מי מנוחות - אייוועלט זומער אויסגאבע #1

די אחראים: אחראי, געלעגער

אייוועלט אויסגאבע
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2013 12:52 pm

מי מנוחות - אייוועלט זומער אויסגאבע #1

תגובהדורך אייוועלט אויסגאבע » מיטוואך יוני 19, 2013 2:01 pm

מיט גרויס סאטיפיקאציע און פרייד עפענען מיר דעם אשכול ווען עס איז ענדליך אנגעקומען דער טאג אויף וועלעכע אזויפיל האבן געווארט. נאך וואכן טעג און פולע שעה'ן ארבייט זענען מיר שוין גרייט ארויסצוגעבן די ערשטע הערליכע אייוועלט אויסגאבע מיטן נאמען "מי מנוחות".

ווי געלעגער האט געמאלדן פון די ערשטע מינוט איז דאס א פרייע אויסגאבע ארויסגעגעבן דורך מיר אלע צוזאמען, שרייבער פון אונזער היימישער שטעטל "אייוועלט" און נאר מיט די שותפות'דיגע ארבייט פון אלע ניקס אינאיינעם איז ארויסגעקומען אזא שיינע פראדוקט.

מיר פרייען זיך צו מעלדן אז פון אונזער חלום איז ארויסגעקומען א ריאליטעט און מיט די קוראדזש האפן מיר אי"ה צו גיין ווייטער און ארויסקומען מיט נאך אויסגאבע'ס אין קומענדיגע געלעגענהייטן - ווי געמאלדן.

אזויווי געלעגער אליינס שרייבט נישט די תגובה ווילן מיר אריינשווערצן - אן זיין רשות - א ריזיגען דאנק פאר אים, ווי יעדער ווייסט איז ער אין זיין קורצע צייט אלץ אחראי שוין אויפגעקומען מיט עטליכע שיינע געדאנקן און ארויסגעברענגט אסאך מכוח אל הפועל, גארנישט ווייניגער איז דאס מיט אונזער אויסגאבע וואס יעדער ווייסט אז ער האט זיך אינטערגענומען די פראיעקט און ער האט דאס אויסגעפירט ביז די ענדע.

צו די זעלבע צייט האבן מיר אויך א שטיקל בקשה פונעם ציבור. די אויסגאבע וועט אי"ה ארויסגעלייגט ווערן דא אויף אונזער וועלט'ל מיט א דירעקטע לינק צו דאנלאודן די PDF פייל, אבער אזויווי די אויסגאבע איז ארויסגעגעבן געווארן מהנה צו זיין מענטשן און מיר בעטן נישט קיין געלט דערפאר, ווילן מיר אבער בעטן אז מ'זאל דאס נישט עקסטערע ארומשיקן אין א פריוואטע PDF פארמאט - אן די לינק צו אונזער וועבסייט. אויב עמיצער דארף דאס, ביטע שיקט אים די לינק צו אונזער וועב סייט און ער זאל דאס דא קוקן כדאי עס זאל זיין זה נהנה וזה נהנה. אונזער וועלטל זאל דערפון הנאה האבן פונקט ווי איר זעלבט.

מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן דערפון, מיר ווילן און ווארטן צו הערן קאמפלימענטן און קריטיק צוגלייך. כדאי צו קענען אנגיין ווייטער און איר זאלט הנאה האבן מוזן מיר הערן אייערע הערות און געדאנקן אלזא האלט דאס נישט אין אייך, לאזט אייך הערן, שיקט אונז א אימעיל כדאי מיר זאלן דאס קענען פאררעכטן אין די צוקונפט.

מיר וואונטשן אלע שרייבער און ליינער צוגלייך א פרייליכן זומער. כי מלאכיו יצוה לך, צאתכם ובואכם לשלום.‎

מי מנוחות - אייוועלט.pdf
(8.28 MiB) דאונלאודעד 3720 מאל


שוואכערע ריזאלושען, ווייניגער MB
מי מנוחות - אייוועלט Low res.pdf
(2.89 MiB) דאונלאודעד 1250 מאל


פארשפרייט דעם מעסעדזש!
נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך יוני 19, 2013 2:11 pm

WOW
איבעריגע קאמענטארן וועלן נאכפאלגן..

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יוני 19, 2013 2:15 pm

וואס איז נייעס? יעדע ווארט מיט אן עקסטערע דגוש.
כענדיג צו מיין באנדאזש אשכול, כ'מוז ארויפקומען אויף די נעקסטע אויסגאבע.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך יוני 19, 2013 2:15 pm

איך האב נישט קיין ווערטער....
הנותן לשכוי בינה...

