די נסיעה קיין פרומוויל חלק א'
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 2:43 pm
מיר האבן געטראפן אן ארטיקל וואס א איד האט געשריבן סאמטיים אינם עתיד, און לתועלת וזיכוי הרבים לייגמער עס דא ארויף
כ'זץ מעך אזוי אין מיין אפיס און ס'פארגליסט מעך צו פארן קיין פרומוויל...עטס ווייסטס, דער פריש געגרינדעטע לענדעלע וואו אלעס פירט זיך עפ"י תורה ועפ"י חסידות ועפ"י הרבנים ועפ"י המחמירים א.ז.וו.
[וויזוי ס'קען זיין להלכה? ערעב איד, כ'בין נישט קיין דאיען, זאלן די גרויס פוסקים אויסארבעטן די הלכה חלק, איך וועל נאר אראפלייגן די מציאות. (בדרך משל אפשר בזמן שהביהמ"ק היה קיים [אדער פארקערט, בדרך אפשר למשל בזמן שהביהמ"ק היה קיים], אדער ווען משיח גייט קומען, אדער אונטער די UN א.ז.וו. – יעדער קען פרעגן ביי זיין מורא רעה...)]
כאמעך שוין פון לאנג איינגעוואוינט צו טון אלע מיין שאפינג אנליין ווייל ס'ז גרינגר און שנעלער, סאו כ'טריי אריינצולאגן אינם געפילטערטן 'מצודה-פרוסה' (אזוי הייסט עס היינט). וויבאלד כ'וויל דעך פארן אויף דעם שבת און מ'האלט שוין מיטוואך טרייעך גלייך ביי ווו.סוףזמן.בסד (מלפנים לעסטמינוט.קאם)...
מיין קאנעקשאן איז אביסל סלאו היינט (ביינונז רופט מען דאס א 'שוואכע חבורה'), און ביז ווילאנג דער פעידש לאוד ווייזטעס א בילד פון צוויי גבאים מישן א ס"ת...לאודינג...לאודינג...לאודינג...בומפס! א מעסעדש:
אונז זענען אנטשולדיגט אבער מיר קענען נישט באהעפטן דיך\אייך צום אינטער נעץ ווייל אונזער אויפצייכונגן ווייזט אז דו\איר ביזט\זענט א מאן. דער אינטער נעץ וועט זיין עוועילבל נאר בין הסדרים.שוין, סעמיר גוט, כ'על מוזן ווארטן ביז האלב נאך איינס. אזא פנים האטעס ווען די ליטווישע רבנים מישן זיך אריין אינם אינטערנעט... וויזוי כ'ווייס ס'די ליטווישע? העלאו, האסט נישט געזען דער 'יידישע' מעסעדש? [דאס איז זיכער א דזשאב פון גוגל טרענסלעיט.]
עט ליסט איין מעלה אי'דא אז ס'ז פון די ליטווישע אז האלב נאך איינס מיינט האלב נאך איינס...
עניוועי, כאניש קיין געדולד צו ווארטן אזוי לאנג, טריי איך צו מאכן א 'חבורה תחת חבורה' – כ'על קאנעקטן אויף מיין שכינה'ס ווייפיי. עט ליסט אזוי האבעך געמיינט, באט דער אויבעשטער האט אנדערש געוואלט. ווי זאגט דארט דער פסוק, רבות מחשבות בלעקיש...
די ווייפיי אליין איז גראדע געווען אפן באט זי האט א הויכע לעוועל פילטער און ס'האט געוואלט זיכער מאכן אז כ'בין טאקע אן אשה צדקנית. וויזוי? דורך פרעגן עטליכע שאלות וואס נאר פרויען קענען ענטפערן...נו גיי ווייס... כהאב אפילו געטרייד צו טון וואס כ'טו איייביג ווען כ'בין סטאק – ווו.גוגל.קאם, באט כאדעך נישט געהאט קיין קאנעקשאן... (גוגל איז איינס פון די זאכן וואס איז נישט בטל געווארן ווייל אידן קענען נישט לעבן אן דעם, זוי ווי למשל כל העולם כולו, סחוג און פרי-פעקד צען ברעקלעך ברויט)
(ס'האט מעך דערמאנט פון יענע מאל ווען כ'בין געווען אין דזשים און זיי האבן מעך געהייסן קומען מיט לויזע קליידער. האבעך געזאגט אויב וואלטעך געהאט לויזע קליידער וואלטעך נישט געדארפט גיין אין דזשים [פאר מער פרטים זוך אפיר איינע פון מיינע ערשטע ארטיקלן])
[פאר אינטרעסאנטקייט וועלעך ברענגן די שאלות (כאגעטרייד עטליכע מאל), לאמער זען אויב ענק קענען יא ענטפערן:
1. מיט וויפיל פאמיליע-מענטשן קען א פרוי גלייכצייטיג רעדן, אויסר איר מאן?
א. מאן+3 קינדער ב. מאן+7 קינדער ג. דער מאן איז עניוועי פארנומן אויף זיין סמארטפאון
2. peach איז...
א. א פרוכט ב. א פארב ג. אאוט אוו סטייל
3. א פרוי באקומט א הונדערטער פון איר מאן צו קויפן וויכטיגע גראסערי, וויפיל גייט זי למעשה ספענדן (מיט אויפשרייבן)?
א. 100 ב. 150 ג. זי גייט קויפן שיך און די גראסערי וועט דער מאן שוין אליין קויפן
ס'געווען נאך שאלות, באט יענע לאזעך פאר אנאנדערן ארטיקל מערצעשעם...]
עניוועי, טו מעיק עי לאנג סטארי אינטרעסטינג, כאניש געהאט קיין ברירה נאר צו רופן מיין טרעוול עידזשענט (ער'ז נישט ממש מיינס...יו געט דע פוינט) און באשטעלן דער טיקט דורך עים. עט ליסט אזוי האבעך געמיינט. מיין טרעוול עידשזענט – א מכה בדופן זאל עים אנכאפן – האט זיך לעצטענס איינגעארדענט א קאמפיוטערייזד ענסערינג מאשין... סעמיר אויפגעקומען אין קאפ די קאשמארן פון מיין עיר קאנדישען...
רינג...רינג...
דער טעלעפאון ווערט גענפערט און קודם כל העריך 'מוזיק' אין די בעקגראונד, איינע פון די לעיטעסט סינגלס פון א 'חסידישע' זינגער [ער'ז אנטדעקט געווארן אויפן 23סטע a jewish star]. מיטאמאל ווערט שא שטיל און א באסיווע שטימע הייבט אן רעדן:
אגוטן, איר האט דערגרייכט דרך הישר טרעוול, מיר זענען יעצט פארנומען מיט אנדערע קאאלערס און מיר וועלן זיין מיט אייך ווי אמשנעלסטן. אייער קאאל איז זייער וויכטיג פאר אונז. טאמער איר ווילט קענט איר טרייען דעם אוטאמאטישן וואויס סיסטעם.
כאדעך נישט געהאט קיין געדולד צו ווארטן האבעך געטרייד מיין לאק: איך וויל באשטעלן א טיקעט.
איך האב געהערט איר ווילט באשטעלן א טיקעט, איז דאס ריכטיג?
יא
כדי מיר זאלן קענען זוכן פאר אייך ביטע וועלט אויס איינס פון די צוויי אפציעס: טיקעט בל"נ, טיקעט אי"ה אדער טיקעט בעזה"י. פאר מער אינפארמאציע דרוקט 411#
411#
א טיקעט בל"נ איז ווען איר ווילט באמת פארן און איר מיינט עס ערנסט, א טיקעט בעזה"י איז ווען איר קלערט פון פארן נאר עס ווענד זיך אין פרייז, און א טיקעט אי"ה איז אויב איר ווילט פלעין פארדרייען א קאפ (אויב דער אויבעשטער 'וויל' וועט איר פארן).
טיקעט בעזה"י
איר ווילט איין וועג (הנקרא כל באיה לא ישובון) אדער ריטערן (הנקרא חוזר בתשובה)?
ריטערן.
צו וואו?
וואס הייסט צו וואו, צוריק אהער!
פון אייער לעצטע ענטפער קוקט אויס אז איר זוכט א טיקעט אי"ה...מיר וועלן אייך שוין טרענספערן...(מוזיק)...איר האט אויסגעוועלט א טיקעט אי"ה. ביטע נעמט אין אכט אז לויט די הוראת הרבנים ערלויבן מיר נישט קיין ביטול זמן, סאו גיימער יעצט אויפהענגען (טאמער ווילט איר קענט איר קלינגן 1800 טעל מי נאו). צאתכם לשלום!
ביז כאמעך אזוי נאריש געמאכט מיטן טרעוול עידזשענט איז שוין געווארן בין הסדרים האבעך געקענט אריינלאגן. כ'בין ארויף צו ווו.סוףזמן.בסד, אריינגעלייגט מיינע דיטעילס און געקוועטשט דעם 'כניסה' (ענטער בלעז) קנעפל. אויפן סקרין האט זיך באוויזן א בילד פון א בדיקת חמץ סעט און די ווערטער 'יגעת...יגעת...יגעת...יגעת...יגעת...(סעירטשינג בלעז)...מצאת!'
דער וועבסייט האט אויסגעשפיגן אפציעס פון פארשידענע ערליינס, 'כנפי נשרים', קפיצת הדרך', 'אבר כיונה', און אפילו דער באדזשעט נאו-פרילס עירליין 'דרכא אחרינא'. כ'אגעקליקט אויף קפיצת הדרך און דער וועבסייט לאוד אלע עוועילעבל פלייטס.
איז געווען אזוי, פאר 78 דף גמרא געלערנט ברציפות קענעך פארן אין פעירסט קלעס, אדער ווי מ'רופטעס היינט 'משתחוום רוחים'. פאר 70 דף גמרא קענעך פליען צווייטע קלעס ('ביני לביני') און פאר דזשאסט 59.99 בלאט קענעך באקומן א פלאץ אין דריטע קלעס ('גברא אגברא קא רמית'). אלע פרייזן זענען עקסקלודינג תרומות ומעשרות...
נאכיין מזל כ'צאל איין ביי א כולל וואס לערנט פאר מעך, קענעך מעך ערלויבן צו טשוזען פעירסט קלעס, און אפילו 10 בלאט עקסטרע פאר א מזרח זיץ...
בעפאר כ'מאך טשעקאאוט פרעגן זיי נאך אפאר פראגעס, ווי למשל אויב כ'בין פעהיג צו דאווענען פארן עמוד א מנחה (אויפן פלעין), צי כ'קען פסק'נען סימפל שאלות למשל אויב מ'מעג עסן פון דעם-און-דעם הכשר און אויב בשעת הדחק קענעך דאלמעטשען פון א פלעטבושע יידיש צו א וויליאמסבורגער...
כ'לייג אריין מיין נאמען מיטן מאמע'ס נאמען, דער כולל וואס לערנט פאר מעך, און ויסעו – דער רייזע איז געבוקט.
די נסיעה אליין וועט זיין מערצעשעם אין א קומענדיגן ארטיקל...