בלאט 1 פון 1

פארוואס האסטו מעך אויפגעוועקט?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 2:42 pm
דורך מכה בדופן
כ'בין געווען גוט אויסגע'הרג'ט סוף טאג. פארוואס? א שווערע טאג ביים ארבעט...
אנגעהויבן האטזיכעס ווען דר'עיר קאנדישן האט איינגעדרימלט און מיין באאס (כ'מיין נישט מיינס, באט יו געט דע פוינט) האט מעך געהייסן עס מסדר זיין. ס'ערשטע זאך האבעך געטרייד די אלטע מעטאדע פון אויסלעשן די סוויטש און צוריק אנצונדן עטליכע מאל.
ווען יענס האט נישט געארבעט בינעך אריבער צו פלאן בי. כ'האב אויפגעהויבן די דעקל (הוד בלע"ז), און געקוקט. וואס האבעך געזוכט? דער זעלבע זאך וואס אלע יודישע מענער זוכען ווען זיי עפענען די הוד פון א קאר און קוקן אריין ווי א האן אין ידי אדם.
עטס האטס שוין אמאל געזען ווי א יוד האט קאר טראבעל ל"ע ול"ע? ער עפענט די הוד און קוקט און זוכט גלייך ווי חמץ בזמן ביעורו, אזש מ'קען מיינען ער האט עקספעקטעד צו טרעפן א גרויסע 'ריסעט באטען' אדער א סוויטש וואס איז ביי off אנשטאטס on...
[דאס איז אלס געזאגט ביי סתם עמך יודן, אבער ווען א חברים מעמבער קוקט איז גאנץ אן אנדערע מעשה. ער קומט שוין אויסגערישט מיט אלערליי קלאפערגעצייג, ווי צ.ב.ש. א קראו-באר, זיבעצן סייזעס סקרו-דרייווערס, א דריל, א ספענער, און פארשטייט זיך א וואקי-טאקי. א חברים מעמבער קוקט נישט מיטן זעלבן בליק ווי מיר און דיר, נאר ער באטראכט א מאטאר ווי א דיין באקוקט אן אתרוג. ער ווערט נישט פארלוירן ווען ער טרעפט נישט דעם 'ריסעט באטען' אדער דעם on/off סוויטש (נעוואדע טשעקט ער צי ס'ז אפשר דא – ר'אידאך א יוד, איא?), ווייל ער ווייסט גענוי וואו אריינצושטעקן זיינע הענט די פינגער זאלען ארויסקומן נאך שווארצער ווי אבאמא'ס. און אויב א חברים מעמבער קען עס נישט פיקסען אויפן פלאץ פאלט ער נאכנישט חלשות ווייל ער ווייסט א סאלושען – טראג עס צו א מיקעניק...]
עניוועיס, כ'האב אויך געזוכט אזא סוויטש אינם עיר קאנדישן אבער ווייזט אויס זיי האבן פארגעסן אריינצולייגן אין יענע מאדעל. בלית ברירה האבעך געברויכט טרייען פלען סי. כ'האב געקלאפט דעם עיר קאנדישן פון אלע זייטן אולי יחוס אולי ינחם, באט אין קול ואין קיל – ס'וויל בשום אופן נישט ארבעטן.
היות מיין מיקעניקל וויסענשפאט גייט נישט ווייטער ווי די דריי סאלושענס האבעך נעבעך געמוזט אנקאאלן די פירמע זיי זאלן שיקן איינער. און דא האט זיך אנגעהויבן מיין שווערע טאג...

רינג...רינג...
א קאמפיוטערייזד קול אשה ענטפערט מיט א שמייכל: היי, איר האט גערופן קיפ-איט-קול עיר קאנדישנס, כדי מיר זאלן קענען ריכטיג מטפל זיין מיט אייער קאאל פליז זאגט אין געציילטע ווערטער וואס איר ווילט...
My air condition is not vorking
איך האב געהערט air force one – איז דעט רייט?
נאו!
פליז זאגט איבער אייער רריקוועסט הויעך און קלאר.
I need to fix my air condition
איים סארי, איי דיד נאט געט דעט, פליז טריי עגעין.
[דא האט שוין מיין געדולד געפלאצט האבעך געטרייד אנדערש] Speak to customer service
האסטו געזאגט דו ווילסט רעדן צו קאסטעמער סערוויס?
[ענדליך!] יעס! יעס! יעס!
כדי מיר זאלן קענען טרענספערן צום ריכטיגע דיפארטמענט פליז זאגט קלאר אין געציילטע ווערטער וואס דא האנדעלט זיך...
רבותי עטס עט מיר מוזן מוחל זיין אז כ'גיי נישט איבערקייען די גאנצע חוזק חלילה פון די נעקסטע האלבע שעה ווייל די בלאד פרעשער הייבט זיך מיר נאר פונם דערמאנען. ס'ז גענוג צו זאגן אז ס'האט זיך גענדיגט מיט מיך שרייען הייזעריגערהייט I vant to speak to a real person! I vant to speak to a real person! I vant to speak…
[דא האטזיכעס איבערגעהאקט און כ'האב נאכאמאל געהערט רינג...רינג...] כאמעך שוין בארואיגט אביסל – קוקט אויס אז ווען מ'שרייט פארשטיין זיי. נאך א מינוט הייבט אויף איינער מיט אן אינדינאנע עקסענט:
Hello my neem is Adavita, how mi I hilp you today?
איך: אאאאאאאאאאאאאאאהההההההההההההההה!!!!!!!!
פרעג איך אייך רבותי, איז עס א וואונדער אז כ'בין אהיים געקומן דער'הרג'ט מיד?

זוי באלד ווי כ'בין אריין אינדערהיים האבעך מיך אויסגעצויגן אויף די קאוטש, טיף אריינגעאטעמט, און ביים ארויסאטעמען בינעך שוין געשלאפן...
ס'גייט נישט דורך קיין פיר א האלב מינוט און מיין אשת חבר שטייט נעבן קאוטש און רופט, "מכה...מכה'לע...מכי..."
מיט גרויס מיה האבען געעפענט די אויגן און געפרעגט, "וואס?"
"כ'וויל רעדן מיט דיך. כ'אדען שויניש געזען א גאנצן טאג, כ'וויל דיך פארציילן וועגן מיין טאג..."
"אקעי, גאו עהעד."
איך מאך זיך ווי איך הער אויס און זי הייבט אן. "סאו כ'בין היינט געגאנגן שאפינג, כ'האב געקויפט אייער פאר א קוגל, סיריעל פאר פרישטאג, פרעצעלס מיט קוקיס צו קענען מיטגעבן פאר די קינדער אין חדר ווייל כ'האב געזען ס'שוין אלמאוסט פינישט. כ'האב אויך געקויפט א פונט מייערן..."
דא האבעך זי איבערגעהאקט און געפרעגט, "כ' פארשטיי נישט איין זאך – האסט מעך אויפגעוועקט דזשאסט כדי צו קענען נאכאמאל איינשלעפען...?"

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 2:48 pm
דורך מאנ-יימער
ווואאאאסססס מכה'לע איז צוריק דא.................

אזא ארטיקל שלעפט שוין גארנישט איין... ש'כח פארן אויפוועקן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 2:50 pm
דורך דער תהילים איד
חחחח! ;l;p-
א מכה מיט אלע מפררשים.

דא האסטו מיר צובאסטעד!:
מכה בדופן האט געשריבן:איך האב געהערט air force one – איז דעט רייט?
נאו!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 3:07 pm
דורך אנעים זמירות
דער תהילים איד האט געשריבן:חחחח! ;l;p-
א מכה מיט אלע מפררשים.

דא האסטו מיר צובאסטעד!:
מכה בדופן האט געשריבן:איך האב געהערט air force one – איז דעט רייט?
נאו!


איך לאך נאך יעצט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 3:21 pm
דורך לכאורה
געוואלדיג!

איך וועל מוז רעדן צו דיין באסס ער זאל דיר אפטער געבן ערלויבעניש צו שרייבן דא.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 3:46 pm
דורך לכתחילה אריבער
דאס איז גוט!!

איין ההערה!

האסט געהאקט די מאשין. וויסטו דען נישט אז היינט גייט עס נישט מיט קיין שלעק מער? מען דארף שיין בעטן, און מסביר זיין, האקן איז געמאכט פאר לאגער געליטענע. מיר ווייסען שוין בעסער! (און אזא פנים האמער)

און כ'האב געציטערט ביים סוף ליינען אז דיין ווייב האט דיך אויפגעוועקט פארציילן אז די עיר קאנדישען פאנפעט אונטער, צו דו קענסט עפעס טאן....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 4:22 pm
דורך למעלה משבעים
חחחחחח, איי ביזטו גוט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 4:34 pm
דורך בוסתנאי
גוט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 4:35 pm
דורך שנאפס
למעלה משבעים האט געשריבן:חחחחחח, איי ביזטו גוט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 5:00 pm
דורך מידער
כמים קרים על נפש עייפה, כ'שוים פאר ווייטאג נאכדעם וואס מיינע ארבייטער האבן מיר ווי להכעיס געמוזט דריי מאל אריינקלונגען אין די האלבע שעה געלעגער וואס כ'האב מיר ספעציעל אוועקגעלייגט מששת ימי בראשית צו קענען האלטן די אויגן כאטש האלב אפן ביי די גרויסארטיגע חאסענע היינט אויפדערנאכט נאכן אניאגן צו שלאפן עטוואס מער ווי דריי שטונדן די לעצטע נאכט, מיט דעם מכה בAC'ס ארטיקל האבעך א פיינע נקמה אין אלע מיינע שונאים.

מיט דעם ארטיקל בינעך לכאורה גוט צו גיין פאר דריי מעת לעס מידער'לאז. יישר.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 5:07 pm
דורך ידיד
יא, דער מכה האט זיך נישט באוויזן דא פאר א שיין שטיקל צייט, אבער ערצעך גארנישט געטוישט... הי איס סטיל דע סעים מכה, יעדע שורה עקסטער איז צום לאכן...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 6:22 pm
דורך בעאבאכטער
א פריש געשעפט! פלען סי?... האקן אינעם עירקאנדישיאן? סגעהערט אזאנס?...
זייט דער פאבליק פאון האבן אויפגעהערט צוריק געבן די קוואדערס נאך די מכות אין דופן זיינעם, איז שוין דאס מכה בדופן עצה נישט ווירקזאם...
ביסטע געקומען מיטן "פלען סי" דיינעם האקן דא אין וועלטל?...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 8:06 pm
דורך טייבעלע
געליינט און זיך דערקוויקט, א דאנק.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 9:26 pm
דורך לוי יצחק
א מחי' ווען דער מכה נעמט זיך צו זיין מכה'ראני...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 10:12 pm
דורך היימישער איד
ח ח ח זיסע ר'טיקעל

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 3:00 pm
דורך מכה בדופן
מאנ-יימער האט געשריבן:ווואאאאסססס מכה'לע איז צוריק דא.................

אזא ארטיקל שלעפט שוין גארנישט איין... ש'כח פארן אויפוועקן.


כ'בין געווען אין דע געגענט האבעך געקלערט כ'על אריינפאלן זאגן העלאו.

שקויעך פאר אלע שיינע שקויעכס פון אלע.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 3:02 pm
דורך מכה בדופן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס איז גוט!!

איין ההערה!

האסט געהאקט די מאשין. וויסטו דען נישט אז היינט גייט עס נישט מיט קיין שלעק מער? מען דארף שיין בעטן, און מסביר זיין, האקן איז געמאכט פאר לאגער געליטענע. מיר ווייסען שוין בעסער! (און אזא פנים האמער)

און כ'האב געציטערט ביים סוף ליינען אז דיין ווייב האט דיך אויפגעוועקט פארציילן אז די עיר קאנדישען פאנפעט אונטער, צו דו קענסט עפעס טאן....


העי שריי מעך נישט אזוי אן. כ'אב פראבירט צוויי מאל מיט שיינם און ס'האט נישט געהאלפן...

באט יו קנאו וואט, פעטש האבן אויך נישט געארבט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 3:03 pm
דורך מכה בדופן
ידיד האט געשריבן:יא, דער מכה האט זיך נישט באוויזן דא פאר א שיין שטיקל צייט, אבער ערצעך גארנישט געטוישט... הי איס סטיל דע סעים מכה, יעדע שורה עקסטער איז צום לאכן...


טענק יו, טענק יו.

כ'מוז פראטעקטען די ברענד...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 3:21 pm
דורך ים רויבער
געוואלדיג, געשמייכעלט עטליכע מאל

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 4:12 pm
דורך בן אחר בן
מאנ-יימער האט געשריבן:ווואאאאסססס מכה'לע איז צוריק דא.................

אזא ארטיקל שלעפט שוין גארנישט איין... ש'כח פארן אויפוועקן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 4:22 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 4:58 pm
דורך derech eretz
ים רויבער האט געשריבן:געוואלדיג, געשמייכעלט עטליכע מאל

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 7:37 pm
דורך געלעגער
אויסנאם זיסע שפראך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:02 pm
דורך יאנקעלע קליגער
מכה בדופן האט געשריבן:באט אין קול ואין קיל
מכה בדופן האט געשריבן:איך האב געהערט air force one – איז דעט רייט?

;l;p-
יו ביסטו גוט
א גרויסן דאנק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:07 pm
דורך מכה בדופן
derech eretz האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:געוואלדיג, געשמייכעלט עטליכע מאל


דזשאסט געשמייכעלט? אפילע איכע געלאכט...