געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
פרייטאג מאי 10, 2013 10:25 am
איי, טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר, טאטע איך האב דיך ליעב!
אז מען זעט אמאל קלאר
ווי פון אויבן פירט מען וואס עס גייט פאר
ברויך א איד דערציילן
מיט ידידים מיט טיילן
פון דעם ארויסצונעמען
אמונה ובטחון אין השם'ן
יעדעס ריר פונקטליך ער זעהט
סיי פרי און סיי שפעט
בייטאג און ביידינאכט
אויף אונז שטייט און וואכט
יעדע מעשה און מחשבה גענוי
זעט מען אין הימל קלאר אזוי
כל צרכי, יעדעס קלייניגקייט, ער טוט געבן
חיים חן וחסד דערנעבן
לאמיר דערציילן, לאמיר דערצייילן
דעם אויבערשטנס וואונדער
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן
וואס ער טוט פאר אידישע קינדער.
פאסירט האט אט אזוי, נעכטן ביידינאכט שוין נאכן ליינען קר"ש שעל המטה שפאצירט דער שרייבער פון די שורות אריין ביי זעך אין די קאך, פלוצלינג הערט זיך א שטילער קראך און א קול פון וואסער וואס שפריצט לרחצה, נאכגייענדיג פון וואנעט די קול קומט בין איך צוגעקומען צו די קאבינעט אונטער די פליישיגע סינק, והנה, דאס פלאץ איז פול פארהויכט פון פארע, כ'קלער נישט קיין סאך און פארשליס די וועלוו צו די הייס וואסער קראן, א שפאציר צום פלאמבינג געשעפט אין געגנט און אין א טאטאל פון צען מינוט לאחר המעשה און דער פלעקסיבל פאוסעט סופלייי האוז איז שוין פארביטן פאר א נייעם, והכל על מקומו יבא בשלום.
איצט לאמיר א קלער טאן, ווען דאס זעלבע זאל ווען פאסירן אין יעדע אנדערע צייט פון טאג, ווען אני הקטן וואלט נישט געשטאנען דערביי בשעת מעשה, ווער ווייסט וואס פאר א חורבן דאס וואלט אנגעזייעט, א בחינה פון "ימך המקרה" און "ידלוף הבית" איבער די גאנצע סביבה דערנעבן, הונדערטער גאלאנען וואסער געגעבן, אלעס אין וועג באגאסן ,באשווענקט און פארשוועמט איבער אלע מאסן, פארווישן און פארעכטן וואלט געקאסט ממון ודמים שווייס און האראוואניע צוריקצושטעלן על מכונם והיכלם.
אט האט אבער דער משגיח מן החלונות געפירט
אז גענוי דאן ווען דאס האט פאסירט
דער בעה"ב אין בית התבשיל שפאצירט
ברענגט דעם וואסער צום אפשטעל
און דעם פראבלעם פארעכט שנעל
אודאי געוויס אז לויבן איך וועל
דאס איז דאך ברור קלאר
אז קאפוויי האט ער אונז פארמיטן ביז גאר
חסדו וטובו דאס איז, אמת און וואר.
Advertisement
פרייטאג מאי 10, 2013 11:07 am
איך מוז דיר גאראנטערלירן [גוט געספעלט?] פארן ארויפברענגן אזא מעשה, אויף דעם פארנעם. איך למשל וואלט נערוועז געווארן און זיך דאס געזונט געגעסן אז עס קראכט א פייפ. און דו מיט דיין אמונה האסט גראד געזעהן דיין טאטען אין הימעל לעבן דיר שפאצירן, און דיך גלעטן און באגלייטן אויף יעדן שריט און טריט.
פרייטאג מאי 10, 2013 11:11 am
There are two ways to live: you can live as if nothing is a miracle; you can live as if everything is a miracle.
Albert Einstein
אז מען וויל, זעהט מען דעם יד ה' איבעראל.
פרייטאג מאי 10, 2013 12:05 pm
א גרויס חלק פון דעם נס איז, אז עס האט פאסירט צו "פארשלאפן", א איד וואס איז באקאנט מיט צוויי רעכטע הענט און א גוטן של ראש צווישן די פלייצעס.
וואלט אזא פלאץ פאסירט פאר דעם רעאגירער דא, וואלט מען אביסל מער פארלוירן געווארן, און אנגערופן פלאמבער'ס רעכטס און לינקס, און עס וואלט אפגעקאסט א פעטע מטבע.
