בלאט 1 פון 1

מייזעלס אויסברוך אין בארא פארק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:09 pm
דורך מכה בדופן
ערשטענס כל, יא איר זעט גוט! צוויי מכות אין איין וואך! פערסט פלעיס פרשת וארא מיט זיבן מכות, סעקאנד פלעיס...יו געט דע פוינט...אקיצער מכה טיילט מכות, אדער בלעז striker strikes again!
עניוועי, לאמיר נישט מאכן זוינע לאנגע קדאָמעס און גלייך גיין צום פוינט.
וואס איז ערגער פון א איד מיט מיזעלס? דעטס רייט, צוויי אידן מיט מיזעלס (האסט געמיינט כ'גיי זאגן וועקסינעישנס?). וויטש ברינגס מי רייט טו מיי נעקס טאפיק – מיזעלס מיט צוויי אידן, אדער בעסער געזאגט יודן.
מייזעלס.
נישט סטאַמע מייזעלס נאר ר' שמערל מייזעלס.

ווער ס'קען עים ווייסט וואסעך מיין. אונזער ר' שמערל איז א ריעל ערליכע איד וואס האט ליב צו טון מצוות. אלע מצוות, ספעשעלי ווען ס'אינוואלווד עסן אדער מוחה זיין. באט זיין פעיווארעט מצוה איז קידוש. ער קען זוי קידוש מאכן 5-6 מאל ווי גארנישט – און דאס איז דזשאסט אויף א מיטוואך...
און שטייטזעך נאך יעדע קידוש קומט אויך הבדלה...סאו מאכט ער זוי בערך 95 קידוש און הבדלות פער וואך, על כוס יין מלא אדער על כוס יין שרף.
וואס? ווער'ט געזאגט שיקער?
חלילה וחס וחס ושלום! ר' שמערל א שיקער? האסט שוין אמאל געזען אן איד א שיקער? פרעגעך ענק, וויזוי קעמען דען שיקער ווערן פון דזשאסט איין טראפעלע?
ער טרונקט דען? ער'דאך נאר טועם א קליין בראנפן גלעזעלע, און אויך דאס איז נאר לשם מצוה. ער מאכט קידוש, הבדלה, יאקנעהאז, לחיים א.ז.וו.
ער'ז טועם ביי שמחות, יארצייטן, סעודות מצוה, ברית'ן, וואכנאכטס, בערטדעי פארדיס, סיום מסכתות, סיום משניות, סיום תהלים, נאך קידוש לבנה, פאר א דרשה, נאך א ביזנס דיעל, בעפאר א שווערע ביזנס מיטינג, פאר די פיש, נאך די פיש – און אפילו ווען ער עסט נישט קיין פיש אין צווישן.
לעצטע וואך טרעפעך עים ביי א חתונה זאגט ער מיר, "מר. דופן, כ'האגעהאט פיר גלעזלך אלטע ווילי, דריי גלעזלך וואדקע, צוויי גלעזלך שנאפס און איין בעכער וויין. איין זאך פארשטייעך נישט, ווי ווייניגער כ'טרונק אלץ מער דרייט זיך מיין קאפ..."

עניוועיס, אז איר האט ארויס דע פיקשער לעץ געט טו די פוינט, כ'מיין דע קעפל.
נעכטן נאכט בינעך אהיימגעקומן פון א חתונה בערך צווייע פארטאגס ווען כ'זעה ר' שמערל ווי ער שפאצירט אראפ די גאס. כ'זאג שפאצירט – בעסער געזאגט געוואקעלט – אלמאוסט געקוילערט – יו געט דע פוינט.
כאמעך געזארגט וועגן עים און געוואונדערט וואו ער גייט אזוי שפעט אינמיטן נאכט (ער'ז נישט ממש א תיקון חצות איד), האבעך געפרעגט "ר' שמערל וואו גייט איר?"
"הערן א מוסר שמועס."
"יעצט א מוסר שמועס? ס'ז דא א הוקאפ אפשר פון ר' צבי מאיר זילבעבערג? וואו גייסטו הערן א מוסר שמועס צווייע ביינאכט?"
"פון מיין ווייב!"

