אבות - שמועסן מיט די קינדער... פ''ב מ''א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

אבות - שמועסן מיט די קינדער... פ''ב מ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איזהו דרך ישרה שיבור לו האדם...

רבי זאגט אונז דא א געוואלדיגע זאך, א מענטש דארף זיך 'אליינס' אויסוועלן דעם ריכטיגן וועג, ר' איד, פאר דו טוסט א זאך טראכט נישט וואס וואס גרונם טוט, וויאזוי מעכל פירט זיך, וויאזוי ''יעדער'' טוט, לייג אין א זייט די תירוצים אז ''די גאנצע חדר טוט אזוי... אלע קינדער מאכן עס...'' ניין! שיבור לו האדם, דער מענטש זאל זיך אליינס אויסקלויבן די וועג לויט וויאזוי די תורה הייסט.

דער חפץ חיים האט אמאל דערציילט: אמאל ווען מ'איז געפארן צום יריד זענען געפארן צוזאמען א גאנצע גרופע פון וועגענער, איינע אונטער די אנדערע האבן זיך געשלענגלט א צען פופצן בעלי עגלות, אין יעדן וואגן איז געזעצן א סוחר וואס האט געוואלט אנקומען מארגן צום יריד.

אזוי זענען די וועגענער נאכגעפארן איינע נאך די אנדערע, ביז דער טאג איז אריבער און זיי האבן זיך געטראפן אין אנדערן עק לאנד... פונקט אין די פארקערטע ריכטונג וואו זיי האבן געדארפט פארן...

א שנעלע חקירה האט מברר געווען דעם בראך, יעדער איז נאכגאנגען דעם וואגן פון פאר אים, קומט דאך אויס אז דער ערשטער וואגן האט געוויזן דעם וועג, און דארט איז געזעצן א בעל עגלה א שיכור וואס יעדן בוים האט ער געזעהן דריי מאל, און דער גאנצער וועג האט זיך געדרייט פאר זיינע אויגן פון רעכטס אויף לינקס אזוי האט ער זיך מיטגעדרייט מיטן וואגן, די פערד האבן אליינס מחליט געוווען וואו צו גיין ביז ער איז אנגעקומען צום אנדערן עק...

און די אלע חכמים וואס האבן נישט אליינס געזוכט דעם ריכטיגן וועג נאר בלינדערהייט נאכגעגאנגען דעם שיכור זענען אנגעקומען מיט אים צוזאמען וואו דער פערד האט זיי געפירט...

איזהו דרך 'ישרה' ווילסט גיין אויפן 'גלייכן' וועג, שיבור לו 'האדם', זיי א 'מענטש' און טראכט גוט אריין וואס דער גלייכער וועג איז, גיי נישט נאך די פערד...

המשך יבא...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

כל שהיא תפארת לעושיה

זאגט רש''י, ונוח לו והנאה, א איד דארף דינען דעם אויבערשטן מיט געשמאק און הנאה.

דער חפץ חיים האט דערציילט: א איד איז אמאל אהיימגעקומען פון א נסיעה אין די מרחקים, דער רענצל זיינער איז געבליבן אין באן סטאנציע, ער האט געשיקט דעם באדינער עס גיין ברענגען, אלע קינדער זיצן און ווארטן ווען דער רענצל וועט שוין אנקומען, אוודאי האבן זיי געווארט אז דער טאטע זאל אהיימקומען, אבער שטילערהייט ווען קיינער הערט נישט וועלן זיי אייך אויסזאגן דעם סוד אז זיי האבן אויך געווארט אויף די מתנה'לעך וואס דער טאטע ברענגט...

נו, וואו איז שוין דער רענצל ווערן זיי נערוועז... אה, שרייעט דער קליינער פיניע, דער באדינער קומט צוגיין מיטן רענצל!

דער טאטע קוקט ארויס פון פענסטער, און ער זעהט טאקע פונדערווייטנס ווי דער באדינער שלעפט זיך מיט זיינע לעצטע כוחות, ער סאפעט אזוי האסטיג פון די שווערע משא וואס ער שלעפט.

