פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:42 pm
זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:26 am
מיללער האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:גוגל האט געשריבן:א לינק צום אלט שטאט פליז
נו?! קיינער קען נישט אהערלייגן דער לינק צום היימישע קרעטשמע [סיי אויף היידפארק און סיי די שפעטערדיגע זעלבסשטענדיגע]!!!
http://www.bhol.co.il/forums/forum.asp?forum_id=11045
אן אלטע אינטערוויו מיט'ן מייסד:
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=11045
זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:40 am
אן Interview מיט מר. קרעמער
אויפן פארשלאג און מיט די פולע ערלויבעניש, פון דעם אינטעלעגאנטן אדלמאן מר. קרעמער, עפנען מיר דעם אשכול וועלכע וועט זיין אויסגעשטעלט אין פאָרעם פון אן Interview .
אין אמת'ן וואלטן מיר זיך געדארפט צום ערשטן באציען צו אונזערע פראגן וועלכע מיר האבן געשטעלט אין דעם פריערדיגן אשכול, בנוגע דעם פורום, נאר היות אין משך פון די צייט איז אונז אויפן געדאנק געקומען פאשידענע אינטערסאנטע טעאריעס בנוגע אין כלליות'דיגן געשפרעך פון הייד פארק, דעריבער וועלן מיר זיך ערשט אפגעבן מיט די ענינים, צו די פארגעניגן פון די ליינער, (עכ"פ אזוי האפן מיר...)
1. ווי מיר האבן פארשטאנען פון אייער תגובה, האט איר אדאנק הייד פארק אנגעקניפט פערזענדליכע פריינדשאפט מיט פילע גולשים. וואלט געווען גאר אינטערסאנט צו הערן פון אזא איינעם ווי איר אייער מיינונג אין פאלגענדן נושא.
נאך וואס איר האט שוין אנגעקניפט מיטן גולש, און איר זענט שוין באקאנט אין זיינע תכונות/געדאנקען/מיינונגען א.א.וו., קריגט איר דאדורך א משמעות אין דעם ניק וואס ער האט זיך אויסגעקליבן?
ס'הייסט אזוי, מיר פארשטייען אז בעת א גולש קלויבט זיך א ניק, זיכט ער די ערשטע מרמז צו זיין דעם נאמען זיינעם אינעם ניק, אדער פרובירט ער מרמז זיין די פרנסה אדער די פאך וואס ער פארמאגט, אבער מיר רעדן פון די אלע אנדערע ניקים, נאכדעם וואס איר קענט שוין דעם גולש פערזענדליך זעט איר אינעם ניק א משמעות פון דעם מענטש, און איר הויבט אן צו פארשטיין פארוואס דער גולש האט געקליבן דייקא דעם ניק?
דערווייל אויף היינט – און מיר קוקן ארויס אויף אייער תוכנדיקער תשובה. א דאנק
ערשט א דאנק אייך מר. קרעמער פארן אוועק נעמען פון אייער צייט און זיך אפגעבן מיט אונזערע פראגען. א באזונדער דאנק פאר אייך וואס איר האט זיך גענומען די מיה און געענטפערט מיט א לענגערער באשרייבונג, און נישט בלויז אונז אפגעפטרט מיט קורצע נאטיצן.
אייער באלערנדער ענטפער, וועלכער קומט פון עקספערטיזים אין דער נושא, ענטהאלט אין זיך פילע לערנונגען און וויסנשאפטן. דער קורצער תגובה אייערער, וואס כאטש ער איז אין שריפט אויסגעצויגן ליגט אבער דערין באהאלטן גאר מערקוועדיגע נקודות. ער ענטדעקט אן עולם חדש, א נייער קוק, וועלכע ווארפן אָן גאר אַן אנדער בליק אויף דעם גאנצן היידפארק געשפרעך, וואס ווערן געפירט צווישן די גולשים. און מיר קענען אייך זאגן: אז פון דעם בלויזען איינע, קורצע, תוכנדיקער תגובה אייערער, וואלטן מיר געקענט פארארדענען א באזונדערער אינטערוויו! אזוי רייך און באלערנד איז דאס.
און באמת, אפשר טאקע? אפשר זאלן מיר טאקע שטעלן אויף אייערע ווערטער אונזערע ווייטערדיקע טריט, ס'הייסט בעארבעטן און אויסברייטרן - ווי איר רופט דאס א לאנגס און א ברייטס - בלויז די געוויסע חידושים און נקודות וואס מיר האבן נארוואס געלערנט פון אייער קורץ-לאנגער תגובה?. דער באשלוס אבער פירט אונז צו אן אויספיר, אז צוליב די אינטערעסע פון די פילע ליינער און אנשויערס, איז אפשר מער צוציענד צו גיין פאראויס מיט אונזערע פראגן, און ווי די שרייבער פארענדיקן אלס ביי אט אזא פאל... ועוד חזון, מיר וועלן זיך צוריק קערן באהאנדלען די ענינים בל"נ אין המשך פון דעם אינטערוויו.