כאדעך מורא געהאט ער זאל נישט איינפאלן אינמיטן וועג און כ'האבעם געשוינט, האבעך דיסיידעד כ'על עים נאכגיין דזשט טו מעיק שור ער קומט טאקע אן צום מוסר זאגערטע...
מיטאמאל זעיעך ווי ער דרייט זיך צו א זייט און ברעכט נעבעך אויס זיין סאפער. כ'האב אנגעהויבן קומן נענטער באט כ'אגעזען ווי ער'ז פינישיד. ער ווישט אפ ס'מויל און זאגט צו זיך, "אוי א חורבן!"
אן עוועניו בלאק ארום האט ס'זעלבע געטראפן באט דאס מאל האט ער שוין אויסגעבראכן זיין לאנטש...אפגעווישט ס'מויל און קרעכצט, "אוי א חורבן!"
כ'גיי עים ווייטער נאך אויפן סטריט, האלבוועגס אדורך בייגט ער זיך איבער א טרעש און ברעכט אויס זיין פרישטאג. דעיס מאל האטעס גענומן אביסל לענגער באט פיינעלי האט ער געפארטיגט און ארויסגעשליקעצט, "אוי א חורבן!"
געציילטע מינוט שפעטער ווען כ'האב געזען ווי ער גייט מאכן די מעשה צום פערטע מאל האבעך מיך שויניש געקענט איינהאלטען מער (כ'האב געציטערט וואס גייט ער יעצט אויסברעכן – אפשר די אייער-נעכטיגע סאפער...), און כ'בין צוגעלאפן מיט איין אטעם. "ר' שמערל, איר זענט אקעי? זאלעך רופן הצלה?"
"מכה, דאס ביזטו? אה נאו, ווי לאנג פאלאוסטו מעך שוין?"
"זינט דער ערשטע חורבן..."

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:14 pm
דורך למעלה משבעים
איך האב אויך אויסגעבראכן אין א געלעכטער, די ביזט גוט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:10 pm
דורך ידיד
מכה אויסברוך אין קרעטשמע...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:13 pm
דורך געלעגער
א אויספלאץ איז געשען ביי כבודי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:26 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
גוווטטטט

ווען ער איז אנגעקומען אהיים האט מען געקענט הערן ווי זי שרייט

OH NOT AGAIN!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
ס'האט אזוי געביסן,
ס'האט אזוי געריסען,

גוט אזוי, זאל ער וויסען,
זאל עס אים פאדריסן!

(קרעדיט? נא ווער? זעכער ר' יו"ט!)

אנהייב ארטיקל, האבעך פיין מקנה געווען ר' שמערלן, כ'מיין אזאנע קנאק יעקל'ס צו מאכן, דארף מען קענען!

אינמיטן האב אים שוין אביסעל געשוינט, צווישען דעם ברעכען און די רביצין, שוין לאמיר נישט מאריך זיין!

סוף ארטיקל, האבעך שוין אזוי געלאכט, אז כ'דענק נישט וואס כ'זאל טראכטען איבער אונזער שמערל. אבער אזוי פיל ווייסעך, זייט מצרים האבן נאך אידן נישט אזוי געלאכט פון א "מכה"!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:38 pm
דורך שנאפס
אויסגעבראכן מיין געלעכטער!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:43 pm
דורך שוועמל
Ge'liket!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:45 pm
דורך לוי יצחק
שוין ווייטער מכה באשרייבט א מכה'ראני...
מכה דיין הקדמה איז מיר זייער געפאלן, זייער קיוט געדאנק. די גאנצע ארטיקל איז זייער זיס געשריבן. טענקס.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 12:49 am
דורך וויכטיג מאכער
סאם האו האבעך שוין א שטיק צייט נישט געליינט קיין ארטיקל פון מכה בדופן... למעשה האבעך באשלאסן יעצט יא צו קוקן וואס ער שרייבט, און איך מוז זאגן "דער איז גוט"! נישט נאך די גאנצע חידוש פון די קעפל איז גוט צאמגעשטעלט מיטן אויסב(ג)רוך, נאר אזוי בתוך הדברים ביי יעדע צוייטע ליין האטער נאך א גוט ווערטל... א מוסר זאגערטע וכד'... געוואלדיג!

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 8:53 am
דורך מאנ-יימער
מכה בקרעטשמע שמחה הקרעטשמע.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 9:37 am
דורך אנעים זמירות
מאנ-יימער האט געשריבן:מכה בקרעטשמע שמחה הקרעטשמע.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 11:16 am
דורך משזר
מכה, נאך אזעלעכע נאמס'דיגע מיזעלס געשפרעכן, קומט אזא מייזעלס שטיקעל גוט צינוץ.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 11:25 am
דורך תרנגול
חחחח גוט גוט!
די פאנטשליין דערמאנט אביסל פון זעמל מיט די צוויי-טויזנט יעריגע זאקן....