זאל שוין זיין יתגדל...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

זאל שוין זיין יתגדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך האב נישט קיין געדולד צו מאכען א לאנגס און א ברייטס, וועל איך מיר בקיצור אפרעדן וואס עס דרוקט מיר. פארהאנען אזוינע שאצען, בפרט ביי מעריב, וואס דאווענען לאאאנגע שמונה עשרה'ס אזש ביז זיי טרעטן אויס האט שוין לכה"פ 85% ביהמ"ד געענדיגט.

מילא דאס אליין החרשתי, אבער ווען זיי טרעטן שוין ענדליך אויס איז נישט גענוג בסקירה אחת צו זעהן אז יעדער ווארט שוין אומגעדולדיג, נאר זיי מוזען זיך נעמען ציילען...

הושיעה, את, עמך, וברך, את... איימינוט 'את' האלט נאך אינמיטען שמו"ע... נאכאמאל הושיעה, את, עמך, וברך... 'וברך' האט שוין טאקע געענדיגט? לאמיר געבן א קוק...

דערוויל פלאצט שוין דער געדולד פון איינעם (געווענליך מיך!) און ער שרייט אריין, "נווו..."

דער שאץ איז אבער מקטני אמונה און ער מוז פריער זיכער מאכען דורך איבערפרעגן פיהר אנדערע יודען. "אה-הא? אה-הא? נו, תשעה?"

הערשט ווען ער הערט "נווו..." פון תשעה עונים קען ער ענדליך אנהייבען, "יתגדל ויתקדש שמיה רבה..."

-----
היוצא לנו מזה, עס פעלט נישט אויס אזוי פיהל חוקר ודורש זיין, נאר עס איז שוין העכסט צייט עס זאל זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה!
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

;l;p-

יענע סארט זענען סעלפישע מענטשן אינעם טאג טעגליכן לעבן אויך
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אמן!
זאלן מיר שוין טאקע זוכה זיין דערצו.

ביזט זיס מיט דיינע צוזאמשטעלן מעשיות מיט נמשלים....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

פארגעסן
מאנ-יימער האט געשריבן:אמן!
זאלן מיר שוין טאקע זוכה זיין דערצו.
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

אויב ווען 85% האט אויסגעטרעטן דארף נאך ציילן, ליידט ער פון OCD היינו טעמא דלאנגע שמונה עשרה היינו טעמא דציילן און היינו טעמא ער דארף איבערציילן ווען איינער האט זיך אינמיטן ציילן אנגעשטויסן און איינער וואס דאווענט נאך.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

וויאזוי האט א יוד געזאגט אמאהל ווען איינער איז געשטאנען און געציילט תשעה עונים, און נישט געקענט דערענדיגן ציילן ... האט איינער זיך אנגערופן מ'דארף קענען ציילן, מ'דארף וואוסן וויאזוי צו ציילן, נישט יעדע צאל האט די זעלבע וועג פון ציילן ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אמת'ע נקודה, געוואלדיגע אויפיר!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

;l;p- זייער טיף, אבער זייער גוט
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

איך דארף מיך ציפן די באקן...

אנעים די ביסט דאס?

פאר אזא ערנסטע ניק ווי דיר וואלט געפאסט צו נעמען א ספר, און בלעטערן (כ'גלייב אז אין טעלעפאן קוקסטו נישט אינמיטן מעריב) די פאר סקונדעס וואס יענער ציילט.


אה! כאנישט געכאפט, ער גייט נישט אין בעסמעדרעש מיט זיין ניק.....
אויסדריקליך
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 21, 2013 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסדריקליך »

אנעים.

אויף די תגובות קענסטו זעען אז דאס איז פשוט א צרת רבים, יעדער גייט עס דורך, ס'איז נארמאל. בארואיג זיך...

ערנסט גערעדט: זייער גוט ארויסגעברענגט.
קווענקל'סט? ס'איז אויסדריקליך אזוי ווי איך זאג דיר!
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט נישט די רעש?

יא! (מיט ק"מ'ס נוסח...) די אחריות פון נישט זאגן קדיש שלא בציבור ליגט נישט אויף קיין צווייטן נאר אויף די קדיש זאגער, און ממילא דארף ער אכטונג געבן אז ס'איז דא מנין.

נישט איינמאל בין איך געווען דער נו'קער טאקע, און ווען די בעל תפלה האט מיר געבעטן איך זאל אים צו-ווייזן ווער די עונים זענען בין איך געבליבן סטאק.