"ס'נישט מיין רענצל" רופט זיך דער טאטע אן, "אבער האסט דאך עס ניטאמאל געעפנט'' האבן די קינדער געפרעגט, ''פון וואו זעסטו שוין פון אזוי ווייט אז ער ברענגט א צווייטן רענצל?" וואונדערן זיי זיך.

''זייער פשוט'' ענטפערט דער טאטע, מיין רענצל איז גרינג, מ'דארף זיך נישט אזוי פלאגן עס צו שלעפן, איך זעה ווי שווער ער פלאגט זיך ווייס איך אז ס'איז נישט מיינס.

זאגט רבינו הקדוש, איזהו דרך ישרה, וואס איז דער ריכטיגער וועג אונזערער? תפארת לעושיה, זאגט רש''י ונוח לו והנאה, ס'איז פיין און געשמאק! טעמו וראו כי טוב ה'... יעדע רגע און יעדע מינוט וואס א אידיש קינד איז זוכה צו טון מצוות און מעשים טובים קויפט ער זיך איין וועלטן פון עולם הבא, נאך א ברכה, נאך א שטאק אין גן עדן, נאך א ברכת המזון, האט ער זיך צוגעבויעט א בנין, נאך א קריאת שמע, איינגעפלאנצט א גארטן, א טובה פאר א איד, אריינגעבויעט שיינע מעבל, איי איז עס געשמאק... תפארת לעושיה...

המשך יבא...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

איך קען קוים ווארטן...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ותפארת לו מן האדם...

שמריהו טוט אסאך מצוות, ער לייענט הויעך קריאת שמע שעל המטה אין קעמפ ווען אלע קינדער שלאפן שוין, אה, זיין הארץ ווערט צופלאמט, ווי קען מען זיך איינהאלטן... ס'שרייעט זיך פשוט ארויס פון זיך אליינס... ער פארשטייט נישט פארוואס די קינדער וואס וועקן זיך אויף זענען אזוי בייז, וואס זענען זיי? אנטיסעמיטן? זיי פארגינען נישט א איד ליינט קרי''ש (12:00) ביינאכט?

ער וואשט זיך נטילת ידים מיט אלע חומרות, ער איז מקפיד זיך אפצואווישן יעדן פינגער א דריי פיר מאל און צומאל ווען דער שורה אונטער אים האלט שוין ביי העכער א מנין, (וואס דעמאלס איז עס פשוט אן ענין פון מקדש זיין שם שמים ברבים...) קען ער אפילו בודק זיין די הענט א פינפטע מאל... ס'פאלט אים נישט איין אז מ'קען עס טון נאך פאר מ'שטעלט זיך אין די רייע זיך צו וואשן.

ער וויל נישט פארלייען זיין פעדער פאר קיין חבר, אפשר וועט עס יענער פארגעסן צוריקצוגעבן קומט דאך אויס אז ער וועט מכשיל זיין יענעם מיטן הארבן איסור פון גזל...

ווער רעדט נאך ווען דער בעל תפלה מיטן גאנצן ציבור האבן שוין אנגעהויבן שמונה עשרה און ער האלט נאך אינמיטן עזרת, ער דאוונט אזוי ערליך מיט כוונה אז ער פארגעסט בכלל וואס עס טוט זיך ארום אים...

ער ווייסט פונקטליך, יענעם אינגל איז א מצוה צו בארעדן, און יענעם איז אן עבירה צו העלפן...

שמריהו טייערער, איך ווייס אז דו מיינסט עס ערליך, איך וויל דיר אבער זאגן, רבינו הקדוש האט אנדערש געהאלטן, ער האט אונז אנגעזאגט 'ותפארת לו מן האדם' ווילאנג עס איז נישט קיין סתירה צו קיין מנהג אדער הלכה דארף זיך א איד רעכענען מיט א צווייטן, מ'דארף זיך פירן אויף א וועג וואס עס שטערט נישט קיין אנדערע אידן...

אנטשולדיגט, ס'נישט איך, רבי האט אזוי געזאגט...

המשך יבא...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

והוי זהיר במצוה קלה כבחמורה...