היות מיר זענען פריש אין דער ערפינדונג פון רעדן מיט א מענשט אנאנים, וועלן מיר זיך ערלויבן מקדים צו זיין א פראגע איידער מיר גייען ווייטער אן מיטן אינטערוויו. לויט וויפיל איר ווייסט, איז דאס טאקע אזוי? בלייבט דאס טאקע אנאנים? אויב דער גולש איז אנטשלאסן נישט ארויסגעבן זיין Identity בלייבט דאס טאקע אין געהיים?
אצינד צוריק צו דער אינטערוויו:
2. עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון אזא איינעם ווי איר אייער מיינונג. וואס האלט איר, נאך וואס איז א גולש איז שוין אנטשלאסן צו עפענען א ניק, ווי ער זאל האבן די מעגליכקייט מגיב צו זיין, איז דער ערשטער תגובה זיינער מיט א רואיגקייט אדער טוט ער דאס מיט א געוויסע איינגעהאלטענע נערוועזקייט.
וואס מיר מיינען צו פרעגן איז צוויי פאכיג:
1] מיר פארשטייען דאס ווען צוויי מענטשן רעדן און עס ריקט זיך אריין א כתוב שלישי, נארמאל איז דער דריטער נישט מגיב, נעמט נישט קיין שטעלונג, ווילאנג ער איז נישט זיכער אין זיינע ווערטער, ווייל ער פארשטייט אליין אז זיינע ווערטער וועלן סטעמפלען און אפשפיגלען זיין מהות. פארשטייט זיך אליין - עכ"פ אין אונזערע אויגן - אז ביי אזעלכע סארט געשפרעכן, ווי דער חותם אויפן מענטש קען נישט חל זיין מחמת איר אנאנים, גיבסט נישט דער אויבנדערמאנטער כלל.
איז אונזער פראגע: צו בעת דער גולש איז שוין אנטשלאסן צו זיין א מגיב, איז ער שוין באלד ביי זיין ערשטע תגובה בארואיגט אין טיפעניש פון זיין געוויסן אז ער רעד אנאנים און כמובן איז ער דערפאר נישט מקפיד אזוי אין זיינע געדאנקען, מיינונגען אדער ווערטער?. ס'הייסט אין אנדערע ווערטער ער חשבונ'ט נישט אזויפיל פאר ער קלאפט אראפ א תגובה?
אויב נישט. נאך וויפיל תגובות זעצט זיך דער געדאנק איין ביי אים אין געוויסן?
2] אונזער פראגע איז כולל נאך אן אינטערסאנטע זאך. צו שפירן זיך רוב גולשים באלד ביי די ערשטע תגובה זייערער גענוג רואיג באלד צו עפענען א פרישן אשכול, צו ביים אנהויב - מחמת דער אויבנדערמאנטער געדאנק וואס איז נאך נישט געזעצט אין טיפעניש פון זיין געוויסן - וועט ער צוליב דעם בלויז מגיב זיין אין א עקזעסטירנדער אשכול?
3] אויך זענען אונזערע ווערטער כולל נאך א פראגע: ווי א שטייגער, ווי ווייט, דער מענטש היט אויפן כבוד פון זיין ניק. ס'הייסט מיר פארשטייען דאס אין משך פון די צייט זעצט זיך פארן מענטש אין געדאנק אז א געשפרעך מיט א חבר זיינעם אין פארק איז קיין פארגלייך צו א פנים-אל-פנים געשפרעך, די פראגע איז נאר, צו עכ"פ למחצה לשליש ולרביע רעכנט זיך דער מענטש יא מיט'ן כבוד הניק?. צו חשבונ'ט אויף כבוד הניק איידער ער קלאפט א תגובה צו ער פייפט זיך אן? - ווי מען רופט דאס אין די רעדוועדיקע שפראך –
מיר וועלן זיך דערווייל אפשטעלן, דוכט זיך עס איז גענוג אויף היינט – און ווידער קוקן מיר ארויס אויף אייער פערלדיקע תגובה.
א גוטע נאכט אייך אלע.
מיר שפירן א פליכט אויסצודריקן אונזער אנטשולדיגונג. אויב שפירט איר אז מיר זענען איבער געגאנגען די גרעניצן, דאן זייט אונז מודיע מיר זאלן דא קענען פאררעכטן קומענדיגן מאל.
אונזער איצטיגער פראגע איז - ווי איר זעט אליין - אין קורצן איין פראגע, אויסגעברייטערט אין דריי, אבער דער תוכן איז נאר איינע. דאס איז די אורזאך פארוואס מיר האבן זיך ערלויבט אז דער שריפט אויסקוק פון די פראגע זאל זיין לאנג.
אויך האבן מיר פארשטאנען, אז צוליב די פארגעניגן פון די ליינער איז דער פראגע ווערט א לענגערער באשרייבונג. מעגליך אז נישט.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:45 am