בפרט ביי מנחה מאכט זיך דאס, ווען ס'קוקט אויס אז ס'דא תשעה עונים, און דערווייל צווי דריי גייען מיטדאווענען מיטן בעל תפלה.

סאו גוט טוען די אידן וואס געבן אכטונג. אבער או.סי.די. דארף מען נישט האבן...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

איך בין אסאך מאל דער בעל תפלה
עס איז דא א אנדערע זייט אויך

נישט אלעמאל ווען דו וואלטסט געוואלט אז עס זאל שוין זיין 85% מתפללים אויסגעטרעטן איז שוין טאקע אזוי
צומאל ווען 60% מתפללים דאווענען נאך, וואונקן שוין עטליכע נערוועזע מתפללים אז מען דארף שוין אנהייבן.

איך האב איינמאל נאך א מנחה שמו"ע געציילט כמנהגי, עס איז געווען בערך 6 אויסגעטרעטענע, 10 דאווענער'ס, און נאך 4 וואס האבן נאכנישט געהאט אנגעהויבן שמו"ע (און האבן געווארט אויפן בעל תפלה צו דאווענען צוזאמען מיט אים), איינער פון די 4 איז שוין געווען שטארק נערוועז (עס איז געווען שפעט), און ער האט מיר געוואונקען מיט נערוועזיטעט אז איך זאל שוין אנהייבן, האב איך אים געוויזן אז עס איז נישטא צען, הייבט ער מיר אן ציילן מיט זיין פינגער, און ער ווייזט מיר אויף דעם און יענעם, גיב איך א ווייז אויף אים מיט מיין דיקן פינגער, אנטשולדיגט דער אצבע, און איך פרעג אים "דו האסט שוין געדאוונט?" (פארשטייט זיך שטיל אז קיינער זאל נישט הערן...) שאקלט ער מיר מיטן קאפ אז נישט, האב איך אים געוויזן א פייג... (אינצווישן האבן נאך צוויי אידן אויסגעטרעטן האב איך שוין אנגעהויבן שמו"ע תיכף דערנאך)
נאכן דאווענען האב איך יענעם געזאגט "דו זעסט נאר די מענטשן, איך זעה אויך וואו זיי האלטן".
ויש להאריך עוד בזה

בכל אופן, אויב איז דא אין דעם מנין מער ווי צוועלף אידן, און 85% איז שוין אויסגעטרעטן, דאן דארף מען זיין זייער "סלוי" נישט אנצוהייבן, און צו דארפן איבערציילן, דו דארפסט שיקן דעם בעל תפלה צו א סעסיע, געווענליך ווען דו ווערסט נערוועז דאוונט נאך רוב ציבור, אדער איז עס א קליינע מנין.
כך נדמה לי לדון את הבעלי תפלה לכף זכות

--------------
לוי יצחק האקט
ער זאגט מער ווייניגער די זעלבע זאך
אבער איך האב שוין אפגעשריבן
שיק
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ווי זאגט מיין פעטער ווען כ'פרעג אפ איינע פון זיינע פשעטלאך וואס שטימען נישט:

"ני שוין, אין משיבין על הדרוש, ס'פרעגסטו קשיות?"

חברה, וואץ עי דיפרענץ, קוק די פאנטש ליין, דער עיקר אז ס'אל שוין זיין "יתגדל ויתקדש שמיה רבה!".
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לוי יצחק האט געשריבן:בפרט ביי מנחה מאכט זיך דאס, ווען ס'קוקט אויס אז ס'דא תשעה עונים, און דערווייל צווי דריי גייען מיטדאווענען מיטן בעל תפלה.

לפי ידיעתי קען מען געהעריג רעכענען די וואס גייען זיך שטעלן צוזאמען מיטן בעל תפלה.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

למעלה משבעים האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:בפרט ביי מנחה מאכט זיך דאס, ווען ס'קוקט אויס אז ס'דא תשעה עונים, און דערווייל צווי דריי גייען מיטדאווענען מיטן בעל תפלה.

לפי ידיעתי קען מען געהעריג רעכענען די וואס גייען זיך שטעלן צוזאמען מיטן בעל תפלה.


לפי ידיעתי נישט.
ווער איז דיין דא...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

לוי יצחק האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט נישט די רעש?