זרח און שמערל זענען צוויי זייער גוטע חברים, אלעס האבן זיי ליב צו טון צוזאמען, זיי זענען אויפגעוואקסן אויף די זעלבע גאס, געלערנט אין זעלבן חדר, געפארן מיטן זעלבן באס, געדאוונט אין זעלבן שוהל, עכ''פ, אלעס סימנים פון גוטע פריינט.

איין זומער טאג גייען זיי שפאצירן, ס'איז גאנץ הייס, די זון באקט, זיי הייבן אן צו ווערן אויסגעטריקנט, פלוצלונג שטעלט זיך זרח אפ, ער נעמט ארויס פון זיין זעקל א קאלטן פלאש וואסער, ער גיסט זיך אן א גלאז, מאכט ערליך א ברכה, שהכל נהי' בדברו, און ער דערפרישט זיך אלע ביינער.

ווען שמערל זעהט ווי זרח גיסט אן א צווייטן גלאז איז ער הונדערט פראצענט זיכער אז יעצט מיינט עס אים, נאך א מינוט און זרח איז אים מכבד צו הנאה האבן פונעם פרישן קאלטן וואסער אויף וואס ער דורשט אזוי, ווי ערשטוינט ווערט ער צו זעהן ווי זרח שלינגט איין דעם גלאז מיט אזא געשמאק...

יעצט קען ער זיך שוין נישט איינהאלטן, ער נעמט זיך די קוראזש און ער רופט זיך אן, "זרח מיין טיייערער גוטער פריינט, אפשר ביזסטו אזוי לייטזעליג און דו ביזט מיר מכבד מיט א גלעזעלע וואסער, נישט קיין סאך, א קליין ביסעלע.''

זרח ווערט נישט פארלוירן, מיט א האלבן שמייכל זאגט ער ''ניין'' און ווי גארנישט וואלט פאסירט הייבט ער אן ממשיך צו זיין דעם שפאציר...

שמערל קען נישט קומען צו זיך, ער באשליסט נישט צו האלטן די ווייטאג אין זיך נאר עס גלייך אויסגיסן אריין אין די אויערן פון זרח.

''מיין טייערער חבר זרח'' הייבט שמערל אן, ''איך האב א וויכטיגע זאך זיך דורכצושמועסן מיט דיר''

''רעד מיין פריינט רעד'' זאגט זרח, ''פארדעם זענען מיר דאך חברים מ'זאל זיך קענען דורכשמועסן איינער מיטן אנדערן...''

''קוק אהער זרח'' זאגט שמערל, ''איך האב א חבר, זרח הייסט ער, איך האלט אינמיטן א שפאציר מיט אים, ס'איז גאנץ הייס, 'ער' טרינקט וואסער געשמאק, ווען איך בעט אים אביסל וואסער פאר מיין דורשטיגע נשמה, וויל ער מיר נישט גיבן, איך קען עס נישט פארשטיין, וואס האב איך שוין געבעטן, אביסל וואסער, נישט מער פון דעם, וויאזוי קען זיין אז ער איז מיין חבר און ער האט מיר ליב ווען אפי' אזא קלייניקייט וויל ער מיר נישט גיבן?"

"דו פרעגסט א שטארקע קשיא מיין טייערער פריינט'' זאגט זרח, ''איך קען דיר דאס אבער זייער פשוט מסביר זיין, מיר זענען טאקע זייער גוטע חברים, און ווען דו וועסט מיר בעטן עפעס א גרויסע טובה וועל איך דיר עס זייער גערן טון, אפילו עס זאל מיר אנקומען גאר שווער, אבער אזא קלייניקייט, סתם אביסל וואסער, איך זעה נישט פארוואס...''

נו מילא גרויסע מצוות זענען מיר נזהר צו טון, מיר וועלן נישט עסן קיין חמץ פסח און נישט אנצינדן די לעקטער שבת, אבער ענטפערן אן אמן יהא שמי' רבה, בענטשן ברהמ''ז מיט כוונה, און נאך אזעלכע געשמאקע גרינגע מצוות... ניין! מיר זענען קלוגער פון זרח'ן... ביי אונז איז נישטא קיין נפקא מינה, אוודאי זענען מיר מקיים וואס עס קומט אונז נאר אונטער, נישט קיין חילוק גרינג צו שווער, קלה כבחמורה...

המשך יבא...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

והוי מחשב הפסד מצוה כנגד שכרה...

גמליאל האט געקויפט א לאטערי טיקעט, נישט ווייל ער האט איבעריג געלט, ער איז א עני ואביון א קבצן, די איינציגע זאך וואס ער האט בשפע איז חובות... אבער אזוי איז געווען די מעשה, נאך שחרית איז ער אריבער א לאטערי בודקע, ס'האט זיך פונקט פארווארפן א דאלער אין טאש גרייט צו קויפן אפאר רעפטלעך ברויט, דער שילד האט געוויזן אז היינט נאכט וועט איינער רייכער ווערן מיט א הונדערט מיליאן דאלער, ווי פון זיך אליינס האט דער דאלער ארויסשפאצירט פון זיין קעשענע אריין צום לאטערי סוחר, און ביז א מינוט שפעטער איז אין זיין האנט געווען א צעטל מיט נומערן.

ער איז געווען זיכער אז דאס איז דער ערגסטער שריט וואס ער האט נאר אמאל געמאכט אין זיין לעבן, "פארוואס פונקט צווישן אזויפיל מיליאנען מענטשן זאל איך זיין דער געווינער" האט ער זיך געהאלטן אין איין איינ'חזר'ן, "אויב אזוי פארוואס האב איך אוועקגעגעבן מיין לעצטן דאלער? שוין, שלימזל בלייבט שלימזל..."

גייט נישט אריבער קיין גאנצע צוועלעף שעה, ער האט שוין געענדיגט מעריב מיט ספירת העומר, אויפן וועג אהיים גייט ער ווידער אריבער דעם לאטערי בודקע, און עפעס באקאנטע נומערן שפרינגען דארט אינדרויסן, ער נעמט ארויס דעם צוקנייטשטן צעטל (וואס האט שוין אנגעיאגט צו ווערן א האלבע טעלעפאן ביכל...) און ער גלייבט נישט וואס ער זעהט, ווי גלייך דער בודקע האט ארויסגע'גנב'עט די נומערן פון זיין צעטל און עס ארויסגעלייגט פארן גאנצן עולם צו זעהן...

ער שטייט אזוי און קוקט, זיינע אויגן לויפן פון צעטל צו די בליטשקעדיגע נומערן אויף די וואנט און צוריק, דורכגייער וואס זעען אים שטיין אזוי פארטראכט קומען צו הילף, און אלע זענען מודה, יא! די נומערן שטימען, דער קבצן גמליאל איז געווארן א מיליאנער!

גלייך זענען אלע געווארן זיינע גוטע פריינט, צענדליגער אידן האבן זיך דערמאנט אז זיי זענען זיינע קרובים... אנדערע זענען זיך געקומען שואל עצה זיין מיט אים, דער שמש האט אים 'שוין' מודיע געווען אז ער האט 'פונקט' געהערט אז ער איז א שיינער בעל תפלה בעט ער אים ער זאל זיך שוין פון היינט דינסטאג צוגרייטן א קבלת שבת... און דער ראש הקהל איז אריבערגעקומען אויף א וויכטיגע אסיפה זיך איבערצושמועסן אפאר ברענדיגע ענינים פון די קהילה מיטן נייעם 'חכם' פון שטאט...

אינמיטן די אסיפה פרעגט דער ראש הקהל פון זיין נייעם פריינט, ''וויאזוי שפירט זיך צו געווינען א לאטערי?"

''איך וועל דיר זאגן'' ענטפערט גמליאל, ''ס'איז גאנץ געשמאק, אבער איין זאך לאזט מיר ממש נישט קיין מנוחה, וואו איז געווען מיין שכל אויסצוגעבן מיין לעצטן דאלער מיט וואס איך האב געדארפט קויפן ברויט פאר פרישטאג, דאס איז דאך געווען מיין גאנץ פארמעגן! איך קען נאך אלץ נישט מוחל זיין דעם שאדן!"

אויסגעגעבן א דאלער און פארדינט הונדערט מיליאן! שאדן?!

"הוי מחשב הפסד מצוה" רעכן דאס וואס דו האסט שאדן דורכן מקיים זיין די מצוה, "כנגד שכרה" קעגן דעם פארדינסט, שאדן?!

המשך יבא...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

עין רואה, ואוזן שומעת, וכל מעשיך בספר נכתבין...

דער חפץ חיים האט אמאל געזאגט, מענטשן מיינען אז היינטיגע דורות זענען סאך קלוגער ווי די אמאליגע, עס קומען כסדר ארויס נייע ערפינדונגען וואס עס זענען נישט געווען אמאל, אזעלכע גרויסע חכמים זענען דא היינט.

ס'איז אבער אינגאנצן נישט אזוי, פארקערט גאר, אמאל האבן מענטשן געגלייבט באמונה שלימה אז וואס מ'רעדט ווען מ'לעבט דא אויף די וועלט, וועט מען איבערשפילן ווען ער וועט ארויפקומען צום בי''ד של מעלה, ווען מענטשן האבן אויפגעהערט צו גלייבן, האט דער רבש''ע אראפגעשיקט א חכמה פון אפכאפן קולות און עס שפעטער איבערשפילן, (רעקארדס, סטענגעס, קאסעטעס, טעיפס, דיסקס, עם פי טרי, פאר וכו' וגו'...)

אמאל האבן מענטשן געגלייבט אז וואס מ'רעדט דא הערט מען אין הימל, ווען די טיפשים און אפיקורסים האבן עס געוואלט לייקענען, איז ארויסגעוואקסן דער טעלעפאן, מ'רעדט דא און מ'הערט וואו דו ווילסט.
ווי מער די דורות זענען געווארן שוואכער און די אפיקורסים האבן געוואלט לייקענען, אלס מער האט זיך פארמערט די טעכנעלאגיע צו ממחיש זיין פאר דעם מענטש ער זאל אלעס זעהן קלאר, און גלייבן אין הייליגן באשעפער.

היינט איז דא וואו מ'גייט און שטייט 'אויגעלעך' וואס כאפן אראפ יעדן ריר פונעם מענטש. נישט נאר בילדער, נאך אויך דעם קול, אלעס וואס ווערט גערעדט. און נישט נאר בשעת מעשה, עס ווערט רעקאדירט און אוועקגעלייגט, אלעמאל קען מען צוריקמישן דעם קליפ און זעהן וואס איז געווען אין יעדע באשטימטע צייט.
אלעס כדי מ'זאל וויסן, "דע מה למעלה ממך, עין רואה" דער אויג פון אויבן זעהט אלעס, "ואוזן שומעת" עס כאפט אויך אפ וואס מ'רעדט, "וכל מעשיך בספר נכתבין" עס ווערט נישט פארמעקט, אלעס בלייבט! ביים בי''ד של מעלה וועט מען אלעס איבערשפילן, מיין נישט אז ווייל דו זיצט אין א ליידיגן פארמאכטן שטוב זעהט מען נישט, אלעס ווערט רעקארדירט!
און מיר פרייען זיך דערמיט!
פארוואס?
אמאל האט א בעל הבית אריינגעלייגט אזעלכע קעמרעס-אויגעלעך אין זיין אפיס וואו ער האט געהאט 10 ארבעטער, אן דעם וואס ער זאל זיי מודיע זיין.

סוף וואך זענען די ארבעטער אריינגעקומען נעמען זייער וועכענטליכע געהאלט, דער ערשטער ארבעטער קומט אריין מיט א חשבון פון פופציג שעות, 20 דאלער א שעה, ער דארף 1000 דאלער, זאגט אים דער בעה''ב, כאפ א בליק, ער ווייזט אים דעם אפגעכאפטן וואך... דעם ארבעטער ווערט שווארץ פאר די אויגן... מ'זעהט וויפיל שעות ער האט פארברענגט מיט גארנישט...

"מ'האט געמאכט א חשבון, 10 שעה האסטו נישט געארבעט, דא האסטו 800$"

דער ארבעטער גייט ארויס אינגאנצן צובראכן, "פארוואס האט אויסגעפעלט די קעמרעס, ס'ברענגט נאר שאדן!"

דער צווייטער ארבעטער קומט אריין, זאגט אים דער בעה''ב, "די וואך האט מען אפגעכאפט אלעס וואס האט זיך אפגעטון אין אפיס'' דער ארבעטער בלייבט רואיג, ער ווייסט אז ער האט אויסגענוצט יעדע מינוט, "דא האסטו עקסטערע 200$'' זאגט דער בעה''ב, ''מיר האבן איבערגעקוקט וויאזוי דו ארבעטסט, און מיר האבן געזעהן אז דו ארבעטסט גאר געטריי, ס'קומט זיך דיר א מתנה!"

דער ארבעטער גייט ארויס פרייליך און צופרידן, ''אזא גוטע זאך אז מ'האט אריינגעלייגט די קעמרעס..."

נו וואס זאגט איר, עין רואה, ואוזן שומעת, א גוטע זאך?... לאמיר עס מאכן ס'זאל זיך לוינען...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

היות איך קען נישטמ ארויפלייגן דא קיין צו גרויסע פיילס, האט איר דא א לינק צום גאנצן גליון.

ויה''ר שירחם הגבאי על פליטת עולמינו ויעלה גליוננו לטובה...

http://www.jumbomail.co.il/Downloads.as ... 357A5A413D

Uvos_vol2l.pdf
(1.23 MiB) געווארן דאונלאודעד 227 מאל


(צוגעלייגט)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

גראדער כאב קיין ווערטער דיר צו באדאנקן, מיר האבן שוין פאריגע וואך געמאכט אן החלטה נישט ארויספרינטן רוב גליונות , זינט מיר האבן אבות שמועסן.. וואס דאס גיבט אונז גוטע שטאף פארן גאנצן שבת.

עני פלאן צו דיסטריביוטען אין שולן?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

גראדער לעבן,
א דאנק אייך, די קינדער האבן לערך 7 דערמאנט ארויף ברענגען פון אפיס די "אבות"
געכאפט א בליק, זייער זייער שיין.

איטערעסאנט, א איד האט מיך היינט געמעילט "זייער א שיינעם גליון אויף אבות פאר קינער", נו נו, כ'גיב א קוק א וואס? גראדער'ס שטאף...
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

גראדער כאב קיין ווערטער דיר צו באדאנקן,
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

האלץ האקער האט געשריבן:גראדער כאב קיין ווערטער דיר צו באדאנקן,
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

גיימער עס ליינען דעם שבת קודש בעז"ה, יישר כח גראדער פארן צוריקקומען, זעה צו איבערלאזן דא מער פון דיינע פינגער אפדריקן, מיר ליינען מיט דורשט.

א פרייליכן שבת.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

!Thanks a lot

!It has already more than 236 downloads on ladaat

http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20130413&gil=1022
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיין אינגל זאגט מיר פריער אז ער וויל נישט אוועקווארפן די צעטלעך פון פאריגע וואך, ער פרעגט וואו ער זאל דאס לייגן, ער וויל דאס אוועקלייגן אויף שפעטער, ביז ער וועט האבן אויף גאנץ פרקי אבות...
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

וויי וויי געוואלד... די אבות האבן זיך זעהט אויס צוקריגט מיט די קינדער.... די וואך שמועסן זיי נישט?...
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

געוואלדיג שכוח, ארויסגעפרינט לכבוד שבת....
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הרב גראדער מיר ווארטן אויף פרק ג'

יישר כח
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

ווער עס קען זאל ביטע דא אטעטשירען די פי די עף
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

די פייל איז צו גרויס, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פארוואס האט מען די וואך אנגעהויבן משנה ב?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

איז דא אויף די וואך ?
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31230
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יא ס'איז דא!
מ'קען עס נישט עטעטשן דא וויבאלד ס'איז גרויס!
נאדיר א לינק עס דאונצולאודן
https://docs.google.com/file/d/0BwJ1s68 ... sp=sharing
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

קנאפער ידען האט געשריבן:יא ס'איז דא!
מ'קען עס נישט עטעטשן דא וויבאלד ס'איז גרויס!
נאדיר א לינק עס דאונצולאודן
https://docs.google.com/file/d/0BwJ1s68 ... sp=sharing

ישר כח
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”