די נסיעה קיין פרומוויל חלק ג'
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 3:12 pm
חלק ב'
ענדליך צו מזל איזמער געלונגן איבערצייגן סעקיוריטי אז כ'ביניש קיין פארשטעלטע טעראריסט (פאר וועלכע שווארץ יאר וואלט א טעראריסט געוואלט פליען קיין דזשולענד...באט עניוועיס מעשה שהיה כך היה), און כ'בין אנגעקומן אין דוטי פרי.
דער דוטי פרי פון א היימישע עירליינס איז גאנץ אנדערש פונעל אלגעמיינם דוטי פרי. ראשית כל קעמען דארט קויפן אלערליי תשמישי קדושה פאר ביליג. אינעם געשעפט וואס הייסט world duty free איז דא אידישע חפצים פון איבערן גארן וועלט. מ'קען דארט קויפן א טערקישן טלית, א תימנ'ע שופר, א ספרד'ישע ספר תורה, א תימנ'ע אתרוג, ענגלישע טאביק, א תימנ'ע הוט און קלייד (כ'רעד פון דער מענערישע), א ירושלימ'ע קאפטן, א מצרי'שע לולב, הדסים פון 'כמו צפת' און נאך פיל אנדערע חפצים.
נר מצוה פארמאגט דארט אן אייגענם געשעפט, אויסגערישט מיט אלסדינג פון המן קלאפרס צו ויהי נעם ציילער צו כפרות ווינדלן... מצוה קינדער האבן אויך א געשעפט וואו מ'קען באקומן דער גאנצע סעט פאר צען פראצענט ביליגער.
אויף זעקס באשטימטע פלעצער איז דא א קול תורה סטאנציאן וואו מ'קען באהעפטן די עם פי דרייער און אנפולן מיט די לעיטעסט שיעורים. אין די זייטיגע צימערען זענען פארהאנען פארשידענע שולן (יעדער לויט זיין נוסח, חסידות און צווייג פון חסידות), און מ'קען דארט תמיד טרעפן מנינים, פון עלות שחרית ביז חצות שחרית, פון מנחה גדולה ביז מנחה קטנה, פון מעריב פלג ביז מעריב חצות, און אפטמאל אלע דריי תפילות צוזאם...
העכער ווי ס'פלעגט זיין מעקדאנעלדס הענגט היינט א גרויסע שילד 'כאן יבנה בעזרת השי"ת מקוה טהרה', און דערנעבן זיצט אלעמאל איינער וואס בעט מ'זאל חתמ'נען א דיירעקט דעביט ובזכות דעם איז הגרח"ק מבטיח ער וועט האבן א שנה טובה ומתוקה מיט א כשר'ן און פרייליכן פסח.
איך האב געהאט אביסל פרייע צייט ביזן פלייט האבעל ארומשפאצירט אינם דוטי פרי זען טאמער ס'ז מעך עפעס אינטרעסאנט. אינמיטן האבעך מעך דערמאנט אז מיין שוואגער האט געבעטן כ'זאל עים קויפן צוגארעטלך, בינעך צוגעטרויטן צום גרויסן געשעפט. ביני לביני האבעך שוין געמאכט א לחיים בי די וויסקי טעיסטינג, און געקויפט א מתנה פארן ב"ב. די ציגארעטלך קומן גרייט געפאקט מיט א 'שרה סאשע' סטיקר ארויפגעקלעבט ס'זאל נישט שאטן קיין 'עין הרע'...
כ'טשעק נאכאמאל אויף די סקרינס (מיט הכשרים פון 'טעעג' און 'ג.י.א.') זען ווען מיין פלייט איז. אויך דא איז שטארק בולט דער אונטערשיד פון די גוי'שע עירליינס – נאך אלע צייטן שטייט צוגשריבן 'בערך ובלי נדר'. כ'זע כ'אנאך בערך צוואנציג מינוט מ'הייבט אן בארדינג, האבעך מעך אוועקגעזעצט אין א זייט מיטן מיין צו זאגן א פאר קאפיטלך תהלים.
רבות מחשבות בלעקיש...קוים א האלבע מאמענט דערויף האט זיך צוגעטשעפעט א פריינטליכע איד וואס האט נאר געמוזט וויסן גענוי מיין יחוס, ביי וועמען כ'בין אן איידם, וואס כ'טוה פאר פרנסה און וואו כ'שטיי איין אין פרומסוויל.
כ'אב פראבירט פטור ווערן איינס צוויי און כ'געמיר א ברים ארויס, 'אברהם אבינו'ס אייניקל.' יענער איז נישט שולדיג געבליבן און באלד צוריקגעפרעגט, 'פון ועלכע ווייב?'
הקיצור כ'האב עים געמוזט פונטקליך צולייגן מיין גאנצע יחוס, ניין, נישט יענער דופן...איר מיינט מכה בדופק...ניין גארנישט מיט זיי...אפשר עפעס א ווייטע קרוב – מיין זיידע האט אזוי געהאלטן נאכן קריג אבער מ'האט קיינמאל נישט געקענט דערגרונטעווען...