יא! (מיט ק"מ'ס נוסח...) די אחריות פון נישט זאגן קדיש שלא בציבור ליגט נישט אויף קיין צווייטן נאר אויף די קדיש זאגער, און ממילא דארף ער אכטונג געבן אז ס'איז דא מנין.

נישט איינמאל בין איך געווען דער נו'קער טאקע, און ווען די בעל תפלה האט מיר געבעטן איך זאל אים צו-ווייזן ווער די עונים זענען בין איך געבליבן סטאק.

בפרט ביי מנחה מאכט זיך דאס, ווען ס'קוקט אויס אז ס'דא תשעה עונים, און דערווייל צווי דריי גייען מיטדאווענען מיטן בעל תפלה.

סאו גוט טוען די אידן וואס געבן אכטונג. אבער או.סי.די. דארף מען נישט האבן...



אודאי מוז דער ש"ץ אכטונג געבן עס זאל זיין תשעה עונים, אבער אלעס מיט א מאס. די מעשה וואס איך האב נעכטען געהאט איז געוועהן מיט א מנין פון אומגעפעהר 25 יודען, און א ש"ץ וואס האט געדאווענט אזוי לאנג אז לכה"פ 18 האבען געענדיגט פאר איהם. נאך עושה שלום במתינות, און יה"ר שיבנה ביהמ"ק מיט א דאפעלטע מתינות האט ער זיך הערשט ארומגעדרייט און גענומען ציילען\ווארטען מען זאל זיך איינבעטען, און עס איז נישט געוועהן גענוג מיט איין בליק צו זעהן עס איז שוין דא פעמים תשעה עונים...

ר' יוד, פון אלע פלעצער אינעם שוהל האט איהר געמוזט אויסוועלן פונקט דעם ברעטל?

[דער נמשל איז א שיינעם אויספיהר צו אן אפטע משל...]
-------
דער שרגא המאיר (ועוד פוסקים) פסק'ענט מען קען מצרף זיין אויך די וואס שטעלן זיך שמו"ע, אבער כמדומני דאס איז נאר בשעת הדחק, און איך געדענק נישט צי נאר איינער אדער מערערע.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נו, אלעמאל זענען פארהאן מענטשן וואס פארשטיין פארקערט. אנעים רעדט פון א פאקט, פון זיין מנין וויאזוי עס איז דארט צוגעגאגנען. אבער באמת איז דאך דאס בלויז א משל צו זיין געוואלדיגער נמשל. א שטייגער ווי איינער זאל טענה'ן מיטן דובנער מגיד אז ער געדענקט עטליכע מעשיות ווי קעניג'ן האבן טאקע געהאט א בן יחיד, אבער פארט זיי זייער געגליכן און זיי קיינמאל פארשיקט פון פאלאץ און אלעמאל ליעב געהאט.. וכדו'.. ער רעדט פון די מעשה און איר רעדט פון א צווייטע מעשה.

דער עיקר איז די פאנטש ליין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

צייטליך ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

ווארד האט געשריבן:איך בין אסאך מאל דער בעל תפלה
עס איז דא א אנדערע זייט אויך

נישט אלעמאל ווען דו וואלטסט געוואלט אז עס זאל שוין זיין 85% מתפללים אויסגעטרעטן איז שוין טאקע אזוי
צומאל ווען 60% מתפללים דאווענען נאך, וואונקן שוין עטליכע נערוועזע מתפללים אז מען דארף שוין אנהייבן.

איך האב איינמאל נאך א מנחה שמו"ע געציילט כמנהגי, עס איז געווען בערך 6 אויסגעטרעטענע, 10 דאווענער'ס, און נאך 4 וואס האבן נאכנישט געהאט אנגעהויבן שמו"ע (און האבן געווארט אויפן בעל תפלה צו דאווענען צוזאמען מיט אים), איינער פון די 4 איז שוין געווען שטארק נערוועז (עס איז געווען שפעט), און ער האט מיר געוואונקען מיט נערוועזיטעט אז איך זאל שוין אנהייבן, האב איך אים געוויזן אז עס איז נישטא צען, הייבט ער מיר אן ציילן מיט זיין פינגער, און ער ווייזט מיר אויף דעם און יענעם, גיב איך א ווייז אויף אים מיט מיין דיקן פינגער, אנטשולדיגט דער אצבע, און איך פרעג אים "דו האסט שוין געדאוונט?" (פארשטייט זיך שטיל אז קיינער זאל נישט הערן...) שאקלט ער מיר מיטן קאפ אז נישט, האב איך אים געוויזן א פייג... (אינצווישן האבן נאך צוויי אידן אויסגעטרעטן האב איך שוין אנגעהויבן שמו"ע תיכף דערנאך)
נאכן דאווענען האב איך יענעם געזאגט "דו זעסט נאר די מענטשן, איך זעה אויך וואו זיי האלטן".
ויש להאריך עוד בזה

