געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מאנטאג יוני 04, 2007 11:08 am
שוועמל האט געשריבן:און ווען משיח וועט קומען וועלן מיר מאכן א סעודה'ניוווווווווו........ הוי וועט דאס זיין א סעודה'ניו מיט אלע צוגעהערן.... ס'עט זיך גיסן 'וואסער' לרחצה, 'אייער' אלע סארט, 'פלייש' פון אלע געשעפטן, די 'סטראבעריס' געמישט מיט 'סאלאט' און 'קעשוס' וועט מען טינקן אין זאפטיגע ווארימע 'טשאקלאדע', ווישן העט מען זיך מיט די 'חמצדיגע' פעיפער טאועל און דערנאך אריינווארפן אין די טריפה'נע בעקעלעך רח"ל. דאן עט עס זיין א בחינה פון עתיד החזיר להיטהר, די ווערים די רשעים וועלן פארניכטעט ווערן ומלאה הארץ דעה את ה'.
און שיער פארגעסן... די זאל וועט זיין באצירט מיט הערליכע 'בלומען' כשושנה בין החוחים, דער 'חוקת הגוי' וועט גענצליך אויסגעראטן ווערן פון די בריאה, והיה ה' למלך על כל הארץ.
שוועמל גוט גוט.
Advertisement
מאנטאג יוני 04, 2007 11:36 am
נישט נאר גוט, כ'העט ווען געזאגט סופער סופער.
מאנטאג יוני 04, 2007 11:48 am
ריעד מיי ליפס. ביז 30 טעג וועט פלוצלינג ערשיינען פרישע סטראבעריס אויפ'ן מארקעט, וואס דאס וועט שוין האבן עפעס א השגחה פון א משגיח'ל. די סטראבעריס וועלן זיין פון א נייע קאמפאני.
ערשט דעמאלטס וועט מען פארשטיין פארוואס מ'האט פלוצלינג מיט א חודש צוריק - פון איין טאג צום צווייטן - גע'אסר'ט אלע מיני סטראבעריס...
ואעפ"י שאין ראי' לדבר, זכר לדבר איכא: לעטוס און יונגע צוויבל...
מאנטאג יוני 04, 2007 12:27 pm
מאשקע אפשר גייסטו טאקע אריין אין די ליין
מאנטאג יוני 04, 2007 12:30 pm
חכם,כאפטס נישט אליין?
אז דאס מיינט ער צו זאגן.
מאנטאג יוני 04, 2007 12:43 pm
I just need to explain
מאנטאג יוני 04, 2007 4:07 pm
אזא געשמאקע פרוכט ווי סטראבעריס, אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן פון אונז.
וואסעט זיין מיט די נשמות אין די סטראבעריס וועלכע מען דארף מתקן זיין? אך, א בראך.
מאנטאג יוני 04, 2007 4:23 pm
נישט נאר וועט ארויסקומען מיט די צייט, נאר עס איז שוין איצט, עס ווי ספיק, אויך דא פון סקווירער בי"ד וואס איז נקי און מ'מעג עסן.
צווייטנס איז דאס נישט קיין מייקראסקאפישע געקוקעכץ. דעם ווערימל קענסטו זען מיט'ן נאקעטן אויג, נאר דארפסט וויסן וויאזוי צו קוקן.
דינסטאג יוני 05, 2007 1:59 am
טעכנישט גערעדט.
לויט מיינע איינגעהאנדלטע ידיעות כד הוינא בחריא, ווייס איך אז א סטרובערי קען האבן א פיצי רויט ווערימל וואס הייסט אויף העברעאיש 'אקרית אדומה'. דאס איז שווער צו טרעפן פאר איינעם וואס ווייסט נישט דערפון און זיכער ווען מען דארף האבן א געניט אויג דערפאר.
איך אליינס האב דאס נאך קיינמאל געפונען, קען זיין איך בין נישט אזא גרויסע סטראבעררי עסער. אבער עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון איינעם וואס האט שוין אמאל געפונען אזאנס און טאקע ווי קליין דאס איז.
תהוובהו;
איך האב שוין געפונעם צענדליגער מארל ווערים אין סטראבעריס אבער זיי זענען געווען די גרויסע ענליך צו אזא טונקעלע קערעלע וואס געפונט זיך אינדרויסן אויף די סטראבעריס, אלע סייזעס האב איך שוין געזען אבער א דערמאנטע פיצינקע ווארים אין רויטן קאליר האב איך נאך נישט באגעגענט.
דינסטאג יוני 05, 2007 4:39 am
איזאק האט געשריבן:סאו דו האלסט אז טאמער זעט מען מיט א מיקרא-שקאפ ווערים זאל מען עס יא מעגן עסן ?
חלילה וחס! א וודאי נישט!!!
אבער פון צוייטער זייט - איך ניץ נישט מיקראסקאפ ביים עסן. א טעלער, א גאפל און א לעפל - ס'אלץ וואס איך דארף.
און איך בין נישט זיכער אז ש"ך און ט"ז ביי זיך אין קראקע און אין ווילנע האבן יא געקוקט אויף די יאגעדעס וואס זיי האבן געגעסן דורך פארשידענע לינזעס.
אבער איך בין דאך א פראסט-פשוטער איד איז איך קויף נאר וואו ס'איז דא הכשר וואס איך פארלאז זיך.
זונטאג יוני 10, 2007 9:29 am
בס"ד
אקעי ס'דא סטראבעריס וואס מען מעג עסען
- עטעטשמענטס
-

- Copy of hhhh.jpg (66.97 KiB) געזעהן געווארן 2098 מאל
-

- hhhh.jpg (82.8 KiB) געזעהן געווארן 2098 מאל
זונטאג יוני 10, 2007 9:43 am
האב איך דאך געוויסט אז ס'עט קומען אזא בריוו.
זונטאג יוני 10, 2007 12:43 pm
איך בין געווען דער וואס האט געווואוסט.
*
אגב, איך הער אז די אריזאנע סטראבעריס מעג מען יא עסן... איך דארף עס נאך מברר זיין...
זונטאג יוני 10, 2007 12:51 pm
איך בין אויך געווען פון "די" וואס האבן געוואוסט.
כאב פערצופאל איין פעקעלע אין פריזער, כ'ווארט ס'זאל רויסקומען אניסער אויף דעם אויך...
מאנטאג יוני 11, 2007 10:15 am
קוקט אויס אז זיי האבן גארנישט פריש מחדש געווען בנושא, נאר זיי זענען אלעמאל גוט געווען.
דינסטאג נובמבר 06, 2007 12:08 pm