בלאט 1 פון 2

עלטערן פון 'פירות הנושרים' זענען העלדן!

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 12:27 pm
דורך פריילאך
דער שאלה "א ר ש ע ביים סדר?!" איז מיר שווער געווארן זיצנדיג אויבן - -אן מיט'ן ווייסן קיטל כמלך ביפיו. וואס גייט דא פאר?... מען גרייט זיך צוויי חדשים אנצוקומען צום ליל קדושת החג, מיר גלייבן באמונה שלימה אז דער גאנצע פמליא של מעלה קומט אראפ און הערט צו ווי מיר פראווען אונזער הייליגע סדר, און בשעת'ן זאגן די הגדה טרעפט מען דעם שטיקל: "כנגד ארבעה בנים דברה תורה..."

ממילא דער "תם" און דער "שאינו יודע לשאול" איז פארשטענדליך, מ'רעדט דא פון א קליינער וואס ווייסט נאך גארנישט, אדער פון א ספעציעלע
קינד וואס איז א זכיה פאר עלטערן אויפצוהאדעוון און זיך אפגעבן מיט א נשמה'לה, אבער דער רשע, מן דכר שמיה? פארוואס רעדט מען בכלל פון
אים?... נישט גענוג די עלטערן מאכן מיט יסורי איוב, צושטערטע טעג און שלאפלאזע נאכט, חרפות און בושות איינס גרעסער פון צווייטן, און דא זיצט
מען שוין אביסל אין א גוטע אטמאספער, ארומגענומען מיט די ערליכע בחנ'טע קינדער און אייניקלעך, און מ'רעדט שוין ווייטער פון אים, פארוואס
ברענגט מען בכלל ארויף אזא פארווייטאגטע פרשה? מ'זאגט נאך פונקטליך איבער זיין לשון מיט זיינע קשיות, צו וואס פעלט דאס אויס פסח ביים סדר?...

א שווערע שאלה?

דער נוסח פון הגדה איז געשריבן דורך ראשונים כמלאכים, און מיר קומען נישט דא מפרש זיין זייערע כוונות, בדרך אפשר וועלן מיר זיך ערלויבן
ארויסצונעמען א געדאנק אויף למעשה.

דער אויבנדערמאנטע קשיא איז א חלק פונעם תירוץ. דער בעל הגדה וויל אונז קומען לערנען דא: אזוי ווי איר פארשטייט, אז איינער וואס איז
באשאנקען געווארן מיט א תם א ספעציעלע קינד, האט ער זיך נישט מיט - וואס צו שעמען, ער דארף נישט נעמען די שילד און בושה פאר זיך, ער קען עס אפטייטשן אז מען האט אים געגעבן א תפקיד פון הימל, א נשמה מתחת כסא הכבוד וואס ער זאל זיכער מאכן אז עס קומט אן אין גוטע הענט. פונקט אזוי דארף מען אפלערנען דער פשט פון די אנדערע דריי בנים.

נישט דער בן חכם איז דעם טאטנ'ס חכמה, און נישט דער בן רשע איז זיין עבירה! בני חיי ומזוני לאו בזכותא תליא. נישט דער עושר'ס געלונגענע ביזנעס קאפ האט אים געשטעלט אויף די פיס, און נישט דער שיינע בעל משפחה'ס שכל הישר האט געברענגט די גוטע קינדער.

די גמרא אין ברכות האבן מיר שוין דערמאנט עטליכע מאל, אבער אזוי ווי ס'איז א יסוד גדול וואס יעדע טאטע און מאמע דארפן געדענקען וועלן מיר
מאכן א שנעלע חזרה: חזקיה הנביא האט געזען מיט רוח הקודש אז ער גייט האבן קינדער רשעים ר"ל, האט ער נישט געוואלט חתונה האבן. צו וואס דארף ער אראפ ברענגען נשמות וואס וועלן גורם זיין א צער למעלה ולמטה?... האט מען אים געווארנט פון הימל אז ער וועט פארלירן ביידע וועלטן, ווייל "בהדי כבשי דרחמנא למה לך". ער איז טאקע געווען א נביא, ער האט עס געקענט זען מיט רוח הקודש וואס וועט זיין, אבער דאס האט נישט מיט אים קיין שייכות, מ'האט אים געהייסן חתונה האבן, און פון דא און ווייטער האט נישט מיט אים צו טון.

