בלאט 2 פון 2

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2013 1:29 pm
דורך לכתחילה אריבער
יא ביי אונז אויך!!

געווען א היפש מער ערענסטע אטמאספערע.

ס'קען זיין אז ס'איז נישט דירעקט פון דיין התעוררת, אבער דאס איז זיכער אז די התעוררת וואס א איד מאכט אין איין פלאץ, האט א השפעה אויף די גאנצע וועלט, און פון דען איז עס זיכער געווען נשפע.

תוזכו למצוות.

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2013 1:44 pm
דורך מאנ-יימער
ווי געשריבן אויפן אימעיל גרופע איז מיין טעלעפאון געבליבן אינדערהיים סיי ביינאכט ביי איכה און סיי בייטאג ביי קינות.

יעצט דארף מען זעהן עס צו נעמען א טריט פאראויס.

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2013 1:59 pm
דורך זאלץוואסער
אינטערסאנט איז געווען ביי אונז אין ביהמ"ד ווי איך זיץ, פלעג זיין א שטארקע געטעקסעריי ביי קינות, וואס דאס האט ערוועקט מיינע געפילן צו שרייבן דעם ארטיקל.

נאך קינות רעד איך צו איינעם פון די אידן זאגט ער מיר אז ער האט נישט ארויסגענומען דעם טעלעפאן צוליב א ארטיקל וואס ער האט באקומען אויף וואטסעפ (נישט אפילו מיט מיין ניק... הרני מוחה)

רופט זיך אן דער צווייטער און ווייזט אויף זיין פאסיק אז די טעלעפאן האלטער איז ליידיג, און ער פרעגט, דו רעדסט איבער דעם ארטיקל פון חיים פון תתס"ה? אה! דאס איז טאקע פארוואס איך האב נישט מיין טעלעפאן ביי מיר.

והי' למשיב נפש

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2013 2:21 pm
דורך farshlufen
ישר כח, זאלץ וואסער.

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2013 11:51 am
דורך בעאבאכטער
זייער חשוב הרב זאלצער.

ומרגלא בפי חסידים ואנשי מעשה:
ארום טעקסטן, און שיקעריי פון כל מיני... אינמיטן קינות, איז פונקט ווי מען שטייט ארום די מטה פון טאטן בעת'ן הספד, און מ'דזשאוקט ארום מיט געלעכטער...

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2013 1:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
בעאבאכטער האט געשריבן:זייער חשוב הרב זאלצער.

ומרגלא בפי חסידים ואנשי מעשה:
ארום טעקסטן, און שיקעריי פון כל מיני... אינמיטן קינות, איז פונקט ווי מען שטייט ארום די מטה פון טאטן בעת'ן הספד, און מ'דזשאוקט ארום מיט געלעכטער...

אויטש..

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:09 am
דורך זאלץוואסער
אויפן פארלאנג פון עטליכע לייענער, ברענג איך עס ארויף נאכאמאל.

פאראיאר האב איך באקומען זייער אסאך גריסן איבער דעם ארטיקל אז ס'האט ממש געהאלפן, און ס'איז מיר געווען א גרויסע הנאה אז ס'האט טאקע אויפגעטוהן ב"ה.

איז ראטזאם פאר ווער עס וויל עס פארשפרייטן דאס יאר נאכאמאל און האבן א חלק אין זיכוי הרבים זאל אזוי טוהן.

