די נסיעה קיין פרומוויל חלק ב'
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 17, 2013 2:24 pm
חלק א'
ס'דערנענטערט זעך דער גרויסע טאג ווען מ'גייט פארן מערצעשעם קיין פרומוויל, דזשולענד. ס'ערשטע זאך ברויך מען מאכן א נייע פאס. [פ' דגושה. אדער אין יידיש גערעדט, געפינטעלע פ' (בד"וו דער פ' פון געפינטעלטע איז אויך געפינטעלט).] טאמער איינער וואונדערט זעך פארוואס איניש גוט מיין אמעריקאנע פאס עלעך מסביר זיין. זינט 9\11 (ביינונז חסידים שרייבט מען רעכטס אויף לינקס) איניש אזוי גרינג צו מאכן א בילד פארן פאס.
דער מעריקאנע רעגירונג האט דיסיידעד אז ס'בעסטע וועג צו כאפן טעראריסטן וועט זיין דורך פארדרייען דער מענשהייט א קאפ ביים כאפן דעם פאספארט בילד. מ' דארף אויסטון דעם הוט, די גלעזער, די פאלשע ציין, א.ז.וו. מ' דארף צאמדרייען די פיאות און אריינקניפן דער בארד און חלילה נישט שמייכלן. עיניך לנכח יביטו אונעוואדע נישט בלינקן.
דאגעגן ווען מ'פארט צו פרומוויל איז פונקט פארקערט. דארט איז נאר גילטיג א חסידישע צורה פאס. דיקע פלאסטיק ברילן (נישט די געאסערטע סארט), צופלויגענע פיאות און א לאנגע בארד. דער הוט דארף זיין לכתחילה א ברייטע ביבער און בדיעבד א הויכע ביבער. דער וואס טראגט א שטאפענע (אפילו א טשולענט טאפ) מוז מאכן א וויזע אולי יחנן בשעת הדין.
דער בילד ווערט געמאכט פון א מרחק מ'זאל קענען אריינעמן דער גאנצע מענטש צו זען אויב ער טראגט א גארטל, און שטייצעך דער בארד מוז זיין ארויסגעלאזט. דער וואס קומט מיט א געקניפטע בארד ווערט ארויפגעזעצט אויפן נעקסטע פלעין אהיים, און אויב ס'ז ל"ע ול"ע 'געפוצט' קע'מען זיצן זעקס חדשים...
פרויאישע פאסן האבן אויך בילדער אבער די פנימער ווערן איבערגעפארבט מיט שווארצע מעדזשיק מארקערס. [אין די בראשית יארן פון פרומוויל פלעגט מען אינגאנצן אפמעקן דער בילד מיט פוטו-געשעפעט באט נאך די 'קלינערי הילטען' פרשה מיט דער בלאט האט מען אויפגעהערט.]
נעבן דעם דעיט אוו בערטה שטייט צוגעשריבן עמו"ש לאוי"ט. אנשטאטס דער משפחה נאמען שטייט בן פלוני ובן פלונית. דער נומר פונעם פאס איז אויסגערעכנט לויט א גימטרי'. ביי עמערדזשענסי קאנטעקט נאמבערס שרייבט מען געווענליך די נאמבער פון הצלה און פון רבי'ן...
עניוועי, געמאכט א פאס, איינגעפאקט געפעק, און כ'בין געפארן צום עירפארט. דער מענטש האט גענומן מיין פאס און טיקעט, און געפרעגט די געווענליכע פראגעס: אלעס איז דיינס? האסט אליין איינגעפאקט? האסט מיטגענומן טלית און תפילין? האסט א שטיקל מזונות אויף תפלת הדרך? האסט געקושט די מזוזה? ביזט ארויס מיטן רעכטן פוס? האסט שוין געלייגט געלט אין רמבעה"נ? האסט דיך מזכיר געווען ביים חצות כולל?
