נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

נישט ווערט קיין צוויי דאלאר?

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג יולי 18, 2013 10:56 am

א דאלאר די מצוות!?

א דאלאר די מצוות!?

א דאלאר די מצוות!?

"קיינער וויל דאס נישט? איז נישט! צוריק אריין אין ארון הקודש" רופט אויס דער גבאי

ער נעמט די ספר תורה אראפ פונעם באלעמער, און הייבט אהן מאכן דעם וועג צוריק צום ארה"ק.

א שטורעם איז אנטשטאנען אין בית מדרש, דער עולם האט זיך געכאפט וואס דא גייט פאר, מען פארקויפט דא די מצוה פון עולה זיין לתורה, מאכן די ברכה 'אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו' פאר ביליגער ווי סענדוויטש, און...

ואין קונה!!!!

דער גבאי האט שוין יענעם טאג פארקויפט די עליות פאר פערציג- פופציג דאלאר!

די מעשה האב איך זיך דערמאנט היינט, ביים פארקויפן די עליות ביי א מנין פון קרוב צו דריי מנינים אידן, ווען דער איינציגסטער וואס האט געצויגן די פרייז איז געווען אני הקטן,[פון א דאלאר צו צוויי דאלאר] (יא! איך שפיר זיך גוט, פארן מכבד זיין די תורה הקדושה) און טאקע די מעשה צו פארדאנקען.

יא! עס איז מיר ווערט צוויי -דריי דאלאר, אויף א ברכה צו מאכן אויף די תורה!

יא! די אינגערמאן אין די זייט! דיר מיין איך, עס האט דיר אפשר אויסגעקוקט ווי איך האב זיך אליין מכבד געווען מיט א עלי', ווארום, איך האב דאך דאס אויך פארקויפט, זייענדיג דער מוכר און דער קונה בענעזאם, אבער פאר צוויי דאלאר לוינט זיך מיר נאכאלץ נישט ארויסצולאזן אזא מצווה'לע פון די האנט!!!

(דאס איז חוץ די זייטיגע בענעפיט, פון באקומען א שכח פון די אנדערע צוויי עולים און דעם הגבה וגלילה)

רבותי! כאפטס א מציאה, ביליגער ווי בארשט!

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:02 am

א דאללער די מצוות?

איך דארף עס פאר איין דאללער!

פארוואס דארף איך געבן צוויי?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:06 am

אן אלטע שאלה וואס איך האב.
גראדע באמערק איך עס אויך בעולם האוקשענס הכללי, עס זענען דא אוקשעניערס וואס וועלען אנהייבען למשל ביי $100 און קענסט בידען $100 אנדערע וועלען אייביג ארויסשלעפען $110.

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:11 am

פאר א דאלאר קען עס דער גבאי האלטן פאר זיך, און געבן פאר וועם ער וויל, די עולים וועלן אים נאך שולדיג זיין א שכח, (און אפשר אריינווארפן אפאר דאלאר ס'קומענדיגע מאל ער וועט בעטן).

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:19 am

ווי איך דאווען גייטעס געווענליך פאר נישט וויייניגער ווי 3 דאללער.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:28 am

רב בערקא, די פוינט איז נישט דעם דאלער, דארט ווי מען הייבט אן ביי $10 אדער אפילו $50 קענסטו עס אויך נישט קויפען פאר דעם סכום.

איך געדענק א פריילעך אידל וואס פלעגט אריינשרייען א דאלער פינעף און צוואנציג, דריי און דרייסיג דאלער וכד'.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:39 am

בין איך אמאל געווען אין ירושלים עיה"ק ת"ו, אין א ראש חודש הער איך מ'פארקויפט 'כהן' דערנאך 'לוי' אא"ו, איך בין געווען צוגאסט האביך געוואלט גומל בענטשן, האביך געקויפט אן עלי' פאר 15 (פופצן) דאלאר.
איך ווייס נישט איבער אנדערע ביהמ"ד דארט, אבער אין דעם שול איז אזוי געווען. נו, א גוטע פרייז לכבוד ראש חודש.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:43 am

שוב מעשה, אין מאנסי האט געוואוינט הרה"ח ר' מרדכי לייב האלפערין ז"ל, ער פלעגט דאווענען אין ביהמ"ד שינאווא און פארקויפט די עליות ווען דער גבאי איז נישט געווען,
און אפילו מ'האט אים געקויפט אן עלי' האט ער אלץ אריינגעלייגט א דאלער אין פושקע זאגנדיג בשם הזוה"ק אז א מצוה וואס מ'באצאלט נישט דערפאר גייט צו יענע חברה, האט ער באצאלט.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:54 am

די פוינט איז נישט די פרייז, די נוקדה איז 'מאך זיך וויסנדיג', זיי מכבד די תורה הק',

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג יולי 18, 2013 1:06 pm

א דאלאר? צוויי? מיין שון פארקויפט מען קיינמאל נישט פאר אונטער א טויזענט.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יולי 18, 2013 1:11 pm

בערקא האסט א פוינט
אבער איך האף אז די מעשה פון צוריקלייגן די ספר איז נישט אמת
עס איז קעגן די הלכה

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יולי 18, 2013 1:13 pm

שטארקע געדאנק בערקע.

