בלאט 1 פון 1

קאמענטארן שאלות און רעאקציעס, צו די ענערגיע אשכול.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 11:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
ביטע שרייבן דא קאמענטארן שאלות און רעאקציעס צו די ענערגיע אשכול ישר כח.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 1:19 am
דורך שוועמל
לכתחלה שרייבט, קען איך ליינען, האב איך הנאה, קום איך דאנקען... עשרת!
(קוואוט פון יאר)


איז פארהאן אזא זאך די אטאמען ווערן 'אויסגענוצט' און מען מוז עס ריפלאצירן מיט פרישע אטאמען? איי מין ווי לאנג קען מען האבן די זעלביגע קעמיקל ריעקשאן.

דו שרייבסט די גאנצע זאך דארף מען אויפצוקאכן וואסער. קען מען נישט נוצן די ענערגיע זעלבסט אנע וואסער, אדער מאכן כעמישע רויעך? נאכדערצו אין טודעיס עיזדש.
אויכעט וואסער קאכט אויס, דארף מען כסדר צולייגן פרישע וואסער. #אומבאטעמ'ט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 9:39 am
דורך פאטאקי08
איך גיי נישט ליינען (בני לדר שטייצעך) בעפאר די ענדיגסט נישט די עלעקטרא מאגנעטיק אשכול.. :evil:
פאר עפעס א ריזען צאל איך מעמבערשיפ דא!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 9:45 am
דורך פאטאקי08
קיינמאל געוואוסט אז פארע איז נישט קיין רויעך..
עניוועיס גיימער קויפן שנעל וויפיל בעקינג סאדע איך טרעפ אין גראסערי פאר א צווייטער כאפט עס אויס..

און דאס איז פאר דיר לכתחילה ;l;p- ;l;p-
און דאס איז פאר די ועוד חזון'ס
נאך יעדע חזון קענסטו נעמען איינס ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

כאמאזל סגייט פרשת מטות האב מיך מתיר נדר געווען צו ליינען דאס ארטיקל דא

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 4:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוועמל האט געשריבן:לכתחלה שרייבט, קען איך ליינען, האב איך הנאה, קום איך דאנקען... עשרת!
(קוואוט פון יאר)


איז פארהאן אזא זאך די אטאמען ווערן 'אויסגענוצט' און מען מוז עס ריפלאצירן מיט פרישע אטאמען? איי מין ווי לאנג קען מען האבן די זעלביגע קעמיקל ריעקשאן.

דו שרייבסט די גאנצע זאך דארף מען אויפצוקאכן וואסער. קען מען נישט נוצן די ענערגיע זעלבסט אנע וואסער, אדער מאכן כעמישע רויעך? נאכדערצו אין טודעיס עיזדש.
אויכעט וואסער קאכט אויס, דארף מען כסדר צולייגן פרישע וואסער. #אומבאטעמ'ט

שכוח פאר די עשרת, אזוי ווייס איך אז דו האסט געליינט בעיון!

יעצט דיינע פראגעס. קודם פון זיי זעהט מען אז דו פארשטייסט גוט.

שאלה 1) צו עס ווערט אויסגענוצט? יא. דאס איז וואס מען רופט "ספענט ראדס" (דאס איז פאר א ברייטערע שמועס אויף אטאם ענערגיע, אבער דא האבעך עס יעצט נאר געברענגט פאר א משל).

2) וואס הייסט מאכן ענרגיע און וואסער, צו האבן ענערגיע מוז מען דרייען א גענעראטור, ווי אזוי ווילסטו דרייען די גענעראטור? אדער פארע, אדער וואסער, עס איז יא דא נאך א וועג, "ווינט"! די ווינדמילן דרייען א מאטאר מיט די כח פון ווינט.

3) די פארע "געכאפט" וועט אפגעקילט ווען עס "קומט ארויס" נאכן מאכן די דזשאב פון דרייען די מאטאר, און פארע ווען עס ווערט קאלט, ווערט עס צוריק וואסער (אזוי רעגענט) און די וואסער גייט צוריק אריין אינעם טאנק, אויפן גילגול שני, צו ווערן נאכאמאל פארע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 4:28 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
לכתחילה שכח
נאך אן ארטיקל הערליך מסביר און שיין אראפגעלייגט.

איך טראכט נאר מען זאל מאכן א סייענס פארום....
(מנהלים - איינער הערט?)
א שיינע פאר סייענס ארטיקל שוין דא. עס איז נישט שטותים אדער שמועסן מען מעג עס אפטיילן
עניוועי שכח לכתחילה איך ווארט אויף נאך ש'טייטסעך.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 5:25 pm
דורך שוועמל
שכוח פאר די אנטווארט!

איז מיר שוין פארענטפערט געווארן נאך איין פראגע,
אויב א רעאקטער רעליעסט רויעך, וויזוי ווערט א סובמארין פטור פון די רויך אן דעם מען זאל עס באמערקן?

לויט דיין תירוץ גייט די רויעך קיינמאל נישט ארויס, נאר נאכאמאל אריין אינעם טאנק און ווערט וואסער וחוזר חלילה.
קען דער סובמארין רואיג שווימען אין באלטישן ים, קען ער שפיאנירן אונטערן רוסישן בערס נאז,
קען דער אטאקע פארמיטן ווערן,
קען דער פאנטאזירער ארויסגעבן א בוך,
קען איך ליינען א אטאם פארכאפענדע געשיכטע,
פון א לעצט סעקונדע'דיגע פארמיטענע אקציע,
געשטויגן
און געפלויגן
אין חלום
...עשרת

(כאב עס צו ליב..סארי)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 5:28 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוועמל האט געשריבן:שכוח פאר די אנטווארט!

איז מיר שוין פארענטפערט געווארן נאך איין פראגע,
אויב א רעאקטער רעליעסט רויעך, וויזוי ווערט א סובמארין פטור פון די רויך אן דעם מען זאל עס באמערקן?

לויט דיין תירוץ גייט די רויעך קיינמאל נישט ארויס, נאר נאכאמאל אריין אינעם טאנק און ווערט וואסער וחוזר חלילה.
קען דער סובמארין רואיג שווימען אין באלטישן ים, קען ער שפיאנירן אונטערן רוסישן בערס נאז,
קען דער אטאקע פארמיטן ווערן,
קען דער פאנטאזירער ארויסגעבן א בוך,
קען איך ליינען א אטאם פארכאפענדע געשיכטע,
פון א לעצט סעקונדע'דיגע פארמיטענע אקציע,
געשטויגן
און געפלויגן
אין חלום
...עשרת

(כאב עס צו ליב..סארי)

ניץ עס געזינטערהייט! אבער נאר פאר פרייוואטע באנוץ! כ'האב א קאפירייט...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 8:06 am
דורך געלעגער
נישט נארמאל וואס דער ווארפט צוזאם. וואו נעמט מען די ווערטער זיך צו באדאנקן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 2:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
געלעגער האט געשריבן:נישט נארמאל וואס דער ווארפט צוזאם. וואו נעמט מען די ווערטער זיך צו באדאנקן?

שכוח פאר זאגן איידעל "נישט נארמאל", און נישט גראב "משיגע"....

נאר א וויץ שטייצעך, שכוח פאר די באדאנקער.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 5:07 pm
דורך פאטאקי08
להוי ידוע לכתחילה
איך האלט שוין נאכן ליינען די בעטערי חלק.
א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 5:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
פאטאקי08 האט געשריבן:להוי ידוע לכתחילה
איך האלט שוין נאכן ליינען די בעטערי חלק.
א דאנק

אה גוט! יעצט (כ'מיין נישט "יעצט" יעצט, כ'מיין "נעקסט" יעצט, מן הסתם שפעטער היינט) קומט די עיקר וואס כ'האב געוואלט צוקומען, צו די היידרעזשען קאר.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 6:45 pm
דורך טייבעלע
א גרויסן דאנק אויף דער באשרייבונג.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 12:21 am
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:להוי ידוע לכתחילה
איך האלט שוין נאכן ליינען די בעטערי חלק.
א דאנק

אה גוט! יעצט (כ'מיין נישט "יעצט" יעצט, כ'מיין "נעקסט" יעצט, מן הסתם שפעטער היינט) קומט די עיקר וואס כ'האב געוואלט צוקומען, צו די היידרעזשען קאר.

תם ונשלם, מיטן הילף פון הייליגען באשעפער.

פאטאקי, ספעשעל ישר כח פאר דיר, פארן עס ארויסשלעפן!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 12:25 am
דורך פאטאקי08
ישר כחכם
יעצט וועט מען דארפן איינטוישן די געז סטעישאנס אויף בעסקיסעס פאר די קארן...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 9:16 am
דורך אנעים זמירות
איך האב נאכנישט ריכטיג דורכגעליינט, אבער איך קען מיר שטעלן אויפען חזקה אז עס איז מסתמא אינהאלטסרייך. דרך אגב, דער בעסטע משל פון commonplace קעמישע ענערגיע איז א שוועבל!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 6:34 pm
דורך פאטאקי08
מיין צושטימונג (כאילו איינער פרעגט מיך) צו א וויסענשאפט פארום