געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג מאי 31, 2007 11:40 pm
Advertisement
פרייטאג יוני 01, 2007 12:02 am
מיר אלע ערליכע אידן, נעמען זיך טאקע אונטער פון היינט און ווייטער אכטונג צו געבן נישט אריין צו נעמען אין מויל, אזעלכע עסן, וואס האבן אין זיך ספיקות פון כשרות, און דער פון אויבן זאל העלפן, אז מיר זאלן טאקע אפגעהיטן ווערן, פון אט די מאכלים אפילו בשוגג.
פרייטאג יוני 01, 2007 12:32 pm
מען גייט פארברענען די סטראבעריס ?
פרייטאג יוני 01, 2007 3:27 pm
גערייכערטע סטראבעריס? נאכנישט געקאסט, קען זיין גוט, עניוועי טאר מען עס שוין נישט עסן, שוין לאמיר נישט טראכטן דערפון.
פרייטאג יוני 01, 2007 4:42 pm
טראכטן דערפון מעג מען גראדע, אדרבה, חז"ל זאגן לא יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר, נאר אפשי אבער די תורה לאזט נישט.
ביי מיר אין פריזער ליגט יעצט א פיין שטיקל סטראבערי אייסעס, איי איי, א נסיון גמור, מען וועט דאס אבער ווארשיינליך שליידערן אין מיסט בקרוב ממש.
פרייטאג יוני 01, 2007 5:23 pm
לייג עס אריין אין א דאבל בעג, איידערן ווארפן אין גארביטש, אז ס'זאל זיך נישט צורינען אינעם קען אדער גאר אויפן פלאהר.
זונטאג יוני 03, 2007 9:14 am
אויך כדאי די קאחקאטראטשן זאלן זיך נישט צוזאמלויפן דערנעבן.
זונטאג יוני 03, 2007 1:29 pm
איך_הער האט געשריבן:גערייכערטע סטראבעריס? נאכנישט געקאסט, קען זיין גוט, עניוועי טאר מען עס שוין נישט עסן, שוין לאמיר נישט טראכטן דערפון.
אפשר גערייכערטע מעג מען יא ? זיי שטארבען פינעם רויך
זונטאג יוני 03, 2007 1:42 pm
ווער זאגט אז געשטארבענע מעג מען יא?
זונטאג יוני 03, 2007 1:47 pm
איך האב געפרעגט א שאלה אויף אן אייסקריעם פון צומאלענע פראוזן סטראבעריס, מ'האט מיר גע'פסק'נט אז כ'מעג דאס עסן. אויך אויף געקאכטע פראוזן סטראבעריס האט מען מיר גע'פסק'נט אז מ'מעג דאס עסן.
אגב, שוין א לאנגע צייט וואס כ'פלעג מקפיד זיין צו קויפן נאר מהדרין פראוזן סטראבעריס וועגן צוויי טעמים. איינס ווייל ס'איז ביליגער, און צווייטנס ווייל כ'האב שוין לאנג געהערט אז מ'טרעפט ווערים אין בודק סטראבעריס. און אזוי ווי ס'איז נישט אלץ געווען צו באקומען מהדרין, האט מען געווארט ווען ס'איז יא געווען און מ'האט זיך איינגעקויפט א באנטש....
איצטע עמיר זיי אלע אריינווארפן אין מיסט וואו די ווערים וועלן זיך טרעפן מיט זייערע קאלעגן - די קאקאראטשן.
זונטאג יוני 03, 2007 1:47 pm
U are right ביסט גערעכט
זונטאג יוני 03, 2007 1:51 pm
ווי איז דער דיין?
אייז קרעם פון קליינס,דע גוטע,דע קענס,סטראבערי,טשאקאלעט,ווענילע,
מעג מען, אדער טאר מען......?
זונטאג יוני 03, 2007 1:54 pm
אייז קרעם פון קליינס,דע גוטע,דע קענס,טשאקאלעט,ווענילע מעג מען
סטראבערי מעג מען נאר אויב עס איז גיט אין די דייען זאגט אז מען מעג עס עסן
זונטאג יוני 03, 2007 3:56 pm
לחיים ולברכה האט געשריבן:איך האב געפרעגט א שאלה אויף אן אייסקריעם פון צומאלענע פראוזן סטראבעריס, מ'האט מיר גע'פסק'נט אז כ'מעג דאס עסן. אויך אויף געקאכטע פראוזן סטראבעריס האט מען מיר גע'פסק'נט אז מ'מעג דאס עסן.