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך יוני 19, 2013 2:16 pm

דורכגעבליקט, א שיינע פרינטעד ביכל איז אויפן וועג צום פרינטער דא אין אפיס, און וועט געליינט ווערן ביי מיטאג איבעררייס אויפן לעדערנעם בענקל.
קאמענטארן וועלן נאכפאלגן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 19, 2013 2:19 pm

אייוועלט אויסגאבע אנטשולדיגט וואס איך גיי אייך שוין דיסיפוינטן קוים וואס איר זענט דא אריינגעקומען
קריטיק? נאו וועי פאר קיין שום געלט
קאמפלימענטן? אויך א גרויסן פייג, וואו קעניך אפילו אנהייבן, איך לאז עס פאר די וואס פארשטייען באמת דערצו
סאו איים ווערי סארי

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יוני 19, 2013 2:20 pm

WOW

אהה.... אםםם... אההה... אי..... ווא.....

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי ווערטערלאז ווי די מינוט וואס איך האב געעפענט די עטעטשמענט, דאס איז קלאר העכער די אלע ערווארטונגען פון די גרעסטע פארנטאזירער, העכער די פאראויסזאגן פון די אבנארמאלע אפטימיסטן, ס'לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל אז אזעלכע ארטיקלען איז געווארן געשריבן דורך מענטשן וואס זייער ארבעט איז נישט שרייבעריי, און צוזאמגעשטעלט דורך מענטשן וואס זייער ארבעט גרעניצט זיך נישט מיט רעדאקטעריי, א אויסגאבע מלא תוכן מלא ידיעות, און סתם אינטערעסאנטע הומאריסטישע ארטיקלען אינטערסאנט און באלערנד פאר יעדן עלטער, און דאס אלעס פאר אומזינסט אן קיין פעני באצאלט, נישט פארן שרייבער, נישט פארן גראפיקער און נישט פאר קיינעם וואס האט אנטיילגענומען אינעם פראיעקט, דיס איז אנבעליוועבעל...

יישר כח "געלעגער" און אלע אנדערע וואס האבן אריינגעלייגט דרויסע כוחות דאס זאל צושטאנד קומען.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » מיטוואך יוני 19, 2013 2:20 pm

..................

אזאנס האב איך שוין נישט געגלייבט געהעריג לכתחילה מיט די אלע אנדערע
אב זקן האט מען אויך געקענט אהערברענגן אדער עס איז א אלטע מעשות
פרינטער פרינט ..
FWD..
נישט פארגעסן א שכח פאר געלגער נישט דא גענוג ווערטער
לעצט פאראכטן דורך moshele11211 אום מיטוואך יוני 19, 2013 2:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יוני 19, 2013 2:22 pm

אוטששששש! יוי איז דאס געווען א צצצצצצציפ! יא איך בין וואַך, און עס איז וואָר!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יוני 19, 2013 2:22 pm

WOW WOW!!!
עכט האב איך געוואלט מאכן די WOW נאך גרעסער אבער דאס איז די גרעסטע וואס וואס מ'קען דא מאכן...

געלעגער, איך דארף דיך געהעריג איבערבעטן.. כ'האב דיך היבש אינטערגעשאצט. אזאנס אהערצושטעלן? דאס איז פיל העכער ווי אלע ערווארטונגען!!

שרייטס אלע אויס א ריזיגן הילכיגן יישר כח פאר געלעגער, פאר אלע שרייבערס, און פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן.

יישר כח!!!

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מיטוואך יוני 19, 2013 2:26 pm

נורא נוראות! אָסאַם!
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 19, 2013 2:27 pm

זעהט אויס זייער שיין; איין קריטיק האב איך נאר; עס פעלען די פרענומעראנטן!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך יוני 19, 2013 2:28 pm

נאך א מזל מיינע פינגער קענען נאך קלאפן ווייל איך בין שטום אן לשון, 44 בלעטער אהער געשטעלט אין אזא קורצע צייט, איך האב דורך געבליקט די ארטיקלן און סזעהט אויס געוואלדיגע סחורה, איך קוועטש אויס די גרעסטע שכויעך פון מיינע לונגען וואס איז לעבן די הארץ פאר אלע וואס האבן זיך אוועק געגבן פאר אזא הערליכע ארבעט אן מעני מאר טו קאם.
אבער קריטיקירן מוז איך אויך זאפארט, פארוואס קומט ארויס חלק ב' הערשט מיטוואך מטו"מ?? פנחס איז עפעס א מפיל קינד?? איך האף אז דאס איז נאר געווען א טעות הבחור הזעצער און טאמער מיינט איר דאס ערענסט העלין מיר מוזן אונטער נעמען א פאטיציע דרייוו.
טענקס עגען ענד קיפ אפ.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך יוני 19, 2013 2:30 pm

וואס איז געווארן מיט די אינטערוויא פון קרעמער?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך יוני 19, 2013 2:30 pm

דער תהלים איד אין די אנדערע אשכול האט געשריבן:44 זייטן!