האטס א גרינגן תענית, און מ'זאל מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה בקרוב.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:10 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ייש"כ זאלצוואסער !
זייער גוט ארויסגעברענגט,
---
איך טראכט אז מ'קען אפשר צולייגן א נקודה
די גמרא זאגט אין מס' תענית דף ל: שטייט און פסוק, שמחו את ירושלם וגילו בה כל אוהביה שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה ,
מכאן אמרו כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה, ושאינו מתאבל על ירושלים אינו רואה בשמחתה,
ס'איז לכאורה נישט מעגליך זיך צו מצייר זיין די גרויסע שמחה וואס כלל ישראל וועט זוכה זיין לעתיד לבא,
נאך אלע צרות מכאובים און יסורים וואס אידישע קינדער האבן מיטגעמאכט אין דעם לאנגען ביטערען גלות וועט קומען די גרויסע שמחה וואס וועט פארגיטיגען און פארזיסען דאס אלעס,
אה ווי גרויס וועט זיין די שמחה ווען גאנץ כלל ישראל -אנגעפאנגען פון די אבות הקדושים ביז משה רבינו און אהרן הכהן א.א.וו.אלע דורות ביז צום היינטיגען דור- וועט זיך טרעפן אינאיינעם
פארשטייט זיך אז קיינער וויל עס נישט פארפאסן יעדער וויל זיין א חלק אין די גרויסע שמחה
אבער די גמרא לייגט אראפ א תנאי טאמער ווילסטו זיין א מחותן צום טיש בשעת די שמחה, לאמיר זען צו ווען ס'איז נאך געווען אבל'דיג האסטו אויך מתאבל געווען אדער ביזטו געווען פארנומען מיט הבלים, און חרפות וועט זיין אויב מ'איז פון די צווייטע קאטעגאריע,
רבותי! לוינט זיך דען פאר אפאר מינוט מדומה'דיגע הנאה, אנצוווערן הנאה נצחית ,
לאמיר נישט זיין קיין צועקים לשעבר ווען ס'וועט שוין זיין צו שפעט
לאמיר אלע ריכטיג מתאבל זיין ווי די הלכה פארלאנגט און בזכות זה וועל מיר גאר אין נאנטען זוכה זיין צו די גרויסע שמחה

געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:48 pm
דורך זאלץוואסער
זייער שיין און קלאר ר' יאנקעל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:16 am
דורך זאלץוואסער
דבר בעתו

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:37 am
דורך נודה לך
יישר כח הרב זאלץ וואסער! מוראדיג! זכות הרבים תלוי בך!!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 1:00 am
דורך וויל זיין גוט
זעה איך אז פאראיאר איז נישט ארויפגעברענגט געווארן דער מורא'דיגער ארטיקל, אינטרעסאנט צו וויסן פארוואס

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:53 am
דורך היט דיין אויגען
שקויעך הרב זאלץ וואסער
ביסט הייליג גערעכט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:12 am
דורך דניאל אויערבאך
געוואלדיגע ארטיקעל!!!

אויב מעג מען מלמד זכות זיין אויפן נידריגען מצב פון די דור, ס'שוין באקאנט פון פרריעדריגע תלמידי בעש"ט וואס האבן געזען ווי חסידים מאכען זיך פרייליך אינמיטן ת"ב האבן זיי געזאגט: רבש"ע אויב ביסט נישט צופרידן ווי אזוי די אידן רעכטען אפ דעם ת"ב דאן נעם עס אוועק פון זיי!!!!

ליידער אין די דור ווען מען פרעסט אריין אין די 9 טעג כמו שכתוב און די הארץ איז צעשאסן און צורידערט אויפן גוטען אופן על המחי' ועל הכלכלה און אויפן שווערן אופן פון צרות הכלל והפרט איז זייער שווער צו בלעימען די מענטשהייט פאר נישט ווייטיגן אויפן חורבן הבית, מען לעבט אין א בהלה און שרעק ברוחניות ובגשמיות יעדער מיט זיין פעקעל שוועריקייטען בבני חיי ומזוני, די געפילן זענען פארלאשען....... הצרות אחרונות משכחות הראשונות...... רבש"ע אז דו וועסט אונז כאטש געבן א טרינק ביזן קרעטשמע (לייען: גאולה) און מיר וועלן האבען מער ישוב הדעת וועלן מיר קענען מער קלאגן אויפן חורבן!!!

עס איז אבער כדי מען זאל זיך מצמצם זיין די מחשבות און מתבונן זיין אין די אבילות, נאר קוקנדיג אויף די אנטיסעמיטיזעם וואס בוזשעווען אין אלע לענדער פאדערט נישט קיין סאך צו כאפן א געוויין וואס איז געווארן מיט די עם סגולה וואס איז להרוג ולאבד ולמכה ולחרפה........