פאריאר אנהייב חודש ניסן איז פריצייטיג נפטר געווארען איינער פון די חשובי חסידי באבוב בלונדון, ר' חיים יחזקאל ע"ה בן יבדלחט"א ר' ישראל רודזינסקי נ"י. נאך פסח האב איך אנגעהויבען א קורצע סעריע פון וועכנטליכע מאמרים לע"נ, וואס איך וועל בל"נ ברענגען אהער. זיי זענען געווארען געשריבען לויטען סדר פון אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קימת לו לעולם הבא. אט איז דער ערשטע:
פסח ביינאכט האבען מיר געלויבט און געדאנקט אויף די כמה מעלות טובות למקום עלינו, און מיר האבען געזאגט אז אויף יעדע טובה עקסטער -דיינו!
מפרשים ערקלערן אז דיינו מיינט נישט עס וואלט געוועהן גענוג ישועה ווען דער אויבעשטער טוט נאר איינס פון די חסדים וואס מיר רעכענען דארט אויס, ווייל פיהל זענען אפהעניג איינע אין דער אנדערע. למשל ווען העבירנו בתוכו בחרבה - דער באשעפער וואלט אונז אריבער געפירט דעם טרוקענעם ים סוף, אבער ולא שקע צרינו בתוכו - די מצריים וואלטען נישט געווארען דערטראנקען, וואלטען מיר נאך נישט געראטעוועט געווארען. קומט אויס אז העבירנו וכו’ אליין איז נישט גענוג.
נאר פשט פון דיינו איז דאס פאר יעדע ישועה און חסד עקסטער איז שוין גענוג סבה און חיוב צו לויבען. בלויז פארן הוציאנו ממצרים, צי פארן נתן בהם שפטים קומט זיך שוין מען זאל לויבען און דאנקען כביכול. ועל אחת כמה וכמה אז דער גרויסע בורא האט געטוהן די אלע זאכען.
אין די יוצרות פון שבועות נאכען קעפל ’כבד את אביך ואת אמך‘ רעכענט דער פייטן אויס א גאנצע רשימה פון זאכען וואס עלטערן טוהן און זענען זיך מקריב פאר זייערע קינדער:
זיי פארגיסען פיהל תפילות צו השי”ת זיי זאלען דיר האבען, זיי האבען דיר אריינגעברענגט בבריתו של אברהם אבינו, זיי האבען דיר געגעבן גענוג צו עסן אלץ פיצל, זיי באקליידען דיר מיט שיינע מלבושים, זיי פיטערען דיר, זיי דאווענען אויף דיין געזונט צום הייליגען באשעפער, זיי טראגען דיר אויף די אקסלען, זיי שוויצען פאר דיר מיט אלע כוחות, אויב חלילה טוט דיר עפעס וויי פאסטען זיי און זענען מתפלל פאר דיר, זיי זענען דיר מחנך מיט יראת שמים, זיי לערנען דיר תורה ומצוות, זיי קויפען דיר א הויז, זיי מאכען דיר חתונה א.א.וו.
מען דארף געדענקען אז יעדעס איינס עקסטער דיינו. אויף יעדן שריט און טריט וואס טאטע מאמע טוהן פאר די קינדער קומט זיך דער קינד זאל מכיר טובה זיין און זיי באדאנקען. ועל אחת כמה וכמה א קינד זאל זיך קיינמאל חוצפה’ן צום טאטען אדער מאמען.
עס מאכט זיך אמאל, בפרט אין די בחור’ישע יארען, ווען א קינד ווערט בייז אויף זיי טאטע אדער מאמע. צו מאל איז דאס ווייל ער שפירט זיי האבען איהם בא’עולה‘ט אדער גאר ווייל ’זיי פארשטיין איהם נישט‘ וכדומה, אדער סתם ווייל זיי געבן איהם נישט נאך.
איך וויל נישט אצינד אריינגיין צי אזעלכע ’טענות‘ זענען גערעכטע צי נישט, ווייל מיט דעם וועלן מיר פארקריכען פונעם עיקר נקודה. דער פונקט איז דאס אפילו ווען דער בחור האט יא א גערעכטע טענה קעגן זיינע עלטערן איז עס דאך כאין וכאפס קעגן וויפיהל זיי האבען שוין געטוהן פאר איהם און טוהן ווייטער עמו”ש.
די פיהלע גוטס וואס עלטערן טוהן פאר קינדער איז אומשאצבאר און עס איז גאר אוממעגליך פאר א קינד דאס אפצוצאלען. וויפיהל דער בחור קלערט נאר אז זיינע עלטערן האבען איהם נישט געטוהן איז דאס גאר א קליינעם פראצענט פון וויפיהל זיי טוהן יא פאר איהם.
ובאמת איז שייך דער זעלבע ענין כלפי שמיא - נאר אויף א פיהלפאכיג גרעסערע פארנעם. אין די שווערסטע מינוטען פון א מענטש טאר מען חלילה נישט האבען קיין טענות אויף כביכול, ווייל אלע מיטמאכענישען זענען כטפה מן הים קעגן די גרויסע חסדים וואס דער בורא שענקט אונז בכל עת ובכל שעה.
דער חינוך ביי מצות כיבוד אב ואם שמועסט אויס משרשי המצוה שראוי לו לאדם שיכיר ויגמל חסד למי שעשה עמו טובה וכו’ וכשיקבל זאת המדה בנפשו יעלה ממנה להכיר טובת הא-ל ב”ה - דער טעם פון מצות כיבוד אב ואם איז כדי א מענטש זאל מכיר טובה זיין און באצאלען מיט גוטס פאר דער וואס האט איהם גוטס געטוהן, און ווען מען איז קונה די מדה וועט מען דאס אויך נוצען כלפי שמיא, צו געדענקען ריכטיג אפצושעצן די חסדים פונעם בורא ב”ה.
ווען א מענטש איז זיך מתבונן און ער שעצט די שלשה שותפים וועלכע האבען איהם אראפגעברענגט אויף דער וועלט האט ער דער זכות צו בלייבען ווייטער דאהי באריכות ימים על האדמה, און ער טוט געניסען ווייטער פון אלעם גוטען והקרן קיימת לו לעולם הבא.
- עטעטשמענטס
-
- אלו דברים 1.pdf
- (91.16 KiB) געדאון לאודעד 22 מאל