שטעלט זיך פאר, ווען מיר וואלטן געהאט רוח הקודש, און פאראויס געזען וואס אונזערע קינדער וועלן אויסוואקסען, מ'זעט אז דער ערשטע וועט זיין א תכשיט, דער צווייטער וועט זיין א בינוני, דער דריטער וועט ל"ע ביי די פופצן אנהייבן... און דער אכטע טאכטער וועט ביי די זעכצן זיך אנטון וואו א... ר"ל און מען זאגט אונז: יא, דו זעסט טאקע זייער גוט, אבער דאס וויל מען פון הימל, טו מיט א חשק און שמחה וואס מ'האט דיר געהייסן!

עס וואלט לכאורה געווען אסאך לייכטער אויפן הארץ, מ'וואלט נישט באקומען די ווייסע האר ביי די פינף און דרייסיג, און נישט געדארפט נעמען
הויעך בלאד פרעשער פילס ביי די פערציג. אז מען ווייסט פון פאראויס אז ס'איז נישט מיין אייגענע טעות, און נישט מיין ב"ב'ס שולד, און אודאי האט דאס גארנישט צו טון מיט די עלטער פעטער'ס נאטורן, איז גאנץ א אנדערע - פרשה. ווער וויל דען נישט טון דער רצון הבורא?...
דאס איז עס, אזוי ווי מיר פארשטייען נישט פארוואס די "המספיק" משפחות ווערן גרעסער און גרעסער ל"ע, אזוי אויך האבן מיר נישט קיין השגה
פארוואס "ואת עמלנו אלו הבנים" ווערט מקוים ביי ערליכע, חשובע, נאבעלע בני תורה. און מאכט נישט קיין טעות, ס'איז נישט קיין נייע זאך פון נאך די מלחמה, אברהם אבינו, יצחק אבינו, און חזקיה הנביא האבן שוין באקומען דעם זעלבן הייליגען תפקיד, פארוואס? האבן מיר נישט קיין השגה!

דער וואס ליינט די שורות מיט געשמאק און הנאה, איז א סימן אז ער ווייסט ב"ה נישט במה דברים אמורים... צער גידול בנים איז כמחט בבשר החי, עס שטעכט ווי א הייסע נאדעל אונטער די נעגל, עס גיבט נישט קיין מנוחה טאג און נאכט, שבת און יו"ט, אויפן גאס און אין בית המדרש. יעדע שמחה אין די משפחה איז נאך א אפקומעניש. אזוי ווי א מחנך האט געזאגט: "די מעשה" איז נאך שווערער פון "יענע מעשה" ר"ל. דארט גייט מען צום דאקטער און מען טוט וואס מען קען, אבער ביי "די מעשה" ר"ל איז מען אינגאנצען פארלוירן, מ'איז אויף אלעס שולדיג, און מען שעמט זיך אפילו צו רעדן דערפון.

לאמיר צוריק קומען צום הגדה, כנגד ארבעה בנים דברה תורה. יא, ווען מ'גרייט אן די פלעצער פאר'ן סדר דארף מען זיכער מאכן צו געבן א בכבוד'דיגן זיץ פאר'ן בן רשע, מ'דארף פראבירן צו טון וואס מעגליך (און נאר אויב מעגליך) אז דער בן רשע זאל אנקומען צום סדר און זיך שפירן באקוועם דארט. מ'דארף אים אפשר נישט לאזן טון וואס ער וויל, "ואף אתה הקהה את שיניו", אבער דאך דארף מען פראבירן זיכער צו מאכן אז ער זאל בלייבן א חלק פון די משפחה.

און נישט נאר מיט דעם קינד וואס איז ל"ע אינגאנצען פארפארן דארף מען זיך נישט שעמען, נאר אפילו א "פארעווע בחור'ל" וואס ברענגט נישט דאס מערסטע נחת איז אויך מן השמים! די כבשי דרחמנא האבן אסאך געסלעך, מיר פארשטייען גארנישט דערפון.

פארשטייט זיך אז מען דארף כסדר טון אין חינוך, זיך אפגעבן מיט די קינדער פון קליינווייז אן, זיך דורכרעדן מיט מחנכים ווען מ'האט א חינוך-
שאלה, און אודאי אליינס זיין די ריכטיגע דוגמא פון א ערליכע טאטע און מאמע. אבער צו די זעלבע צייט דארף מען געדענקען און חזר'ן: "איך דארף טון וואס איך קען, און דאס איבריגע לאז איך איבער פאר'ן רבון כל המעשים ואדון כל הנשמות".

ווי דערמאנט, ס'איז טאקע נישט קיין נייע זאך, אבער למעשה זעט מען עס ווערט נתרבה פון די סארט בנים ל"ע, איז צייט אז כלל ישראל זאל אפמאכן צווישן זיך, אז די עלטערן זענען נישט חייב קיין בושת. עס האט גענומען לאנגע יארן ביז ווען דער תם איז געווארן אויס סוד און משפחה פראבלעם, ס'איז שוין צייט אנצוקוקן די עלטערן פון די פירות הנושרים ווי העלדן, נישט ווי דורכגעפאלענע.

צום שלוס: ערליכע קינדער איז דאס גרעסטע וואונטש פאר אונז אלע. ימים נוראים ביי "כתר" דער וואס זעט פאר זיך די דריי אפציע'ס אויף וואס צו
בעטן, איז "בנים צדיקים" דער ערשטע אויף די ליסטע. יעדער וויל האבן געראטענע קינדער, עוסקים בתורה ובמצות. מורי ורבותי, דעם דאנערשטאג – ערב ראש חודש סיון איז א זמן מסוגל צו בעטן, דער של"ה הק' האט אנגעגרייט פאר אונז א הארציגע תפלה מיט אלעס וואס מיר קענען נאר וועלן זיך אויסבעטן, ניצט אויס דער געלעגנהייט!

און טייערע עלטערן געדענקט: קיין שום תפלה און השתדלות גייט נישט לאיבוד. יעדע געוויין ביי ברכת התורה, און יעדע טרער ביי די הייליגע שבת
ליכט קומט אן ביז צום כסא הכבוד אליינס, דער שומע קול בכיות נעמט אן אונזערע הייסע תפלות און טרערן, און ער וויינט כביכול מיט מיט אונז, און ער ענטפערט: "מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה, כי יש שכר לפעולתך נאם ה', ושבו בנים לגבולם". די קינדער וועלן נאך צוריקקומען, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים אמן.

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 12:29 pm
דורך פערפעקט
פארן מגיב זיין, קודם א יישר כח פארן עפענען דעם הארציגן אשכול. Go on!

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 12:41 pm
דורך פריילאך
דאס ארטיקל האט מיר איינער אריין געבליץ פאסט, און צוליב זיין אויסערגעווענליכע קלארע און שטארקע געדאנקן האב איך עס ממציא געווען פאר אונזער חשובע אייוועלט שרייבער.

דא האט איר א פידיעף.

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 1:16 pm
דורך וואסערפאל
זייער שיין און הארציג, מ'עט עס ווען געמעגט מפרסם זיין.

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 1:35 pm
דורך שמעק_טאביק
כמים קרים על נפש עייפה. מורא'דיגע דיבורים. פון דיין מויל צו גאט'ס אויערן - און צו אלעמענ'ס אויערן! מי יתן והיה.

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2013 4:01 pm
דורך ידיד
אוי איז דאס א ווייטאגליכע נושא.

ס'איז נאר אינטערעסאנט און ווייטאגליך וויאזוי מענטשן זענען דן אזעלכע עלטערן.
א איד האט לאמיר זאגן א שטוב פון 12 קינדער אלע וואוילע פיינע ערליכע, נאר איינער איז נעבעך ארויסגעפאלן, וועט יעדער גלייך זאגן אז די עלטערן זענען שולדיג, די טאטע איז געווען צו שטרענג די מאמע האט קיינמאל נישט פארשטאנען צו דעם קינד וכדו'. אבער דאס אז דער איד האט נאך 11 קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן ערליך און פיין פאלט קיינעם נישט איין צו קרעדיטן די עלטערן דערפאר, די איבריגע קינדער זענען מסתם אליינס אויפגעוואקסן, אבער דאס איינע קינד איז די שולד פון די עלטערן.

זאל דער אייבישטער זיך מרחם זיין אויף אלע אידישע קינדער, מ'זאל דאס קיינמאל נישט פארשטיין.

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 7:49 am
דורך הערליך
ידיד האט געשריבן:וועט יעדער גלייך זאגן אז די עלטערן זענען שולדיג


זיי נישט ברוגז, איי טויטעלי דיסאגרי.

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 9:04 am
דורך זאלץוואסער
הערליך שיין. און באמת וויכטיגער נושא

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 9:16 am
דורך ידיד
הערליך האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:וועט יעדער גלייך זאגן אז די עלטערן זענען שולדיג


זיי נישט ברוגז, איי טויטעלי דיסאגרי.

אקעי נישט ממש יעדער, אבער מ'הערט עס אסאך מאל פון מענטשן.

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 10:43 am
דורך מאנ-יימער
זאלץוואסער האט געשריבן:הערליך שיין. און באמת וויכטיגער נושא

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 11:04 am
דורך matovu
CREDIT : Pinchas Shpitzer New Square
A Great writer

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 6:07 pm
דורך בן אחר בן
מלא רגש!!!

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2013 11:02 am
דורך פריילאך
ייש"כ פאר ידידי היקר שליט"א וואס האט מיר אריינגעשיקט
א שטיקל ז' אדר דרשה פון הרה"ג ווינער רב שליט"א
בענין עלטערן זאלן זיך נישט פילן שילדיג.. (פארשטייט זיך אויב זיי האבן געטוהן וואס פארלאנגט זיך..)

גאר שטארקע ווערטער!

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2013 11:19 am
דורך פ' לך לך
פון הרה"ג ר' שלמה רובין איז דא א מייסטערהאפטיגע דרשה איבער דעם נושא. צו באקומען ביי גמח יוסף שלמה אונטערן נאמען ויזכו לראות בנים

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2013 1:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
מ'זאגט נאך פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אז דאס איז פון די זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין, און דאס מיינט די פסוק "צדיק ורע לו".

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2013 1:57 pm
דורך farshlufen
לכתחילה, דאס שטייט שוין אסאך פריער ווי סאטמאר רב, ושכחתי מקורו.

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2013 2:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:לכתחילה, דאס שטייט שוין אסאך פריער ווי סאטמאר רב, ושכחתי מקורו.

גוט, כ'האב געהערט פון אים נאכזאגן. זי"ע

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2013 2:55 pm
דורך פאמיליעמירעלס
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מ'זאגט נאך פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אז דאס איז פון די זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין, און דאס מיינט די פסוק "צדיק ורע לו".

דאס וואס מ'זאגט נאך, איז "ונשמות אני עשיתי".

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:14 pm
דורך פריילאך
פון הליכות חיים

בשייכות צו דעם ענין דערציילט הרב ר' בערל טויבער שליט"א אן אינטערעסאנטע מעשה: א צייט צוריק איז צוגעקומען צו מיר א איד און אויסגערעדט זיין צעבראכן הארץ וועגן זיין בחור פון וועמען ער האט געהאפט צו זען אידיש נחת אבער וואס עס האט זיך ליידער געמאכט ביי אים א שטארקע ירידה. ער האט שוין פרובירט אלע סארטן עצות און סגולות, אבער עס האט ליידער נישט פאסירט קיין שינוי לטובה. האט מיר דער איד געפרעגט, צי איך וואלט געקענט שמועסן מיט זיין זון און זען צי כ'קען עפעס אויפטון אויף אים. איך האב געזאגט פאר דעם צעבראכענעם טאטן אז איך וועל פרובירן כאפן א שמועס מיט זיין זון און זען וואס מען קען טון.

איך האב געכאפט א שמועס מיט'ן זון און אנגעהויבן האבן מיט אים א שייכות, און א צייט שפעטער איז דער טאטע מיר געקומען זאגן אז ענדליך, ענדליך זעט זיך אן אויף אים עפעס א קליינעם שינוי לטובה. עס איז דורך נאך א שטיק צייט, און מיטאמאל האט מען אנגעהויבן זען נאך גרויסע שינויים לטובה איינס נאכ'ן אנדערן.

איז עס מיר געווען א שטיקל וואונדער - האט ר' בערל דערציילט - וואס עס איז דא געשען און ווי אזוי דער בחור האט זיך ב"ה צוריקגעכאפט, וואס ערשט איז עס אנגעקומען אזוי שווער ביז מען האט געזען עפעס א קליינע ענדערונג און דאן האט זיך עס אנגעהויבן רוקן און מען האט געזען ביי אים גרויסע שינויים אין א קורצער צייט - ביז א צייט צוריק ווען איך האב געכאפט א שמועס מיט'ן טאטן פון דעם בחור און ער האט מיר בתוך הדברים דערציילט אז ווען איך האב אנגעהויבן האבן שייכות מיט זיין זון און נאך א לאנגער צייט פון זען א ירידה נאך א ירידה האבן זיי ענדליך אנגעהויבן זען פארשריט אין דער גוטער ריכטונג, האבן זיי באשלאסן
אז יעצט איז אן עת רצון איינצורייסן. זיי זענען אריין צו איינעם פון די גדולי הדור און אים דערציילט וועגן דעם קליינעם שינוי לטובה וואס מען זעט ביי זייער זון, און
זיי האבן אים געפרעגט וואס ער האלט אז מען ווארט פון זיי אין הימל זיך פאָרצונעמען כדי זייער זון זאל זיך אינגאנצן אומקערן צום גוטן וועג.