אגב, שוין א לאנגע צייט וואס כ'פלעג מקפיד זיין צו קויפן נאר מהדרין פראוזן סטראבעריס וועגן צוויי טעמים. איינס ווייל ס'איז ביליגער, און צווייטנס ווייל כ'האב שוין לאנג געהערט אז מ'טרעפט ווערים אין בודק סטראבעריס. און אזוי ווי ס'איז נישט אלץ געווען צו באקומען מהדרין, האט מען געווארט ווען ס'איז יא געווען און מ'האט זיך איינגעקויפט א באנטש....
איצטע עמיר זיי אלע אריינווארפן אין מיסט וואו די ווערים וועלן זיך טרעפן מיט זייערע קאלעגן - די קאקאראטשן.
איך לאדן דעם עולם צו א סעודה רבתי אויף די פארבליבענע שיסל "צומאלענע פראוזן סטראבערי" אייזקריעם.
אבער האלט... קומט נאכנישט, איך וויל דאס נאך מברר זיין אויך מיט 'מיינע' דיינים.
זונטאג יוני 03, 2007 3:58 pm
אינעם צעטל פונעם וואלאווער רב (אראפגעברענגט אינעם ערשטן תגובה דא אויפן בלעטל דורך 'לאקשן ברעט') שטייט אז אלע דזשעם'ס, יאגורט און לעבען מיט סטראבערי, מעג מען עסן.
זונטאג יוני 03, 2007 11:39 pm
באלד אזא מערכה ווי אויף די טריפה'נע 'בלומען', אזוינס!! א חסידישער איד קויפט בלומען ?! וואו איז דאס געהערט געווארן ?! דער רבוש"ע האט עס באשאפן פאר די גויים !!
זונטאג יוני 03, 2007 11:56 pm
לאז דיר אפ , א כפרה די סטראבעריס מעט זיך א עצה געבען אן דעם , קיינער דארף עס נישט , טשעריס איז אויך גוט
מאנטאג יוני 04, 2007 12:57 am
ס'געפערליך. איך שטעל זיך אבסאלוט דערקעגן. יעדן צווייטן טאג אויפקומען מיט א פרישן אויפדעקונג, נאר ווייל איינער האט אביסל צופיל צייט.
היינט איז עס סטראבעריס, מארגן איז עס באנענעס.
וויפיל איז דער שיעור?
גענוג איז גענוג, זאל משיח שוין קומען און פארטיג.
מאנטאג יוני 04, 2007 1:08 am
און ווען משיח וועט קומען וועלן מיר מאכן א סעודה'ניוווווווווו........ הוי וועט דאס זיין א סעודה'ניו מיט אלע צוגעהערן.... ס'עט זיך גיסן 'וואסער' לרחצה, 'אייער' אלע סארט, 'פלייש' פון אלע געשעפטן, די 'סטראבעריס' געמישט מיט 'סאלאט' און 'קעשוס' וועט מען טינקן אין זאפטיגע ווארימע 'טשאקלאדע', ווישן העט מען זיך מיט די 'חמצדיגע' פעיפער טאועל און דערנאך אריינווארפן אין די טריפה'נע בעקעלעך רח"ל. דאן עט עס זיין א בחינה פון עתיד החזיר להיטהר, די ווערים די רשעים וועלן פארניכטעט ווערן ומלאה הארץ דעה את ה'.
און שיער פארגעסן... די זאל וועט זיין באצירט מיט הערליכע 'בלומען' כשושנה בין החוחים, דער 'חוקת הגוי' וועט גענצליך אויסגעראטן ווערן פון די בריאה, והיה ה' למלך על כל הארץ.
