מי לד' אלי?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

מי לד' אלי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך וויל דא מעורר זיין דעם חשובן ציבור איבער א נושא וואס איז עומד על הפרק און פרעגן די הארבע אמת'ע שאלה: מי לד' אלי?


זענט איר באמת אן ערליכער איד אדער נאר ווען עס איז די רעדע פון יענעם? לאמיר זיך אליינס מעסטן!


עס איז אייך וואויל באקאנט און איר זענט אלע באהאוונט מיט די מערכה וואס אונזערע גדולים האבן אינטערגענומען קעגן טעכנאלאגיע, און בעיקר מיטן שוועריגקייט פון מבחין זיין צווישן די טומאה ווען יא מתיר צו זיין לצורך געשעפטן און די הררים תלויים בשערה ווען מ'קען ח"ו זינקען אין די קנ"ט שערי טומאה רח"ל.


מיר אלע וואס פארמאגן די כלים ווער מער און ווער ווייניגער האבן דעם תירוץ אז מיר מוזן עס האבן פאר געשעפטן און רעכטפארטיג אזוי! די רבנים האבן נאר געבעטן מ'זאל זיך צוימען אויף ווי ווייט מעגליך ווייל דאס איז א פייער וואס פלאקערט און איז מכלה נפש עד בשר.


***


דער הייליגער תנא רבי יהושע בן לוי האט געבעטן דעם מלאך המות ער זאל אים ווייזן זיין פלאץ אין גן עדן, און דער מלאך האט אים טאקע געפירט צום טויער פון גן עדן.


דער הייליגער תנא בעט פונעם מלאך זיין מעסערל און דער מלאך רע בעל כרחו עונה אמן ווייל דער תנא מיט זיין קדושה האט די כח צו באפעלן אויף א מלאך אויך.


מען קומט אן צום גן עדן, און דער הייליגער תנא זעהט דעם רוחניות'דיגן שיינהייט. ער זעהט די קדושה און עס ציהט אים מיט א קראפט! ער שפרינגט אריבער דעם צוים און רופט אויס א שבועה אז ער גייט נישט צוריק.


די הימלען רוישן! מלאכים לויפן! געוואלד וואס טוט מען? עס איז דאך נישט מן הסדר צו האבן א חי זיך ארום דרייען מיטן ארציות'דיגן גוף כאטש אויסגעלייטערט אזוי שטארק דא אין גן עדן.


דער מלאך המות ברומט און שוימט אויף דעם שפיל וואס ריב"ל האט מיט אים געמאכט און פארלאנגט מ'זאל אין שוין צוריק געבן דעם הייליגן תנא וועלכער האט זיך אזוי קונצליך ארויסגעדרייט פון זיין מעסער.


דער שאלה איז א פארוויקלטער און עס קומט אן פארן הייליגן כסא הכבוד, און אט איז דער פסק!


לאמיר קוקן אויב האט דער תנא אמאל זיך געלאזט מתיר זיין א שבועה, און אויב יא, קען מען דאס מאל אויך מתיר זיין און אים צוריק געבן צום מלאך אין די הענט, אויב אבער נישט, איז הדין עמו און מ'קען נישט צושטערן זיין שבועה.


וכך הוה, דער הייליגער תנא איז געבליבן פון די יחידי סגולה צו זיין לעבעדיג אין גן עדן.


***


עס איז יאר תתס"ה, דער אלטער ר' חיים ליגט על ערש דוי, בנים ובני בנים כשתילי זיתים באזארגט ארום זיין געלעגער, די דאקטורים זאגן אז מיט אלע טעכנאלאגיע אינאיינעם זעהט אויס ווי די מינוטן זענען געציילטע, און ר' חיים גייט זיך אפגעזעגענען פון דער נידעריגער וועלט.


די קינדער זאגן די פסוקי יחוד, פארשטייט זיך אז מ'זאגט עס אויף קליינע מאשינקעלעך ווי עס וועט דעמאלס זיין דער שטייגער, און מ'וויינט אויף די אבידה וואס מ'האט פארלוירן! ר' חיים איז נישטא ...