דער איד (איך ווייס ניטאמאל וויאזוי ער הייסט ווייל ער'ז צוגעקומן מיט אזא העפליכן שלום עליכם אז כאמעך געשעמט צו זאגן איך קען עים נישט, און יעצט איז שוין צו שפעט...) געדענקט נאך מיין שווער אלץ בחור...'דיין עלטער פעטער'ז געווען א וואוילע איד. האסט עים נאך געקענט? ניין? וויפיל יאר איז פון דיין חתונה? אזוי טאקע? אזויפיל יאר לעבט ער שויניש? איי איז דאס געווען א זיסע איד...'
פאר פרנסה האבעך עים געזאגט אז כ'דריי מעך... ער'ט געפרעגט צי מ'קען פון דעם מאכן א לעבן האבעך געענטפערט אז ניין, ווייל די קאמפיטישן איז צו גרויס...
נאך איין מזל אז פונקט דעמאלס האט מען געמאלדן אז מ'גייט אנהייבן פרי-באארדינג האבעך מעך געקענט אפשאקלן פון יענעם און כאמעך געוואנדן צום געיט (נומער טו"ב, אבער אין חודש תשרי איזעס געשלאסן ווייל ס'ז גמטריא חט"א).
ב"ה ס'האט נישט לאנג גענומן און כ'בין שוין ענדליך געזעצן אויפן עראפלאן. נעבן מיר איז געווען אן עלטערע איד מיט שפיץ-נאז ברילן, און ער'ט מעיין געווען אין א בלעטל אויף אידיש. כאמעך נישט געקענט (געוואלט) איינהאלטן און כ'אב א בליק געטאן וואס ער ליינט האבעך געזען ס'ז א לאנגן ארטיקל און ערקלערונג וויאזוי אן עראפלאן פליט.
מיין שכן (פייוול האטער געזאגט הייסטער) האט באמערקט ווי כ'בליק און ער'ט זיך געקערט צו מיר, 'ס'ז גאר אינטרעסאנט דעיס. עפעס אן אויסטערלישע שרייבער איז מסביר חשבונות מיט איינם 'נוטען' און 'בערנשטיין' און 'קאנסטאנטינאפעל' (סאמטינג לייק דעט)...'
טו מעיק דע סטארי שארט, נאך עטליכע מינוט האט דער פיילאט אויסגערופן אויפן אינטערקאם אז מ'גייט זיך שוין אט אט הייבן און מ'בעט די מיוחסים זאלן זיך ביטע אנידערזעצן און גוט אנגארטלן. צען מינוט שפעטער האט ער ווידערהוילט זיין בקשה און צוגעלייגט אז די וואס שטיין האלטן אויף יעדער איינער. נאך פינף מינוט שפעטער האטער שוין גענומן סטראשן אז מ'וועט ארויסווארפן ווער ס'שטייט נאך, און ב"ה ביז א האלבע שעה איז שוין יעדער געזעסן על מקומו.
דער ש"ץ זאגט הויעך תפילת הדרך און ויסעו – מ'פליט. כ'וויל מעך שוין אויסציען און פראבירן כאפן א דרימל ווען פלוצלינג באמערקעך א גוי...
וואס א גוי פארט קיין פרומסוויל? כאשוין אנגעהויבן ציטערן אין די הויזן ווער ווייסט צי ס'נישט קיין טעראריסט... (פאר וועלכע שווארץ יאר וואלט א טעראריסט געוואלט פליען קיין דזשולענד...באט עניוועיס מעשה שהיה כך היה). כ'אב זאפארט געוואלט דרוקן דעם קנעפל צו רופן א סדרן אבער דאן האבעך געטראכט אפשר קודם אליין אנטאפן דעם דופק...כ'וויל דאך נישט פארשאפן א פאניק.
כ'אמעך געמאכט ווי כ'וויל גיין אין ביה"כ (א שמועס פאר זיך ווי ס'זעט אויס דער ביה"כ גיין אין א אידישע עראפלאן...), און אינמיטן וועג האבעך מעך תמימות'דיג אפגעשטעלט ביי דעם גוי און געפרעגט 'איר האט שוין געדאווענט מנחה?'
ער קוקט מעך אן און ענטפערט, 'נאו מי. עסק דער ראביי (צייגענדיג אויף א ביזנעס מאן אינעם דערנעבנדיגן זיץ). איים נאו דזשואיש.'
'איף יו נאו דזשואיש וויי יו גאו טו דזשולענד?'
'איי העוו דזשאב אין סינעגאג, דעי מעיק מי שבת גוי...'
כאנאך געוואלט שמועסן מיט עים אויספרעגן מער פרטים באט ער'ז ווייזט אויס געווען הונגעריג ווייל ער'ט ארויסגענומן פון זיין וואליזקע איינגעפאקטע סענוויטשעס. ווען ער'ט געזען מיין וואונדער זייט ווען ברענגט א גוי מיט געפאקטע סענדוויטשעס האט ער מסביר געווען, 'לוק ראביי, איי ברינג מיי אאון עג סענדוויטשעס. דיס איז דזושאיש עירליין, נאו בישול עכו"ם...'