בכל אופן, אויב איז דא אין דעם מנין מער ווי צוועלף אידן, און 85% איז שוין אויסגעטרעטן, דאן דארף מען זיין זייער "סלוי" נישט אנצוהייבן, און צו דארפן איבערציילן, דו דארפסט שיקן דעם בעל תפלה צו א סעסיע, געווענליך ווען דו ווערסט נערוועז דאוונט נאך רוב ציבור, אדער איז עס א קליינע מנין.
כך נדמה לי לדון את הבעלי תפלה לכף זכות

--------------
לוי יצחק האקט
ער זאגט מער ווייניגער די זעלבע זאך
אבער איך האב שוין אפגעשריבן
שיק


איך זעה דעם נקידה אלס זייער אמת, יענער טראכט פון זיין צייט, ער האט גארנישט מיט דעם אז די וועסט זאגן הויכע שמונה עשרה ברכות לבטלה, דער בעל תפילה דארף נישט זיין מער אויסגעארבעט ווידער שרייער, ער מעג קוקן ביז ער איז 100% זיכער אז ער גייט נישט זאגן ברכות לבטלה, און ער דארף זיך בכלל נישט קימערן מיטן שרייער, ווארום ער האט די זעלבע פערמוט צו זיין סעלפיש.

עס קען זיין אז דער פאל פונעם מתחיל האשכול איז נישט געווען דער מציאות.
נאר אז מען רעדט שוין דרייט שוין די מטבע אויף אלע פינעף זייטן.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

צוליב דעם וואס איך פלעג אסאך מאכן מנינים, און איך פלעג זיך געפערליך מוטשענען האב איך כסדר נאכגעקוקט און שטודירט די הלכות, פארט בין איך קיינמאל נישט ארויסגעקומען מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט.
אין קורצן איז אזוי (כפי המונח בזכרוני נאכן עס אדורכטוהן כמה פעמים, מראה מקומות געדענק איך נישט):

מצרף זיין צו תשעה עונים איינער וואס דאוונט מיט איז א בדיעבד, עס איז מיר אויסגעקומען אז אלץ דעם ניינטן קען איך עס נוצן אויב עס פעלט אויס אבער קודם דארף איך האבן אכט אן דעם (אזוי איז מיר ארויסגעקומען נאך די גאנצע בירור)

ביי מעריב וואו מען זאגט נישט הויכע שמו"ע דארף מען בלויז זעקס מתפללים וואס האבן אויסגעטרעטן (פשוט)

ביי שחרית און מנחה, אפילו אויב מען האט תשעה עונים דארף מען "אויך" האבן "זעקס מתפללים" נישט יעדער בעל תפלה (און אודאי נישט יעדער מתפלל) באמערקט דאס, צומאל האט מען צוואנציג אידן אין ביהמ"ד וואס דאווענען נישט, אבער מען האט נישט קיין ששה מתפללים.

בדיעבד גדול קען מען מצרף זיין א שלאפנדן

איך האב געהערט קראנט (זייער קראנט) פון רבנים פון דער אלטער היים, אז אין די קליינע שטעטלעך וואו מען איז געווען אנגעשטרענגט מיט מנין (איך רעד פון אונגארישע מקומות), האט מען נישט אזוי מקפיד געווען אויף תשעה עונים, און אפט מאל ווען מען האט געהאט זעקס אויסגעטרעטענע מתפללים האט מען שוין געזאגט הויכע שמו"ע. ואפשר לצרף הקולא הזאת בשעת הדחק
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

נאך א נקודה.

אויב דאווענט א מנין מצומצם, און ס'נישטא קיין תשעה עונים, קען איינער וואס האט נאך נישט געדאווענט שטילע שמו"ע צוגיין און דאווענען הויכע שמו"ע אפילו ס'נישטא קיין תשעה עונים, און אפילו רוב דאווענען נאך.

כ'וועל אי"ה נאךכזוכן די מקור.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”