WOW!

קאנגראטולאציע געלעגער פארן פארמירן א חלום צו א מציאות!!!

==

מיין פרינטער שיסט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך יוני 19, 2013 2:33 pm

................................................................

די אויבערשטע ליינס זענען די ווערטער וואס איך האב נישט!

א מייסטערהאפטער ארבעט (דא רעד איך ווייטער ווי דערמאנט) ...................................................................

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 19, 2013 2:36 pm

WOW

הערליך!!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מיטוואך יוני 19, 2013 2:37 pm

תרנגול האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט די אינטערוויא פון קרעמער?


קומענדיגע וואך אי"ה

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 19, 2013 2:37 pm

תרנגול האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט די אינטערוויא פון קרעמער?


אדער כאטש א זכרון להולכים...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מיטוואך יוני 19, 2013 2:38 pm

יוראפ האט געשריבן:אייוועלט אויסגאבע אנטשולדיגט וואס איך גיי אייך שוין דיסיפוינטן קוים וואס איר זענט דא אריינגעקומען
קריטיק? נאו וועי פאר קיין שום געלט
קאמפלימענטן? אויך א גרויסן פייג, וואו קעניך אפילו אנהייבן, איך לאז עס פאר די וואס פארשטייען באמת דערצו
סאו איים ווערי סארי

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך יוני 19, 2013 2:39 pm

מי מנוחות - אייוועלט.pdf(8.28 MiB) געדאון לאודעד 104 מאל
הנותן לשכוי בינה...

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 19, 2013 2:40 pm

מ ורא'דיגע געוואלדיג די ריכטיגע ווערטער אין מויל איז נישט א
י עדער שטייט און שטוינט אויף די הערליכע ארבעט אזו י
מ מש כזקן ורגיל אהערצושטעלן אזא שיינע אויסגאבע שפאגל ני י
נ עמט אן די ברכות פון אלע אייערע ליינער מעומק לבבינ ו
ו יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידיכם ולא יצא מכשול מתחת ידינ ו
ח ברינו היקרים וועלן פרובירן צו שטיין צו הילף מיט ארטיקלען גוט ע
ו וייל סוכ"ס וועלן מיר אלע הנאה האבן דערפון נוצר תאנה פריה יאכ ל
ת ם ולא נשלם איך מוז אבער ענדיגן ווייל איך הער שוין מיין בעה"ב טרי ט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 19, 2013 2:42 pm

נישט גלויבליך! נישט גלויבליך! נישט גלויבליך! נישט גלויבליך! נישט גלויבליך! נישט גלויבליך! נישט גלויבליך! נישט גלויבליך!

געלעגער כ'האב נישט די ווערטער!! כ'האב געמיינט ס'גייט זיין א 4 סייד גליון, שוין מהיכי תיתי. אבער אויף אזאנס, און אפי' נאר נאנט צו דעם האבעך נישט געחלומ'ט! יא, אפי' האסט מיר געשריבן אין אישי אז ס'קומט א WOW, דאך בין איך מעידזשער סופרייזט! כי לחי!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך יוני 19, 2013 2:48 pm

עס איז מיר געוועהן א גרויסע סופרייז
סתם אזוי אז עס גייט ארויס קומען אזא זאך, געדענק איך נישט אז איינער זאל האבן געמאלדן אזא זאך, טאקע א שאד איך וואלט אויך צו געהאלפן מיט וואס מען קען, איך האב ליב אזעלכע זאכן צו טוהן..

דער עצם געדאנק איז דאך גאר גוט פארשטייט זיך אבער נאכן אדורך בליקן בין איך געווארן גאר שטארק אנציגט, אין עס ליגט אין דעם גאר א געוואלדיגע ארבעט, איך האלט אפי' אז עס שטייגט איבער דער שטערן וכו' כל המאגאזינין למינייהו, ווייל עס קוקט אויס מער א אויסגעהאלטענע זאך,

איך מיין פערזענליכע מיינונג איז מען זאל עס פאר קויפן אין די געשעפטן אין מזכה זיין דער ברייטע ציבור אין דער קינדער ספעציעל אין אוודאי וועט זיין גאר א גרויסע הצלחה..
参考专家

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך יוני 19, 2013 2:52 pm

ווי זאגט סאכדעס... וואסי נייעס? מיטן דגוש!

ניטאמאל בהקוץ האב איך געקלערט אז עס קומט אזונס, אוודאי נישט אין חלום.

שפאר מיר זיך די וואך פון קויפן אויסגאבעס אויף שבת.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט