פארוואס האסטו מעך אויפגעוועקט?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

פארוואס האסטו מעך אויפגעוועקט?

תגובהדורך מכה בדופן » דינסטאג מאי 21, 2013 3:42 pm

כ'בין געווען גוט אויסגע'הרג'ט סוף טאג. פארוואס? א שווערע טאג ביים ארבעט...
אנגעהויבן האטזיכעס ווען דר'עיר קאנדישן האט איינגעדרימלט און מיין באאס (כ'מיין נישט מיינס, באט יו געט דע פוינט) האט מעך געהייסן עס מסדר זיין. ס'ערשטע זאך האבעך געטרייד די אלטע מעטאדע פון אויסלעשן די סוויטש און צוריק אנצונדן עטליכע מאל.
ווען יענס האט נישט געארבעט בינעך אריבער צו פלאן בי. כ'האב אויפגעהויבן די דעקל (הוד בלע"ז), און געקוקט. וואס האבעך געזוכט? דער זעלבע זאך וואס אלע יודישע מענער זוכען ווען זיי עפענען די הוד פון א קאר און קוקן אריין ווי א האן אין ידי אדם.
עטס האטס שוין אמאל געזען ווי א יוד האט קאר טראבעל ל"ע ול"ע? ער עפענט די הוד און קוקט און זוכט גלייך ווי חמץ בזמן ביעורו, אזש מ'קען מיינען ער האט עקספעקטעד צו טרעפן א גרויסע 'ריסעט באטען' אדער א סוויטש וואס איז ביי off אנשטאטס on...
[דאס איז אלס געזאגט ביי סתם עמך יודן, אבער ווען א חברים מעמבער קוקט איז גאנץ אן אנדערע מעשה. ער קומט שוין אויסגערישט מיט אלערליי קלאפערגעצייג, ווי צ.ב.ש. א קראו-באר, זיבעצן סייזעס סקרו-דרייווערס, א דריל, א ספענער, און פארשטייט זיך א וואקי-טאקי. א חברים מעמבער קוקט נישט מיטן זעלבן בליק ווי מיר און דיר, נאר ער באטראכט א מאטאר ווי א דיין באקוקט אן אתרוג. ער ווערט נישט פארלוירן ווען ער טרעפט נישט דעם 'ריסעט באטען' אדער דעם on/off סוויטש (נעוואדע טשעקט ער צי ס'ז אפשר דא – ר'אידאך א יוד, איא?), ווייל ער ווייסט גענוי וואו אריינצושטעקן זיינע הענט די פינגער זאלען ארויסקומן נאך שווארצער ווי אבאמא'ס. און אויב א חברים מעמבער קען עס נישט פיקסען אויפן פלאץ פאלט ער נאכנישט חלשות ווייל ער ווייסט א סאלושען – טראג עס צו א מיקעניק...]
עניוועיס, כ'האב אויך געזוכט אזא סוויטש אינם עיר קאנדישן אבער ווייזט אויס זיי האבן פארגעסן אריינצולייגן אין יענע מאדעל. בלית ברירה האבעך געברויכט טרייען פלען סי. כ'האב געקלאפט דעם עיר קאנדישן פון אלע זייטן אולי יחוס אולי ינחם, באט אין קול ואין קיל – ס'וויל בשום אופן נישט ארבעטן.
היות מיין מיקעניקל וויסענשפאט גייט נישט ווייטער ווי די דריי סאלושענס האבעך נעבעך געמוזט אנקאאלן די פירמע זיי זאלן שיקן איינער. און דא האט זיך אנגעהויבן מיין שווערע טאג...

רינג...רינג...
א קאמפיוטערייזד קול אשה ענטפערט מיט א שמייכל: היי, איר האט גערופן קיפ-איט-קול עיר קאנדישנס, כדי מיר זאלן קענען ריכטיג מטפל זיין מיט אייער קאאל פליז זאגט אין געציילטע ווערטער וואס איר ווילט...
My air condition is not vorking
איך האב געהערט air force one – איז דעט רייט?
נאו!
פליז זאגט איבער אייער רריקוועסט הויעך און קלאר.
I need to fix my air condition
איים סארי, איי דיד נאט געט דעט, פליז טריי עגעין.
[דא האט שוין מיין געדולד געפלאצט האבעך געטרייד אנדערש] Speak to customer service
האסטו געזאגט דו ווילסט רעדן צו קאסטעמער סערוויס?
[ענדליך!] יעס! יעס! יעס!
כדי מיר זאלן קענען טרענספערן צום ריכטיגע דיפארטמענט פליז זאגט קלאר אין געציילטע ווערטער וואס דא האנדעלט זיך...
רבותי עטס עט מיר מוזן מוחל זיין אז כ'גיי נישט איבערקייען די גאנצע חוזק חלילה פון די נעקסטע האלבע שעה ווייל די בלאד פרעשער הייבט זיך מיר נאר פונם דערמאנען. ס'ז גענוג צו זאגן אז ס'האט זיך גענדיגט מיט מיך שרייען הייזעריגערהייט I vant to speak to a real person! I vant to speak to a real person! I vant to speak…
[דא האטזיכעס איבערגעהאקט און כ'האב נאכאמאל געהערט רינג...רינג...] כאמעך שוין בארואיגט אביסל – קוקט אויס אז ווען מ'שרייט פארשטיין זיי. נאך א מינוט הייבט אויף איינער מיט אן אינדינאנע עקסענט:
Hello my neem is Adavita, how mi I hilp you today?
איך: אאאאאאאאאאאאאאאהההההההההההההההה!!!!!!!!
פרעג איך אייך רבותי, איז עס א וואונדער אז כ'בין אהיים געקומן דער'הרג'ט מיד?

זוי באלד ווי כ'בין אריין אינדערהיים האבעך מיך אויסגעצויגן אויף די קאוטש, טיף אריינגעאטעמט, און ביים ארויסאטעמען בינעך שוין געשלאפן...
ס'גייט נישט דורך קיין פיר א האלב מינוט און מיין אשת חבר שטייט נעבן קאוטש און רופט, "מכה...מכה'לע...מכי..."
מיט גרויס מיה האבען געעפענט די אויגן און געפרעגט, "וואס?"
"כ'וויל רעדן מיט דיך. כ'אדען שויניש געזען א גאנצן טאג, כ'וויל דיך פארציילן וועגן מיין טאג..."
"אקעי, גאו עהעד."
איך מאך זיך ווי איך הער אויס און זי הייבט אן. "סאו כ'בין היינט געגאנגן שאפינג, כ'האב געקויפט אייער פאר א קוגל, סיריעל פאר פרישטאג, פרעצעלס מיט קוקיס צו קענען מיטגעבן פאר די קינדער אין חדר ווייל כ'האב געזען ס'שוין אלמאוסט פינישט. כ'האב אויך געקויפט א פונט מייערן..."
דא האבעך זי איבערגעהאקט און געפרעגט, "כ' פארשטיי נישט איין זאך – האסט מעך אויפגעוועקט דזשאסט כדי צו קענען נאכאמאל איינשלעפען...?"
צוגעלייגטע
אויפגעוועקט.pdf
(165.82 KiB) דאונלאודעד 102 מאל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג מאי 21, 2013 3:48 pm

ווואאאאסססס מכה'לע איז צוריק דא.................

אזא ארטיקל שלעפט שוין גארנישט איין... ש'כח פארן אויפוועקן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 21, 2013 3:50 pm

חחחח! ;l;p-
א מכה מיט אלע מפררשים.

דא האסטו מיר צובאסטעד!:
מכה בדופן האט געשריבן:איך האב געהערט air force one – איז דעט רייט?
נאו!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג מאי 21, 2013 4:07 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:חחחח! ;l;p-
א מכה מיט אלע מפררשים.

דא האסטו מיר צובאסטעד!:
מכה בדופן האט געשריבן:איך האב געהערט air force one – איז דעט רייט?
נאו!


איך לאך נאך יעצט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10958
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 21, 2013 4:21 pm

געוואלדיג!

איך וועל מוז רעדן צו דיין באסס ער זאל דיר אפטער געבן ערלויבעניש צו שרייבן דא.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 21, 2013 4:46 pm

דאס איז גוט!!

איין ההערה!

האסט געהאקט די מאשין. וויסטו דען נישט אז היינט גייט עס נישט מיט קיין שלעק מער? מען דארף שיין בעטן, און מסביר זיין, האקן איז געמאכט פאר לאגער געליטענע. מיר ווייסען שוין בעסער! (און אזא פנים האמער)

און כ'האב געציטערט ביים סוף ליינען אז דיין ווייב האט דיך אויפגעוועקט פארציילן אז די עיר קאנדישען פאנפעט אונטער, צו דו קענסט עפעס טאן....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 21, 2013 5:22 pm

חחחחחח, איי ביזטו גוט.

אוועטאר
בוסתנאי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 05, 2013 10:54 am

תגובהדורך בוסתנאי » דינסטאג מאי 21, 2013 5:34 pm

גוט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מאי 21, 2013 5:35 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:חחחחחח, איי ביזטו גוט.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דינסטאג מאי 21, 2013 6:00 pm

כמים קרים על נפש עייפה, כ'שוים פאר ווייטאג נאכדעם וואס מיינע ארבייטער האבן מיר ווי להכעיס געמוזט דריי מאל אריינקלונגען אין די האלבע שעה געלעגער וואס כ'האב מיר ספעציעל אוועקגעלייגט מששת ימי בראשית צו קענען האלטן די אויגן כאטש האלב אפן ביי די גרויסארטיגע חאסענע היינט אויפדערנאכט נאכן אניאגן צו שלאפן עטוואס מער ווי דריי שטונדן די לעצטע נאכט, מיט דעם מכה בAC'ס ארטיקל האבעך א פיינע נקמה אין אלע מיינע שונאים.

מיט דעם ארטיקל בינעך לכאורה גוט צו גיין פאר דריי מעת לעס מידער'לאז. יישר.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג מאי 21, 2013 6:07 pm

יא, דער מכה האט זיך נישט באוויזן דא פאר א שיין שטיקל צייט, אבער ערצעך גארנישט געטוישט... הי איס סטיל דע סעים מכה, יעדע שורה עקסטער איז צום לאכן...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג מאי 21, 2013 7:22 pm

א פריש געשעפט! פלען סי?... האקן אינעם עירקאנדישיאן? סגעהערט אזאנס?...
זייט דער פאבליק פאון האבן אויפגעהערט צוריק געבן די קוואדערס נאך די מכות אין דופן זיינעם, איז שוין דאס מכה בדופן עצה נישט ווירקזאם...
ביסטע געקומען מיטן "פלען סי" דיינעם האקן דא אין וועלטל?...

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג מאי 21, 2013 9:06 pm

געליינט און זיך דערקוויקט, א דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מאי 21, 2013 10:26 pm

א מחי' ווען דער מכה נעמט זיך צו זיין מכה'ראני...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דינסטאג מאי 21, 2013 11:12 pm

ח ח ח זיסע ר'טיקעל

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » מיטוואך מאי 22, 2013 4:00 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:ווואאאאסססס מכה'לע איז צוריק דא.................

אזא ארטיקל שלעפט שוין גארנישט איין... ש'כח פארן אויפוועקן.


כ'בין געווען אין דע געגענט האבעך געקלערט כ'על אריינפאלן זאגן העלאו.

שקויעך פאר אלע שיינע שקויעכס פון אלע.

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » מיטוואך מאי 22, 2013 4:02 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס איז גוט!!

איין ההערה!

האסט געהאקט די מאשין. וויסטו דען נישט אז היינט גייט עס נישט מיט קיין שלעק מער? מען דארף שיין בעטן, און מסביר זיין, האקן איז געמאכט פאר לאגער געליטענע. מיר ווייסען שוין בעסער! (און אזא פנים האמער)

און כ'האב געציטערט ביים סוף ליינען אז דיין ווייב האט דיך אויפגעוועקט פארציילן אז די עיר קאנדישען פאנפעט אונטער, צו דו קענסט עפעס טאן....


העי שריי מעך נישט אזוי אן. כ'אב פראבירט צוויי מאל מיט שיינם און ס'האט נישט געהאלפן...

באט יו קנאו וואט, פעטש האבן אויך נישט געארבט.

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » מיטוואך מאי 22, 2013 4:03 pm

ידיד האט געשריבן:יא, דער מכה האט זיך נישט באוויזן דא פאר א שיין שטיקל צייט, אבער ערצעך גארנישט געטוישט... הי איס סטיל דע סעים מכה, יעדע שורה עקסטער איז צום לאכן...


טענק יו, טענק יו.

כ'מוז פראטעקטען די ברענד...

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך מאי 22, 2013 4:21 pm

געוואלדיג, געשמייכעלט עטליכע מאל
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מיטוואך מאי 22, 2013 5:12 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:ווואאאאסססס מכה'לע איז צוריק דא.................

אזא ארטיקל שלעפט שוין גארנישט איין... ש'כח פארן אויפוועקן.

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » מיטוואך מאי 22, 2013 5:22 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך מאי 22, 2013 5:58 pm

ים רויבער האט געשריבן:געוואלדיג, געשמייכעלט עטליכע מאל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 22, 2013 8:37 pm

אויסנאם זיסע שפראך

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג מאי 23, 2013 3:02 pm

מכה בדופן האט געשריבן:באט אין קול ואין קיל
מכה בדופן האט געשריבן:איך האב געהערט air force one – איז דעט רייט?

;l;p-
יו ביסטו גוט
א גרויסן דאנק
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » דאנארשטאג מאי 23, 2013 9:07 pm

derech eretz האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:געוואלדיג, געשמייכעלט עטליכע מאל


דזשאסט געשמייכעלט? אפילע איכע געלאכט...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט