וועמען גייט אהן וואס מען האט געטוהן אין יריחו?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

וועמען גייט אהן וואס מען האט געטוהן אין יריחו?

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג יולי 07, 2013 12:26 pm

[געשריבען פרשת דברים תש"ע.]

על נהרות בבל שם ישבנו גם בכינו וגו'. ביי די טייכען פון בבל זענען מיר געזעצן און געוויינט. שטייט אין מדרש (הובא בילקוט שמעוני רמז תתפ"ג) פארוואס האבען די יודען געוויינט דייקא ביים נהרות בבל. ווערט דארט פארציילט ווי פאלגענד:
ווען ירמיה הנביא איז געקומען מיט די יודען צום טייך פרת (נעבן בבל) האט נבוזראדן זיך אנגערופען, "אויב דו ווילסט קענסטו מיטקומען קיין בבל." (כידוע האט נבוזראדן נישט גענומען ירמיה אין גלות בעל כרחו).
האט ירמיה הנביא געקלערט צו זיך, "[אין בבל זענען שוין דא פיהל הייליגע צדיקים וועלכע זענען פארטריבען געווארען מיט עטליכע יאר צוריק] אויב איך וועל גיין מיט די יודען קיין בבל, ווער וועט טרייסטען און מחזק זיין די וואס זענען נאך געבליבען אין ארץ ישראל?"
ירמיה האט טאקע באשלאסען זיך אומקערן קיין ארץ ישראל. ווען די יודען האבען געזעהן ווי זייערע באליבטע רבי פארלאזט זיי האבען זיי אויסגעשאסען אין א געוויין. דאס האט דוד המלך פארגעזאגט בנביאות על נהרות בבל שם ישבנו גם בכינו.
דרייט זיך ירמיה אויס צו די צובראכענע יודישע קינדער און זאגט, "מֵעִיד אני עלי שמים וארץ אילו בכיתם בכיה אחת עד שֶׁאַתֶּם בציון לא גְלִיתֶם - איך האב גרויס מיטלייד מיט ענק אצינד, און אייער געוויין רייסט מיר ביים הארץ. אבער וויסען זאלט עטס, טאמער וואלטען ענק נאר איינמאל געוויינט (מתוך תשובה ותפלה) ווען עטס זענטס נאך געוועהן אין ירושלים וואלט עטס נישט געווארען פארטריבען."
אין הכי נמי, עס איז געקומען צו וויינען. אבער ווי ווייטאגליך איז ווען דער געוויין איז שוין ליידער צו שפעט.

דעם שבת – טאמער מיר וועלן נאך נישט אויפגעראכטען ווערן – הייסט שבת חזון. אין די טעג האט דער שונא נאך נאך נישט געהאט אריינגעדרינגען אינעם ביהמ"ק. מיר זענען נאך אצינד בבחינת 'עד שאתם בציון', לא'מיר אצינד געבן איין בכיה אחת אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם. אפשר אז מיר וועלן גענוג איינרייסען וועלן מיר נאך זוכה זיין צו פייערען תשעה באב תשע"ג אלץ אמת'ע יו"ט. עס וועט מקוים ווערן במלוא מובן במלה דעם פסוק קרא עלי מועד, וואס חז"ל דרש'ענען אז דאס גייט ארויף אויף תשעה באב וועלכע ווערט אנגערופען א מועד (און דערפאר זאגט מען נישט קיין תחנון ת"ב).
אבער טאמער ח"ו נישט, טאר מען נישט פארגעסן פונעם על נהרות בבל שם ישבנו. אויב וועלן מיר חלילה נישט זוכה זיין, און ת"ב וועט נאך היי יאר ווערן אפגעראכטען זיצענדיג אויפען ערד מיט בכיות, לא'מיר כאטש פראבירען זיך מתאבל זיין אויף ירושלים כדבעי.

איך וויל מיר אפרעדן וואס ליגט מיר אויפען הארצען איבער דעם נושא. יאר נאך יאר נִרְאֶה לִי כְּנֶגַע דעם געפירעכץ פון קינדער (און ליידער אויך אמאל בחורים און זאגאר בעה"ב) ביום ת"ב. אין שו"ע (או"ח תקנ"ט סעיף ה') ווערט גע'פסק'ענט בשעת הקינות אסור לספר דבר ולצאת חוץ כדי שלא יפסיק לבו מן הָאֵבֶל - גאנץ פארמיטאג ווען מען ברויך זאגען קינות אין שוהל טאר מען נישט שמועסען אדער ארויסגיין אינדרויסען כדי נישט מסיח דעת זיין פונעם טרויער.
דער משנה ברורה ברענגט צו דעם אליה רבה וואס האט שוין בשעתו געשריגען אויף דעם מנהג רע פון ווארפען 'באבקעס' וכדו' און זיך פירען מיט א לייכטזיניגקייט אום ת"ב. אפילו א גאנץ יאר, שרייבט דער משנ"ב, איז פארבאטען צו ווייזען קלות ראש אין א שוהל, על אחת כמה וכמה ווען יודען טרויערען אויפען שריפת בית אלוקינו טאר מען זיך נישט אזוי פירען.
איך ווייס אז עס וועלן זיין מענטשען וואס וועלן דאס אוועקמאכען מיט פארשידענע פוסטע רייד ווי, צ.ב.ש., 'עס איז אלעמאל אזוי געוועהן דער מנהג', אדער 'אויך ביי.... זצ"ל פלעגט מען אזוי טוהן' און נאך אזעלכע דברי הבל וּרְעוּת רוח. אויף דעם איז דא איין תירוץ – אויב מען האט זיך אלעמאל אזוי געפירט האט אלעמאל נישט געטויגט!

די משנה אין פסחים (ד' ח') לערנט אונז: ששה דברים עשו אנשי יריחו, על שלשה מיחו בידם ועל שלשה לא מיחו בידם וכו' – די אנשי יריחו פלעגן טוהן זעקס זאכען קעגן די רצון פון די חכמים, אויף דריי פון די זאכען פלעגן די חכמים מוחה זיין און אויף די אנדערע דריי האבען זיי נישט מוחה געוועהן.
לכאורה פארוואס דארף די משנה אונז פארציילען וואס האט זיך אפגעטוהן אין יריחו? דער תנא האט דאך נאר געדארפט דערמאנען אט די זעקס זאכען, און צולייגען דאס זיי זענען אלע אסור, אבער פארוואס איז וויכטיג צו וויסען פונטקליך וואס איז פארגעגאנגען אין יריחו?
אפשר קען מען זאגען אז דער תנא האט געוואלט פארמיידען טאקע די אויבערדערמאנטע רייד. אויב וואלט די משנה נאר געשריבען דאס די זעקס זאכען זענען אסור וואלט יארען שפעטער געקענט קומען איינער און טענה'ן, "עה, מיין זיידע פארציילט אז ער געדענקט נאך פון אלץ קינד אין יריחו ווי מען פלעגט דאס אלעס טוהן. עס האבען דעמאלס געלעבט די אמאליגע צדיקים און זיי האבען דאס צוגעלאזט..."
דערציילט אונז די משנה אז ניין! ערשטענס זאל מען וויסען דאס אויף דריי פון די זעקס זאכען פלעגן די צדיקים טאקע שרייען און מוחה זיין. אבער אפילו די אנדערע דריי, וואס ולא מיחו בידם, זענען נישט געוועהן ברצון חכמים! עס איז טאקע געוועהן א מנהג אבער א מנהג רע שלא כדין. דער תנא באווארענט עס זאל קיינער נישט קומען פארקויפען אז עס איז שוין געוועהן אזוי 'אינדערהיים' אין יריחו און דערפאר איז עס מותר. בפירוש נישט! ווייל ווען עס איז אזוי געוועהן דער מנהג 'אינדערהיים' האט טאקע נישט געטויגט.