כאבעם פארציילט דר'אמת אז כ'בין א שליח להולכה מיטצונעמן א פעקל פאר א חבר (יענער האט מעך געפרעגט אויב כ'קען מיטנעמן ממש א קלייניגקייט, בערך אזוי גרויס ווי א תפלת השל"ה...ווען כ'האב מסכים געווען האטער מעך געברענגט א קליינע פרידזשידער...).
דער באאמטער שרעקט זיך נישט פון דעם נאר ער לייגט צו נאך א שאלה: שומר חינם אדער שומר שכר? כ'אבעם געזאגט מיט א שמייכל 'שומר שבת', באט ער איז נישט געווארן עמיוזד בלע"ז. ר' איד, זאגט ער, די שאלות זענען פאר דיין אייגענע סעיפטי סאו פליז נעם עס סיריעס...
כ'מיין אז פון דעם אליין האטער באקומן א קרום אויג אויף מעך, סאו אפשר וועגן דעם איז געשען וואס כ'גיי ווייטער פארציילן...
זוי באלד ווי כ'האב ארויפגעלייגט מיין רענצל אויפן וואג מאשין האט דער באאמטער געקוועטשט א קנעפל און לארעמס האבן גענומען פייפן, לעמפ האבן געבליצט און פון אלע זייטן זענען געקומן צו לויפן שומרים מעמבערס (סעקיוריטי בלעז) מיט אויסגעשטרעקטע וואקי טאקיס און האבן געשריגן כ'זאל הייבן מיינע הענט אין די הייעך...
א ברייט-ביינערדיגע שומר מיט פיאות ארום די אויער געבט א שריי 'קני אויפן ערד און האלט דיינע הענט וואו מ'קען זיי זען...'
פון דער צווייטע זייט שרייט אנאנדערע 'ח"ו! נישט קניען!'
א דריטע קומט צו לויפן און בנוסח טיש-שטופן ווארפט ער מיין הוט... בקיצור ס'ז געווען יו"ט אין די עירפארט...
אני הקטן ווייס נעבעך נישט וואס זיי ווילן פון מיין לעבן האבן...פונקט מיר פון אלע מענטשן זענען זיי חושד כ'בין א טעראריסט??? אמער כ'שריי אפילו נישט ווען איינער טראגט מיטן עירוב...
עניוועי מ'האט מעך אריינגענומן אין א צימער און אויסגעפרעגט קשיות בערך אנדערהאלבע שעה זיכער צו מאכן אז כ'בין אנעכטע חסידישע איד. זיי האבן געפרעגט למשל:
1. וועלכע סו"ז תפלה האלטסטו?
2. ווילאנג נעמט פארטיג ווערן מיט הכנות?
3. ביז ווי שפעט מעג מען דאווענען מנחה?
4. וואס ברויך א לענדלארד צושטעלן לויטען געזעץ?
און נאך אזעלכע טריק קוועסטשענס* ביז זיי האבן זיך איבערצייגט אז כ'בינישט קיין פארשטעלטע טעראריסט.
בעפאר זיי האבן מעך ארויסגעלאזט האבעך זיי געפרעגט פארוואס מ'האט מעך חושד געווען בכשרים. תחילת האבן זיי נישט געוואלט ארויסגעבן זייערע סודות באט כ'אב איינם אריינגעריקט א צוואנציגער האטער מעך מגלה געווען:
דו האסט געזאגט אז דו פארסט איבער שבת באט דיין רענצל האט געוואויגן ווייניגער פון זיבעציג פונט...
המשך יבא אי"ה...
*(בד"וו די ענטפערס זענען (1) וואס איז ס"ז תפלה? (2) ווענציך ווילאנג קולמעבאסער רעדט (3) ביז מעריב (4) ס'הייסט לענלאר...)

(נישט אז די ערשטע איז נישט גוט געווען, ס'איז נאר אן אויסדריק...)