מי מנוחות - אייוועלט זומער אויסגאבע #2

די אחראים: אחראי, געלעגער

אייוועלט אויסגאבע
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2013 12:52 pm

מי מנוחות - אייוועלט זומער אויסגאבע #2

תגובהדורך אייוועלט אויסגאבע » מיטוואך יולי 03, 2013 5:12 pm

געלויבט השי"ת, נאך די לויטער זעלטענע סוקסעס וואס אונזער/אייער ערשטע אויסגאבע "מי מנוחות" האט געהאט, שטעלן מיר אייך פאר דעם צווייטן אויסגאבע, גענוי צוויי וואכן נאכן ערשטן, ווי עס איז געווען געמאלדן לכתחילה.

צווישן די קאמענטארן נאכן ערשטן אויסגאבע זענען געווען פולע יישר כח'ס אין ריכטונג פון די אנפירער און מיטארבייטער וואס האבן שווער געארבייט פאר די אויסגאבע, און איך וויל חלילה נישט אוועקמאכן זייער ארבייט, עס קומט זיי גאלאנען מיט דאנק און לויב ווערטער. אבער דער עולם פארגעסט פונעם עיקר, און דאס זענען די שרייבער'ס זעלבסט. אויב קומט איינעם א דאנק פאר די הערליכע אויסגאבע איז דאס בלי צל של ספק בלויז פאר די שרייבער'ס זעלבסט! די שרייבערס וואס גיבן אונז צו קאסטן פון זייער טאלאנט און גיבן אוועק פון זייערע טיייערע צייט צו טראכטן, פלאנירן וואס צו שרייבן און דערנאך אפטייפן דעם ארטיקל זעלבסט. וואס זיי גיבן אייגענטליך די ארבייט פאר די "מי מנוחות" רעדאקטער, גראפיקער און אויסשטעלער מיט וואס צו ארבייטן און נאר דורך זיי קומט ארויס אזא שיינער און געלונגענער אויסגאבע.

צו די געלעגענהייט ווילן מיר נאר דערמאנען און איבערלייגן אונזער בקשה צום ציבור. די אויסגאבע וועט אי"ה ארויסגעלייגט ווערן דא אויף אונזער וועלט'ל מיט א דירעקטע לינק צו דאנלאודן די פי.די.עף. פייל, אבער אזויווי די אויסגאבע איז ארויסגעגעבן געווארן מהנה צו זיין מענטשן און מיר בעטן נישט קיין געלט דערפאר, ווילן מיר אבער בעטן אז מ'זאל דאס נישט עקסטערע ארומשיקן אין א פריוואטע פי.די.עף. פארמאט - אן די לינק צו אונזער וועבסייט. אויב עמיצער דארף דאס, ביטע שיקט אים די לינק צו אונזער וועב סייט און ער זאל דאס דא קוקן כדאי עס זאל זיין זה נהנה וזה נהנה. אונזער וועלטל זאל דערפון הנאה האבן פונקט ווי איר זעלבט.

מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן דערפון, ווי מיר האבן שוין ערווענט לעצטע מאל. קאנסטרוקטיוו קריטיק איז פונקט אזוי וויכטיג ווי קאמפלימענטן! כדאי צו קענען אנגיין ווייטער און איר זאלט הנאה האבן מוזן מיר הערן אייערע הערות און געדאנקן, אלזא האלט דאס נישט אין אייך, לאזט אייך הערן, שיקט אונז א אימעיל כדאי מיר זאלן דאס קענען פאררעכטן אין די צוקונפט.

מיר וואונטשן אלע שרייבער און ליינער צוגלייך א פרייליכן זומער.‎



מי מנוחות - אייוועלט 2.pdf
(6.54 MiB) דאונלאודעד 3344 מאל


שוואכערע ריזאלושען, ווייניגער MB
מי מנוחות - אייוועלט 2 Low res.pdf
(2.9 MiB) דאונלאודעד 1746 מאל

--
פארשפרייט דעם מעסעדזש!
צווייטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/t8x8Y


צו דאונלאודן אויסגאבע #1 - קליקט דא.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 03, 2013 5:20 pm

הערליך הערליך!!

אפילו מ'האלט שוין ביים צווייטן אויסגאבע בין איך ווידעראמאל סורפרייזד פון די הערליכע צוזאמשטעל און געוואלדיגע ארבעט וואס ס'איז אריינגעלייגט געווארן אינעם אויסגאבע,
סיי די אינהאלט פון די ארטיקלען און סיי די דיזיין פון די אויסגאבע


כה לחי!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יולי 03, 2013 5:23 pm

70 בלעטער?????????
ווי נעמט מען צייט?

