האלאו, נישט אויף מיין חשבון!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

האלאו, נישט אויף מיין חשבון!

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יוני 06, 2007 2:16 pm

וויפייל אזייגער איך בין היינט אנגעקומען אין ביהמ"ד, וועל איך נישט זאגן (איך שעם מיך אפילו צו שרייבן אז איך שעם מיך...), אבער אלעס האט זיך געלוינט, כדי צו קענען צוקוקן מיט די אייגענע פארווע אויגן די פרעכע חוצפה פון דעם איד.
אבער לאמיר גיין פאוואליע, נישט כאפן קיין קאלטע פערפל.
ביי אונז אין ס'מעדרעש דרייט זיך א איד, אן אפשטאמיגער פון איינע פון די "פאני" לענדער, און ער גייט נאך געלט.
יעצט איז אזוי. וואס הייסט דאס "ער גייט נאך געלט"? ס'נישט אזוי ווי מ'זאגט אויף איינעם אז "ער גייט נאך געלט"... ס'איז מער ווי "ער גיייייט נאך געלט"...
ס'טייטש?
פשוט. דאס איז זיין פרנסה. צופרי, גייט ער נאך געלט. ביינאכט, גייט ער נאך געלט. און נאכמיטאג? אה יא, ער גייט נאך געלט.
איך זאג נישט אז יעדעס מאל גיב איך אים א קוואדער, אבער איך פרוביר ווען מעגליך אים אריינצואווארפן א נדבה'לע, וויסנדיג אז אין דעם קען זיך מעגליך ווענדן צי ער וועט היינט עסן פרישטאג אדער נישט.
דער איד איז פון די אנדערע מין סארט. נישט פון די מין סארט וואס באדאנקען זיך פאר א נדבה, נאר פון די אנדערע מין סארט. אפשר איז ער אזוי ווייל ער איז שוין צוגעוואוינט דערצו און ער האט שוין אסאך שכוח'ס געזאגט אין זיין לעבן, און ער האלט אז ס'פעלט פשוט נישט אויס דאס איבערצו'חזר'ן. אבער דערוואגן זאל זיך איינער אים צו זאגן: "איך האב דיר שוין גענוג מאל געגעבן"...
אבער נישט צו דעם וויל איך צוקומען. נישט דאס בין איך אויסן.
הכלל, דער איד לעבט נאר אויף גיין נאך געלט, אויף קיין שום איד נישט געוואונטשן, וה' יעזרהו.
היינט האב איך אבער געזען וואס ס'מיינט "אויסגעדרייט דעם דאשיק".
איך קום אריין אין ביהמ"ד, און אלעס פארט אויף זיין רוטין. עולם כמנהגו נוהג. די מחלוקת צווישן די תחנון-זאגערס און תחנון-נישט-זאגערס גייט אן ווי געווענליך, דאס הענט-וואשן נאכ'ן של ראש גייט אן ווי געווענליך, די סעל-פאון קלינגערייען גייען אן ווי געווענליך, די לעקטערס פארלעשן זיך ווי געווענליך, און אויך אונזער איד'ל גייט זיך נאך געלט - ווי געווענליך.
אבער, האלט א מינוט. וואס זעה איך דא?
א גבאי צדקה פון א געוויסע מוסד גייט נאך געלט, און ער גייט אדורך אונזער איד'ל.
נישט מער און נישט ווייניגער, אונזער געלט-גייער נעמט ארויס א קוואדער פון זיין האנט - מיט וואס ער האלט אינמיטן גיין נאך געלט - און ער גיבט דאס בתשואות חן פאר'ן גבאי צדקה!
איר הערט א חוצפה? באותו מקום ובאותו זמן ובאותו ממון, אינמיטן גיין נאך געלט, נעמט ער "מיין" קוואדער, אדער א צווייטנ'ס קוואדער, וואס ער האט באקומען בלויז א מינוט צוריק, און ער שענקט דאס אוועק פאר'ן פאפא'נער כולל אדער צעהלימ'ער ישיבה אדער נייטרא תלמוד תורה. ס'א חילוק פאר וועמען? ער נעמט "מיין" געלט, וואס איך האב אים געגעבן צו קענען קויפן א טונא סענדוויטש מיט א קאפעטשינאו, און ער איז איז בטוב לבו מנדב פאר'ן מוסד וואס ראנגעלט זיך אויף איר עקזיסטענץ - און בלויז "זיין" קוואדער קען זיי ראטעווען!
מיט וואספארא רעכט? אפשר וויל איך נישט געבן פאר יענעם מוסד? וויאזוי מעגסטו - א נהנה מיד אחרים - אוועקגעבן פאר א צווייטן דאס געלט וואס איך האבן געגעבן פאר דיר, אן מיין רשות?
*
און איך בעט ענק ברחמים. קיינער זאל מיר נישט קומען יעצט מיט קיין שו"ע אין הל' צדקה אז איינער וואס שפירט אז "ער מוז" געבן צדקה, מעג יא אוועקגעבן פון געלט וואס ער האט באקומען פון אנדערע, ווייל ס'איז נישט אויסגעהאלטן! א מענטש וואס האט א חוב, אפילו פון "איין פרוטה", טאר עפ"י הלכה נישט געבן קיין צדקה, אפילו איין פרוטה!
אבער אנשטאט מיר אויפצואווייזן אז מ'מעג יא, בעט איך אייך טייערע חברים: לייגט ארויף אייער האנט אויף מיין פלייצע, שענקטס מיר א קלאפ אין רוקן (נישט קיין צו שטארקע), און בארואיגטס מיך פון מיין געוואלדיגע אויפרעגעניש.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך יוני 06, 2007 2:33 pm

בארואיגט אייך הער מאשקע, איך בין בכלל נישט ברוגז, אז דו האסט דאס געזעהן, אזוי האבן מיר דאס אויך געזעהן, א גרויסן שכח פאר דיין נישט שעמען צו שרייבן אז די לעקטער האט זיך שוין יענע צייט אויסגעלאשען, דיין ארטיקל לאזט אראפ פעטענס פון אלע זייטן.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך יוני 06, 2007 2:44 pm

מאשקע, זייער שיין אראפגעלייגט, יישר כח.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יוני 06, 2007 2:46 pm

מאשקע... מאשקע... ווי דו וועסט באלד זען, אין לויף פון דער תגובה, קען איך אצינד אויפן מומענט נישט אפצושרייבן עטוואס דברי חיזוק פאר דיין צובראכענע גייסט און מוד, וואס דער שוידערליכער עפיזאד האט דיר געשאפן. די מעשה איז דאך שוידערליך, שרעקוועדיג, פחד'יג, נורא'דיג, מורא'דיג, אימה'דיג, פארכטיג, און וואס נישט...

אוי... ירחם השם... ג-טניו אין הימל, זיי זיך שוין מרחם אויף אזא מיטגעמאכטער און צובראכענער נשמה'לע ווי עס איז אונזער מאשקע. וויפיל איז דער שיעור? וויפיל קען ער דען מיטמאכן? וויפיל צער, צרות ויגון, קען דען איין קליינע מענטשעלע אויסהאלטן? און נאך דאס, דער מאוימ'דיגער עפיזאד, מוז ער נאך אויך צוזעהן מיט זיינע אייגענע פליישיגע אויגן, ס'דאך ממש די בחינה פון די תוכחה "שורך טבוח לעיניך".

אוי באשעפער... זיי זיך שוין מרחם... וויפיל... וויפיל... וויפיל איז דער שיעור? אוי א בראך אויף קלאמבוס? אוי באשעפער... נו מילא ווען ער זעט דאס ווען נישט אליין צו מיט זיינע אייגענע בשר-בחלב'דיגע אויגן, נו, החרשתי, אבער געוואלד, באשעפער איינציגער, נאך וואס מוז ער דאס ליידער אליין צו זיין ווי דער איד'ל דארט נעמט נעבעך זיין קוואדער און גיבט דאס אוועק? אוי... אוי... כ'קען נישט ווייטער... כ'דערהויב דאס נישט... אוי באשעפער, שיק מיר אריין די ריכטיגע חיזוק ווערטער אין מויל איך זאל מאשקען קענען מיט עפעס מחזק זיין, ווייל וויפיל איך זאל נאר פרובירן מקיים צו זיין די דברי חז"ל, וואס פארלאנגען אז אין יעדן פאל בעדארף א מענטש זיך אריינצולייגן אין יענעמ'ס מצב, שפיר איך אז ס'שרעקליכער פון שרעקליך... און איך קען מיר נישט צוזאמענקלויבן די ריכטיגע דיבורים וואס זאלן אים ריכטיג מחזק זיין...

אוי... אפשר שפעטער ווען דער וואונד וועט שוין נישט זיין אזוי אפן, דער ברי וועט זיך שוין עטוואס פארהיילן, די געמיטער וועלן שוין זיין אביסל רואיגער...

נו, גוט, עמער ווארטן...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 06, 2007 3:03 pm

מאשקע;

געב מיר דיין רוקן וועל איך איר א קלאפ טאן פארן שיינקייט פונעם קאלטן-פערפל ארטיקל.

אבער לעצם הענין, האסטו נישט וואס צו זיין אויפגערעגט אויף דעם איד, ווייל נאכדעם וואס ער איז קונה "דיין" קוואדער, ווערט דאס "זיינס", און ער מעג דאס נוצן צו טאנצן אויף די "הארסי" רייד פארענט פון טיב-טוב.

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך יוני 06, 2007 3:15 pm

קרעמער;

צו טאנצען אויף די הארסי דארף מען נישט באצאלען קיין קוואדער, אויב וויל ער אז דו הארסי זאל טאנצען דאן דארף ער באצאלען.

מאשקע;

טאקע א שוידערליכע מאנסע, קום'זשע אהער שיין, כ'על דיר א קלאפ טאן אין פלייצע.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך יוני 06, 2007 3:37 pm

זייער שיין מאשקע, אבער זייט קרעזי האט געכאפט א ברוטאלע קלאפ פונעם שווערד זיינעם בין איך מיך מונע פון סיי וואסערע רוקן-געקלאפעכטס

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך יוני 06, 2007 4:43 pm

מאשקע, זייער שיין באשריבן, איך האב עס געליינט, הנאה געהאט, און צוגעטרינקן א קאלט געפרוירענע קען סאדע, פון יגר'ל פרידזשידער. זייער שיין מאשקע

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מיטוואך יוני 06, 2007 5:05 pm

מאשקע זייער שיין
מסתם האט ער געוואלט וויסען וויזוי עס שפירט צי געבען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 06, 2007 5:09 pm

פענסטער האט געשריבן:קרעמער;

צו טאנצען אויף די הארסי דארף מען נישט באצאלען קיין קוואדער, אויב וויל ער אז דו הארסי זאל טאנצען דאן דארף ער באצאלען.
מאשקע;

טאקע א שוידערליכע מאנסע, קום'זשע אהער שיין, כ'על דיר א קלאפ טאן אין פלייצע.


איך קייך פאר געלעכטער... וועלקאם בעק פענסטער!

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך יוני 06, 2007 5:30 pm

גא"מ לדברי קרעמער
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מיטוואך יוני 06, 2007 5:31 pm

און איך פונעם צווייטן קאמפיוטער, לאך אויך מיט

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך יוני 06, 2007 5:32 pm

ולמאשקע יאמר, הערליך שיין.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יוני 06, 2007 5:35 pm

שכוח קאנאו.
ס'לאזט זיך נישט זאגן מיט ווערטער וואס דו האסט געטון יעצט...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יוני 06, 2007 5:41 pm

מאשקע,

וואס זאלעך דיר זאגן, כ'האב נישט די ווערטער אויף מיין קיבאורד וואס זאל גענוג זיין פאר א שטיקל טרייסט, איבער די שוידערליכע מעשה וואס האט פאסירט היינט אינדערפרי, און די האסט עס נאך פערזענליך בייגעואווינט, ווי די שרייבסט "מיט די אייגענע פארווע אויגן", מה תעשה ומה תפעל, אז ס'דרייען זיך נעבעך ארום יודן, וואס פארמאגן נישט דאס שטיקל בושה, און פארשטייען נישט אזא קלייניגקייט, אז ווען מאשקע גיבט א קוואדער, רעפט מען עס ארום מיט זילבער פאפיר, אדער פאקט מען עס איין אין א פארטשיילע, און מ'לייגט עס אוועק לדורו דורות, צו ווייזן פאר די קינדער און אייניקלעך אשר חנן השם, אז כזה ראה וקדש, דאס האט מיר מאשקע בטוב לבו געשענקט בעת צר,

מאשקע, ווערטער זענען נישטא, און די ווייסט עס, נאר די האסט שוין מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, און כדי גרינגער צו מאכן פארן ציבור האסטו גלייך געזאגט אן אנדער עצה, נעמליך, געבען א קלאפ אין די פלייצע, און לדעתך וועט דאס געניג זיין אויף א בארואיגונג'ס פיל,

אז מ'בעט, באקימט מען,

מאשקע, נאדיר....פפפפפאאאאאאאאטטטטטטטששששששש......

אההההה, יעצט זעה איך א שמייכל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מיטוואך יוני 06, 2007 8:55 pm

מאשקע,הערליך.

זארך,איי love דיין ארטיקל

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 06, 2007 10:47 pm

מאשקע, כ'האב שוין נישט וואס צו צושרייבן, בלי נדר, ווען כ'וועל דיך טרעפן, וועל איך דיר געבן אזאנס צום געדענקען, אז נעקסטעס מאל ווען דו טרעפסט דעם געלט גייער, זאלסטו נאך געדענקען מיין קלאפ, און ס'וועט דיך נישט לאזן אזוי אויפרעגן.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » דאנארשטאג יוני 07, 2007 1:38 am

מ'אשקע

מ'מש א'קלדיג!

מ'אכסט א' ש'טונק?

מ'עגסט א'רויסנעמען ש'טינקענעם ק'וואדער

מ'וזט א'וועקווארפן ש'טופיד ק'ארגשאפט ע'פעקטיוו אימידיעטלי

------------------

אגב מאשקע, דיין ארטיקל איז איינס און א גוטס!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 10:19 am

דיזע, נישט שלעכט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 07, 2007 11:42 am

דיזער;
זייער גוט, אבער פארוואס פאר'נחמן'סטו מיך?
*
איכער;
האסט מיך שוין געטראפן, אבער פארגעסן צו געבן דעם קלאפ. שוין, נישט געפערליך, כ'וועל עס אפנעמען נעקסט-טיים.
*
שכוח פאר יעדן פאר די געוואלדיגע דברי חיזוק! איך שפיר שוין אסאך בעסער!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 12:16 pm

פארוואס האסטו מיך טאקע נישט דערמאנט? עניוועי אז דו זאגסט נעקסט טיים וועט זיין נעקסט טיים.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג יוני 07, 2007 1:03 pm

מאשקע, הערליך אראפגעלייגט.

[אגב, בין איך שטארק נייגעריג, פאר וועלכער צדקה צוועק ער האט אוועקגעגעבן דיין קוואדער, וואס האט דיך ארויסגענומען פון די כלים (דישעס בלע"ז)].

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 07, 2007 6:17 pm

פאר א גבאי פון א מוסד. איך געדענק נישט וועלכע.
אבער למאי נפקא מינה?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 9:05 pm

איך_הער האט געשריבן:פארוואס האסטו מיך טאקע נישט דערמאנט? עניוועי אז דו זאגסט נעקסט טיים וועט זיין נעקסט טיים.


והך כוה.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 10:57 pm

מאשקע,
איך מיין אויך אז פון היינט און ווייטער וועסטו מוזן אנהייבן מאכן א קליינעם לאך אין דיינע קוואדערס, און צי דערין אריין א פעדעמ'ל, און אז עס וועט זיך נאכאמאל מאכן אז דער משולח וועט געבן דיין הייליגע קוואדער פאר א צווייטן, זאלסטו שנעל א ציה טאן דאס שטריקל, און פפפפפסססססטטטט.... צוריק גייט א קאזע און מאשקע'ס קוואדער...
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Avrumy, אלעקסיי דער דריטער און 15 געסט