מאנטאג יוני 04, 2007 7:58 am
דיזער, זיי נישט ברוגז , ס'נישט געפערליך ס'דא גענוג וואס צו עסען מער פין וואס דיינע זיידעס האבען געהאט
משיח דארף טאקע קומען, אבער נישט כדי מען זאל קענען עסען סטראבעריס, ס'דא אנדערע זאכען וואס ס'טויג נישט אין גלות
,,עניוועי מען דארך אביסעל אכטונג געבען וואס מען עסט , נישט אלעס וואס קומט אין די הענט דארף גלייך גיין אין מויל אזוי ווי א קליין קינד ,
מאנטאג יוני 04, 2007 9:56 am
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:ס'געפערליך. איך שטעל זיך אבסאלוט דערקעגן. יעדן צווייטן טאג אויפקומען מיט א פרישן אויפדעקונג, נאר ווייל איינער האט אביסל צופיל צייט.
היינט איז עס סטראבעריס, מארגן איז עס באנענעס.
הונדערטער און טויזנטער יאר האבן נאיווע און תמימות'דיקע אידן געגסן כל מיני פירות און שאר ירקות, יאגעדעס און כל מטעמים...
ביז'ן טאג ווען איז געקומען ר' מיקרא-שקאפ וואס האט גע'אסר'ט ס'אלץ.
וויפיל איז דער שיעור?
ס'טייטש, וויפל? ליוט דעם שיעור הגדלה פונעם מיקראסקאפ לענז.
גענוג איז גענוג, זאל משיח שוין קומען און פארטיג.
אמן ואמן!
מאנטאג יוני 04, 2007 10:00 am
לאקשען ברעט האט געשריבן:לאז דיר אפ , א כפרה די סטראבעריס מעט זיך א עצה געבען אן דעם , קיינער דארף עס נישט , טשעריס איז אויך גוט
טשעריס איז מער ווערים'דיג
מאנטאג יוני 04, 2007 10:04 am
לאקשען ברעט האט געשריבן:דיזער, זיי נישט ברוגז , ס'נישט געפערליך ס'דא גענוג וואס צו עסען מער פין וואס דיינע זיידעס האבען געהאט
אט דעריבער האבן זיי נישט אזוי געליטן פונעם איבעריקן וואג...
משיח דארף טאקע קומען, אבער נישט כדי מען זאל קענען עסען סטראבעריס, ס'דא אנדערע זאכען וואס ס'טויג נישט אין גלות
סעודת לוויתן און שור הבר!!!
,,עניוועי מען דארך אביסעל אכטונג געבען וואס מען עסט , נישט אלעס וואס קומט אין די הענט דארף גלייך גיין אין מויל אזוי ווי א קליין קינד ,
זייער וויכטיק איז אויך נישט פארגעסן וואשן די הענט אלעמאל אז מ'גייט עסן. און דווקא מיט זייף.
מאנטאג יוני 04, 2007 10:26 am
ערנסטער האט געשריבן:דיזע ערצעלונג האט געשריבן:ס'געפערליך. איך שטעל זיך אבסאלוט דערקעגן. יעדן צווייטן טאג אויפקומען מיט א פרישן אויפדעקונג, נאר ווייל איינער האט אביסל צופיל צייט.
היינט איז עס סטראבעריס, מארגן איז עס באנענעס.
הונדערטער און טויזנטער יאר האבן נאיווע און תמימות'דיקע אידן געגסן כל מיני פירות און שאר ירקות, יאגעדעס און כל מטעמים...
ביז'ן טאג ווען איז געקומען ר' מיקרא-שקאפ וואס האט גע'אסר'ט ס'אלץ.
סאו דו האלסט אז טאמער זעט מען מיט א מיקרא-שקאפ ווערים זאל מען עס יא מעגן עסן ?
וויפיל איז דער שיעור?
ס'טייטש, וויפל? ליוט דעם שיעור הגדלה פונעם מיקראסקאפ לענז.
גענוג איז גענוג, זאל משיח שוין קומען און פארטיג.
אמן ואמן!
מאנטאג יוני 04, 2007 10:58 am
עס איז טאקע זייער אינטערעסאנט אז לעצטנס טרעפט מען אז אפילו די פונדאמענטאלע ארטיקלן, ווי וואסער און יאגדעס, זענען אנגעפיקעוועט מיט אומענדליכע פראגע צייכנס. עס איז נישט דערפאר וואס מיר וועלן איצט נישט קענען פארזוכען די רויטע זאפטיגע פרוכט, וואס מיר ווארטן אויפן קומען פון משיח, נאר דערפאר וואס מיר אנערקענען אז מיר אליין ווייסן ניטאמאל מיט וויפיל פארבאטן מיר שפילן זיך טעגליך.