אגב, עס איז דא ביי געוויסע מנינים ווי איינער איז שוין אפגעשמועסט אז פאר "איין דאלאר", קויפט ער עס, סא מוז מען בידן, עטליסט 2 דאלער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג יולי 18, 2013 1:38 pm

צים פינטעל האט געשריבן:בערקא האסט א פוינט
אבער איך האף אז די מעשה פון צוריקלייגן די ספר איז נישט אמת
עס איז קעגן די הלכה

סמיז נישט זיין אז די גבאי האטעס טאקע געוואלט טוהן, פשוט געוואלט כאפן די אטענשאן פונעם עולם.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג יולי 18, 2013 4:48 pm

בערקא האט געשריבן:די פוינט איז נישט די פרייז, די נוקדה איז 'מאך זיך וויסנדיג', זיי מכבד די תורה הק',

;l;p-

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג יולי 19, 2013 12:17 am

בערקא, ייש"כ פארן מעורר זיין אזוי זיס.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » זונטאג יולי 21, 2013 11:36 am

איך טראכט די זעלבע זאך אלעמאל, ליידער וואו איך דאווען איז דאס אן אפטע ערשיינונג,
עס איז געווען עטליכע חדשים צוריק א תקופה פון עטליכע וואכן וואס איך האב עס יעדע מאל געקויפט אויב קיינער האט זיך נישט אנגערופן, אבער ליידער היינט צוטאגס האב איך נישט די צוויי דאללער אויף מיר עס צו קענען קויפן :-(

עס איז ממש א בזיון, א בושה און א חרפה, די ספר תורה שטייט, און מען פארקויפט א טייערע מצוה, און אין קול ואין קשב, חוץ פון די מצוה לעצמה, פשוט אלץ כבוד התורה, גיב צוויי דאללער, איך גלייב נישט אז מען וועט דערלייגן דערויף, בפרט אז די געלט גייט דאך פאר צדקה.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג יולי 21, 2013 3:28 pm

דער פוינט איז א ריכטיגער...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יולי 22, 2013 1:56 pm

לוי יצחק האט געשריבן:בערקא, ייש"כ פארן מעורר זיין אזוי זיס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יולי 22, 2013 10:44 pm

בער'קע, דו גייסט כאפן...

כאב אלעמאל געקענט האבן פאר איינס צוויי דולר (טויזענט, צוויי טויזענט בלע"ז) די עליות. די לעצטע וואך האבן זיך פרייזן געהויבן נישט פשוט!
אבי מרעדט זיך אפ ריעלעסטעיט איז אין דר'ערד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » זונטאג יולי 31, 2016 7:06 pm

טאקע פארהאן אידן וואס פרובירן יא צו קויפן שטענדיג די עליות.

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:44 am

איך קען א איד וואס ער האט אפגעמאכט מיט די גבאי אז ווען קיינער קויפט נישט זאל ער ארויפגיין אפאר דאללער און מכבד זיין וועם ער וויל און דער איד באצאלט, עס קען זיין אפאר מנינים א טאג, ווייל ער האלט עס איז א בזיון התורה
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:45 am

לאנדאן שטופער האט געשריבן:איך קען א איד וואס ער האט אפגעמאכט מיט די גבאי אז ווען קיינער קויפט נישט זאל ער ארויפגיין אפאר דאללער און מכבד זיין וועם ער וויל און דער איד באצאלט, עס קען זיין אפאר מנינים א טאג, ווייל ער האלט עס איז א בזיון התורה


באמת א שיינע הנהגה, זאל איהם ביישטיין דער זכות, וממנו ילמדו וכן יעשו.

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 4:46 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:בערקא, ייש"כ פארן מעורר זיין אזוי זיס.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 6:49 pm

ריכטיג געזאגט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 1:49 pm

בערקא, דו דרייסט זיך נאך דא?

היינט געטראפן דעם ארטיקל הענגן אויף די וואנט פון א פראמינענטע שוהל אין וויליאמסבורג, נישט געדענקט אז דאס קומט פון דא, ביז איינער האט עס היינט געלינקט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט