כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2007 2:40 pm
דאס איז א באקאנטע מאמר חז"ל. דאס ווערט אויסגעטייטשט דורך פריערדיגע, אז א מענטש קען נאר טרעפן חסרונות ביי יענעם, אבער ווען ער זעלבסט האט די חסרונות ווערט ער פלוצלינג בלינד, און ער זעהט נישט אז ער אליין האט אויך דעם זעלבן חסרון.
פיל מאל קען מען זעהן אינעם טאג טעגליכן לעבן, ווי א מענטש זוכט - און טרעפט געווענליך - פעלערן ביי יענעם, אבער ווען ער אליין וועט האבן דעם זעלבן חסרון אדער באגיין דעם זעלבן אומרעכט, וועט פלוצלינג אלעס ווערן כשר וישר.
איך קען ברענגען אסאך ביישפילן, וואס איך זעה יעדן טאג ביי מענטשן. טאג איין - טאג אויס.
אבער צי וואס פעלט אויס צו ברענגען א ביישפיל פון יענעם, ווען כ'קען ברענגען א ראי' פון זיך אליינס?
כ'ווייס, ס'איז נישט עטיש אויסגעהאלטן... אבער דאך וועל איך עס פרובירן צו טון.
איז די מעשה אזוי. ווי באקאנט, איז דא אזא געוויסע סארט מאשינקעלע, וואס מענטשן וואס הערן נישט גוט, טוען זיך אן אויף די אויערן, און דאס איז גורם אז מ'זאל שוין קענען גוט הערן. אויף ענגליש רופט זיך עס א bluetooth, און אויף אידיש גלייך איך עס צו רופן "חלזון-ציין".
אלזא, דער חלזון-ציין איז ערשינען מיט עטליכע יאר צוריק, און אזוי ווי מיט יעדע טעכנעלאגיע, האט זיך עס שנעל אריינגעכאפט ביי היימישע אידן. וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט און וואו מ'זיצט אדער מ'ליגט אדער מ'לויפט, קען מען זעהן א גרויס-מאכער מיט א ציינדל אויפ'ן אויער, שיניו באזניו, און ער רעדט נעבעך צו זיך אליין. עכ"פ אזוי דאכט זיך אויפ'ן ערשטן מינוט. ווען מ'גייט צו נענטער און מ'בליקט אונטער'ן פיאות זיינעם, געט מען זיך א ציה צוריק, מ'זאגט אנטשולדיגט, מ'געט נאך צו א רחמנות'דיגן בליק, און מ'גייט ווייטער.
נישט איינמאל האב איך געטראכט צו מיר: 'נעבעך, א נישט-געזונטער איד. ער איז נישט מיט אלעמען איז ער. ער שפאצירט אויפ'ן גאס שפאצירט ער, און ער רעדט צו זיך אליין רעדט ער.'
נישט איינמאל האב איך געפרעגט אזא איינעם: "זאג נאר, דו רעדסט צו מיר אדער צו דיין ציין?"
מער פון איין ווערטל איז שוין ביי מיר אין מוח געבוירן געווארן אויפ'ן חשבון פון די חלזון-ציין גייער, צ.ב.ש. אז א געווענליכער מענטש האט פינף מוצאי הפה, און די ציין איז בלויז איינע צווישן פינף, משא"כ ביי די מענטשן גייט אלעס דורך די ציין... אדער, ווען די bluetooth מאכט קונצן און ס'כאפט נישט געהעריג, זאג איך אז יענער 'קריצט' מיט די 'ציין'... אדער, ואף אתה הכהה את שיניו... אדער, אז דער איד איז נעבעך געבוירן א קאליקער, ס'וואקסט אים א ציין אין אויער... אדער, ווען די מאשינקעלע איז שמוציג, זאג איך אים אז ער זאל גיין צום דענטיסט און זיך פוצן די ציין... אדער... איך געדענק שוין אליין נישט. חבל על דאבדין ולא תתפרקין ולא תתשזבין.
הכלל, דאס איז אלעס ווען 'יענער' גייט דערמיט.
משא"כ ווען איך האב באשלאסן אז 'איך' וועל אויך גיין מיט אזא מאשינקעלע, דאן איז שוין די שיך אויפ'ן אנדערן פוס - כ'מיין, די ציין אויפ'ן אנדערן אויער.
פון איין טאג צום צווייטן, איז געווארן א 'נארמאלע' זאך ארומצוגיין ווי א משו... מיט א בליצערל אויפ'ן אויער. פון איין טאג צום צווייטן, איז געווארן פארשטענדליך אז דאס איז א זאך וואס פארגרינגערט דאס לעבן גאר שטארק. פון איין טאג צום צווייטן, איז באשלאסן געווארן אז מ'דארף זיך מער נישט שעמען צו רעדן צו זיך אליין. פון איין טאג צום צווייטן, איז געווארן אן אנגענומענע זאך צו גיין אויפ'ן גאס און אריינהאקן אין א צווייטן, און זיך אפילו נישט אנטשולדיגן. פון איין טאג צום צווייטן, איז געווארן א רוטין צו זיין צוגעקלעבט צום חלזון-ציין, גיין און קומען דערמיט, אויפשטיין און זיך לייגן דערמיט, עסן און דאווענען דערמיט, און וואס נישט.
איי, נעכטן האסטו דאך די אלע זאכן אנגעקוקט ווי א משוגעת? נעכטן האסטו דאך געהאלטן אז ס'פאסט נאר פאר חסרי דעת? נעכטן האסטו געהאלטן אז ס'איז מאדנע צו שפאצירן אויף די גאסן און זיין א מדבר אל עצים ואבנים ושיניים?
לא קשיא. הא לן והא להו. דאס איז ווען 'יענער' טוט עס, און דאס איז ווען 'איך' טוה עס.
אין לשון המשנה זאגט מען עס: כל הנגעים אדם רואה - חוץ מנגעי עצמו!