ר' חיים נאכן דורכגיין די שמערצן פון פירוד נשמה פונעם גוף, ער זעהט א שטארקע ליכטיגקייט, עס בלענדט אים די אויגן, ער קען נישט אהין קוקן! דאס ליכטיגקייט ציהט אים און ער ווערט אריינגעצויגן ווי אין א וועקיום פון שטראלן, און דערמיט ווערט זיין נשמה ארויסגעצויגן פון דעם שמאלן קליינעם גשר צר ווי ער האט זיך געפונען די לעצטע 120 יאר.


ער שפירט ער האט באגלייטערס וואס שטופן אים פאראויס און שלעפן אים צום ווייטן אויסגעפלאסטערטן וועג וואס ער זעהט, ער קען אבער נישט אידענטיפיצירן זיינע אונטערטראגער, זיי מאנעווירן ער זאל זיי נישט קענען זעהן.

אזוי שפאצירט ער שטיל א לאנגען וועג, ווען פלוצלינג זעהט ער זיך ארום גענומען מיט שרעקווארפענדיגע חיות און ברואים וואס ער האט נאך אזוינס אין זיין לעבן נישט געזעהן. ער ווערט שוואך פון טראכטן וואס די ברואים טוען דא? ער זעהט אלע קוקן צו אים! ער פאלט אונמאכט! מ'הייבט אים אינטער און א קול זאגט: ר' חיים! נישטא קיין צייט צו שטארבן דא! אונז דארף מיר לויפן! דער בי"ד ווארט!


עס ציטערן אים די מארעך אין די ביינער. ער ווייסט דאך יא אז עס איז ביטער! וואס טוט מען דא?


ער שטייט אין א ריזיגען מיילן ווייט אויסגעפלאסטערטן היכל מיט א ליכטיגקייט וואס לאזט נישט ארויף קוקן און ער ציטערט ווי א בלעטל ווען ער הערט אויסרופן: חיים בן גד קום אפגעבן דעם דין וחשבון...


וואס זאל איך אייך האלטן געשפאנט? הלא דברים ידועים אין די ספרי מוסר, עס סקרוכט אין די ביינער!


אבער אינדערמיט קומט ארויף אויפן טיש א דינער פלעט סקרין מלאך, מיט א טאטש סקרין קיעבארד און ער ווארפט זיך ווי א וויידל מיט א שרעקליכן צארנדיגן אויסזעהן, די מלאכים די הייליגע דרייען זיך אוועק פאר גרויל! זיי קענען נישט אנקוקן דעם צעריסענעם צעבראכענעם פארשמירטן מלאך, זעלטן זעהט מען דארט אזא קאליקע.


און דער בי"ד שרייט: ר' חיים! פארוואס האסטו געזינדיגט? פארוואס האסטו געהאלטן א כלי וואס האט דיר נאר געקענט אפילו גורם זיין לחטא?


ר' חיים שאקלט און ווארפט זיך און קוקט ארום אויב ער קען אנטלויפן און מיט גרויס פארכט מורמלט ער ארויס:


פאר ביזזזזזנננעעעס! כככהאב עס געדארפט פאר ביזזנעסס...


די ביזיונות זענען גרויס, אבער עפעס ענטפערט ער! דער סניגור שפרונגט אריין און עפנט אויף א בוך מיט קול קורא'ס און מ'לייענט פאר אז יא! חיים. איז גערעכט! פאר ביזנעס האט מען געמעגט האבן די כלים.


דער קטיגור שרייט: וואס ביזנעס? ווען ביזנעס? ער דערמאנט אים אפאר וועבזייטלעך וואס איז ווייט פון ביזנעס. און די בעסערע פון זיי זענען נייעס!


דער סניגור שרייט: די נסיונות זענען געווען גרויס! ער האט עס געהאט פאר ביזנעס און טאקע דערנאך מיאוס דורכגעפאלן!


וואס טוט מען דא? עס איז אן עולם האמת!!!


דער פסק קומט זייער שנעל:


זאל מען אפיר נעמען די ביכער און זעהן וואס ר' חיים האט געטוהן אין צייטן ווען מ'האט נישט געטוהן ביזנעס אויפן מאשינקעלע, און מ'מישט שנעל צוריק צו תשעה באב תשע"ג און מ'זעהט ר' חיים'ן זיצן ביי קינות און שיקן דזשאוקס פאר זיין גרופע! און די געלעכטערס זענען גרויס!


חיים איז ווייס! ער ווייסט שוין! ער הערט די גרויליקע געלעכטערס פון די חיות טורפות וואס ווארטן אים צו פארצוקן!


וואס ענטפערט מען?


וואס טוה איך דא? קוקט ער צום אנטוישטן סניגור וועלכער דרייט זיך אויך אוועק פון אים, נישט קענענדיג פארטיידיגן מער....


ר' חיים! וועקט אייך אויף! איר זענט נאך ביי די מעגליכקייט צו טוישן דעם דין למוטב!


לייגט אוועק די כלים ביים קינות זאגן! לאמיר נישט טעקסטן בשעת די שכינה הקדושה וויינט! די בושה וועט זיין עד אין לשער ווען מ'וועט דאס אויפשפילן אויבן. ווי אויפן קליינעם באנק זיצט ר' עקיבא מיט ר' ברוך און וויינען אויפן חורבן! און חיימ'ל שיקט טעקסט מעסעדזשעס מיט דזשאוקס!


דארף מען נאך עפעס זאגן?


מי לד' אלי? נעמט אייך פאר דאס איינע, אז ביים קינות זאגן וועט איר אויסלעשן דעם כלי! לאמיר מאכן א קידוש השם און ווייזן אונזער חלק פון קלאגן אויפן ביהמ"ק מיטן אוועק געבן א באקוועמליכקייט פאר צוויי שעה! קענט איר דאס באווייזן? אודאי!


לאמיר שפרייזן צוזאמען!!!


לאמיר אלע אויסבעטן די גאולה שלימה בקרוב.



(ביטע מפרסם זיין! אפשר וועט נאך איינער דערהערן)
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

זאלץ, נישט נאר איך וועל אזוי טוען. איך וועל ארויספרינטען דעם צעטל בל"נ און געבן אויך פאר אנדערע אידן דא אין קאנטרי, דער זכות זאל דיר ביישטיין.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

א יישר כח!

אויב קען איינער מאכן א שיינעם פי די עפ דערפון, מיין איך עס וואלט געווען לתועלת הרבים...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

כמוך ירבו בישראל
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

געוואלדיגע דיבורים! יישר כח פאר די התעוררות.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

נורא׳דיגע דיבורים, האסט מיך מעורר געוועהן, שכרך הרבה מאוד.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

מי לד.pdf
מי לד' אלי
(123.13 KiB) געווארן דאונלאודעד 363 מאל
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כח זאלץוואסער, זאל דיר דער זכות ביישטיין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

א דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אני הקטן האלט דעם סעל גענצליך פארלאשען פון ערב ביז נאך חצות, און שפעטער נוץ איך עס נאר אויף צו רעדן וואס איך דארף. עפ"י הלכה טאר מען נישט מסיח דעת זיין פונעם אבילות א גאנצען טאג, און צופרי ניטאמאל ארויסגיין פון ביהמ"ד. דאס איז טרוקען הלכה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

אמת'ע רייד, אזא גוטע ערב ט' באב שיעור האבעך נאכנישט געהערט, א שיינעם דאנק.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אנעים זמירות האט געשריבן:אני הקטן האלט דעם סעל גענצליך פארלאשען פון ערב ביז נאך חצות, און שפעטער נוץ איך עס נאר אויף צו רעדן וואס איך דארף. עפ"י הלכה טאר מען נישט מסיח דעת זיין פונעם אבילות א גאנצען טאג, און צופרי ניטאמאל ארויסגיין פון ביהמ"ד. דאס איז טרוקען הלכה.

ריכטיג! אבער דו ביזט "אנעים"
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וואס איך בין ווייס איך בעסער ווי דיר... :oops: :oops: :oops:

איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען אז מען רעדט נישט פון קיין מילי דחסידותא אדער דברי רבנים נאר טרוקען הלכה. געוויס דער וואס איז נאכגעלאזט דערין דארף האבען א מעורר און א שטופ זיך צו שטארקען, פונקט ווי אלע אנדערע זאכען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

גערעכט אנעים

ווי שוין מעורר געווען אין אמ"ג:

טאמער מעג איך נעמען די העזה...

טעקסטן אינמיטן קינות איז אסור עפ"י הלכה ממש (שטייט אל יצא לשוח בחוץ וכו') ייש"כ פארן מאכן א התעוררות.

אבער ר פנחס'ל קאריצער פלעגט זאגן "א לאך (מיט א פתח) אין ת"ב איז סכ"נ ממש"!!. מ'קען טאקע שווער זיך מתאבל זיין א גאנצן טאג, אבער איז אזוי שווער זיך איינצוהאלטן פון JOKES פאר איין טאג? א גאנץ יאר שטייט אסור למלא פיו שחוק לאמיר עס כאטש איינהאלטן ת"ב!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מילכיגער האט געשריבן:אבער ר פנחס'ל קאריצער פלעגט זאגן "א לאך (מיט א פתח) אין ת"ב איז סכ"נ ממש"!!. מ'קען טאקע שווער זיך מתאבל זיין א גאנצן טאג, אבער איז אזוי שווער זיך איינצוהאלטן פון JOKES פאר איין טאג? א גאנץ יאר שטייט אסור למלא פיו שחוק לאמיר עס כאטש איינהאלטן ת"ב!


מיר האבען עס דערמאנט דא.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

ידיד האט געשריבן:
געוואלדיגע דיבורים! יישר כח פאר די התעוררות.
נשמה האט געשריבן:
כמוך ירבו בישראל
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

מוראדיגע ווערטער
היי יאר וועט זיין א ערענסטערע שטימונג ביי קינות
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח זאלץוואסער פארן מעורר זיין, מיר וועלן בעז"ה פארלעשן דעם טעלעפאון פאר קינות.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

א יישר כח פאר די התעוררות זאלץוואסער. יפה דברת ובעתו דברת! פונקט בעפאר מיר גייען באוויינען און גיסן זאלץוואסער אויפן חורבן.
זכות הרבים תלוי בידך.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

ר' זאלץוואסער, די אשכול וואלט געברויכט האבן א בעסערע קעפל ארויסציברענגען וואס די רעדע איז. ווי למשל
מי לד' אלי! 'לייגט אוועק די כלים ביים קינות זאגן!'
מי לד' אלי! לאמיר נישט טעקסטן בשעת די שכינה הקדושה וויינט!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

היינט ביי קינות האבעך נישט ארויסגענומען די טעלעפאון אפילו פעם אחת, אלץ א דאנק ר' זאלץוואסער, זכות הרבים תלוי בך.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

שוין געשריבען אויף אמ"ג אז לכבודו פון די התעוררות איז מיין טעלעפאון געווען צוגעמאכט, קאלעכאו
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דעם שב"ק האט מיר א יוד געזאגט אז ער האט נישט ארויסגענומען זיין סעל אפילו איין מאל צוליב אייערע דברי התעוררות (קאן זיין ער'ט שוין געשריבען ווייל איך ווייס נישט זיין ניק). ישלם ה' פעלך.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אנעים זמירות האט געשריבן:דעם שב"ק האט מיר א יוד געזאגט אז ער האט נישט ארויסגענומען זיין סעל אפילו איין מאל צוליב אייערע דברי התעוררות (קאן זיין ער'ט שוין געשריבען ווייל איך ווייס נישט זיין ניק). ישלם ה' פעלך.


די זעלביגע האב איך געטעקסט פאר זאלץוואסער נאך קינות, אז אין מיין ביהמ"ד האט קיינער נישט געהאט קיין טעלעפאון גאנץ קינות, ס'איז טאקע א שוהל פון בערך דרייסיג אידן, מילא האב איך געקענט קוקן, יעדער איז געזיצן און געזאגט קינות, אפי' די וואס כ'דענק אז פאראיאר האבן זיי ארומגעלאכט גאנץ קינות ליידער.

זאלץוואסער, האסט א זכות!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יא ביי אונז אויך!!

געווען א היפש מער ערענסטע אטמאספערע.

ס'קען זיין אז ס'איז נישט דירעקט פון דיין התעוררת, אבער דאס איז זיכער אז די התעוררת וואס א איד מאכט אין איין פלאץ, האט א השפעה אויף די גאנצע וועלט, און פון דען איז עס זיכער געווען נשפע.

תוזכו למצוות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”