מאנטאג ינואר 27, 2014 10:12 am
סאכדעס, שיין אראפגעלייגט. כאטשיג די סעיף צו מען באלאנגט ביים טאטען אין שטוב אדער נישט וואלט איך אויסגעלאזט, עס איז צו האקעל, און מען קען אויף דעם קיין כלל נישט זאגן לכאורה...
---
ר' יעקב גאלינסקי זצ"ל וואס איז די וואך נסתלק געווארן לגנזי מרומים. האט דאס פארציילט ביי א שמועס מיט סקווערער רבין, און עס האט א געוואלדיגע לימוד לענינינו, אט זאגט ר' יעקב:
דער חזון איש זצ"ל האט געזאגט פאר צוויי בחורים פון פונוביז': אויב איהר זעהט ר' יעקב'ן און ער האט צייט, זאגט איהם ער זאל צוקומען.
ווען כ'האב געהערט אזוי א נוסח, בין איך נישט געלאפן - נאר 'געשפרונגען'... וואס דארף דער חזון איש פון מיר? קומט ער אריין אין שטוב, זאג איך: וואס איז? זאגט ער אזוי: "ס'איז געקומען א בחור פון א קיבוץ פון השומר הצעיר, ער איז אנטלאפן פון קיבוץ אהן א צעטאלע". דאן אין ארץ ישראל זענען נישט געווען קיין 'פאספארטן', נאר ס'געווען א ווייסע צעטאלע אהן א פאטאגראפיע. אין אזא צייט טאר מען נישט ארומגיין אהן א צעטאלע.
וואס וויל מען פון מיר? " אזוי ווי דו ביסט דאך א ראש ישיבה אין חדרה, חדרה געהערט צו חיפה און דער קיבוץ געהערט אויך צו חיפה, פאָר אריין קיין חיפה און גיי אריין צום 'קצין העיר' [דאס הייסט אזוי ווי א גובערנאטור], און זאלסט איהם פארדרייען אביסל די קאפ אז מ'האט איהם בא'גנב'עט צו וואס, און ער זאל גיבן א צעטאלע".
זאג איך פאר'ן חזו"א: "ס'איז אביסל שווערלאך"... זאגט ער: "דו ביסט דאך א נובהארדיקער, ווען מ'טראגט דיך אהן הונדערט מאל אזויפיל וואלסטו עס געדארפט אננעמען! א מענטש וואס האט אמונה איז ביי איהם גאר א ריווח דער 'אחד בצער ממאה שלא בצער (אדר"נ א, ג)'
זאג איך: "כ'האב געוואלט עפעס פרעגן". זאגט ער: "וואס ווילסטו פרעגן א שאלה? כ'בין דען א רב אין בני ברק? כ'בין דאך א בעה"ב, גיי אריין צו הרב וואזנער'ן..!" מאך איך אזוי מיט'ן האנט מיינענדיג צו זאגן: אז איהר פאדערט פון מיר אזא זאך , לכל-הפחות מעג איך עפעס פרעגן... זאגט ער מיר: "וואס ווילסטו?". "איך וויל פרעגן: זיין טאטע אין קיבוץ איז אן אוכל חמץ בפסח ר"ל, וואספארא זכות האט דער בחור געהאט צו אנטלויפן פון קיבוץ?"...
זאגט ער: "זיין זיידע איז געווען א סוקולובער חסיד", און ווען זיין זוהן איז קאליע געווארן ר"ל און ער איז אריינגעגאנגען אין קיבוץ, איז ער געזעצן שבעה און געוויינט ווי אויף א נפטר ר"ל! "טרערן ווערן נישט פארפאלן!", אויב העלפט דאס נישט אויפ'ן זוהן ווייל ער איז דאך א בעל-בחירה, העלפט דאס אויפ'ן אייניקל!".
האב איך שוין יעצט א יסוד אז "וואס שווערער איז בעסער"!
ער האט מיר אמאל געזאגט: "א מענטש וואס טוהט פאר'ן רבוש"ע מיט טרערן און מיט שוועריקייטן, ווערט דאס נישט פארפאלן!".