צו זייער גרויס וואונדער, האט דער גדול זיי געענטפערט אז זיי זאלן זיך פארנעמען טאקע דאס צו קוקן כסדר אויף די קליינע שינויים וואס דער זון האט שוין געמאכט און זיך אפגעבן מיט אים מיט אסאך ליבשאפט. און דער גדול האט זיי מסביר געווען אז היינט זעט מען זייער אן אינטערעסאנטע זאך: אסאך חשוב'ע עלטערן מוטשען זיך ליידער זייער שטארק מיט צער גידול בנים, אין דער צייט וואס פון פיל שוואכערע שטיבער קומען ארויס גאר חשוב'ע קינדער און קיינער
פארשטייט נישט וואס עס איז דער פשט דערפון וויבאלד זייער אפט זעט מען קלאר אז עס האט גארנישט צו טון מיט'ן חינוך וואס די עלטערן האבן געגעבן.

נאר דער אמת איז, אז דאס איז א גזירה וואס דער רבונו של עולם האט גוזר געווען אויף די צייטן פאר ביאת המשיח, און דאס איז מרומז אינעם פסוק "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם", ווי מען זעט אין רש"י אויפ'ן פלאץ אז עס וועלן זיין אזעלכע (חשוב'ע עלטערן) וואס זייער ארבעט וועט זיין צוריקצוברענגען זייערע קינדער צום דרך הישר, און אנדערע (די וואס האבן חשוב'ע קינדער) וואס זייער ארבעט וועט זיין צוריקצוברענגען זייערע עלטערן צום דרך הישר, און די עלטערן וועלכע וועלן געפרואווט ווערן ל"ע מיט'ן צער גידול בנים – וואס דאס עגמת נפש דערפון איז דאך אין לשער – און מיט דעם אלעם וועלן זיי נאך אלץ זיך אויפפירן מיט אהבה און רחמנות צו זייער קינד, וועלן זיי דורך דעם מעורר זיין אז דער רבונו של עולם זאל זיך פירן מיט אונז אויך מיט דער זעלבער מדה און שוין מקרב זיין די גאולה שלימה און צוריקנעמען צו זיך זיינע קינדער כרחם אבל על בנים, און עס וועט מקויים ווערן דער ייעוד פונעם נביא, הנה ה' שולח לכם את אליהו הנביא... והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם,בב"א.

האט דער איד דערציילט: איך בין ארויס פון דעם גדול ווי אן אנדער מענטש, הערנדיג אט-די ווערטער, און דאס האט משפיע געווען אויף מיר אז איך זאל אנהייבן זען די גוטע שינויים לטובה און קוקן אויפ'ן זון מיט א גוטן בליק און מקיים זיין דערמיט די תפלה פון רבי'ן ר' אלימלך זי"ע, "שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם". און דאס האט אריינגעברענגט א רואיגקייט אין מיין שטוב וואס האט בס"ד צוגעהאלפן צום התעלות פון מיין זון, אזוי אז פון דעם קליינעם שינוי לטובה זענען ב"ה ארויסגעקומען אסאך ענדערונגען צום גוטן.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו א שנה טובה ומתוקן, תחל שנה וברכותי', און דער רבוש"ע זאל זיך מרחם זיין אויף אונז כרחם אב על בנים און אונז ברענגען די גאולה שלימה בב"א.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:48 am
דורך פריילאך
א איד וואס האט קיינמאהל געלערנט די פרשה פון 'אמונת צדיקים' האט זיך אמאהל געטראפן מיט א צרה בתוך ביתו, ווען זיין זוהן האט אים מודיע אז ער וויל ר"ל חתונה האבן מיט א 'בת ישמעאל'.
פארשטייט זיך, אז מ'האט פּ רובירט מיט קאַלטס און ווארעמס צו צושטערן דעם שידוך, אבער ס'איז ליידער נישט געוועהן צו וועמען צו רעדן. כשעולמו חשך בעדו, האבן זיינע ידידים איהם גע'עצה'ט שילך אצל חכם כ"ק אדמו"ר ר' משה מרדכי פון לעלוב וואס וועט אלעס 'מסדר זיין' על צד היותר טוב.

בלית ברירה איז ער אריין צום רבי'ן זיך אויסוויינען, און דער רבי האט אים געהייסן ברענגן דעם 'חתן בחור' און ער וועט שוין זעהן וואס צו טוהן מיט אים. בדרך לא דרך האט מען גע'פועל'ט ביים 'חתן' וואס האט געהאלטן ווייט פון קדושה אז ער זאל ארויף אויף א 'באזוך' ביים לעלובער רבי, און איינוועגס שוין אריינכאפן א ברכה פונ'ם רבי.

דער רבי האט פארברענגט א לענגערע צייט מיט'ן 'חתן' און געשמועסט מיט אים פארשידענס 'פּאַניע בראַדט', כאילו ער איז זיינס א ידיד נעורים... ביים געזעגענען האט אים דער רבי שטארק באדאנקט פאר'ן וויזיט און אים געלאדענט ארויפצוקומען ווען אומער ער איז אין די געגנט, ווייל ער האט שטארק הנאה געהאט פון זיין קאמפּ אַ ניע.
ווען דער פארווייטאגטע פאטער האט געהערט אז דער רבי האט נישט דערמאנט קיין ווארט פונ'ם 'צרה קרובה לבוא', איז ער 'ארויס פון די כלים'...
איינע פון זיינע ידידים וואס האבן אים געראָ טן צו גיין צום רבי'ן האט פארשטאנען אז דער רבי פארשטייט בעסער פון אונז, אבער צוליב צוטוהן דעם טאטן האט ער פארציילט פאר'ן רבי'ן וועגן די אויפברויז פונ'ם טאטן. דער רבי האט קורץ און שארף גע'ענטפערט: איך האב געמאכט ער זאל מיר ליב האבן, און אויב ער וועט מיר ליב האבן, וועט ער נישט קענען ליב האב וואס איך האב נישט ליב!...

דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב (ישעי' נה, ו - הפטרת תענית ציבור), אמר רבה בר אבוה, אלו עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכפורים (ר"ה יח.). אבינו מלכנו בעט זיך ביי אונז 'האטס מיר ליב, דאן וועט איהר נישט קענען ליב האבן וואס איך האב נישט ליב'.
- נר הפטורה

געשריבן: זונטאג יאנואר 19, 2014 12:12 pm
דורך פריילאך
די הפטורה פאריגע וואך מיטן מיט מנשה מלך יהודא האט דא א שייכות..



און אזוי ענדיגט די "נר הפטורה"

לסיכום, מיר וועלן נאך אסאך בענעפיטירן און
זעהן נחת לרוב פון די וואס זענען לעת עתה מרומז אין
די אונטערשטע ציצית. שובו בנים שובבים, די טיהר
אויף אריין וואס מנשה האט נישט געלאזט פארהאקן
איז ברייט אפן פאר אלעמען ווייל בין כך ובין כך קרוין
בנים למקום, בשעה שישראל נכנסין לבתי כנסיות
ולבתי מדרשות ועונין יהא שמו הגדול מבורך הקב"ה
מנענע ראשו ואומר אשרי המלך שמקלסין אותו...
ואוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם (ברכות ג.).

געשריבן: זונטאג יאנואר 19, 2014 1:02 pm
דורך AHA
דאס הארץ טראפט פון בליט אין פון די אויגען גיסען זיך טרערן ווען מען ווייסט אביסעל וואס עס טוהט זיך אויף דער וועלט

יא, עס איז דא עלטערן וואס גייען אריין אין בעט יעדע נאכט מיט שרעק אין מען וויינט דארט מען צאפעלט מיט פחד, יעדע שעה וועקט מען זיך אויף אין מען וויינט ווייטער, אוי רבונו של עולם ווי האלט מען דאס אויס.

מיינט איר א וודאי אז די אידען ווערן אמאל אויסגעריהט? אמאל רואיג? לא מיט אן אלף, נעבעך.

מען דארף מתפלל זיין אין מען דארף אויך ארבעטן אויף די אייגענע אמונה, אין אז מען קען זאל מען מחזק זיין די בחורים אדער מיידלעך (אויב עס איז שייך) מיט די עלטערן.

זאל דער באשעפער העלפען מען זאל נישט הערן אין זעהן מער אזאנע הארצרייסענדע סצענעס עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:27 am
דורך פריילאך
הרב שפיצער באגיסט מיט נאך טללי תחיה

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2014 5:57 pm
דורך סאכדעס
מורא'דיג מורא'דיג פאר די אלע דיבורים, און נאך מער פאר'ן פותח האשכול איבער'ן ענין פונ'ם רשע ביים סדר. (הערשט יעצט געליינט, מיט אנטשולדיגונג)

כ'על אריינווארפן מיינע פאר צענט אינעם ענין. עס איז ריין אמת אז די עלטערן טארן נישט און דארפן נישט האבן א שולד-געפיל, אפילו אויב עס איז דא וואס זיי האבן געמעגט און געדארפט טוישן אין זייער חינוך. און די סיבה איז פשוט אין צווייען. איינס, ווייל נישט אלעמאל טוט דער טעות ברענגן די תוצאות, און צוויי, אפילו אנעם טעות, קען פאסירן די תוצאות.
און זיך צו אביסל מער ערקלערן: אוודאי דארף יעדער פרובירן בכל מה דאפשר, אז ער זאל זיך אפגעבן מיט די קינדער, און פרובירן דאס מאקסימום זיי צו מחנך זיין על דרך התורה והיראה המסורה לנו מדור דור, און דאס איז ריכטיג און מחויב אפילו אויב האט מען ברכה אויף די נעקסטע צוואנציג דורות אז עס וועט נישט ארויספאלן קיינער. די חיוב פון חינוך, די חיוב פון זיך אפגעבן מיט די זיסע קינדערליך, איז 24/7 אחריות, און מ'קען פון דעם נישט פטור זיין, חוץ אויב מ'איז חלילה קראנק אין בעט, וואס דאמאלט איז מען פטור פון נאך מצוות.

אסאך פראבלעמען זענען דא אין חינוך, און איינע פון די הויפט פראבלעמען, וואס מיר האבן זוכה געווען צו קריגן פון די גוים, איז אז נישט יעדער פארשטייט צו חינוך. צומאל ליגט אן אמת דערין, און מ'דארף גיין בעטן הילף און ראט פון עלטערן, פון בעלי מחנכים. אבער דאס פאסירט נישט, אנשטאט זיך גיין לערנען, ווארפט מען זיך אראפ דעם עול, און מ'שפירט זיך פטור. ווייל דער גוי האט דאס נישט מקבל געווען ווייל ער זוכט חינוך, ער זוכט צו מאכן אפאר טאלער אויף עלטערנס חשבון, און ביים גוי קעמען אפשר טאקע זאגן אז עס איז נישט דא דארט קיין חינוך. אבער די שליסל דערפון איז: ווייל עס אינטערסירט נישט דעם גוי זיינע שרצים. א איד איז אבער אנדערש, און א איד פאראינטערסירט יא זיינע קינדערלעך, איז אריינהאקן מענטשן אין קאפ אז זיי זאלן בעסער נישט מחנך זיין, ווייל זיי פארשטייען נישט דערצו, איז ממש אן עון בל יכופר.

ווען דאס וואלט נישט געווען צווישן אונז, וואלט יעדער און ממש יעדער, (דער באשעפער פאר וועמען א גיבט א קינד, געט ער אויך שכל אים מחנך צו זיין. גיין בעטן הילף מיינט נישט 'נישט מחנך זיין') אנגעקומען גאר ווייט מיט חינוך, און עס וואלט געראטעוועט פיעל פון אונזערע דורות.
אבער ליידער קלערט דער מענטש צו זיך, לאז מיך כאטש נישט קאליע מאכן. ער כאפט אבער נישט, אז מיט נישט טון אין חינוך, דארף ער שוין גארנישט נישט טון, מה יעשה הבן שלא יחטא.

און איצט א טרעפל ווייטער, צוליב דעם אז מיר האבן שוין אזא געפיל, איז ווען עס פאסירט ליידער (עס זאל נישט פאסירן) א טראגעדיע אין א אידישע שטוב, דאס קינד איז בועט באביו ובאמו שילדו, ער גייט זוכן גליקן אין די מיסטן פון די וועלט, הויבט דער טאטע אן טראכטן, אופס, דעיע זענען דאך גערעכט געווען, ערגעץ האב איך קאליע געמאכט. כ'רעדט שוין נישט אז דאס קען ברענגן א געפערליכע שלום בית צוזאמענשטויס, הרג'עט דאס די ווייטערדיגע קינדער מיט א שמוץ אריבער. ווייל דער טאטע מאכט אפ אז באמת האט ער נישט געטויגט, בו בזמן אז עס קען זיין ער דארף נאר אביסל הילף דא און דארט, אבער ער איז שוין פעדאפ, און ער לאזט אלעס פליען שלא כמו שכתוב.

און דאס איז א תוצאה פונ'ם פריערדיגן פראבלעם. ווייל ווען דער איד זאל באלד וויסן, יא כ'קען ברוך השם מחנך זיין, און כ'וועל ווייטער מחנך זיין, על אף וואס איין קינד איז אוועקגעפאלן, וואלט זיך די רעדל אפגעשטעלט ביי דעם.
בדרך משל, א מאמע וואס לערנט דאס קינד נישט אריבערצוגיין די גאס, און אויב איין ברודער איז אראפגעקלאפט געווארן פון א קאר, וועט די מאמע נישט אפמאכן אז מער זאגט מען נישט פאר די קינדער אז מ'טאר נישט, ווייל עס קען זיין עס איז צו פרעשור'דיג.