פרייטאג מאי 10, 2013 12:11 pm
יגרסהדותא האט געשריבן:איך מוז דיר גאראנטערלירן [גוט געספעלט?] פארן ארויפברענגן אזא מעשה, אויף דעם פארנעם. איך למשל וואלט נערוועז געווארן און זיך דאס געזונט געגעסן אז עס קראכט א פייפ. און דו מיט דיין אמונה האסט גראד געזעהן דיין טאטען אין הימעל לעבן דיר שפאצירן, און דיך גלעטן און באגלייטן אויף יעדן שריט און טריט.
פרייטאג מאי 10, 2013 12:13 pm
א דאנק פאר דאס אונז מיטטיילן.
פרייטאג מאי 10, 2013 12:21 pm
פרייטאג מאי 10, 2013 12:32 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:יגרסהדותא האט געשריבן:איך מוז דיר גאראנטערלירן [גוט געספעלט?] פארן ארויפברענגן אזא מעשה, אויף דעם פארנעם. איך למשל וואלט נערוועז געווארן און זיך דאס געזונט געגעסן אז עס קראכט א פייפ. און דו מיט דיין אמונה האסט גראד געזעהן דיין טאטען אין הימעל לעבן דיר שפאצירן, און דיך גלעטן און באגלייטן אויף יעדן שריט און טריט.
פרייטאג מאי 10, 2013 12:47 pm
נאר אמונה, נאר אמונה אין בורא כל עולמים,
נאר אמונה, נאר אמונה אין בורא כל העולמים,
טייערע אידן הייליגע אידן,
נאר אמונה, נאר אמונה אין בורא כל עולמים,
נאר אמונה, נאר אמונה אין בורא כל העולמים,
וועט אייך גוט זיין,
וועט אייך גוט זיין,
היינט און אלעמאל,
אויף דער וועלט,
און אויף יענע וועלט.
ישר כח פארן מיטיילן.
פרייטאג מאי 10, 2013 1:14 pm
יגרסהדותא האט געשריבן:איך מוז דיר גאראנטערלירן [גוט געספעלט?] פארן ארויפברענגן אזא מעשה, אויף דעם פארנעם. איך למשל וואלט נערוועז געווארן און זיך דאס געזונט געגעסן אז עס קראכט א פייפ. און דו מיט דיין אמונה האסט גראד געזעהן דיין טאטען אין הימעל לעבן דיר שפאצירן, און דיך גלעטן און באגלייטן אויף יעדן שריט און טריט.
גם אני מצטרף להנ"ל!
------
יגר'ל, איך בין נישט די בעסטע אין ספעלן, אבער א איבעריגע 'נ' זיכער דא..
פרייטאג מאי 10, 2013 1:17 pm
גראַטולירן אדער קאָנגראַטולירן, אדער קעמען זאגן בקיצור קאָנגראַטס...
שבת מאי 11, 2013 9:56 pm
a git voch
שבת מאי 11, 2013 10:18 pm
הערליך שיין רב פארשלאפן. יישר כוח פארן מיטטיילן דעם געשיכטע און נאך אזוי שיין.
שבת מאי 11, 2013 11:30 pm
שיין שיין פארשלאפן.
מיין נקודה פון די מעשה:
ביי פארק פלאמבינג (קעווין ריטשארד)
האסטו זיכער ארויפגעצאלט פארן שטיקל...
זונטאג מאי 12, 2013 7:20 am
יישר כחכם, אייך אלע
איש ואיש כפי מעלה.
--
שוועמל, ביין אים ווענדט זיך ווער עס רעכנט, ער האט ע"פ חשבוני קענענדיג די ליין פארדינט אויף מיר בערך 3 טאלער.
זונטאג מאי 12, 2013 4:51 pm
געוואלדיג!
מאנטאג מאי 13, 2013 7:46 pm
אט דאס הייסט געלעבט ווי א איד! אין יעדן פאסירונג זעט מען דעם חסד ה' און די השגחה פרטית.
יישר כח פארשלאפן פארן מיטטיילן.
דינסטאג מאי 21, 2013 2:41 pm
כזעה סדא מנהלים מיט עסקנים..
די אשכול הייסט אונטערן קעפל "משגיח מן החלונות"
אפשר קען מען אויך ווערן א משגיח?