בלאט 1 פון 1

"קעמיקעל ריעקשאן" ענערגיע. און בכלל איבער ערצייגען ענערגיע.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 11:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
(כ'האב עס קודם אריין געלייגט אין א אנדערע אשכול אינמיטן א שמועס, אבער עס איז בעצם א שמועס פאר זיך)

קאמענטארן ביטע נאר דא אז די שמועס דא זאל נישט פארלירן די המשך.

ישר כח.

דאס איז א שמועס פאר זיך, אבער וועט אויך דינען ווי נאך אן הקדמה צו די תגובה.

האפעך אז דער עולם האט געליינט די ארטיקל איבער "די יסודות פונעם אטאם". אז נישט קען מען נישט פארשטיין גרינטליך וואס כ'וועל שרייבן ווייטער. (אויבערפלעכליך קען מען יא פארשטיין, סא איינער וואס האט נישט קיין געדולד זיך אריינצוטאן אין יענעם אשכול, קען נאך אלץ ליינען דא ווייטער).

קודם לאמיר איבערגיין בקיצור די אטאם:

יעדע זאך אין די וועלט איז צוזאם געשטעלט פון אטאמען. די אטאמען האבן דריי טיילן, "עלעקטראנס", "פראטאנס", "נייאטראנס". יעדע פון די דריי קומט מיט א נומער דערפון אין די אטאם. לויט די מאס פון די דריי זאכן אינעם אטאם, לויט דעם איז די זאך וואס איז פון זיי צוזאם געשטעלט. א אטאם איז זייער פיצל, און יעדע בריאה איז צוזאם געשטעלט פון מיליאנען, אדער ביליאנען און אפי' טריליאנען אטאמען.

דערנאך איז דא אז אטאמען שטעלען זיך צוזאם, און פון דעם ווערט נייע זאכן. און אמאל איז דא ווי די אטאמען וועלן "אוועק געבן" חלקים פונעם אטאם פאר אנדערע אטאמען. און פון דעם ווערט אויך נייע זאכן.

אלע זאכן וואס איז דא אין די בריאה, איז אדער 1) א ארגינעלע אטאם, אדער 2) א צוזאם געשטעלטע אטאם, 3) אדער א אטאם וואס האט באקומען עפעס פון א צווייטע אטאם, אדער 4) א אטאם וואס האט אוועק געגעבן פאר א צווייטען, און וועגן דעם איז ער געווארן עפעס אנדערשט, ווייל זיין מאס האט זיך געביטן.

ביז דא די יסוד פון אטאם בקיצור.

יעצט א נייע זאך אינעם אטאם.

יעצט בשעת עס געשעט איינע פון די זאכן אין 2, 3, אדער פיר, געט עס ארויס א היץ א גאר שטארקע היץ. מען קען עס זעהן בשעת מען מישט צוזאם "בליטש" מיט "אמאניע". עס קומט ארויס א רויך, און עס געט ארויס א שארפע גערוך און די אויגן ציפען. אויך ווען מען לייגט איזי אף פאר פסח. דאס איז די כוחות וואס געשען ווען מען מישט צוזאם זאכן און אטאמען פאנגען זיך אן ארום צו לויפן איינעם צום צווייטען. עס איז נישט נוגע פונקטליך וואס געשעט אינערליך ווען מען טוט די זאכן, אבער אזויפיל קען יעדער זעהן און שפירען אז עפעס געשעט דארט, און געוויסע כוחות קומען דערפון ארויס. נאך א משל איז ווען מען לייגט אריין בעקינג סאדע אין סעלטצער. עס פאנגט אן באבלען, דארט ווערט אויך עקטיוועטי אין די אטאמען, און די רעאקציע איז די ווילדע באבל'ס.

ווען דאס געשעט ווערט עס גערופען א "קעמיקעל ריעקשאן"!

און למעשה?

לאמיר נעמען די משל פון די בעקנג סאדע און די סעלטצער. ווען מען זאל אריינלייגען די בעקינג סאדע אין אזא פלעסטיק וואס האלט אן 5 סעקונדען אין וואסער - גענוג לאנג ארויף צולייגען א בעלאון - מען נעמט א פילע באטעל סעלצער מיט שטארקע געז, מען ווארפט אריין די פעקעלע בעקינג סאדע, מען לייגט שנעל ארויף א בעלאון אויפן שפיץ פונעם באטעל, און מען ווארט עטליכע סקונדען.

די פעקעלע האט זיך צולאזט, און די בעקינג סאדע איז אריינגעפאלען אין די סעלצער. די רעאקציע פאנגט זיך אן, און די לופט וואס איז געווארן וויל ערגעץ אנטלויפן, אבער עס איז דא א בעלאון.

וואס וועט געשען?

די בעלאון וועט זיך אויפבלאזען!! יעצט טראכט אריין וואס דו האבט אצינד אויפגעטאן. אן קיין מאטאר, און קיין לעקטער, און קיין אויסערליכע כח, האסטו געמאכט א קעמיקעל ריעקשאן, און דערפון ארויסגענומען א ...... כח!! האסט געמאכט עפעס פאסירן! אצינד שטעל זיך פאר אז דו האסט א ריזען טאנק מיט סעלצער. און א ריזען קוואנטום בעקינג סאדע, און דו ווארפסט אריין די בעקינג סאדע אין די טאנק, און דו פרעשער וואס ווערט לאזטו נישט ארויסגיין פון ערגעץ, נאר איין קליינע פייפ גייט ארויס פונעם טאנק, ווען די לופט וויל אנטלויפן, מאכסטו אז עז זאל דרייען א רעדל, און דארט צום רעדל איז צוגעטשעפעט א טשעין וואס איז דא אויף די בייקס, אבער גאר גרויס, און די טשעין איז צוגעטעשפעט צו רעדער.

וואס וועט געשען? אויב האסטו גענוג כח, וועט זיך די רעדל דרייען! און אז דו וועסט האבן די גאנצע מערכה אויף א גרויסע טראק, די טאנק מיט די גאנצע אפעראט, וועסטו קענען מיט פשוטע בעקינג סאדע מאכן א טראק פארן!!

יעצט פארשטייט זיך אז דאס איז נישט פראקטיש. מען דארף האבן א ריזן מאס סעלצער, און א ריזען מאס בעקינג סאדע, צו מאכן א שווערע טראק פארן, אבער די קאנצעפט איז, אז מען קען פון א "קעמיקעל ריעקשאן", פירן א טראק!

יעצט דארף מען נאר אויפקומען מיט געוויסע זאכן, וואס מאכן א קעמיקעל ריעקשאן, אבער דארפן נישט אזוי סאך פון די צוויי קעמיקאלען, און פארנעמט נישט אזויפיל פלאץ, און געט ארויס גאר א שטארקע כח. און איינמאל כ'קום אויף מיט אזא זאך, קען איך דאס ניצען אנשטאט א געזעלין אדער קוילן זאל טרייבן די מאטאר (ווי אזוי א געזעלין מאטאר ארבייט איז א עקסטערע ארטיקל, אי"ה עוד חזון) נאר מען קען ניצן "קעמיקעל ריעקשאנ'ס" צו מאכן מאטארען ארבייטען.

די גרינגסטע וועג פארדעם איז צו פרודעצירן "פארע". פארע איז דאס וואס קומט ארויס פון וואסער וואס קאכט. (עס איז נישט קיין "רויך", - כאטש געוויסע רופען דאס אזוי - . רויך איז וואס קומט ארויס פון א פייער, פארע איז וואס קומט ארויס פון קאכעדיגע וואסער. רויך איז פארברענטע באשטאנטיילן פון די זאך וואס ווערט פארברענט, פארע איז וואסער וואס ווערט פיצעלע פיצעל טראפעלעך, פון די וואסער וואס קאכט).

באמת איז מאכן זאכן ארבייטען מיט פארע א גאר אלטע חכמה. די ערשטע טרעינ'ס האבן גערבייט מיט פארע, זיי האבן געהייסען "דאמפ וואגאנען" דאמפ, איז פארע. די ערשטע קאר'ס האבן אויך געארבייט מיט פארע.

מען האט געהאט א ריזען בוילער אויף די טרעין, און מען האט געקאכט וואסער, און די פארע האט מען נישט געלאזט אנטלויפען נאר דורך איין געוויסע פלאץ, און דארט האט די פארע, געשטיפט געוויסע אייזענעס וואס האבן געטריבן די טרעין, די זעלבע זאך איז געווען ביי די ערשטע קאר'ס אויף א קלענערע פארנעם. די כח פון פארע איז גאר שטארק! און עס קען ריקען די שווערסטע כלים, אויב מען "בויט אויף" גענוג פרעשער. דאס טוט מען דורך לאזען די וואסער קאכן גענוג לאנג, און די פארע לאזט מען נישט ארויס, ביז מען האט גענוג פרעשור, און דאן לאזט מען עס ארויס צוביסלאך אבער נאר דורך די פלאץ, ווי עס טוט וואס מען וויל, אין אונזער משל, מאכן די באן אדער קאר פארן.

די שאלה איז נאר געווען, מיט וואס מאכט מען די בוילער'ס קאכן? איז דאמפ וואגאנען למשל זענען געפארן מיט קוילן. מען האט געמאכט א פייער און עס געפיטערט מיט קוילן, די פייער האט געקאכט די וואסער, וואס האט ארויסגעגעבן די פארע, וואס האט געשטיפט די רעדער וואס האט געפירט די באן... עשרת!

אזוי האט מען אויפגעבויעט גאנצעטע פאוער פלענט'ס. אונזער לעקטער וואס מיר ניצען, איז אויך אסאך פון אזא מין "פארע" פלענט. נאר געווענדליך די מער מאדערענע פלענט'ס, ניצען אנשטאט קוילן, אויל, געז וכדו'. אבער די געדאנק איז די זעלבע. מיר דארפן האבן היץ צו מאכן פארע, צו מאכן עפעס זיך דרייען, א רעדן פאר א באן, אדער א מאטאר פאר א "פאוער פלענט".

אויך איז דא נאך א פאטענט מיט וואסער. כ'ווען עס נאר זאגן אין גאר קורץ. מען לייגט אריין רעדלעך אין וואסער וואס לויפט, צו ביי א "פאל" ווי נייעגרע פאול'ס ווי די וואסער לויפט מיט א שטרום, אדער בויט מען א "וואנט" וואס זאל אפהאלטן דאס וואסער און מען לאזט עס נאר ארויס אין געוויסע פלעצער ווי עס ליגען רעדלעך וואס די וואסער דרייט ווען עס לויפט דורך אא"וו.

עכ"פ די שפיטץ איז די זעלבע. איך וויל מאכן א רעדל זיך דרייען. איך קען דאס מאכן מיט פארע, מיט וואסער אא"וו.

דאן איז מען אויפגעקומען מיט א גאר פראקטישע אויפן צו פראדעצירן "פארע".

מען קען מאכן מיט א קעמיקעל ריעקשאן! און דאס איז "נוקליער פאוער"!

אן אריין גיין פונקטליך ווי אזוי א "נוקליער ריעקטער" ארבייט (דאס איז אויך אן ארטיקל פאר זיך) איז אבער די קאנצעפט די זעלבע. מען מאכט וואסער זייער הייס, עס קאכט און מאכט פארע, און די פארע דרייט א מאטאר.

אבער אנשטאט מאכן די וואסער הייס מיט קוילן אדער אויל און געז, מאכט מען עס מיט א "קעמיקען ריעקשאן". מען מאכן א געוויסע צוזאמשטויס פון אטאמען, דאס טוט גורם זיין אז די אטאמען זאלן זיך צוטיילן, און די צוטיילונג טוט צוויי זאכן. קודם געט עס ארויס א שטארקע היץ, וואס דאס ניצט מען שוין אויף צו מאכן הייס וואסער צו באקומען פארע. און די צווייטע זאך וואס געשעט ווען מען צוטיילט די אטאם, עס געט ארויס א געוויסע באשטאנדטייל וואס איז א חלק פון די אטאם וואס ווערט "לויז" פונעם צוטיילן, און די לויזע חלק קנאקט מער אריין און אנדער אטאמען אזוי ווי די וואס מען האט יעצט צוטיילט, און דאס איז גורם אז די אטאמען אין וועם די לויזע חלקים קנאקען אריין ווערן אויך צוטיילט, און געבן אויך ארויס היץ, וואס מען נוצט פאר פארע, און אויך די חלקים וואס ווערן לויז, און די נייע לויזע חלקים קנאקט מען אריין אין נאך אטמען, און חוזר חלילה דאס חזר'ט זיך איבער איבער און איבער, און דאס ווערט א טשעין ריעקשאן.

מיר דארפן בעיקר די פארע, און די אנדערע חלק פון די לויזע חלקים דארפן מיט פשוט אז עס זאל ווייטער גיין די ריאקציע, צו קענען באקומען נאך פארע אא"וו.

דאס איז ווי א נוקליער רעאקציע ארבייט אין קורצען (אי"ה אפשר וועט מען צוריק קומען מסביר זיין מער באריכות). די עיקר איז נישט צו פארשטיין יעצט ווי אזוי א רעאקטער ארבייט, נאר צו פארשטיין בעיקר אז מען באקומט א "כח" פון א קעמיקעל ריעקשאן.

די מעלה פון אזא ריעקטאר איז, אז עס האט א מורעדיגע כח. וואס מען דארף ווען האבן א גאנצע שטאט מיט סעלצער און בעקינג סאדע, און א האלבע שטאט מיט וואסער און קוילן, געז, און אויל, באקומט מען פון א רעלעטיווע קליינע ריעקטער.

און טאקע למעשה ניצט מען אין די פארגעשריטענע לענדער שוין אסאך "נוקליער ריעקטער'ס".

עס איז אבער גאר גרויסע פאליטיק'ס אין די ריעקטער'ס. סיי ווייל עס איז א מעכטיגע כח, און אויב עס גייט "זויער" און עס געשעט א עקספלאזשען איז א קאטעסטראפע, ווי מען האט געזעהן אין "טשערנאבל". אדער אז עס ווערט געשעדיגט אזא ריעקטער, ווי עס איז געשען אין יאפאן, ביי די צונאמי.

אויך איז א "קאצן שפרינג" פון אזא ריעקטער, ביז נוקליער וואפען, וואס די פארגעשריטענע וועלט וויל נישט אז די עקסטרעמיסטישע וועלט זאל האבן.

אבער מיר וועלן יעצט נישט אריין גיין אין דעם, דאס איז נישט די שמועס יעצט, מיר ווילן נאר צו עפעס צוקומען.

ווייטער די שמועס, - און וועט אויך זיין נאך אן הקדמה פאר די פריער דערמאנטע אשכול - ווייטער אי"ה.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 5:26 pm
דורך לכתחילה אריבער
גיימער ווייטער.

די סארט ענערגיע וואס קומט פון א קעמיקעל ריעקשאן, איז זייער גוט, אזוי לאנג ווי עס איז גאר גוט קאנטראלירט. ווייל עס איז דאך א זייער ווילדע און שטארקע רעאקציע, און פארשטייט זיך אז אויף א קליינע פארנעם, איז עס נישט מעגליך צו מאכן, און ס'זאל זיין סעיף.

אין א נוקליער פלענט איז דא מיליאנען דאלארען פון כלים, קומפיוטער'ס סענסערס וכדו' און הונדערטער ארבייטער, וואס זענען פארנימען 24-7 צו מאכן זיכער אז אלעס קלאפט ווי א ........ אטאמישע זייגער!

צו מאכן פון דעם א קאר פארן, איז מן דכר, די איינציגסטע זאך וואס מען נוצט נוקליער פאוער, איז געוויסע מיליטערישע סובמארינען. וואס קאסט ביליאנען דאלארען און דאס קען זיין געבויט אויף די וועג אז עס זאל זיין סעיף.

סא מוז מען אויפקומען מיט א "קעמיקעל ריעקשאן" וואס זאל זיין אויף א "רואיגע אופן", און קאנטראלירטבאר.

קומט אריין דא א יסוד. די אטאמען וואס קענען זיך צוזאם שטעלען מיט אנדערע, וועלן דאס זיכען צו טאן ווי נאר מעגליך. און ווער רעדט נאך ווען מען "צוטיילט" אן אטאם, וועט עס לויפן מיט אלע כוחות זיך צוריק צוזאם שטעלען.

ווייטער נאך א זאך. לעקטער! ווי אזוי עס ארבייט איז א עקסטערע שמועס. אבער אזויפיל דארף מען יעצט וויסען, אז אין א ווייער לויפן "עלעקטעראנ'ס" פון איין עק ווייער צום צווייטען, און בשעת זיי לויפן דורך למשל ביי א באלב - ביי די אלטע סארט באלב - וועט עס מאכן די אייזען הייס, און די באלב וועט ארויסגעבן א ליכטיקייט. ביי די פלארעסנט באלב'ס וועט עס "אדורך לויפן" אין די באלב וואס איז פול מיט א סארט געז, וואס ווען "עלעקטעראנ'ס" לויפן אריין אין איר, פאנגט עס אן צו לאכטען (מען האט שוין גערעדט פון די געדאנק איבער געז וואס לייכט אויף, ביי די קומפיוטער סקרינ'ס אשכול), און ווען די ווייער וועט גיין צו א מאטאר (נישט די קאר מאטאר, וואס מען רופט "קאבאסשטעבעל", דאס ארבייט אויף א גאנץ אנדערע אופן) וועט עס מאכן א "מאגנעטישע פעלד" אינעם מאטאר, וואס וועט מאכן די מאטאר זיך דרייען.

ווי אזוי די עלעקטעראנ'ס, מאכן די אלע זאכן זאלן געשען איז נישט יעצט נוגע, די עיקר איז צו וויסען, אז אונזער ציל איז, אז "עלעקטעראנ'ס" זאלן לויפן אין די ווייער, און גלייבט מיר בנאמנות, אז די זאכן גייען געשען...

און די עיקר! די עלעקטעראנ'ס וואס מיר רעדן, איז די זעלבע עלעקטעראנ'ס וואס איז א חלק פונעם אטאם צוזאמשטעל!! מען רעדט פונעם זעלבן בחור.

יעצט איז אזוי. אז מיר קענען אויפקומען מיט א וועג צו צוטיילן די אטאם, אפטיילן די עלעקטעראנ'ס פון די אנדערע חליקים, אזוי אז די אנדערע חלקים זאלן ווערן "בענקעדיג" זיי וועלן זיך וועלן צוריקשטעלען צוזאמען, און דאן וועלמער געבן פאר די "עלעקטעראנ'ס" נאר איין וועג, ווי אזוי זיי זאלן זיך קענען צוזאם טרעפען מיט די אנדערע חלקים, וועלן די עלעקטעראנ'ס "נעמען יענע וועג" ווייל ער וויל דאך פאר יעדע פרייז זיך צוזאם שטעלען צוריק.

יעצט וואס געשעט אויב די "וועג" איז דורך א ווייער? מיט לאזען אים צוריק גיין, אבער ער מוז דורכגיין א ווייער, וועט ער דורך גיין די וויייער, און וואס האבן מיר? מיר האבן יעצט "עלעקטעראנ'ס וואס לויפן דורך א ווייער!!

און ווי געשריבן אויבן, "עלעקטעראנ'ס" וואס לויפן דורך א ווייער..... איז לעקטער!! שטעלט מען צו דעם צי איינע פון די זאכן, א באלב, א מאטאר, אדער סיי וואס עס לויפט אויף לעקטער, און עס ארבייט!

יעצט קומט נאר די שווערע חלק, ווי אזוי מאכט מען דאס, קודם אז די עלעקטערא'נ'ס זאלן זיך צוטיילן און ווערן בענקעדיג, און אויב שוין יא ציטיילט, ווי אזוי מאכט מען אז די "פגישה" זאל געשען נאר נאכדעם ווי ער לויפט דורך די ווייער.

אבער דאס פארשטייט מען שוין, אז מיר האבן יעצט א נייע געדאנק ווי אזוי צו מאכן לעקטער פון א "אטאם". נישט פון די כח וואס עס געט ארויס בשעת עס שטעלט זיך צוזאם אדער עס ווערט צוטיילט, ווי געשריבן פריער, נאר פשוט מען ניצט אויס די טבע פון די אטאם, אז עס וויל זיך פאר יעדע פרייז טרעפען צוריק מיט זיין משפחה, און מען צווינגט די וועג ווי אזוי עס געשעט, און אינצווישען האט מען אויפגעטאן וואס מען האט געוואלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 11:11 pm
דורך לכתחילה אריבער
די זעלבע חשבון וואס מיר האבן געמאכט מיט א אטאם וואס איז געווארן צוטיילט, איז אויך מיט אטאמ'ס וואס זענען נישט באלאנצירט, און ווילען אוועק געבן געוויסע חלקים - ווי ברייט אויסגעשמועסט אינעם אטאם אשכול -.

די אטאמען, זיכען כסדר ווי זיי קענען טרעפען א "ארימע" אטאם, און אהין געבן זייער "איבריגע" כח.

יעצט אויב קען מען צוזאם שטעלען אזעלעכע חברה, און לאזען די "רייכע" אטאם שיקען זיין איבריגע עלעקטעראן צו די "ארימע" אטאם, וועלן זיי עס טאן. און אויב כ'וועל נאר לאזען אז די אויסטויש זאל געשען דורך איין פלאץ - א ווייער - וועט אין די ווייער לויפן די עלעקטעראנ'ס, פון די רייכע אטאמען, צו די ארימע! האמער ווייטער עלעקטעראנ'ס לויפן אין א ווייער, האמער לעקטער! אדער ווי עס איז גערופען אין "פענסי", "עלעקטעריק קארענט".

איז דא צוויי וועגן.

איינס, אן אטאם וואס איז צוטיילט, און ער וויל זיך צוזאם שטעלען.
צוויי, אן אטאם וואס איז רייך, און ער זיכט צו אוועקטיילן.

עס איז אויך דא א דריטע סארט, אבער דאס וועלמער לאזען נאכדעם ווי מען וועט מסביר זיין די "צווייטע" וועג וואס מען הארט יעצט דערמאנט, דערנאך וועט מען גיין צו די ערשטע וועג, און דערנאך וועט מען צוריק קומען צו די דריטע וועג, וואס איז בעצם א חלק פון די ערשטע וועג.

קודם נומער צוויי.

אן אטאם וואס איז רייך, און ער זיכט צו אוועקטיילן.

דאס איז די יסוד, און אזוי ארבייט א .......... בעטערי!!!

א בעטערי איז צוטיילט אין צוויי קאמפארטמענט'ס. צוויי "שטיבעלעך", איינס איז אינטען ווי מען רופט "מיינוס". און די צווייטע איז אויבן דארט ווי מען רופט "פלאס". אינצווישען די צוויי קאמפארטמענט'ס, איז דא א מאטריאל וואס לאזט נישט די אינהאלט פון די צוויי קאמפארטמענט'ס זיך צוזאם טרעפען.

איז דא אסאך ערליי באטערי'ס, וואס אלע ארבייטען אויף די זעלבע קאנסעפט.

לאמיר נעמען איין משל. אין איין קאמפארטמענט, לייגט מען אריין "זינק", און אינעם צווייטען קאפארטמענט "קופער". זינק האט עקסטערע עלעקטעראנ'ס, עס איז א "רייכע" אטאם, און קופער פעלט עלעקטעראנ'ס, עס איז ארום. די זינק און די קופער ליגען אין א געוויסע קעמיקעל.

די קעמיקעל אין וואס די זינק ליגט, איז גורם אז די זינק זאל אויסשפייען זיינע איבריגע עלעקטעראנ'ס . און די עלעקטעראנ'ס פאנגען אן ארומצולויפען, און זיכן ווי זיי קען גיין.

אבער ער האט נישט ווי, סא איז די קאמפארטמענט פיל מיט "איבריגע" עלעקטעראנ'ס, וואס זוכען א תיקון. אין אנדערע ווערטער עס האט א "פאזעטיווע" טשארדזש, א פאזעטיווע כח, א משפיע וואס זיכט א תלמיד.

און אין די קופער קאמפארטמענט איז פונקט פארקערט. דארט איז דא א קעמיקעל, וואס מאכט די קופער "גרייט" מקבל צו זיין. אדער א "נעגעטיווע" טשארדזש. א נעגעטיווע כח, א מקבל.

איז כאטש בעצם זענען סיי זינק און סיי קופער, אליינס "רייך" און "ארים", אבער ווען זיי זענען אין א "סאליד סטעיט" איין שטיק טריקענע זינק אדער קופער, זענען זיי "רואיג", און וועלן נישט מאכן די "אויסטויש". די קעמיקעל אין וואס זיי ליגען, טוט "אינטערעקטען" - זיך ארום שפילען - מיט די "טריקענע" שטיקעל, און מאכט עס "אויסשפייען" די איבריגע עלעקטערן אין די פאל פון די זינק, און טוט מאכן די קופער "אויפגעלאזט" צו זיין גרייט מקבל צו זיין.

אצינד לייגען מיר א ווייער פון איין קאמפארטמענט צו די צווייטע. און וואס געשעט? די אלע "איבריגע" עלעקטעראנ'ס, לויפן אדורך די ווייער, אנצוקומען צו די צווייטע קאמפארטמענט, וויי זיי ווערן שוין אפגעווארט בסבר פנים יפות!

נאך איין זאך סתם לידוע. יעדער איז צוגעוואוינט אז די "פלאס" איז דער וואס געט ארויס, און די "מיינוס" איז דער וואס באקומט. אבער די אמת איז פונקט פארקערט! די פלאץ פון די מיינוס "געט ארויס" און עס הייסט מיינוס ווייל...... עס "ווערט רעדיצירט" עס ווערט פארמינערט! און די "פלאס" באקומט, און עס הייסט פלאס, ווייל עס "ווערט פארמערט"!!

און איינמאל די "איבריגע" עלעקטעראנ'ס ווערן שוין אלע אריבער געשיקט צו די צווייטע זייט, דאן ווערט די בעטערי ........ טויט! דאס מיינט ווען א בעטערי "שטארבט".

דאס איז א בעטערי!!

דא איז א בילד.

די "ענאוד" איז די סייענטיפישע ווארט פאר די פלאץ און די זאך וואס איז גורם אז עס זאל זיין עוועליבעל "איבריגע" עלעקטעראנס. די "קעטויד" איז די פארקערטע. דאס וואס איז גורם אז איינער זאל זיין גרייט מקבל צו זיין. און די "עלעטרעלייט" איז די "וואנט" וואס לאזט נישט די חברה זיך טרעפען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 02, 2013 11:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
גיימער צו חלק ג'.

אצינד האמער שוין געזעהן אז רייכע און ארימע אטאמען, ווילען געבן איינער פארן צווייטען, און מען קען אויסניצען זייער "גוט'סקייט" צו פראדעצירן לעקטער.

אויך האט מען דערמאנט, אז ווען מ'צוטייל אן אטאם, וועט ער אויך זיך זייער בענקען צוריק צו די אחדות, און מען קען די בענקעניש אויך אויסניצען אויף צו פרודעצירן לעקטער.

יעצט איז דא נאך איין סארט "ארום שפילן" מיטן אטאם, און פראודעצירן לעקטער.

ווי שיין אויסגעשמועס אינען אטאם אשכול, און בקיצור איבערגעגאנגען אנהייב די אשכול, איז יעדע זאך אויף די וועלט אדער א צוזאם שטעל פון די זעלבע ארגינעלער אטאמען, אדער א צוזאם שטעל פון פארשידענע סארטן אטאמען.

אצינד וועלמער אויסניצען אט די אייגענשאפט פון די אטאם, די ווילען שטייגען!

וואס הייסט שטייגען?

איז אזוי. לאמיר נעמען וואסער. וואסער איז א צוזאם שטעל פון צוויי היידראדזשין אטאמען, און איין אקסידזשען אטאם. די סייענטיפישע נאמען פון וואסער איז "H2O"! ווייל עס איז איין "O" (אקסידזשען), און צוויי H (היידראדזשין).

יעצט בעצם איז די "היידראדזשין" און די "אקסידזשען" א בריאה פאר זיך. ער קען זיך צוזאם שטעלען מיט זיין אייגענע מין, און למשל צוויי אקסידזשען אטמען צוזאמען, וועלן ווערן דאס וואס מיר אטעמען אריין.

אבער דאס איז נישט גענוג "אינטערעסאנט"! עס איז "בורינג"....

ממילא ווען די אקסידזשען אטאמען האבן די געלעגענהייט זיך צוזאם שטעלען מיט היידראדזשין, וועלן זיי עס לויפן טאן! עס איז מער פאן! יעדער וויל דאך עפעס אויפטאן, עפעס אויסשטייגען! און אזוי איז מיט אלע אטאמען, וואס מאכן דאך אויס אלעס וואס איז דא אויף די וועלט, וועלן אלע האבן חשק זיך צוזאם שטעלען מיט אנדערע און ווערן א נייע בריאה.

אויב אזוי, האמער שוין נאך א "שוואכקייט" פון דעם אטאם, וואס מיר קענען ווייטער אויסניצען פאר אונזער פאטענט. מיר וועלן געבן די געלעגענהייט פאר די פארשידענע סארטן אטאמען זיך צוזאם שטעלען, אבער נאר ווען זיי גייען דורך אונזער ווייער! און אזוי וועלן זיי זיין צופרידען אז זיי האבן זיך צוזאם געשטעלט, און מיר וועלן זיין צופרידען אז מיר וועלן האבן א "סייד בענעפיט" לעקטער.

יעצט גיימער נעמען די נאטור פון די אטאם וואס מען האט יעצט מסביר געווען, און מיר וועלן עס צוזאם שטעלען מיט איינע פון די צוויי אנדערע נאטורען וואס מען האט אויסגעשמוסט - די נאטור, אז אם אטאם וואס ווערט צוטיילט, זיכט זיך צוריק צוזאמצו שטעלען - און מיט די צוויי אייגענשאפטען גיימער מאכן א ...... היידראדזשין סעלל!

און די היידראדזשין סעלל, וועט זיין די "מאטאר" פאר די היידראדזשין קאר!

לאמיר מאכן א משל.

עס איז דא א פארק. אין די פארק איז דא פארשידענע רייד'ס, און קינדער חליש'ען אהינצוגיין. אבער זיי קענען נישט גיין אן די עלטערען פארשטייט זיך. יעצט אויב די פארק וויל אז יעדער וואס קומט אריין זאל באצאלען, מוז זי נישט מאכן אזא געיט, אז די קינדער זאלן נישט קענען דורך קריכען, ווייל אפי' די קינדער קענען דורכקריכען, וועלן זיי סיי ווי נישט גיין אויף די רייד'ס אליין, די עלטערען וועלן אזאנס נישט צולאזען.

סא וועלן זיי מאכן א געיט, וואס א קינד קען זיך בעצם דורך שטיפען, אבער פאר אן ערוואקסענער איז עס נישט גענוג גרויס. און זיי וועלן איין פלאץ לאזען א טיר, און ביי יענע טיר קען דאך די ערוואקסענער יא דורכגיין, אבער דאאאאארטט זיצט א שומר, און יעדע ערוואקסענער וואס קומט אריין דארף באצאלן!!

יעצט איז נאר א שטילע טובה אז די קינדער שטיפען זיך אריין אין פארק דורך די שמאלע צוים, ווייל איינמאל זיי זענען אינעווענדיג, וועלן זיי נאר מער מיטשענען די עלטערן אז זיי - די עלטערען - זאלן אריינקומען, זיי זענען דאך שוין גאר שטארק אנגערייצט צו גיין אויף די רייד'ס, און דאס ווייסען זיי אז אן די עלטערען קענען זיי נישט. און אזוי וועלן די עלטערן באצאלען, און די פארק מאכט געלט.

יעצט לאמיר זעהן די נמשל.

מיר האבן אטאמען פון היידראדזשין. היידראדזשין אטאמען - ווי אלע אטאמען האבן דריי חלקים, און איינ'ס דערפון איז "עלעקטעראנ'ס" - לאמיר אנקוקען די "עלעקטעראנ'ס" ווי די עלטערען, און די "נקליעס" וואס ליגט אינמיטן דעם אטאם, וואס איז די אנדערע צוויי חלקי האטאם - די פראוטאן און די נוטראן - זיי זענען די קינדער.

אויך האמער אקסידזשען אטאמען. די אקסידזשען אטאמען זענען די "רייד'ס אין די פארק פון אונזער משל.

די קינדער זענען צוזאמען מיט די מאמע'ן. אלס א היידראדזשין אטאם, און צוזאמען ווילען זיי גיין אויף צו די רייד'ס - די אקסידזשען אטאם - און מאכן אינאיינעם "פאן", אדער אין די נמשל "וואסער".

וועלמער טון אזוי.

מיר וועלן קודם צוטיילן די "קינדער" = די "נוקליעס" , פון די עלטערן = די עלעקטעראנ'ס , און לאזען די נוקליעס "לויפן" צו די רייד'ס - די היידראדזשין אטאם.

איינמאל זיי זענען דארטן, וועלן זיי "שלעפען" די עלטערן - די עלעקטעראנ'ס -, זאלן אויך אריבער קומען. און זיי וועלן עס טאן פאר צוויי סיבות, איינס ווייל זיי ווילען זיך צוזאם שטעלען צוריק, און דערנאך ווייל זיי ווילען גיין ווייטער, און מאכן וואסער. און נישט נאר זיי וועלן שלעפען די עלעקטעראנ'ס , די עלעקטעראנ'ס וועלן אויך ווילען לויפן! זיי ווילען זיך דאך אויך צוזאם שטעלען, און דערנאך מאכן וואסער.

האמען שוין צוויי כוחות, וואס ווילען שלעפען/לויפן פאר צוויי סיבות, דאס איז גאר א שטארקע כח. 4 כוחות צוזאמען.

אבער דא קומט אריין אונזער ווייער! מיר גייען לאזען די עלטערן - די עלעקטעראנ'ס - גיין צו די קינדער - די "נוקליעס", נאר דורך א ווייער, און אז זיי וועלן בלית ברירה נעמען דעם וועג, וועלן מיר בדרך אגב ...... האבן לעקטער!

יעצט לאמיר זעהן ווי מען שטעלט אויס אזא זאך.

די ערשטע זאל איז צו נעמען - ווי ביי די בעטערי - צוויי קאמפארטמענ'ס. אין איין קאפארטמענט וועלמער אריין לייגען די היידראדזשין, און אין די אנדערע קאמפארטמענט וועלמער אריין לייגען די אקסידזשען. און ווי ביי די בעטערי, גיימער מאכן א וואנט אינצווישען די קאמפארטמענט'ס, וואס זאל נישט דורך לאזען די אטאמען פון די צוויי מינים איינעם צום צוווייטען.

אבער דא קומט אריין די טריק! די וואנט צווישען די צוויי קאמפארטמענט'ס - אנדערשט ווי ביים בעטערי, ווי "גארנישט" קען דורכגיין - וועלמער מאכן די וואנט אביסעל מיט א טריק.

די וואנט וועט טאקע נישט לאזען דורכגיין קיין "גאנצע" היידראדזשין אטאמען, אבער אויב איך וועל צוטיילן דען היידראדזשין אטאם, אפטיילן די עלעקטעראנ'ס פון די נוקליע'ס, וועט די נוקליעס יא קענען דורכגיין! און די "עלעקטעראנ'ס? זיי וועלן בלייבן סטאק, "אליין און עלענד" אין די קאמפארטמענט! די מאטריאל פאר אזא "וואנט" איז דא אין די נאטור.

די "נוקליעס" וועט דאך אין ערשטען געלעגענהייט לויפן צום אנדערן קאמפארטמענט, אמער דארט ווארט דאך די אקסידזשען אטאמען, וואס צוזאמען קענען זיי מאכן וואסער, און די "איבריגע" חלק היידראדזשין אטאם - די עלעקטעראנ'ס - וועט זיכען א וועג ווי אזוי אנצוקומען אהין, סיי ווייל ער וויל גיין און סיי ווייל זיינע שותפים רופען אים, וועלמער אים געבן א וועג נאר דורך א ווייער, און מיר וועלן האבן לעקטער!

אבער איין זאך פעלט נאך אויס.

די היידראדזשין אטאמען זענען דאך צוזאמען, און צוזאמען קענען זיי נישט דורכגיין, אנצוהייבן די רייץ.

אויף דעם איז די עצה, אז די קאמפארטמענט אין וואס מיר וועלן אריינלייגען די היידראדזשין אטאמען, וועט מען מאכן פון אזא מאטריאל וואס "שפילט" זיך ארום מיט די היידראדזשין אטאמען, און מאכן אז די היידראדזשין אטאמען זאלן זיך פון זיך אליינ'ס אפטיילן. און די רגע וואס זיי ווערן צוטיילט, וועט די חלק וואס קען גיין, לויפן צו די אנדערע קאמפארטמענט, וועט עס גורם זיין אז די אנדערע חלק זאל אויך ווילן לויפן.

אזא מאטריאל וואס וועט דאס טאן צו די היידראדזשין אטאמען, איז דא אין די נאטור. און מען דארף גארנישט אויפטאן קיין חידושים עס צו באקומען.

האמער שוין א פערטיגע זאך!

מיר מאכן צוויי קאמפארטמנט'ס, איינ'ס לייגן מיר אריין היידראדזשין אטאמען, און יענע קאמפארטמענט איז פון אזא מאטריאל, וואס וועט גורם זיין אז די היידראדזשין אטאמען זאלן זיך צוטיילן, דערנאך האמער נאך א קאמפארטמענט ווי מיר לייגען אריין די אקסידזשען אטאמען. און אינצווישען לייגט מען א "וואנט" וואס לאזט נאר דורך די "נוקליעס" פון די היידראדזשין אטאמען, און נישט די "עלעקטעראנ'ס", און מען לייגט א ווייער, פון איין קאמפארטמענט צום צווייטען, און מען לאזט לויפן!

יעצט אזוי לאנג ווי מען וועט אריינפאקען פרישע "היידראדזשין" אין איין קאמפארטמענט, און פרישע אקסידזשען אינעם צווייטען, וועלמער כסדר האבן לעקטער!

און אנדערשט ווי אנדערע סארט ענערגיע קראפטן, וואס די אפפאל - די "ביי פראדוקט" - איז למשל רויך ביי קוילן, אדער "אויסגעניצטע" נוקליער ראד'ס ביי נוקליער פלענט'ס, (וואס בלייבט "פעאפעסטיגט", און מען מוז עס באגראבען), וואס איז די אפפאל פון אזא סארט מאטאר פון היידראדזשין , וואס געט זי ארויס??

וואסער!!

איז דאך עס גאר גוט פאר די ענווייערמענט! עס געט נישט ארויס קיין שעדליכע מאטריאל. און אויף פארשטייט זיך אז עס איז שטיל, אזעלעכע
"טראנזאקציעס" האלטן דאך אינ איין געשען אין די וועלט, אין די נאטור, און מען הערט עס דאך נישט, פונקט ווי ווען א בעטערי ארבייט הערט מען עס נישט. איז עס נישט נאר "קלין", עס איז שטיל אויך!

און נאך איין זאך. בשעת די אטאמען שטעלען זיך צוזאם, סיי די היידראדזשין חלקים איינ'ס צום צווייטען, און סיי די היידראדזשין מיט די אקסידזשען צו מאכן די וואסער - איז ווי אויבן געשמועסט -, דאס געט אליין ארויס א "כח", נאר דא איז עס סאך "איידעלער", ווייל עס איז קאטראלירט, "אביסעל" אויף אמאל, אבער עס געט נאך אלץ ארויס א "כח". איז די כח אליינ'ס קען מען אויך ניצען! האמער שוין צוויי קוועלער פון ענערגיע! איינ'ס איז די ענערגיע וואס געשענט ווען די עלעקטעראנ'ס גייען דורך די ווייער אויפן וועג צום תיקון, און סיי די ענערגיע וואס ווערט בשעת די תיקון געשענט טאקע!

יעצט לייג איך א בילד.

די לינקע זייט אויבן זעהט מען די היידראדזשין אריינקומען. און דארט איז ווי זיי ווערן צוטיילט, די עלעקטעראנ'ס פון די "נוקליעס".

אינדעמיט זעהט מען די "וואנט" און דארט שטייט "היידראדזשין אייאנ'ס" וואס דאס איז "ארימע" אטאמען, אן קיין עלעקטערא'ס נאר די "נוקליעס" אליין - ווי אויסגעשמוסט אינעם אטאם אשכול באריכות - און נאר זיי קענען דורכגיין די וואנט.

אויבן זעהט מען די "ווייער" פון ווי די "עלעקטעראנ'ס" וועלן דורך גיין, פון די לינקע זייט צו די רעכטע זייט, זיך צוריק צוזאם שטעלען, צוריק אויף א "גענצע" היידראדזשין אטאם, און דערנאך מאכן די וואסער.

און אין די רעכטע זייט אויבן, זעהט מען די אקסידזשען אריינקומען. און אינטען זעט מען די פלאץ ווי די וואסער - וואס ווערט דארט פראדאצירט - וועט ארויסגיין.

אינטען די ווערטער "ענאוד" און "קעטאוד" דאס זענען פשוט די סיינטיפישע טערמינען, פאר אטאמען וואס ווערן צוטיילט, און ווערן צוזאם געשטעלט. סא ביי די לינקע זייט איז די "ענאוד" דארט ווערט די היידראדזשין אטאם צוטיילט, און אויף די רעכטע זייט שטייט "קעטאוד" ווייל דארט ווערט עס צוריק צוזאם געשטעלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 03, 2013 12:16 am
דורך לכתחילה אריבער
אזוי ווי עס האט זיך אזוי געמאכט אין די זעלבע צייט, איז די אשכול געווידמעט פאר די 6000 סעלעבראציע!

ברויך מען אצינד אריבער שלעפען די אשכול אין ריכטיגען פלאץ. אפשר אין "טעכנעלאגיע", אדער - ווי עטליכע האבן שוין אויפגעברענגט - מען זאל מאכן א עקסטערע "וויסענשאפט" פארום. יעצט איז עס שוין מער שייך, מיר האבן "הייליגע קינדער" וואס שטעלט צו פיינע סחורה.