וואס פאסירט ווייטער צוליב די זעלבע שולד געפיל? (דאס איז דער עיקר וואס כ'וויל דא צו קומען) מ'הויבט אן מקרב זיין דאס אינגעל אויף אן עקסטרעמען אופן, און מ'כאפט נישט אז מ'טראכט נישט וואס מ'טוט. (ווער קען דען טראכטן, אבער אויב וואלט דאס ערשטע סטעפ נישט געווען, וואלט מען זיך עטוואס מער געקענט האלטן) מ'לאזט אים אלעס, און ממש אלעס, זאל ער מחלל שבת זיין, אבער ביי מיר אינדערהיים. וכדו', ווידער זעט מען נישט ווי דאס גייט אראפווישן די אנדערע קינדער אויף א שרעקליכען אופן.

און וואס דארף מען באמת טון?
1) וויסן אז מ'איז נישט שולדיג, ווי אויבנדערמאנט, אזא פאסירונג קען מען זיך נישט פארשרייבן, און מ'קען זיך עס נישט פארמיידן. (כ'מיין צו זאגן נישט טראגן די שולד-געפיל אפילו מ'איז עטוואס יא שולדיג)
2)זיך אריינלייגן אין מחנך זיין די אנדערע קינדער מיט'ן גאנצן אייפער, אריינברענגן א חיות פון תורה, א חיות פון קדושה, א געשמאקע אטמאספערע, ווי דער לעלוב'ער האט געזאגט, אז ער וועט מיך ליב האבן, וועט ער נישט ליב האבן וואס איך האב נישט ליעב.
3) זאגן פאר דעם אינגעל מיט טרערן אין די אויגן (מ'דארף דאס נישט אנשטעלן, דאס קומט ליידער אליינס) קינד מיינס, דו ביזט א חלק פון מיר, אויב אבער היטסטו נישט דעם באשעפער'ס וועגן, זיי מוחל נישט אין מיין שטוב. ווען אימער דו ווילסט זיך צוריקקערן צום באשעפער, זענען מיינע טויערן אפן פאר דיר. (אזוי ווי יעדער פארשטייט פארקערט ביי כבוד אב, דא איז עס על אחת כמה וכמה).
וויפיל טעג און נעכט טרערן דאס קען קאסטן, איז לא יאומן כי יסופר, אבער דאס איז די ריכטיגע תורה'דיגע וועג. רשע מה הוא אומר? ואף אתה הקהה את שיניו, עס איז נישט געווען אין אלע דורות אזא קירוב וואס עס הערט זיך היינט. א קינד וואס איז אוועקגעפארן פון אידישן וועג, האט נישט געהאט קיין פלאץ אין קיין אידיש הויז.
פארשטייט זיך אז עס ווענד זיך ווי איין און ווי אויס. אויב פירט ער זיך אידיש אין טאטנ'ס הויז, איז אפשר אנדערש די מעשה, מ'דארף דן זיין יעדע פאל באזונדער, אבער די כלליות'דיגער מהלך דארף דאס צו זיין.

און די סיבה פארוואס דאס פאסירט נישט, איז ווידער צוליב די שולד געפיל, דער טאטע טראכט, און דער זון זאגט אז דער טאטע איז טאקע שולדיג, און דער טאטע ווערט באמת צערודערט דערפון, און פון פארלוירנקייט, געט ער אלעס אוועק. און דערנאך דארפן בעלי דרשנים מחזק זיין דעם ציבור אז מ'זאל נישט האבן קיין שולד-געפיל.

רבותי, דאס איז דער שורש פורה ראש ולענה פון די גאנצע איבערקערעניש, עס דרייט זיך ווי ראד! ווען מ'זאל אביסל גלויבן אז דער באשעפער וואס האט מיר געגעבן די פקדונות, וויל אז איך זאל זיי מחנך זיין, און כ'וועל טון כל מה שביכולתי אז עס זאל זיין אויף די בעסטע פארנעם. וואלט מען ביי טראגעדיע זיך בעסער געקענט האלטן, און מסתמא פארמיידן אסאך טראגעידעס.

וה' הטוב יכפר, איך האף אז איך האב נישט גערעדט צו שארף, אידישע קינדער גיסן בלוט איבער די זאכן, אבער כ'מיין אז מיט אביסל מחשבה, ווען מען זען אז ליגט עפעס אין די ווערטער. און מ'זאל עס ארויסנעמען נאר לטוב.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:10 am
דורך פלעכטער
סאכדעס שטארקע נקודות.