן געבוירענע וואס באקומט בחנם א דירה)
מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:15 pm
כזע דער עולם פארט אין א גוטע ריכטונג לאמיר אייך אביסל מסביר זייו פון וואס דא רעדט זיך
אנגעהויבן האט זיך עס ביי אונז אין שטיבל ס'דא א איד אן אייניקל פון רבי ר' אלימלך זי"ע ער האט נישט קיין דזשאב נישט קיין קוואליפיקאציעס ניטאמאל א פרייוואט מלמד קען ער זיין. ער האט אויך נישט קיין געהעריגע דירה, ער האט אבער יא א גרויסע משפחה מיט א גרויסע חובות ליסטע, למעשה שטעלט מען אים כסדר צו געלט פאר עמערדזשענסי ווען משיקט אהיים פון ישיבה, גראסערי וויל נישט דעליווערן וכו' האבן אפאר קליגע אינגעלייט געפרעגט ער קאסט דאך אונז ממילא געלט איבערן יאר אפשר קען מען עס מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, לאמיר טרעפן א דירה מסדר זיין די קינדער אין מוסדות אא''וו
נאכן טון דערין האט מען געזען אז בארא פארק איז נישט קיין אפציע, און דער איד איז בכלל נישט געבנדן צו בארא פארק האט בערעלע זיך געלאזט אויף די יארכע זען וואו קען מען עפעס אויסארבעטן, מיטן חשבון אז אויב דער עולם ועט קאאפערירן קען פון די נושא זיין א תועלת פארן גאנצן אידנטום פאר ווער סינישט געבונדן צו א פלאץ איזה סיבה שהוא זאל כאטש זיין דאקומענטירט וואו איז די מערסטע עפארדעבל פאר א חרדישן איד צו לעבן
ןאידך פירושא הוא זיל גמור