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך יולי 03, 2013 5:30 pm

איך מאך חלילה נישט אוועק די הערליכע תוכנ'פולע חומר. ממש איינס אין די וועלט! אבער די אויסשטעל פון די אותיות און פאראגראפן זענען - מיינעך - אסאך מער אויסגעשפרייט ווי די ערשטע גליון, אויטאמאטיש איז עס מער בלעטער, אבער דארף נישט מיינען מער צייט צו ליינען
לעצט פאראכטן דורך הלשון אום מיטוואך יולי 03, 2013 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

תגובהדורך היטל » מיטוואך יולי 03, 2013 5:31 pm

WOW!
א גרויסן ישר כח פאר אלע שרייבער, און אלע וואס האבן געארבעט דערפאר! זיבעציג זייטן איז א נאמבער!
לעצט פאראכטן דורך היטל אום מיטוואך יולי 03, 2013 6:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 03, 2013 5:36 pm

70 זייטען .. הערליכע תוכן.. געוואלדיג שבעגעוואלדיג..
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך יולי 03, 2013 5:36 pm

איך קום אריין אינגערהיים נאך א טאג ארבעט, איך גיי אריין איך שטוב איך שפאציר ארום, אינמיטן שפיר איך א איידעלע קלאפ, איך דריי :roll: מיך אויס, זעה איך ווי מיין רעביצין מיט די גאנצע געזינדל שטייען און לאכן און לאכן, אויף מיין ערשטוינטע פראגע וואס די געלעכטער איז, דערציילן זיי מיר, אז ווי נאר איך בין אריינגעקומען האט מיר יעדער געגריסט, און די קינדער זענען געקומען ווייזן זייערע ארטס און קרעפטס פון דעי קעמפ אא"וו, אבער איך האב מיך מאדנע ארומגעדרייט אין שטוב און גארנישט באמערקט ביז איינער האט מיר געגעבן א קלאפ און פארדעם האבן זיי געלאכט.

ווייניג האבן זיי געוויסט פארוואס איך בין נישט דאהי און מיין קאפ פליהט ארום, אבער די מעשה איז געווען, אז אויפן וועג אהיים האב איך אריינבאקומען א לינק צום נייעם אויסגאבע, איך דאונלאוד עס, און מיינע אויגן נעמען זיך שווינדלען, געוואלד און געשריגן 70 זייטן אנגעפאקט, אן קיין אדווערטייזמענט אדער וואס, נאר לויטער לויטער פרישה רייכע סחורה, און אלעס פאר..... ב-ח-י-נ-ם

פארוואס בעטן זיי נישט קיין געלט?? א הסבר איינער?

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » מיטוואך יולי 03, 2013 5:40 pm

עס שטומט נישט מיט מיין סקעדזול, 70 זייטן איז אזוי באנטש
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יולי 03, 2013 5:44 pm

כ'בין קיבאורדלאוז פון ערשטוינונג!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 03, 2013 5:44 pm

כ'על זאגן דעם אמת, דעם ערשטן האב איך אויך נאכנישט געליינט, אבער יעצט וועט מען שוין מוזן מאכן צייט פאר ביידע אויף אמאל, כ'בין א גרויסע בעל חוב

ישר כח אייוועלט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך יולי 03, 2013 5:44 pm

א אינטערעסאנטע פאקט: דער אשכול איז נאכנישט אפן קיין האלבע שעה, אבער דער אויסגאבע איז שוין געדאונלאוד 200 מאל.

פארפאלן די ציבור'ס נאז שמעקט גוט

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 03, 2013 5:47 pm

געוואלדיג געוואלדיג!! צום צווייטן מאל האבן די חברה אהערגעשטעלט א ריכטיגע מייסטער ארבעט!

יישר כח אייך אלע!

לויטן חשבון וועט די פינפטע אויסגאבע אויסגאבע זיין ארום 250 זייטן...

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך יולי 03, 2013 5:54 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'על זאגן דעם אמת, דעם ערשטן האב איך אויך נאכנישט געליינט, אבער יעצט וועט מען שוין מוזן מאכן צייט פאר ביידע אויף אמאל, כ'בין א גרויסע בעל חוב

ישר כח אייוועלט!

שמעלקא איך האב געוואוט פאר דיר
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 03, 2013 5:56 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'על זאגן דעם אמת, דעם ערשטן האב איך אויך נאכנישט געליינט, אבער יעצט וועט מען שוין מוזן מאכן צייט פאר ביידע אויף אמאל, כ'בין א גרויסע בעל חוב

ישר כח אייוועלט!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » מיטוואך יולי 03, 2013 5:57 pm

א שיינעם דאנקע פאר די שרייבער, גראפיקער, אויסשטעלער, כה לחי!!!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 03, 2013 5:59 pm

מ'דארף אפשר טוישן דעם לינק גאנץ אויבן אז ס'זאל פירן צו דעם אשכול.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך יולי 03, 2013 6:00 pm

איבער 300 דאון לאודס קע"ה

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך יולי 03, 2013 6:00 pm

כ'בין פשוט געפלעפט! איך בין ווערטערלאז!..
70 זייטן בתכלית היופי הוד והדר, מלא משכיות חמדה מטובי המומחים, אנשי רוח ודעת.

