ווייסט עטס וואו כ'בין געווען? הערט א מעשה (אויך גראמען)...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 3:07 pm
"זאג נאר, וואו גייסטע?"
כ'דריי מעך אויס און כ'זע מיין לאנגיעריגן פריינד. ער'ט מעך געזען שפאצירן און ער וויל וויסן וואו כ'גיי. "וואס הייסטעס וואו? אטע'דא ארויף אויפן בארג...כ'וויל זען וואס טוט זיך דארט. נאך וויכטיגער, כ'וויל מ'זאל מיך דארט זען..."
זוי האבעך מעך ארויפגעשלעפט אויפן בארג. עה, געשלעפט זאגעך, געשפרונגן און געטאנצן! געלאפן מיט שמחה, קרעפטיג און פריש! ס'טאקע נישט געווען אזוי גרינג צו שפאצירן אן די שיך, און א שטעקן האבעך אויך נישט געקענט נוצן צום הילף, באט אז ס'הארץ האט גערוישט מיט אייפער האבן די פיס פון זיך אליין זיך געהויבן און באוועגט...
גראדע געווען גאנץ א פיינם טאג, דער זון האט געבאקן אבער ס'געווען א טרוקענע היץ...גאנץ אנגענעם און געשמאק. כ'ווייס נישט צי כאמעך אזוי איינגערעדט אדער ס'טאקע געווען, באט כ'אגעשפירט ווי גלייך דער זון אליין געט מעך כוחות און ענערגיע, אזש כאמעך דערמאנט פון יענעם זוניגן טאג צוויי יאר צוריק...
געווען איזעס אנהייב חודש ניסן, פארלייפיג אן איינפאכן דינסטאג ווען פלוצלינג...
נעה, לאמעך קודם אפמאלן א בילד צו געבן א שטיקל דערהער סארא פנים דער וועלט האט יעמאלט געהאט...ארבעטסלאזיגקייט האט געהאלטן גאר הויך – כמעט ווי ביים 'גרויסן עצבות' בלעז, און ווי נאר ס'האט זיך פאר איינם געדאכט אז ס'דא א דזשאב עוועילעבל האט זיך זאפארט געשלענגלט א שורה מענטשן אלל דע וועי ארום דער בלאק... און מ'שטיינס געזאגט ארבעט, דעם דורכשניטליכן געהאלט פאר א טאג ארבעט פון אכטע ביז זעקסע איז געווען הונדערט יען (יען נישט דאלאר – פרעג בעסער נישט...), וואס האט קוים געקלעקט פאר א ברויט, א מילך און א טיץ אייער...
דער פרעזידענט מבאקא ג'מאל אבדול - שווארץ ווי א נייע ביבר הוט, אן אמת'ן עבד כי ימלוך – האט אלס גערעדט און געפרעדיגט אז ס'גיין קומן גוטע צייטן, באט קיינער האט נישט געגלייבט. אמער מ'האט שוין געהערט ס'זעלבע צען יאר צוריק ביי זיין צווייטע עלעקשאנס... עניוועי, טו קיפ דע סטארי שארט ס'געווען ביטער ווי טויזענט לימאנעס און צרות אזויפיל ווי דער נעשנאל דעט...
און דעמאלס איזעס געשען...
כ'על נישט יעצט פארציילן דער גאנצע מעשה נאר קומען גראד צום פונקט וואסי געשען יענעם דינסטאג אנהייב חודש ניסן... פון איין מינוט אויפן צווייטן האט זיך געמאכט א גלאבעל הייצונג אז מ'קען גארנישט שילדערן...
גאנצע לענדער, למשל דייטשלאנד, שפאניע, איראק, סאודיע אראביע און נאך, האבן פשוט אנגעפאנגן פלאקערן ווי חמץ בזמן ביעורו. ס'האט יעדן אנגעכאפט א פאניק און מ'האט נישט געוואוסט וואו אהין צו לויפן און וואו מ'קען זיך אויסבאהאלטן פון די היצען. סי.ען.ען. האט תחילת געמאכט אן עמערדזשענסי בראודקעסט אבער נאך בערך צוויי שעה איז געווארן א בלעקאוט ביי זייערע באזע און דער גאנצע נעטווארק האט געקראכט.
אינטרעסאנטסע פון אלעם איז אבער געווען אין פארשידענע אידישע קהילות אויפן וועלט, וואו פאר סאם ריזען האט דער גאר שווערע היץ נישט דערגרייכט. אדרבה, דער זון האט ארויסגעגעבן אזוינע וואונדערבארע שטראלן וואס האבן געשאפט עפעס אן אויסטערלישן געזונטע לופט און א היילענדע קראפט. מיין זיידע שליט"א, שוין באלד צען יאר וואס ער'ז געווען געבונדן צום ראד-בענקל, האט עפעס באקומן פרישע כוחות אזש ער'ז געלאפן פון זיין הויז ביזן אלטן ביהמ"ד (נאר וואו דען גייט מיין זיידע), זיך אוועקגעשטעלט ביי א שטענדר און געלערנט פינף שעה רציפות שטייענדיג אויפן פיס...
יעצט גייענדיג אויפן בארג פארזינקן אין מיינע מחשבות און נאסטאלגישע זכרונות, האב איך פלוצלינג אין אכט גענומען קולות וברקים פון טענות און שרייעריי, אז כ'אשוין מורא געהאט ס'גייט גיין פעטש. כ'דריי מעך אויס צו קוקן און כ'זע אן עלטערע ספרד'ישע חכם, געקליידט מיט א גילדענעם קאפטען און אויפן קאפ א שניי-ווייסן טורבאן, גייט ארויף דעם בארג אינגאנצן פארקאכט. נעבן עים לויפט א יונגרמאן, לויטן אקצענט ווארשיינליך אן אפשטאמיגע פון גאליציע, אנגעטון מיט א בעקיטשע און א קאלפעק, און ער מאכט געוואלדן קעגן דעם חכם. יענער בלייבט נישט שולדיג און שרייט צוריק מיט אן הויכן שטימע, "הראית מה שכתב רב אלפסי? הוא סותר את דבריך..."
דער גאליציאנער תלמיד חכם ווערט נישט פארלוירן און ענטפערט, "וואס שראַאסטע? כא'דעך א תוספות וואס זאגט ווי מיר..."
איך דריי מעך אויס צו מיין חבר און כ'פרעג עים וואס דא גייט פאר. ער קוקט מעך אן מיט וואונדער און זאגט, "דו ווייסט נישט? דאס פאסירט דאך טאג טעגליך כמעט – מרן ר' יוסף קארו מיט רבינו משה איסערל'ס האבן א מחלוקת און זיי קענען זיך נישט פארגלייכן. יעצט זענען זיי אויפן וועג צום לשכת הגזית פארצולייגן די שאלה פארן סנהדרין הגדול..."
אויפן ארט האבעך באשלאסן אז אזא מורא'דיגן זיכט מוזעך מיטהאלטן פון דער נאנט. כ'יאג מעך אונטר צו דערגרייכן די צוויי לייבן און כ'קום אן צוזאמן מיט זיי צום לשכת הגזית...העי, וואס האט דא פאסירט? כ'קען נישט קוקן אויף די סנהדרין... כ'פראביר צו קוקן אינדערמיט וואו משה רבינו זיצט נעבן דער מלך המשיח אבער ס'קומט פון זיי אזא קרן אור פניהם אזש מ'קען חלילה בלינד ווערן. כ'פראביר צו שיצן מיינע אויגן און קוקן צום רעכטע זייט וואו דוד המלך זיצט מיט זיין זון שלמה, אדער צום לינקע זייט בערך ווי אליהו הנביא זיצט, אבער אן ערפאלג – זייערע פנימ'ער שיינען מיט אזא הימלישן ליכט, נאך שטערקער ווי דער שמש בצהרים (און פארגעסטס נישט, דער זון איז שוין היינט זיבן מאל ליכטיגער ווי אמאל...).
ס'האט זיך אנגעהויבן דארט א ריתחא דאורייתא מיט שווערע פלפולים הין און צוריק, אז נאך אפשר צען סעקונדעס בינעך שוין געווארן אינגאנצן פארלוירן. כאנאך אביסל געוויילט צו קענען מיטהאלטן דעם תורה'דיגן דעבאטע, באט נאך געציילטע מינוטן האבעך געמיינט מיין נשמה גייט שיר אוועקפליען און זיך מדבק זיין אינם אור עליון. בלית ברירה האבעך פארלאזט דעם לשכה, און כא'געוואנדן מיינע טריט צום ביהמ"ק זעלבסט...
געלויבט דער פון אויבן כ'בין פונקט אנגעקומן אין זייער א פרייליכע מינוט. ס'ז יעצט אנגעקומן איינער פון צפת מיט ביכורים פון פריש געצייטיגטע פייגן. פון אלע זייטן טאנצט מען און מ'פריידט זיך. דער איד שרייט הויעך ארמי אובד אבי, די לויים שפילן מיט די טראמפייטער, און אלע באגלייטער ברימען מיט. אט זע'יעך דער כהן גדול אליין דערנענטערט זיך, גרייט אויפצונעמען דעם איד מיט זיינע ביכורים, ווען...
לינגלינגלינגלינגלינגלינגלינגלינגלינגלינגלינגלינגלינג...
דער פייער אלארם צוקלינגט זיך...מיט שרעק קוק ארום זען וואו דער פייער איז...אבער איימינוט, א פייער אלארם אין ביהמ"ק??? וואס טוט זיך דא???

כ'געב מעך א כאפ אויף פון שלאף און כ'לעש אויס מיין וועק זייגער...וואו בינעך? טאקע אין בעט? ס'האט דאך אויסגעזען אזוי עכט... כ'טאפ אן מיין קישען ביז כ'ווער איבערצייגט אז יא, ס'ז נאר געווען א חלום, און ליידער האלטן מיר נאכנישט דארט... און דאן קייקלען זיך אראפ צוויי טרערן פון מיינע אויגן...