און טאמער וועט זיך נאך איינער איינרעדן אז דער חפץ חיים און דעם אליה רבה האבען אזוי געשריבען ווייל זיי זענען נישט געוועהן קיין חסידים, אבער 'ביי חסידים האט מען זיך יא אזוי געפירט' א.א.וו. (אזעלכע ווערטער טאר מען באמת נישט איבערזאגען, נאר היות מען הערט ליידער אזעלכע לשונות פון מענטשען ווילן מיר דאס מכחיש זיין להוציא מלבם של לצים). וועלן מיר ברענגען וואס שטייט פון איינע פון די גדולי תלמידי הבעש"ט, הרה"ק ר' פינחס'ל קאריצער זצ"ל: בתשעה באב 'איין לאך טאהן' הוא סכנת נפשות.
אלע צדיקי הדורות תלמידי הבעש"ט ותלמידי תלמידיהם אשר מפיהם אנו חיים פלעגן אום תשעה באב זיך מתאבל זיין ודומה כמי שמתם מוטל לפניהם רח"ל. ווען איינער איז, צום באדויערען, נישט אין די הויכע מדריגה זאל ער כאטש זאגען קינות ווי אין שו"ע שטייט און פראבירען זיך מתבונן זיין אינעם ביטערען פארלוסט פון כלל ישראל, אפשר וועט ער צוקומען צו זיין עטוואס א מתאבל על ירושלים. אבער שחוק וקלות ראש, מאן דכר שמיה? דאס דארף ווערן אויסגעריסען מכל וכל.

מיר וועלן מסיים זיין מיט נאך א מימרא פון ר' פינחס'ל קאריצער: אום תשעה באב ווען מען זיצט אויפען ערד איז דער צייט גאר מסוגל זיך אויסצובעטען אויף א ישועה (ווייל ווען מען איז זיך משתתף מיט די צער השכינה כביכול קען מען שוין אריינכאפען א טובה פאר זיך אליין).
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען שוין אלע אויפגעראכטען ווערן מיט א ישועה כללית והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
צוגעלייגטע
תשעה באב.pdf
(39.89 KiB) דאונלאודעד 92 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יולי 07, 2013 1:21 pm

טייערע ווערטער,

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג יולי 14, 2013 12:46 pm

גוט געזאגט.
די גמרא פון יריחו קען אסאך מאל צוניצקומען.

יישר כח!

נ.ב. אויב מעגליך ביטע צולייגן די קעפל אויפן פידיעף, אסאל מאל פרינט איך עס ארויס און ליין עס שבת, נאכדעם דארף איך זוכן די אשכול נישט וואוסענדיג וואס די קעפל איז.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג יולי 14, 2013 12:59 pm

הערליכע טייערע הארציגע ווערטער.

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » זונטאג יולי 14, 2013 1:26 pm

איך געדענק נישט אויף די מינוט פון וועמען מען זאגט עס נאך
אויב דער רבש"ע האט נישט ליב ווי אזוי אינז פיר מיר זיך אויף אין תשעה באב זאל ער עס אוועק נעמען פון אינז

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג יולי 14, 2013 1:32 pm

שטארקע דיבורים.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג יולי 14, 2013 2:05 pm

ייש"כ פאר די מגיבים.

@מאנ_יימער,
מיר וועלן בל"נ פראבירען אזוי צו טוהן.

@בני יששכר,
מען זאגט אזוי נאך פונעם ראפשיצער רב זצ"ל. עס איז אבער נישט מער ווי א לימוד זכות און א תפילה, ווייל דער אמת איז פארקערט, ווען דער אויבעשטער וועט יא זיין צופרידען פון אונזערע ת"ב וועט ער עס צו-נעמען. כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה.
דער תפא"ש אויף מערערע מקומות ערקלערט אז דייקא דורך די אבילות און השתוקקות לציון ווערט געשאפען די נחמה.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג אוגוסט 01, 2014 11:51 am

ארויפגעברענגט מעניני דיומא.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג אוגוסט 03, 2014 4:28 pm

יישר כח! שיינע, טרעפליכע דיבורים!

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:55 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:יישר כח! שיינע, טרעפליכע דיבורים!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:16 pm

ווערטער ווי אייזען
דעם נפש טוט שפייזען

מיט אן ערנסטקייט זיין מתבונן
אויפען חורבן מקונן

ווען מיר זיצען אויף די ערד ישועות זיין מעורר
ווייל כאטש נארמאל נאר מתוך שמחה איז שכינה שורה

אבער ביום המר פארהאן א צד השוה
זיך אויס'פועל'ען וואס לבנו הי' על זה דוה

און אז מיר וועלען א טרערעלע פארגיסען
וועלען מיר זוכה זיין צו זעהן די נחמה דעם זיסען.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גלגלשלג, הויעך, ואיני יודע מה, יונה ישראל, קאקאש קעיק מיט מילך, שווערע שטופער און 28 געסט