אשריכם אשריכם טייערע ארויסגעבער, געלעגער, שמן למאור, און הני תלת אינשי יקירי אשר כתובים הם בדבר המערכת, וואס האבן צוגעהאפלן געטריי, א דאנק פאר מומחה עצום פארן באקעמפן בע"ה דער מחבל בכרמים.
תודה מיוחדת פאר די טייערע הארציגע געלונגענע שרייבער! אין מלך בלא עם... אנע שרייבער איז קיין אויסגאבע ניטא...
די איידיעס פון וואס די ארטיקלען זענען געבויעט איז אויסעגעווענליך!- געוואלדיג!

וועלעמער שפעטער אי"ה ליינען און קאמענטירן בל"נ, איש איש לפי כבודו ומהללו בע"ה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 03, 2013 6:01 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:כ'בין פשוט געפלעפט! איך בין ווערטערלאז!..
70 זייטן בתכלית היופי הוד והדר, מלא משכיות חמדה מטובי המומחים, אנשי רוח ודעת.

אשריכם אשריכם טייערע ארויסגעבער, געלעגער, שמן למאור, און הני תלת אינשי יקירי אשר כתובים הם בדבר המערכת, וואס האבן צוגעהאפלן געטריי, א דאנק פאר מומחה עצום פארן באקעמפן בע"ה דער מחבל בכרמים.
תודה מיוחדת פאר די טייערע הארציגע געלונגענע שרייבער! אין מלך בלא עם... אנע שרייבער איז קיין אויסגאבע ניטא...
די איידיעס פון וואס די ארטיקלען זענען געבויעט איז אויסעגעווענליך!- געוואלדיג!

וועלעמער שפעטער אי"ה ליינען און קאמענטירן בל"נ, איש איש לפי כבודו ומהללו בע"ה.

און א דאנק פאר דיר פאר דיין הערליכע ארטיקל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 03, 2013 6:02 pm

ידיד האט געשריבן:מ'דארף אפשר טוישן דעם לינק גאנץ אויבן אז ס'זאל פירן צו דעם אשכול.

??
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך יולי 03, 2013 6:04 pm

די עדווערטייזמענט גאנץ אויבן פירט נאך צו #1
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » מיטוואך יולי 03, 2013 6:04 pm

WOW!!!!!!!!!!!!!!!

אזא וואוקס 70 בלעטער, יישר כח! פאר אלע שרייבער, און ארויסגעבער

מ'דארף ווען אפטיילן די אויסגאבע'ס תגובות, מיט די קאמענטארן,

עצה טובה

פרינט עס ארויס און ליין עס אויפן קאוטש, ס'איז אינגאנצן אן אנדערע עקספיריענס

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 03, 2013 6:05 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:כ'בין פשוט געפלעפט! איך בין ווערטערלאז!..
70 זייטן בתכלית היופי הוד והדר, מלא משכיות חמדה מטובי המומחים, אנשי רוח ודעת.

אשריכם אשריכם טייערע ארויסגעבער, געלעגער, שמן למאור, און הני תלת אינשי יקירי אשר כתובים הם בדבר המערכת, וואס האבן צוגעהאלפן געטריי, א דאנק פאר מומחה עצום פארן באקעמפן בע"ה דער מחבל בכרמים.
תודה מיוחדת פאר די טייערע הארציגע געלונגענע שרייבער! אין מלך בלא עם... אנע שרייבער איז קיין אויסגאבע ניטא...
די איידיעס פון וואס די ארטיקלען זענען געבויעט איז אויסעגעווענליך!- געוואלדיג!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 03, 2013 6:06 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:מ'דארף אפשר טוישן דעם לינק גאנץ אויבן אז ס'זאל פירן צו דעם אשכול.

??

איך רעד פונעם לינק אויף די גאנץ אויבערשטע שטאק פונעם סייט.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 03, 2013 6:12 pm

ידיד האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:מ'דארף אפשר טוישן דעם לינק גאנץ אויבן אז ס'זאל פירן צו דעם אשכול.

??

איך רעד פונעם לינק אויף די גאנץ אויבערשטע שטאק פונעם סייט.

אה, נישט געכאפט ווייל איך זעה נישט דעם בעננער זינט איך האב די עד-בלאק עקסטענשאן אינסטאלד אויף מיין בראוזער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט